נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:18 pm

גאנצל האט געשריבן:אין אנדערע נייעס נאך די דורכגעפאלענע פראווו פון די באקאנטע גנבים ועושקים מתנגדי ומסרבי לדין תורה צו גנבענען די ביה"ח אין אוהעל דורך אן אנגעווייטיגטער שומר און מיט זייערע רוטינע געדרייטע שטיקלעך

עפנט מען צוריק אויף די שופלאד מיט כל מיני צומישטע קללות אנצוהאלטן די שמחה חי' שעה

יעצט ליינט מיט צופרידנהייט די ווערטער פון @לאקש

אט האט איר א ריכטיגע סעמפל פון די פריערדיגע געשריבענע שירות, פון גערעגטע און צומישטע ארוינישע קעלבער ווטס זענען נעבעך שטארק אנגעווייטאגט...!
גאנצל איי פיל יאר פעין! שטארק דיך! סוועט נאך קומען גוטע צייטן, מיטן הילף פונעם אלמעכטיגן שש טעלער און זיינע אונטערלאנער!
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך signout » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:35 pm

ביי מהרז''ל האט מען פראגראמירט אזא מעסעזש אז שמואל ווידער וואשט די מוחות פין חסידי מהר''א אין פיטערד זיי מיט חיי שעה, ס'אינטערסאנט אז דוקא ביי חסידי מהרז''ל זעהט מען דעיס ממש וועכענטליך, ווי דער איד האלט אנשי מהרז''ל ביים חיות, קוקטס אן אזא פרשה ווי די אוהעל'ע ביה''ח, יעקב שמשון גאלד האט פראבירט מיט זלמן לייב פעלדמאן אין יודא א יאקבאוויטש צו טוישן די בעלות פין די אוהעל בית החיים, ביהמ''ד, מקוה אין די הכנסת אורחים, (טראץ וואס די צד מהר''א האט אריינגעלייגט דערון ריזיגע געלטער אין די הכנסות אורחים געביידע האבען זיי אפגעקויפט אפאר יאר צירוק, טראץ וואס מ'האט אייביג אויפגענומען מהרז''ל אין אוהעל מיטן שעסטען כבוד אין געלייגט אלע פאליטיק אין א זייט) מ'לייגט א קעפל אויף דעקל פין דער שפייז געבער / דער איד אין מ'שיקט ארום אפציעלע מעסעזש אין סאטמאר עיזש קיו, אין ס'דורך א טאג אין אלעס איז צירוק ביים אלטען מהר''א'ס שומר איז צירוק דארט אין צירוקגעלייגט די אלטע שלעסער אבער מהרז''ל גיבט נישט אויף ער קען עס נישט אראפשלינגען, ער פיטערד ווייטער זיין ציבור אז ער האט עס נאך.... אנבעליוובל
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1110
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:53 pm

signout האט געשריבן:ביי מהרז''ל האט מען פראגראמירט אזא מעסעזש אז שמואל ווידער וואשט די מוחות פין חסידי מהר''א אין פיטערד זיי מיט חיי שעה, ס'אינטערסאנט אז דוקא ביי חסידי מהרז''ל זעהט מען דעיס ממש וועכענטליך, ווי דער איד האלט אנשי מהרז''ל ביים חיות, קוקטס אן אזא פרשה ווי די אוהעל'ע ביה''ח, יעקב שמשון גאלד האט פראבירט מיט זלמן לייב פעלדמאן אין יודא א יאקבאוויטש צו טוישן די בעלות פין די אוהעל בית החיים, ביהמ''ד, מקוה אין די הכנסת אורחים, (טראץ וואס די צד מהר''א האט אריינגעלייגט דערון ריזיגע געלטער אין די הכנסות אורחים געביידע האבען זיי אפגעקויפט אפאר יאר צירוק, טראץ וואס מ'האט אייביג אויפגענומען מהרז''ל אין אוהעל מיטן שעסטען כבוד אין געלייגט אלע פאליטיק אין א זייט) מ'לייגט א קעפל אויף דעקל פין דער שפייז געבער / דער איד אין מ'שיקט ארום אפציעלע מעסעזש אין סאטמאר עיזש קיו, אין ס'דורך א טאג אין אלעס איז צירוק ביים אלטען מהר''א'ס שומר איז צירוק דארט אין צירוקגעלייגט די אלטע שלעסער אבער מהרז''ל גיבט נישט אויף ער קען עס נישט אראפשלינגען, ער פיטערד ווייטער זיין ציבור אז ער האט עס נאך.... אנבעליוובל

מיט גרויס פאטאס טוען מיר אויסרופן אויף אייך די ברכה בשם ומלכות... ברוך חכם ארזים!!!
ספעלט דגמאות פון ארוינישע קעלבעריי און ספינס פון בלאט? יוכלו הזמן והם לא יכלו! איין קליינע דוגמה וועל איך דיר געבן פון די ארוינישע ספינעריי פארבריק, צוויי טעג צירוק האבן בחפץ השם די סאטמארע קהילה צירוק באקומען די אויסשליסליכע בעלות פון די בית החיים הישן אין אוהעל, און אט א טאג צוויי דערויף, די ארוינים זענען דא מיט פרישע מעשיות, יעדער שמויגער מיט א טוויטער קאנטע שיסט סטעיטמענטס, פון גרויס צומישעניש אין די הויפטקווארטיר, קומען ארויס האלבע דמיונות און גאנצע ליגענטס, מען זעהט ליידער קלאר ווי דער ואג ווי גרויס סאיז די אבידה שאין לה תמורה ווען מען האט נעבעך אזוי פריצייטיג אוועק גערעסן דעם ווידערן! און זיינע יארן וואלט אזאנס נישט לאסירט! עס וואלט קלאר אפגעמאכט געווארן וויאזוי מען גייט וואשן די מוחות! און נישט סוואלטן זיך געמערט בחורים ווי שויאמען נאך א רעגן און ארויס געשיקט צומישטע טוויטער מעסעדזשעס להגדיל הבילבול המוחות ולהדורה! נאופ רבי שמאול אונז קענען נישט וואס די האסט געקענט! די האסט געקענט מיט איין בלאט ארטיקל אפוועשן די גאנצע נצחון פון די זאליס! כהיום האבן מיר א גאנצע שטאב פון ארבעטערס וואס פרטבירן דאס בעסטע און סעגייט נישט!!!
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך signout » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:27 pm

פאקט, היינט איז עש''ק פרשת ראה די שומר פין מהרז''ל איז נישט דארט, די שומר פין מהר''א איז דארט נעמט קער, ווערט חושט ארום? ירא הקהל וישפוט https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 1889559554
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1110
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך signout » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:28 pm

לאקש, קוק נישט די קליפ ביטע... https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 8585283584
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1110
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 5:26 pm

signout האט געשריבן:לאקש, קוק נישט די קליפ ביטע... https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 8585283584

אזויווי עס גייט ארום געמישטע נייעס פון אנשי בליעל איבער די ביה״ח העתיק אין שטאט #אוהעל, וויל מען דא אויסקלארן די פרטים.

די בנינים מיטן בית החיים געהער צו די חברה קדישא דקהל יטב לב ד׳סאטמאר ליגאל איבער געשריבען און באשטעטיגט ביי די שטאט.

נאר וואס דען, די באקאנטע בעלי מחלוקת זענען געקומען מיט א פאלשן צעטעל אונטער געשריבען פון הרה״ח ר׳ יודא אליעזר יאקאבאוויטש מזכיר הקהילה, אז יא אמת דער בית החיים באלאנגט פאר קהלתינו, נאר זיי האבען אויף גענומען א קאמפעני צו קעיר נעמען פון בית החיים ווייל זיי קענען דעם בית החיים און פירען עס שוין אפאר יאר. ממילא זאלען די זיי ווייטער פירען דעם בית החיים.

הרה״ח ר׳ יודא אליעזר האט אריבער געפעקסט א צעטעל צום שטאט-ראט אז דאס צעטעל וואס די בעלי זרוע האבען געגעבען איז א פאלטש צעטעל.

האט די שטאט געזאגט אז דאס איז א פעקס. אין די אנדערע איז א ארגינאלע דאקומענט.
אשר על כן זאלען ביידע קענען אריין גיין אינעם בית החיים ביז מאנטאג ווען די הנהלת החברה קדישא דקהלתינו וועלען נאכאמאל זיין אין איהעל אין שרייבען קלארע דאקעמענטען אז נאר מר. שמואל איז בעל הבית. אין קיינער זאל גארנישט קענען טוישען.

#ברוך_שהבדילנו_מן_התועים
#וחפץ_ה_בידינו_הצליח
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 5:27 pm

בשורה טובה ומרנינה - הרחיבי מקום אהלך!!

אין די מינוטן ערב שבת קודש ראה קומט אריין די מעלדונג אז הנהלת ״מוסדות סאטמאר לעיקוואד״ האט נארוואס געשלאסן קאנטראקט אויף א הערליכן גרויסן ״בנין רחבת ידים״ פאר׳ן תלמוד תורה ״תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר לעיקוואוד״ וואס איז שוין אויסגעוואקסן דעם יעצטיגן לאקאל און פארשפרייט זיך מיט א דראסטישן וואוקס אויפ׳ן נייעם לערן יאר, נאכדעם וואס די הנהלת המוסדות האט מיט עטליכע וואכן צוריק געשלאסן א קאנטראקט פארן בית רחל.

ורוה״ק אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך לאקש » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 5:32 pm

signout האט געשריבן:לאקש, קוק נישט די קליפ ביטע... https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 8585283584

טאקע געוואנען!!! איינער איז געגאנגען און אפגעכאפט א קליפ ווי מען זעהט אז די אלטע סיין הענגט יא!
מארגן כאפ איך אפ א קליפ און זאג דארט בפה מלא אז סבלאנגט פאר פאפא און ענק קעלבער גייען עס גלייבן באמונה שלימה... ברענג פאפירן! ברענג הארטע באווייז! נישט א קליפ ווי איינע שטייט דארט, אין א פלאץ וואס יעדער קען אריינגיין, און זאגט סמיינס!!!

און אנדערע נייעס איז יעצט געקומען די באריכט אז אונז האמיר באקומען דאס ווייסע בית המדרש, נאך וואס א געוויסע אינגערמאן האט באוויזן אפ צו כאפן א קליפ ווי מען הערט אז ער זאגט אז סאיז אונזער און מען זעהט א סיין אז איינער האט מנדב געוועזן קאווע....
וצדיקים ישמחו יעלזו לפני אלוקים! ווי גאו פאר שמולא!!
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך גאנצל » זונטאג אוגוסט 12, 2018 8:39 am

א גאנצע מחלוקה ווער ס'וואשט מוחות............



@לאקש א שאד אוועק צו לייגן כוחות צו ספינען

גיי צוריק שרייבן דעם רבינס עבודה פרייטיג צו נאכט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2803
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך לאקש » זונטאג אוגוסט 12, 2018 10:51 am

גאנצל האט געשריבן:א גאנצע מחלוקה ווער ס'וואשט מוחות............



@לאקש א שאד אוועק צו לייגן כוחות צו ספינען

גיי צוריק שרייבן דעם רבינס עבודה פרייטיג צו נאכט



אפגענטפערט ווי א ריכטיגע ארויני...!
נישטא וואס צו ענטפערן, פארדרייט מען די נושא...!

איך הער דיין בקשה.... וואס איז? סטוט וויי?
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך גאנצל » זונטאג אוגוסט 12, 2018 4:54 pm

אויב שרייבן דא מאכט די מציאות אנדערש דאן שרייב ווי מער...............
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2803
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך signout » זונטאג אוגוסט 12, 2018 6:23 pm

דאס איז קלאר איז כהיום יום איז מהר''א בעה''ב אויפן פלאץ ווי בעפאר, אין די גאנצע בעלות פין מהרז''ל איז געווען בלויז דאנערשטוג - דער טאג וואס דער איד קומט ארויס..., כ'בין נייגעריג ביי וועלכע פוינט לאקש וועט מודה זיין / אויב בכלל אין מכיר זיין די מציאות
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1110
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך לאקש » זונטאג אוגוסט 12, 2018 6:30 pm

signout האט געשריבן:דאס איז קלאר איז כהיום יום איז מהר''א בעה''ב אויפן פלאץ ווי בעפאר, אין די גאנצע בעלות פין מהרז''ל איז געווען בלויז דאנערשטוג - דער טאג וואס דער איד קומט ארויס..., כ'בין נייגעריג ביי וועלכע פוינט לאקש וועט מודה זיין / אויב בכלל אין מכיר זיין די מציאות

מיט וועלכע רעכטן ביסטו מיר מחייב מודה צו זיין צו דיינע פריש ערצייגטע פאקטן? :twisted:

די פאקט איז; די אויסשליסליכע בעלי בתים זענען קהל יטב לב דסאטמאר!
יעצט אויפן מינוט ביז מאנטאג, האבן די ארוינים די מעגליכקייט אריינצוגיין דארט מעשה בעלי בית, דאס איז ערמעגליכט געווארן דורך די אלטע ארוינישע מיטל פון פעלטשן פאפירן, אבער מאנטאג וועט זיין נאך א זיצונג ווי מען וועט דאס קלאר אויסשליסן!!!

לאכן לאכט דער וואס לאכט די לעצטע!!
חי שעה פון פרייטאג ביז מאנטאג, איז אויך עפעס וואס איך פארגין דיר מיטן גאנצן הארץ!
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

הודעהדורך נעגעל וואסער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 7:13 pm

איך רייב מיר די אויגן! אנביליוועבעל פאנאטיקער חברה דעס!
מילא אויף שיטות אין מערכות, זאל זיין גיוס צו קאטשקעס, מצות אדער אויערבאך קען איך דערהערן אז אלע פון איין זייט זאל האלטן פונקט ווי די פירער וויל, אזוי ארבעט א מענטש ער האט נגיעות צו איין צד, דאס מאכט זיין מיינונג אין השקפה זאל נוטה זיין צו אויך כלומרשט צו זיין צד, אבער רבונו של עולם, וואס איז שייך זיך צו שפארן אין מציאות?! איינער האט די בעלות דארט און איינער נישט. וואס שרייסטו פאקטן ווען די ווייסט נישט די מציאות הדברים? סך הכל זאגסטע אזוי ווייל דו וואונטשט זיך אזוי. איינער מאכט דאס גענאר פון זיך אליינס ברבים. אייגנטלעך ביידע.
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך גאנצל » זונטאג אוגוסט 12, 2018 8:13 pm

כהיום איז דאך לאקש אויך מודה אז ס'ליגט אין די הענט פון סאטמאר ער טרייסט זיך נאר אז ס'גייט זיך טוישן מאנטאג נו וועל מיר צו ווארטן יעדער האט געדולד קיינער יאגט זיך נישט דא דוכט זיך............

אבער וואס עס ברענגט יא א געלעכטער איז אז ער אליין איז מודה אז דערווייל איז די גניבה א דורכפאל און גאנץ מעגליך אז מארגן וועט אויך מוזן בלייבן ביים האפן און נאכשרייבן ערליך וואס יודא א יאקאבאוויטש דמיונט הויך און ער שרייט נאך אויף די סאטמארע אידן חי' שעה............

חי' שעה ווער ?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2803
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1107 מאל

הודעהדורך לאקש » זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:02 pm

גאנצל האט געשריבן:כהיום איז דאך לאקש אויך מודה אז ס'ליגט אין די הענט פון סאטמאר ער טרייסט זיך נאר אז ס'גייט זיך טוישן מאנטאג נו וועל מיר צו ווארטן יעדער האט געדולד קיינער יאגט זיך נישט דא דוכט זיך............

אבער וואס עס ברענגט יא א געלעכטער איז אז ער אליין איז מודה אז דערווייל איז די גניבה א דורכפאל און גאנץ מעגליך אז מארגן וועט אויך מוזן בלייבן ביים האפן און נאכשרייבן ערליך וואס יודא א יאקאבאוויטש דמיונט הויך און ער שרייט נאך אויף די סאטמארע אידן חי' שעה............

חי' שעה ווער ?

וויאזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!


אגב, זענטער רב, יעקב שמשון גאלד,און יודא לעיזער יאקאבאוויטש, זענען שוין אויפן וועג.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך לאקש » זונטאג אוגוסט 12, 2018 10:19 pm

זונטאג שופטים:

נעכטן מוצאי שבת איז פארגעקומען א לחיים אין די אכסניא פון רבינו שליט''א אין קרית יואל בבית הנגיד ר' מענדל שווימער ראה"ק ד'קהילתינו ק"י, לרגל די שידוך פון א אייניקל פון ר' יודל וויינשטאק משב"ק,

דערנאך איז פארגעקומען א באנקעט "מיסדי הבית" לטובת בית מדרשינו הג' אין קרית יואל וואס מען האט יעצט אנגעהויבן צו ארויסבויען, בבית הנגיד ר' חיים יוסף נידערמאן, ווי אנ"ש תושבי קרית יואל האבן אינטערגעשריבן שטרות פאר גרויסע סכומים לטובת בית מדרשינו הג',

היינט אינדערפרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין ת"ת אינאיינעם מיט תלמידי התלמוד תורה, נאכ'ן דאווענען איז די רבי געווען ביי די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע הערש ב"ר עקיבא הירש אייניקל פון ר' משה פריעדמאן משב"ק אין הנגיד ר' שמואל חיים בראך, אין אחדות קאנטרי ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, דערנאך ביי די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום ב"ר יושע יעקב טירנויער אין ביהמ''ד שארמאש ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות,

דערנאך איז די רבי צירוק געגאנגען צום ת"ת ווי עס איז פארגעקומען א לחיים, ווי מען האט געהערט דברות קודש פון רבינו שליט''א,

שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד "חנוכת הבית" פאר נדיבים, פאר די נייע בנין התלמוד תורה בנין גאלדבערגער אין קרית יואל, בהשתתפות רבינו שליט''א, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ אב''ד ד'קהילתינו ירושלים שליט''א, דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פון רבינו שליט''א.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך לאקש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

מחיל אל חיל!!

ביים "מעמד חנוכת הבית" נעכטן אויפדערנאכט פארן נייעם "בנין הקהלה - בנין גאלדבערגער" אין קרית יואל פאר די אברכים החשובים וואס האבן זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים בפקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, האט די הנהלת המוסדות פראקלאמירט די פרייליכע נייעס פאר אלפי אנ"ש תושבי קרית יואל אז אין די קומענדיגע וואכן גייט זיך בעז"ה אנפאנגען די העפטיגע בוי-ארבעט ביים נייעם "בנין בית רחל" וואס וועט ענהאלטן אין זיך 100,000 סקווער פיס פאר די טויזענטע קינדערלעך בליעה"ר וכ"י נאכדעם וואס עס איז ב"ה מסודר געווארן אלע לעגאלע פערמיטן.
ווי אויך איז פראקלאמירט געווארן מיט גרויס שמחה די נייעס איבערן ענדיגן די לעצטיגע פלענער און לעגאלע פערמיטן פאר א ריזן "שאפינג סענטער" ביי די קארנער פון עיקערס און בעיקארטאון וואס וועט ענהאלטן אין זיך א "בוטשער דקהלתינו הק" און נאך אסאך געשעפטן און אפיסעס אלס הכנסה פאר די קהלה און מוסדות.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך לאקש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:38 am

דינסטאג שופטים:

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה בהנהלת ר' יואל מארקאוויטש, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים, אין מען האט געהערט דברות קודש פון רבינו שליט''א,

נאכמיטאג האט די רבי געשריבן א אות אין די ספר תורה לע"נ ארי' לייב וויינער ע"ה ר'"מ בישיבתינו קרית יואל,

אויפדערנאכט איז פארגעקומען די מעמד "חנוכת הבית" פאר אנ"ש וואס האבן געגעבן $1800, פאר די נייע בנין התלמוד תורה בנין גאלדבערגער, אין עטרת מייזעלס זאל, בהשתתפות רבינו שליט''א, דערנאך האט די רבי געקלאפט א מזוזה אויף די הויפט אריינגאנג,

דערנאך איז רבינו שליט''א צירוקגעפארן קיין מחנה דברי יואל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לאקש אום מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך לאקש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:48 am

שב"ק פרשת ראה בצל הקודש, אין קרית יואל:

אום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, און צוגעגאנגען צום עמוד,
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' יחיאל ברוך געללער שליט"א דומ"ץ באבוב וומסב״ג, איידעם פון הגה"צ ביסטריצער רב,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אַריבער גוט-שבת זאָגן פאַר'ן רבי'ן, וואָס האָט געדויערט אַ לענגערע צייט,
אום 12:15 איז דער רבי ערשינען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול,
אשת חיל – נכדו הב' מנחם אפרים בן אב"ד ירושלים,
הגבהת הכוס – הגה"צ ירושלימ'ער רב,
כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' הערשל טויב שליט"א, אב"ד בעהוץ וראש כוללינו בוומ"ב,
מנוחה ושמחה - הרה"ג ר' אלטר פנחס מארגענשטערן שליט"א אבד"ק שארמאש,
ביי די תורה האט דער רבי גערעדט איבער די חיוב ערבות פון איין איד אויפן אנדערן, וואס אין דעם זכות זענען אידן ארויס פון מצרים. און אז פארן חטא העגל איז ר"ח געווען א געהעריגע יו"ט צוליב דעם ווייל אין מצרים האט דאך יעדער שבט געארבעט נאר איין חודש אבער וויבאלד עס איז געווען אזא שטארקע אחדות אין כלל ישראל האט יעדער מיטגעשפירט די צער פון יענם שבט, און ס'שטייט און ספרים אז די י"ב חדשים אין יאר איז קעגן די י"ב שבטים און ממילא פארן חטא העגל איז ר"ח געווען א געהעריגע יו"ט, אבער וויבאלד ביים חטא האגל העגל האט קיינער נישט מוחה געווען מיט'ן טענה "לי ציוויתי ולא להם" האט דאך געפעלט די ערבות אין כלל ישראל, און מיט דעם וואס אידן זענען באחדות וועט לעתיד לבוא ר"ח ווערן צוריק א יו"ט,

קה אכסוף- הרה"ג ר' חיים קלמן קליין, אב"ד סעליש,
קה רבון - הרה"ג ר' שמואל יעקב מייזעלס, מו"ץ בקהלתינו,
לק-ל אשר שבת - הרה"ג ר' יואל ברוין, דומ"ץ ביהמ"ד בית יעקב נחמי' דקהלתינו,
ברכת המזון - הגה"צ קרית יואל'ער דיין,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פירות פארן גאנצן ציבור,

אויך האט מען געשטעלט באנדלעך לכבוד די שלום זכר ביי האברך ר' ישראל אברהם אלטר ב"ר בנציון לאנדא,
אז ביום בשביעי - הרה"ח ר' חיים משה פערל,

שבת אינדערפרי פארן דאווענען האָט דער רבי זיך משתתף געווען ביי די "חברת תהלים" מיט די הונדערטער תינוקות של בית רבן,
הר"ר יודא בעריש לויפער האט באַגריסט דעם רבי'ן, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון אמירת תהלים, ובפרט יעצט און די טעג פון די יומא דהילולא פונעם רבי'ן זי"ע,
9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית,
פסוקי דזמרה - האברך ר' וואלף בער לאווי,
שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען,
נאך הלל איז פארגעקומען די יערליכע אפיעל פאר קרן הצלה דורך הרה"ח ר' געציל פאלאטשעק גבאי ביהמ"ד,
פארן ליינען איז פארגעקומען די הכנסת ס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יחזקאל גליק, ובנו הרה"ח ר' דוד צבי,
דער רבי האט אריינגעפירט די ס"ת אין ביהמ"ד, און געטאנצן מיט די ס"ת א לענגערע צייט.
דערנאך האבן געטאנצן מיטן ספר, הרה"ח ר' יחזקאל, ובנו ר' דוד הערש, און דערנאך דער דיין שליט"א,
מיטן זאגן לדוד מזמור האט רבינו שליט"א מכבד געווען ר' יחזקאל גליק,
הוצאה והכנסה, הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו,
און הרה"ח ר' אלימלך גליק,
הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער האט פארגעזאגט די פסוקי יחוד,
 
כהן – החתן ב"ר שמעון כ"ץ,
לוי – האברך ר' וואלף בער לאווי,
שלישי - הגה"צ ירושלימ'ער רב,
רביעי - החתן בן הרה"ג ר' אהרן יודא שווארטץ,
חמישי - הרה"ח ר' יחזקאל גליק,
שביעי - הרה"ח ר' דוד צבי גליק,
הוספות - הרה"ח ר' חיים הערש ליימזידער,
הרה"ח ר' קלמן ווייס,
הרה"ח ר' יואל גרינהוט,
הרה"ח ר' יצחק הערש היימאן,
בעל שמחה הרה"ח ר' משה הערש בערקאוויטש,
הרה"ג ר' שמואל נתנאל יאזשעף,
בעל שמחה הרה"ג ר' אהרן יודא שווארץ, ר"מ בישיבה גדולה,
הרה"ח ר' ישראל נחמי' שווארץ פון וומ"ב,
בעל שמחה האברך ר' יצחק בן ר' אביגדור נחום שלעזינגער,
בעל שמחה ר' ישראל אברהם אלטר לאנדא,
הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער, ראש הקהל, וועלכער האט מנדב געווען א גרויסן סכום פארן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד,
אחרון - דעם רבינ'ס זון הגה"צ רבי יואל,
הגבה - בעל שמחה הרה"ח ר' שמעון כ"ץ,
גלילה - הרה"ח ר' אביגדור נחום שלעזינגער, משמש דקהלתינו,
מפטיר - הגה"צ דער דיין,
הגבה - הרה"ח ר' ישראל חיים גרינהוט,
גלילה - האברך ר' יחזקאל ב"ר חיים הערש לעווי,
ביים ליינען האט מען מנדב געווען גרעסערע סכומים פארן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד,
מוסף - הגה"צ ירושלימער רב,

נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרב ר' אברהם יודא פיש, זון פון סאלקער רב, און איידעם פון ווערפעלטער רב, ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לו, ווי די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, דערנאך האט דער רבי קידוש געמאכט און פארטיילט שריים און אנגעוואונטשן דער בעל שמחה און די זיידעס און די בני המשפחה, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן ציבור,

דערנאך איז די רבי אריבער צום קידושא רבא לכבודה של תורה, אין זאל פון שאפינג סענטער,
שבת אינדערפרי האט דער רבי געפירט טיש אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה חלק ב'
דער רבי האט אנגעהויבן חי ה' כנהוג, מיט ברוך ה' יום האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב יוסף קרויס ר"מ בישיבה קטנה,
ברוך ק-ל עליון הרה"ג ר' אליעזר פריעדמאן מנה"ר בישיבה קטנה,
מיט ברכי נפשי הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד חבר הנהלת המוסדות בק"י,
ביי די תורה האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק ראה אנוכי, שבעשרת הדברות
אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז שטייענדיג יעצט בימי אלול זאל מען זען זיך צוציפלייסן און חזר'ן די לימודים פון א גאנץ יאר
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ירושלימער רב,

אום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה
פאר עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' הערשל מאנן,
כהן – הרה"ג ר' שמואל זאנוויל אקערמאן רב ביהמ"ד ליזענסק אין וומ"ב,
לוי – הרה"ח ר' ישראל חיים קרויס חבר ועד קרן הבנין,
שלישי - הרה"צ ר' ישעי' יעקב שטויבער שליט"א,
גלילה - הרה"ח ר' שרגא שמואל מיללער,
 
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה – הרה"ח ר' מענדל שווימער, ראה"ק

נאך מעריב און הבדלה, האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 4:47 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך signout » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:32 am

סתם פאר נייגעריגקייט, די באריכטן פין לאקש קוקען אויס צו זיין אפציעל פין די קאמפעני אויף א רעגעלמעסיגע שטייגער, שיקט מען עס דירעקט צו אינז אויף צימעס אדער מ'שיקט עס פאר סאשעל מידיע? אין לאקש איז אינז מזכה דערמיט?
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1110
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:45 am

לאקש האט געשריבן:ווי אויך איז פראקלאמירט געווארן מיט גרויס שמחה די נייעס איבערן ענדיגן די לעצטיגע פלענער און לעגאלע פערמיטן פאר א ריזן "שאפינג סענטער" ביי די קארנער פון עיקערס און בעיקארטאון וואס וועט ענהאלטן אין זיך א "בוטשער דקהלתינו הק" און נאך אסאך געשעפטן און אפיסעס אלס הכנסה פאר די קהלה און מוסדות.

ווער גיט די לעגאלע פערמיטס אין קרית יואל, די ווילידש? (דהיינו די ארונים) אדער די טאון אף מאנרא?
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2295 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:48 am

לאקש האט געשריבן:מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ירושלימער רב

עפעס גייט פאר לעצטענס מיט די רבנות אין ירושלים? מען נעמט אויף א נייעם רב? די אלטע פוצט אפ?
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1814
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2295 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:44 pm

לאקש האט געשריבן:דערנאך איז רבינו שליט''א צירוקגעפאקן ????????????קיין מחנה דברי יואל.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען,
אזוי?
דאס שרייבט איינער (newkave) וואס איז new to kava נישט איינער וואס קען מיין רעקארד
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 960
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 2311 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:10 pm

יין שרף האט געשריבן:
לאקש האט געשריבן:מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ירושלימער רב

עפעס גייט פאר לעצטענס מיט די רבנות אין ירושלים? מען נעמט אויף א נייעם רב? די אלטע פוצט אפ?

ירושלימ'ער געפינט זיך דא אויף א יאר-צוויי אויף צרכי רפואה פון משפחתו.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1330
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 824 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט