באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:24 pm

ווי באקאנט איז דא א קהילה נאה וחסידה אין בארא פארק געגרינדעט דורך דעם איידעלע צדיק ר' שלמה באבובער. הונדרעטער אידן דאווענען אין דעם שוהל יעדע שבת און ליידן זיך צוזאם פון זיין ממלא מקום זיין זוהן דעם היינטיגע רבי ר' בן ציון האלברשטאם שליט"א. ר' בן ציון איז א סייקאפאט אויף א שרעקליכע אופן און פייניגט זיינע אייגענע מענטשן אן קיין שום רחמנות. אז ס'גייט אים אריין אין קאפ עפעס וועט ער צוטרעטן יעדעם איינעם און ער נישט קיין שום רעספעקט פאר קיינעם.

זיין מזל שפילט אויך גוט אז אין זיין דין תורה מיט זיין נעפיו ר' מרדכי דוד אונגאר מבאבוב 45 האט ער געווינען כמעט אלע נכסים , צו דעם האט ער נאך א ביליאנער איזי ענגלענדער וואס געט אים וויפיל געלט ער וויל. דאס ברענגט אים נישט צו האבן קיין שום רעספעקט פאר קיינעם ווייל ער דארף נישט צו קיינעם צוקומען.

זיינע אייגענע מענטשן לעבן אין גרויס פחד פון אים , און מ'ציטערט צו זאגן א ווארט אין ביהמ"ד. ס'איז דא דארטען א עקעלדיגע קולטור פון פארשעמען און ארויסווארפען מענטשן אנגעפירט דורך דעם רבי אליין!. ס'איז נישט ווי ביי אנדערע חסידות'ער וואס דער רבי שטייט ביהיינד די סינס און פירט אהן די שייגעץ שטיק , נאר אין באבוב שטייט דער רבי אליין אין ביהמ"ד און פירט אהן די אקציעס קעגען מענטשן און פארשעמט און ווארפט ארויס.

עכ"פ די מצב אין באבוב איז אז יעדער ציטערט צו זאגן א ווארט. ס'איז א מצב ווי הלבנת פנים איז א נארמאלע זאך , יעדע וואך א פרישע מעשה.

די וואך שבת איז אבער געוועהן א מעשה וואס האט דערפרייט די מיטגעמאכטע באבוב'ע חסידים. א חסידישע יונגערמאן איז געוועהן אלץ א גאסט אין באבוב , און האט געדאווענט אין ביהמ"ד. ער איז נישט צוגעוואוינט צו דאווענען אין אזא גרויסע שוהל . ער ליידט אויף סאשעל ענקייעטי און קען נישט פארנעמען אסאך מענטשן. נאך מנחה איז ער ארויס אין פאליש אביסל אפאטעמען. ער איז געגאנגען אויף א פלאץ וווי ער האט געקענט מיטהאלטן די דאווענען אין חזרת הש"ץ. פלוצלונג הערט ער קולות וברקים. ר' בן ציון אליינס שטייט אין פראנט פון אים און האט געשריגן מיט קולות!! "די האסט נישט קיין שום רעכט אריין קומען אין איבערדרייען די בית מדרש!! דא אין באבוב האט מען א תקנה נישט צו זיצן דא בשעת'ן דאווענען!!"

דער יונגערמאן דערציילט אז ער וואלט פארשטאנען אז ער קומט צו אים שיין און זאגט אים איידעלערהייט וועגן די תקנה. למעשה איז דארטען געוועהן בערך 40 מענטשען וואס האבן מיטגעהאלטען ווי ער שרייט מיט קולות אויף דעם אומשולדיגן מענטש!! דער יונגערמאן איז רויט און ווייס געווארען און האט אויסגעשאסן בזה הלשון:

Go f*** yourself!! This is a f***ed up place!!

באבוב'ע חסידים וואס האבן געהערט פון די אינצידענט האבן שטארק הנאה געהאט אז איינער האט צוריקדערלאנגט פאר דעם טעראריסט אין טשיף.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך ליפא » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:29 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:ווי באקאנט איז דא א פארום אין ק''ש וואס הייסט 'צימעס'
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2062
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך אביסעל שכל » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:46 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:

די וואך שבת איז אבער געוועהן א מעשה וואס האט דערפרייט די מיטגעמאכטע באבוב'ע חסידים. א חסידישע יונגערמאן
דער יונגערמאן איז רויט און ווייס געווארען און האט אויסגעשאסן בזה הלשון:

Go f*** yourself!! This is a f***ed up place!!
.


א חסידישער יונגערמאן זאל אזוי רעדען?

Go f*** yourself!! This is a f***ed up place!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אביסעל שכל אום מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:51 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:51 pm

וואס איז אמת איז אמת, די באבובער רב שעמט זיך נישט פאר קיינער אין טוט וואס איז ריכטיג, אין טאקע האט ער אויך צוגעפיקסט זיין פלומעניק ביים די״ת.
אמת אז זיינע מענטשן האבן שטארק דרך ארץ פאר עיהם אין וועלן זיך נישט דערוואגן צו זאגן א ווארט אויף היילגע התנהגות פון זיכער מאכן אז ביים דאוונען האלט יעדער מיט אין איז שא שטיל.

אבער אפאר פרטים דארפן געזאגט ווערן, דא רעדט מען פון א בחור (נישט קיין אינגערמאן) א בעל תשובה, נישט מיט אלעמען, לויפט ארום ארץ ישראל כאפן בילדער א גאנצע טאג.

יעצט וואס האט פאסירט אין ביהמ״ד קען איך זאגן ערשט האנטיג ווייל איך האב מיטגעהאלטן לייוו.
די רב קומט כסדר אריין אונעם פאליש טרייבן די עולם זאל גיין דאוונען. פארשטייט זיך אזוי ווי די רב איז געקומען אין תיכף געווארן ליידיג פון מענטשן וואס נעמען פונעם שאנק א חסידישע ספר וגו׳, ווער וויל דען מאכן עגמת נפש פארן רבין?
אבער דא איז געזעצן א בעל תשובה וואס ליידט פון א ראיה מחלות ווי ער האט אליין געברענגט אויפ זיין פעיסבוק בלאט.
די רב האט עיהם איידעל געזאגט ״גיי אריין אונדווענדיג, די גבאים וועלן די צושטעלן א פלאץ״.
דיר אויבער חכם איז געבליבן זיצן אין זיך נישט גערורט, האט די רב נאכאמאל געזאגט ״דא קען מען נישט זיצן, אדער אריין אין ביהמ״ד אדער ארויס פונעם בנין.
דא האט דער בחור צירוק גענטפערט ״פארוואס קען איך נישט דא זיצן?״
סהאט געפעהלט א האר אז אלע אינגערלייט וואס האבן דאס צוגעקוקט זאלן עיהם פארציקן פאר די חוצפה, אבער מאכן זעהן אס מהאנדעלט דא מיט א צורידערטע פארשוין האט קיינער גארנישט געזאגט נאר איין אינגערמאן איז צוגעלאפן אין עיהם געוויזן ער זאל תיכף ארוס גיין.
ביין טיר פון ביהמ״ד האט ער געזאגט צו זיך אליין ״א משוגענע פלאץ דא״!

(איך האב מיגעהאלטן די מעשה לייוו)
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך ליפא » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:54 pm

בארא פארקער האט געשריבן:סהאט געפעהלט א האר אז אלע אינגערלייט וואס האבן דאס צוגעקוקט זאלן עיהם פארציקן פאר די חוצפה

די חרון אף איז גרויס אין הימל ! היתכן מ'האט אים נישט פארציקט!!! אוי געוואלד
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2062
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:56 pm

דאס האט די מוח קטן געלייגט אויפן אינסטעגרעם בלאט
בייגעלייגטע פיילס
IMG_4078.PNG
די מוח קטן פארצייילט די מעשה אויף אינסטעגרעם
IMG_4079.JPG
בילד פונעם קינד
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:19 am

הערטס אויף צו מאלען שטרוי!
ער איז א גר.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:23 am

וְגֵר לֹא-תוֹנֶה וְלֹא תִלְחָצֶנּוּ כִּי-גֵרִים הֱיִיתֶם בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם" (שמות, כ"ב, כ')
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:26 am

בארא פארקער פארמעק דיינע זינלאזע אטאקעס
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:37 am

באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך גראף » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:14 am

בארא פארקער האט געשריבן:״.
אמת אז זיינע מענטשן האבן שטארק דרך ארץ פאר עיהם אין וועלן זיך נישט דערוואגן צו זאגן א ווארט אויף היילגע התנהגות פון זיכער מאכן אז ביים דאוונען האלט יעדער מיט אין איז שא שטיל.




די רב קומט כסדר אריין אונעם פאליש טרייבן די עולם זאל גיין דאוונען. פארשטייט זיך אזוי ווי די רב איז געקומען אין תיכף געווארן ליידיג פון מענטשן וואס נעמען פונעם שאנק א חסידישע ספר וגו׳, ווער וויל דען מאכן עגמת נפש פארן רבין?


גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 861
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 680 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:54 am

ס'איז איום ונורא ווי שלעכט מענטשן (אום-מענטשן) רבנים (רע-בנים) קענען זיין.
ס'איז א גרויל צו זעהן אזא מענטש פירן טיש.
(ניין, כ'בין נישט קיין 45)
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2671 מאל

Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך טרויבן88 » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 4:30 am

איך בין אינגאנצן צימישט, וועם גלייבט מען? @המלוכה והממשלה אדער @בארא פארקער?
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך גדעון » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:32 am

המלוכה והממשלה האט געשריבן:אנגעפירט דורך דעם רבי אליין!. ס'איז נישט ווי ביי אנדערע חסידות'ער וואס דער רבי שטייט ביהיינד די סינס און פירט אהן די שייגעץ שטיק , נאר אין באבוב שטייט דער רבי אליין אין ביהמ"ד און פירט אהן די אקציעס קעגען מענטשן און פארשעמט און ווארפט ארויס.


איך האב נישט די מינדעסטע פארקער מיט באבוב אבער...
דאס איז דאך א מורא׳דיגע מעלה, די רבי אליין נעמט קער אף ביזנעס און טוט אליין די שמיציגע ארבייט, אויף אלע חסידות געזאגט

ווער דארף אז די רבי׳ס זאלן שפילן מיסטער נייס גיי און שיקן נאאיווע בחורים צו טון קאמאנדעווען פאר זיי.

רעספעקט
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 511
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:38 am

טאשער רבי זצ"ל פלעגט אויך אפציעל אינמיטן דאווענען לויפן צו די בעק זיכער מאכן אז מ'שמועסט נישט, דאס פלעג איך זעהן במו עיני,
ס'האט מיר אבער נישט אויסגעקוקט אז ער האט אפי' אויפגעהויבן די אויגן צו טאקע זעהן צו איינער שמועסט ער האט געגעבן אזא לויף און צוריק

ווי איך הער טוט עס דער היינטיגער רבי, אבער אויך אזוי דאמירן בעלמא, צו נישט משנה זיין חלילה,
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:41 am

דאס האב איך געהערט - נישט געזעהן אויב איינער קען קאנפעמירן - אז דער באבובער רבי זצ"ל פלעגט אינמיטן לכה דודי גיין צווישן די טישן פארקלאפן די ספרים און געהייסן מיט זינגען.
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:48 am

מענין לענין הער איך אז ר' יצחק מאשקאוויטש שליט"א דער נייטרא רב אין ווילימאסבורג אויף ראדני סט. איז איינמאל אריינגעקומען אין ווילימסבורג ערב שבת צום דאווענען אין געזעהן די הויפנס וועכנטליכע תורות פליגבלעטלעך, באף וחימה האט ער זיי אלע צאמגענומן געמאכט דערפין איין גרויסע באלל און אריינגעשטיפט טיף אין גארביטש קען זאגנדיג "אזאך וואס שטערט דאס דאווענען האט קיין שום קדושה"

איים סארי, נחזיר לענינינו צו אויספראקן ר' בנציון באבובער,
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:24 pm

עס ווענט זיך ווי חמור שטייט איין
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:25 pm

ברוך שאמר האט געשריבן:עס ווענט זיך ווי די חמור שטייט איין
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:00 pm

@yachad ברוך בואך לשטיבל,

קלער אונז אויף ביטע, איז עס טאקע געווען מלה במלה בזה״ל:

Go f*** yourself!! This is a f***ed up place!!


אדער מעין זה ווי @בארא פארקער שרייבט?
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 482
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

איך בין דער בחור מיט וועמען דאס איז געשען

הודעהדורך yachad » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 3:04 pm

קודם כל א ישר כח צו דער מענטש וואס האט ארויף געלייגט א עקלדיגע בילד פון מיך. פון אלע בילדער ווי איך קוק אויס ווי א נארמאלע מענטש, האסטו אויסגעוועהלט צו לייגן א בילד וואו איך קוק אויס ווי א אפגעפארנער.

א סך מענטשן האבן מיך געענטפערט אז איך זאג ליגענט, אז איך האב א אדזשענדע קעגן בובאב און זייער רבי. טראך אריין א ביסל... פון וואס דארף איך זאגן ליגענט. איך בין יעצט אנגעקומען אין אמעריקע, און אזוי ווי יעדעם ווען זיי קומען אן אין א נייע פלאץ, זיי גייען ארויס עקספלארען. איך האב קיינמאל נישט געדאווענט אין בובאב, איך ווייס ווייניג פון זייערע חסידות. איך האב געהאט א פאר בובאבער בחורים אין מיין דירה אין ארץ ישראל, און יעדע איינער האט געזאגט אז איך זאל אהין גיין אויסטשעקען די מצב. למה לא, איך בין געגאנגען.

איך בין מגייר געווען צוויי יאהר צוריק. איך קום פון א קליינע דערפל אין מיטן וואלד מיט ווייגער פון 100 איינוואוינער. אין מיין כיתה אין סקול ס׳געווען 20 קינדער. איך בין נישט צוגעוואוינט צו א גרועסע עולם און צו א סך מענטשן. די לעצטע יאהר האלב האט חרדה (anxiety), ובפרט חרדה חברתית (social anxiety), מיך זייער א סך אפעקטירט. ס׳איז שווער פאר מיך צו גיין צו שטיבלעך אדער גיין דאווענען אין א ריזיגע פלאץ - ס׳איז יום טוב אין דער וואכן, עס טוהט זיך, ס׳לייבידיג - איך קען עס נישט פארנעמען. איך פיל אזוי ווי איך קען נישט אטעמען, מיין קאפ הייב זיך אן צו דרייען.

דער שבת בין איך געגאנגען דאווענען אין באבוב 48. איך האב צוריק געקומען קיין אמעריקע כדי צו מטפל זיין אויף דער חרדה, און דער שבת איך האב מחלט געווייזן נישט צו לאזן דער חרדה איבער נעמען מיין לעבן. איך האב געטראפן א בענקל ביים זייט וואו איך האב געדאווענט מנחה. גלאך נאך מיין שמונה עשרה, איך האב געדארפט ארויסגיין. איך האב געפילט ווי מיין הארץ לויפט און ווי איך קען נישט אטעמען געהעריג. איך בין געשטאנען אויפן גאס אפשר צוויי מינוט, ווי נאכדעם איך ביו אריין געגאנגען כדי צו הערן קדושה און מיטהאלטן חזרת הש״ץ.

איך בין געגאנגען זיצן אין יענער קליינע שטיבל אויפן לינקע זייט. נישט געזאגט קיין איין ווארט צו קיינעם, און געזיצן דארטן מיט א סידור און א גליון וואס איך האב מיגעברענגט פון ארץ ישראל.

בשעת חזרת הש״ץ איך האב געוואלט צוריק שולט זיין אויף מיך גרייט אריין צו גיין פאר קבלת שבת און מעריב.

פליצלינג זעה איך א קבוצה אריין קומען - ס׳גענעמען א פאר שקאנגעס ביז איך האב געקענט פאקעסענען אויף דער מענטשן (איך דארף א העכערע נאמער גלייזער). פליצלינג זיי איך דעם רבין שטיין פאר מיך, ״גיי אריין אינעווייניג״. איך האב געענטפערט אז איך קען נישט אריין גיין, איך דארף א מינוט כדי צו אטעמען. איך האב נישט געוואלט זאגן ברבים צווישען פרעמדע מענטשן אז חרדה עפעקט מיך, ולכן איך האב נאר געזאגט דעס.

פליצלינג דער רבי הייבט אן צו שרייען (גענוג הויך אז מענטשן אין דער היכל האבן געהערט און ארומגעדרייט קוקן):

״גיי ארויס פון דא, דו האסט נישט קיין שום רעכט אריין צו קומען דא איבערדרייען דער מיך מדרש. דא האט מען א תקנה נישט צו זיצן דא ביים דאווענען״.

איך בין געווען אין שאק. אין מיין חסידות אין ארץ ישראל, וואו מ׳האט מער תקנות ווי דער באבובער האט חסידים, איך בין צוגעוואוינט צו תקנות. איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט.

אזוי ווי ווען איך בין אריין די ערשטע מאל אין מיין חסידות אין ארץ ישראל איך האב געטוהן זאכן נישט וויסענדיק אקעגן די תקנות, מענטשן האבען צוגעקומען צו מיך זאגן ״איינשולדיגט אבער דא פירט מען זיך נישט צו טוהן אזוי״. בסדר גמר. איים סורי.

אפי׳ שבת קוק איך אויס ווי א בובאבער מיך שווארצע זאקן, פערטל שיך און א שיינע טיש בעקיטשע, פון דער לשון פונעם בובאבער רבי איך האב גלאך געוויסט אז ער האט געוויסט אז איך בין געווען א גאסט - טאמער ער וואלט געמיינט אז איך בין געווען א באבובער, ער וואלט געזאגט ״דו ווייסט דער תקנות - אריין אין בית מדרש״, און ער וואלט אויכעט נישט געזאגט ״האסט נישט קיין שום רעכט אריין צוקומען דא״.

מיט א גאסט שרייט מען נישט אן אזוי.

נישט לאנג נאך אנקומען אין מיין חסידות, איך בין געווען ביי די יאהרצייט טיש וואס דער רבי שליט״א האט געמאכט פאר די בחורים. איך בין געשטאנען אין בעק און איינגעלאדענט אויף א פאר גמרות. דער רבי שליט״א קוקט אויף מיך און זאגט אז איך זאל קומען זיצן מיט דער בחורים. נאכן טיש רופט ער מיך אריין אין זיין צימער און האט געפרעגט, ״ווייסט פארוואס איך האב דיך געזאגט אראפציזעצן?״ איך האב געוויסט אז מ׳טאר נישט אפרירען אויף ספרים. קיין איין מענטש האט געוויסט וואס דער רבי האט געטוהן - גארנישט געווען פארשעימט. דאס הייסט א רבי, און וועגן דעם ער איז מיין רבי - איינער וואס ווייסט איינער איז ניי אין בית מדרש, מ׳לערנט איהם אויס ווי אזוי פירט מען זיך דארטן. גראדע, נישט לאנג נאך אראפ זעצן, דער רבי שליט״א זאגט מיט א נארמאלע קול, ״אברומי, הער אויף צו רעדן און הער צו דער מעשה״. מיט איינער וואס ווייסט דער תקנות, מ׳קען זיין א ביסל שארפער, אבער קיינמאל נישט פארשעימן. עס שטייט אין אונזערע ספר התקנות אז א נייע מענטש וואס וויל ווערן איינער פון אנ״ש געבט מען איהם 3 חודשים כדי אנצוהייבן צושטעלן צום תקנות. טאמער ער שטעלט זיך נישט צו, ער הייסט נישט א חסיד. טאמער ער מאכט נישט קיין בעיות אין שול מעג יענער ווייטער דאווענען דארטן. נאר טאמער דרייט ער איבער די פלאץ מעג מען איהם ארויס שיקן.

אגב נאכ׳ן סעודה איך בין געגאנגען צו בובאב 45. דארטן איך האב געטראפן א חבר און מ׳האט געשמועסט. ווען דער רבי דארטן האט אנגעהויבן זאגן תורה, איך בין ווייטער געשמועסן. מענטשליך הער איך איינעם זאגן שטילערהייט ״דא רעד מען נישט ביים רבין׳ס תורה״. איך האב געבעהטן מחילה און גלאך פארמאכט מיין מויל. האכ׳ן טיש איך בין געגאנגען מיט מיין חבר באגלייטן דעם רבין אהיים, און אזוי ווי איז דער וועד געווען אין בובאב ביין אלטע רבין זי״ע, ער האט באמעקט א נייע פנים, און ער איז צוגעקומען צו מיך געבן שלום, און האט געפרעגט פון וואו קום איך און וואו איך וואוין. דאס הייסט א עכטע רבי!

צוריק אין 48 ביים דאווענען, איך האב געזעהן ווי צווישן 20 און 30 חבר׳ה אין יענער צימער, מיך נאך א פאר נייגעריגע אויגן אריין קוקן פון דער היכל - און ווייל דער רבי האט מיך אנגעשריגן פאר זיי (און וועגן די חרדה איך האב פיינט צו זיין סענטער אוו אטענשען), איך בין געווארן אזוי אויפגערעגט.

נישט נאר דעס, אין מיין חסידות רעד מען נישט קיין שום ווארט ביים דאווענען. מיין רבי שליט״א האט דערציילט ביי דער יאהרצייט טיש היי יאהר פון זיין זייעדע א מעשה.

אינדערהיים ס׳געווייזן א גאר גרויסע צדיק (איך האב פארגעסן ווער). ער האט קיינמאל נישט געטוהן קיין עבירה. ווען ער איז נסתלק געווארן און אנגעקומען אויף יענער וועלט, האט ער געדארפט געבן דין וחשבון. דער באשעפער האט איהם געזאגט אז זיין גאנץ לעבן האט ער געטוהן איין עבירה, נאר איינס. פאר דעם האט ער א ברירה - 3 מינוט אין גהינום במדרגה הכי קלה, אדער צוריק גיין צום עולם העשיה צו מתקן זיין דעם חטא. דער צדיק האט געוואלט שוין אריין גיין אין גן עדן, ולכן ער האט אויסגעוועהלט 3 מינוט אין גהינום. יענער צדיק איז געווען אין גהינום (במדרגה הכי קלה!) פאר נאר א פאר שקאנדעס, און ער האט עס נישט געקענט פארנעמען. ער האט גלאך געבעהטן דער באשעפער א נייע גלגול אין עולם העשיה. וואס איז געווען זיין עבירה? אלץ אינגל (יא, אינגל!) האט ער גערעדט איין מאל אין מיטן חזרת הש״ץ.

בחיים שלי רעד איך נישט ביים דאווענען, ביי אונז מיינט עס אויכעט אין אנדערע צימער אינדרויסען פון דער מיך מדרש.

איך האב געבעהטן שיין פונעם רבי אין בובאב א מינוט אראפ זעצן וויל איך האב נישט געקענט אריין גיין, דאס האט מיך שוין אויפגערעגט אז ער האט מיך גורם געווען צו רעדן ביים חזרת הש״ץ, אבער נאך דעם קומט ער מיך אנשרייען?

איך בין דאך א בן אדם - איך בין געווארן אזוי אויפגערעגט און איך האב אויפגעשטאנען און געזאגט קודם אויף ענגליש ״גיי דיך פאקען״, און נאכדעם אין אידיש ״דאס איז א מעסט אפ פלאץ״.

מענטשן זאגן מיך יעצט אז קיינער האט זיך נישט געהערט. איין ווארט האב איך צו דעם - ליידער!

איך גלייב נישט וואס מענטשן זאגן מיך וועגן רבי׳ס און חסידות׳ן, כדי אנצוקומען צו וואו איך בין אנגעקומען איך האב אייביג אליינס אויספראבירט. מענטשן האבן מיך א סך מאל געזאגט שטיתים קעגן סאטמאר, און איך בין אפילו אויסגעווארפן געווארן פון א ישיבה ווייל איך בין געגאנגען באצוכן דעם סאטמאר רבי (קעי דשזעי) נאך ווען דער ראש ישיבה האט מיך געזאגט אז ער איז א רשע. נאכדעם בין איך געשלאפן אינעם גאס א פאר טעג - 3 טעג נאכן ברית מילה!

איך בין אליינס געגאנגען אויסטשעקן סאטמאר, און איך האב געזעהן וואו וואס מענטשן האבן גערעדט איז געווען שטיתים מיט לוקשען.

און יעצט מיט בובאב. מענטשן האבן מיך געזאגט אז ער איז טעראריסט, אז ער איז א משוגע מענטש מין מענטעל פראבלעמען. איך האב נישט געוואלט גלייבן ולכן איך בין אליינס געגאנגען קוקן. און ohhh האט ער מיך אליינס געוויזן וואס ער איז.

שבת ביי נאכט נאכן ארויס גיין און אנקומען צוריק, איך האב געהאט א פאניק אטאקע. מיין פיס זענען געווארן שוואך - איך האב נישט געקענט שטיין, ס׳געווען שווער צו אטענען, מיין הארצט האט געלויפן, און איך האב באקומען א ווייטאג אינעם חזה (chest) און אינעם קאפ.

איך האב נישט פארוואס צו זאגן ליגענט. איך זוך נישט קיין אקשען מיט אנדערע אידן (מיט אראבעס אין ארץ ישראל אההה בין איך גרייט אבער). דאס איז וואס איז געווען און זהו.

אפשר בין איך נישט געווען גערעכט צו זאגן פאק יו (אפי׳ אויב זיי האבן נישט געהערט), און נישט געווען גערעכט צו שרייבן ימח שמו אויף מיין פאסט, אבער דאס מאכט עס נישט אקעי וואס ער האט געטוהן. רש״י זאגט אז איינער וואס שעימט איינעם ברבים איז אזוי ווי א רוצח! מיין רעספאנס איז נישט געווען גערעכט, און חוץ פון דער באשעפער דארף איך נישט בעהטן מחילה פון קיין שום מענטש פאר וואס איז פארגעגאנגען.

יעצט באקום איך מעסעדזשעס פון מענטשן וואס זאגן אז מאה אחוז פירט ער זיך אויס אזוי, אז ער איז טאקע א טעראריסט און יעצט האט ער אליינס מיך געוויזן, און איך באקום מעסעדזשעס פון בובאבערס זאגן אז אלעס איך ליגענט, אז איך בין עובר די מצות און וועגן דעם ער רבי האט מיך אנגעשריגען.

נאכאמאל, האב איך נישט פארוואס צו זאגן ליגענט.

און ווייל איך בין עובר הלכה? מה פתאום. זיי קאכן שטיתים. פון ארויס גיין אן מיין הוט און רעקעל, גיין צום חוף הים (חוף הנפרד כמובן) מיט חברים, אדער קוקן א סרט א מאל א מאל מיט חברים, איך טוה גארנישט אנדערש פון היינטיגע בחורים.

איך האב געדארפט קומען אויף עם־הריקה (ככה קוראים את המקום בחסידות שלי) פאר א שידוך. א פאר טעג פאר דער פליגער דער שדכן קלונגט מיך אן זאגן אז זי איז געווארן א כלה. איך האב געוואלט מבטל זיין דער טיקעט און בלייבן אין ירושלים. איינער האט געזאגט אבער אז איך זאל נאך פארן איך גיין צום בובאבער 48 רבי ווייל ער העלפט א סך גרים. איך בין געגאנגען רעדן מיט מיין רבי, און ער האט געזאגט טאקע אז איך זאל נאך פארן.

און יעצט דאס איז געשען.

איך האב מפרסם געמאכט דער מעשה אויף מיין אינסטאגראם (שעימלעס סעלף פראמא - http://www.instagram.com/jerusalem_yachad) וואו איך האב כמעט 27 טועזענט עוקבים (followers) ווייל איך ווייז פאר מיין חסידים כאלו דער אידישע וועלט - דער גוט און דער שלעכט. האב איך אזוי פיל גרים און בעלי תשובות וואס נאכקוקן מיין פאסטס, און איך האב זיי געגעבן א ווארנונג - אפי׳ מ׳ליינט אז בובאב 48 איז א גוטע פלאץ פאר אונז נייע חבר׳ה - בלייב ווייט. א גר אדער נישט קיין גר, קיין איין מענטש טאר נישט ווערן פארשעמט ברבים על ידי רבי און א משפיע וואס האט חסידים (אפילו אויב זיי זענען געטערארייזטע חסידים). צו יעדע מענטש דארף מען געבן כבוד - פונעם גרעסטע צדיק, צום נידריגסטע איד, אבער ווען א רבי פירט זיך אויס אזוי גיי איך געבן מער כבוד צו דעם קעצי מיט נאר דריי פיסעלעך וואס גראבט אין דער מיסט קאסטן אין מאה שערים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך yachad אום זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 6:51 pm, רעדאגירט געווארן 26 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
yachad
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:11 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 4:11 pm

שלום עליכם גר צדק!
גוט צו הערן פירסט הענד אויף אידיש!
איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט, דער באבובער מעג זיך שעמען.

איך געב דיר א לייק און איך מקיים 36 מצות אין איין מאל!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2671 מאל

הודעהדורך כוכב » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 7:11 pm

כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

Re: באבוב'ע רב כאפט א פסק ווי ס'קומט אים

הודעהדורך טרויבן88 » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 7:15 pm

שלום עליכם רב יחד
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 7:35 pm

א גרויסן דאנק ר' יחד פאר'ן דערציילן דיין געשיכטע ברבים. ליידער גיט מען אפ כבוד פאר יעדן מענטש וואס האט גע'ירש'נט ראביסטעווע און גייט א קאלירפולע בעקישע. ס'איז וויכטיג אז אזעלכע געשיכטעס זאלן נתפרסם ווערן.

מ'מעג אויך זאגן אז הרב יחד איז למעשה נאר איין צד אין דער געשיכטע, אבער מיט דעם ספעציפישן רבי'ן איז גלוי וידוע לכל אז אזוי פירט ער זיך אויף כסדר.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט