אויפשטאנט אנטקעגן די מלכות הזלה

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

אויפשטאנט אנטקעגן די מלכות הזלה

הודעהדורך calculator » דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:24 pm

יא קאממען קאור, נישט קאממען קאור, איך ווייס נישט. אבער איין זאך ווייס איך יא, אז "זלמן לייב טייטלבוים", (מנהיג מפלגת הזאלי סאטמאר) וואס שטעלט אהער א פרצוף ווי ער איז נישט משנה פון רבי"ן זי"ע קיין זיז כל שהוא, און איז זיך מוסר נפש אז ווי מער מוסדות אין ארץ ישראל זאלן נישט נעמען תמיכה פון די ממשלה, ווייל ער האט אזוי שטארק ליב דעם אייבערשטען, און ער זיכט ווי מער צודערווייטערן אנדערע אידן פון האבן אן השפעה פון ליבראלע שיטות דורך כח הפועל בנפעל. ביז עס קומט צו אים אין זיינע ד' אמות און ער דארף אויפגעבן פון זיינע מיליאנען. האט ער well deserved די אויפשטאנט פאריגע וואך.

פאריגע וואך האבן זיך צוזאם גענומען הונדערטער אידן אדער אפשר א טויזענעט אידן, און ניו ג'ערסי אונעם ליעבערטי סייענס סענטער. מיט אן אויבן אן מיט אויפציעלע רבנים (דהיינו: וואס זענען אנגענעמען ביי זלמן לייב'ס מפלגה), וואס אפאר חדשים צירוק האט זיך זלמן לייב בארימט מיט זיי, ווי הרה"ג ר' הלל וויינבערגער (וואס האט אפאר חדשים צירוק געלויבט זלמן לייב בפניו אז ער האט שלאף'לאזע נעכט צוליב שאפן די מיליאנען פאר די עץ מפלגה) און הרה"ג י"י קלאמאנאוויטש (וואס איז געקומען ציפארן פון ארץ ישראל אויפצוטרעיטן ביי די ארטער-אש פארזאמלונג, וואס איז געווען געריפן דורך זלמן לייב מסאטמאר). און נאך אפאר רבנים ווי הרה"ג מטענקא. און ארויס מיט אן אומאפציעלע פארטעסט אנטקעגען זלמן לייב. איבער די ענין פון "קאממען קאור" און נעמען געלט פון די ממשלה פאר די מוסדות.

פאריגע כ"ו אב האט זלמן לייב ביי זיין דרשה פראבירט אוועקצושטעלן א בליק אויף די חומת הדת מפלגה, אז זיי זענען ווי די וואס מען האט גערופען שווארצע בימי פונעם רבי'ן זי"ע, האפענדיג מיט דעם צו דערווייטערן דעם עולם פון זיי און אריין ברענגען א בליק ביי זיינע מענטשען, אזוי ווי מען קוקט אויף צוממערמאן מיט אלטר משה. און טאקע אסאך פון זיינע מענטשען האבן עס טאקע דעלמאטץ אזוי מקבל געווען. אבער ביי די איצטיגע אסיפה ווי עס זענען געלונגען פאר זיי צו רופן רעדן ר' י"י קאלמאנאוויטש, נאכדעם וואס חיים הערש ברז"ל טייטלבוים מיט הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער (מיט די גאלאנטער רבי) זענען געגאנגען צו אים איבערצורעדן אז ער זאל נישט גיין.


און יעצט "זלמן לייב" פאר דיר געזונטערהייט קיין ארץ ישראל מקדש צו זיין שמך ברבים. און שטעל דיך אויף און האלט א פייערדיגע דרשה, אז די אלע גזירות און ארץ ישראל קומען נאר ווייל מען נעמט געלט פון די מדינה, און מען זעהט ווי תורתו של אותו צדיק איז אמת ולא תהא מחולפת......
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 276
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 6:15 am

און וואס האלט דיין ווייב?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 670
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 3:10 pm

איך זע נישט קיין אויפשטאנד. די מענטשן וואס ער האט געבארגט פאר אפאר יאר ארויסצוהעלפן מיט די גזירת גיוס האט ער יעצט צוריקגעשיקט קיין קאשוי. ער דארף זיי מער נישט האבן.

ער וועט זיי שנעל צוריקהאבן ווי נאר נאך א גזירה וועט אנקומען אויפן האריאנט.
מפיל קינד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט