בלאט 4 פון 5

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 2:05 pm
דורך גאלד
עמעזאן האט געשריבן:צום קעפל.
...
למעשה דארף נאך מהר"א אויפגיבן היבש בעלות כדי עס זאל ווערן שלום, און אפשר איז דאס וואס האלט עם נאך צוריק פון שלום.


ווייס מיר שוין וואס מהר"א דארף אויפגיבן
און וואס מהרז"ל דארף אויפגיבן כדי עס זאל זיין שלום ווייסטו אויך? אפשר קענסטו דאס אויך ביטע מיטיילן

ס'דאך נישט מער ווי יושר אז יעדער זאל עפעס אויפגעבן, אז מ'רעדט דאך פון שלום,

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 2:46 pm
דורך עמעזאן
די נושא האשכול איז געווען די השערה אז ר' אהרן וויל שלום, וואס אויף דעם האט זיך ידידנו ראובן ארויפגעשטעלט מיט א טענה אז יעצט ווען ער האט נאר צו פארדינען זאל ער נישט קומען ווי א צדיק און א אוהב שלום.
אויף דעם ארויף שרייב איך אז ער דארף היבש אויפגיבן אויב וויל ער שלום.
רז"ל ווער רעדט פון שלום? ער זוכט דאס בכלל נישט.
@גאלד דארפסט נישט אנקוקען יעדע זאך מיט פארכמורעטע ברילן...

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 3:05 pm
דורך גאלד
הייסט רז"ל זוכט בכלל נישט קיין שלום, אקעי, מסכים, שכוח פאר די אויסקלארונג, הצלחה.

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 4:03 pm
דורך עמעזאן
וואס די ברודער זיכען יא צו נישט דאס ווייס איך נישט און מסתם דו אויך נישט, דא האט זיך געשאפן אן אשכול דורך ראובן וואס לפי שמועתו זיכט ר' אהרן צו זיין א רודף שלום, אויף די שמועה באציט זיך די גאנצע שמועס צו ר' אהרן האט נאך די מעגליכקייט צו זיין א רודף שלום, סוי ווי קומט אריין ר' זלמן לייב דא אין בילד??
@גאלד בארוהיגט אייך און פאר איר ענטפערט טראכט אריין צו עס איז מן הענין...

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 5:23 pm
דורך גאנצל
די בני יואל זאל איז אויך שלא מן הענין דא רעדט מען צו ר' אהרן קען שלום מאכן מיט רזל ?

הודעהפורסם: מאנטאג יאנואר 09, 2017 9:04 pm
דורך лпم iοوԴ
כ'הער אז די שלום איז אין פילסטע שוואנג.
ערענסטע פארהאנדלונגען יעדן טאג צווישן אהרונים און זלונים

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:45 pm
דורך אברעימל
עפעס הער איך אז ר' בערל ווייס פון לאס אנזשעלעס איז גרייט צי צאלן 10 מיליאן דאלער עס זאל ווערן שלום, ווייסט איינער מער פרטים דערוועגן?

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:07 pm
דורך 65th
איך פערזענליך בין גרייט צי מאכען שלום פאר 5 מיליון
מיט וועמען דארף מען רעדן?

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:29 pm
דורך אברעימל
מיט וועם שלאגט איר זיך?

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פאר 5 מיליאן דאללאר? וועמען דו ווילסט נאר!

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:45 pm
דורך דעת תורה
דערמאנט די מעשה מיט דעם שנארער וואס איז געקומען אנטראגן פאר ראטשילד א געווואלדיגער דיעל, ער קען דערויף פארדינען א האלב מיליאן פראנק.

--דהיינו?

-- כ'האב געזען געמאלדן אז דו זאגסט צו א גאנצן מיליאן נדן פאר דיין טאכטער'ס חתן, איך בין גרייט איר צו נעמען פאר א האלב מיליאן :-)

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 11, 2017 5:29 am
דורך שבת אחים
גאנצל האט געשריבן:איך כאפ נאך נישט פונקטליך די קנאת סופרים צו אדמו"ר מוויזניץ, ר' מענדעלע האט דאך ווי א טאטעלע זיך אפגעטראגן

אדמור מוויזניץ ןכן האדמור מטאהש האבן זיך געלערנט פון סאטמאר און באבוב אז ס'איז זיך נישטא פארוואס צו שלאגן ס'לוינט זיך נישט פיינענשעלי און וואס מכאפט האט מען סיי ווי

אגב ר' אהרן האט נישט מיט וועם צו שלום מאכם ווייל רז"ל מיט זיין סוויטע וועלן האבן נישט פארוואס דאס צו זוכן

איך זעי נישט אויף וואס ר' אהרן דארף זיך דא אויפשטעלן זאגן חטאתי ווען די 'גאנצע עצם' מחלוקה איז געווען נאר 'אים' צו ראטעווען סאו זיינע חסידים קענען ניט האבן קייו טענות ווייל זיי האבן דאך געוואלט אים ראטעווען פון אנקומען אין פלעטבוש

ראובן אזוי גלייכגילטיג מאכן הנחות און דרייען נישט ווייט פארגאנגענע היסטאריע און לויט דעם בויען הנחות איז א קונץ די גרעסטע שררייבער וואלטן געווארט עטליסט אז אידן וואס זענען יעצט און די דרייסיגער און אפ זאלן אנהויבן וועפן

נץבץ איך וואלט די שורות נישט געדארפט שרייבן משום כמה סיבות אבער שקר און בול שיט בלאף און היסטערי פארדרייעכץ ברויך נאטירלעך פארשריגן ווערן

סתם געשאסן, ר׳ ישראל האט זיך געלערנט פון סאטמאר און באבוב גאר? וואס האט ער זיך געלערנט? ר׳ ישראל איז דער גרעסטער ׳בעל מידות׳ וואס איז פארהאנען צווישן היינטיגע רבנים, די גרעסטע ראי׳ איז אז אין זיין לעבן אפילו מ׳האט אים גערודפט עד חרמה האט ער נישט געפענט די מויל נישט נאר אקעגן זיין טאטען, נאר אפילו איינער האט גערעדט א ווארט א קעגן זיינע גרעסטע שונאים!. פיינענטשאלי זאגסטו? ער האט ארויסגעווארפן זיין נאנסטער אנהעגער און שטיצער ר׳ מ״ד טאבאק בימי חורפו ווייל ער האט געזאגט א סטעטמענט אקעגן זיין טאטען וואס ער האט נישט געוואלט צוריקציען כיודיע.

ער האט זיך וואס צולערנען ביי אזעליכע שקצים מידות און מעש״ט אז ער האט געהאט אזא עלטער זיידע ווי דער אהבת ישראל? דעס האט דאך געבעטן סאשע פון איר מאן ביי די מחלוקה מיט די בני יואל, אז ער זאל טוהן אזויווי איר זיידע האט געטוהן מיט זיינע שונאים ווען ער האט זיך באזעצט אין גרויסווארדיין וואס זיינע גרעסטע קעגענער זענען צום סוף געווארן זיינע גרעסטע חסידים איינזעהנדיג זיין יושר, אמתקייט, אהבת ישראל, און אויסערגעווענטליכע מידות טובות, אבער למעשה האט ער עס געטוהן די ׳טייטלבוים וועג׳ און נישט וויאזוי א אמת׳דיגע ערליכע אויסגעארבעטע איד.

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:52 pm
דורך יעלה ויבא
C/P
*ברעיקינג:* נאך לאנגע פארהאנדלונגען, איז געלונגן פאר הרבני הנגיד ר' *בערל ווייס* הי"ו פון לאס אנדזשעלעס צו אראנדזשירן א שבע ברכות בחצרות קדשינו, נכדי הברך משה זצ"ל, וואס וועט פארקומען *זינטאג מיטאג, בביתו נאווה קודש אין קרית יואל אויף איהעל קט.* מיט די השתתפות פון ביידע אדמורי"ם שליט"א, ואחיהם הגה"צ מ'זענטא שליט"א (דער ריכטיגער בעה"ב פונעם הויז), פון דארטן וועט רבינו שליט"א ארויפפארן קיין *קרית יטב לב בלומענבורג* ווי ס'וועט פארקומען א שבע ברכות לרגל שמחת בנו יקירו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ארשיווע רב וועט אויך דארט זיין?

מ'האט זיך אן עצה געגעבען מיט גולובנציץ? ווייץ איז טאקע ערלעדיגט ווייל היי יאר איז קיינער נישט געגאנגען קיין אריזאנא.

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:43 pm
דורך היסטאריקער
יעלה ויבא האט געשריבן:מיט די השתתפות פון ביידע אדמורי"ם שליט"א, ואחיהם הגה"צ מ'זענטא שליט"א (דער ריכטיגער בעה"ב פונעם הויז), פון דארטן וועט רבינו שליט"א ארויפפארן קיין *קרית יטב לב בלומענבורג* ווי ס'וועט פארקומען א שבע ברכות לרגל שמחת בנו יקירו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א


פון ווי שטאמט זיין בעלות?

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 11, 2017 5:13 pm
דורך נעגעל וואסער
בעלות אהין בעלות אהער..
געענדיקט מיט די מחלוקת... מ'מאכט דאך שלום!

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:31 pm
דורך סקרן
איינער האט א קראנטע מקור?

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 11, 2017 7:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ר׳ אהרן ווייסט שוין פון דעם? מ׳דארף איהם וויסענדיג מאכען. וואס איז זיין ניק?

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 11, 2017 8:54 pm
דורך פליקער
וועלן מיר די אהרונים געבען קרעדיט פאר די ארץ החיים אפצאל, אדער זיי האבן מיך אינדער ערד?

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 6:23 pm
דורך היסטאריקער
פליקער האט געשריבן:וועלן מיר די אהרונים געבען קרעדיט פאר די ארץ החיים אפצאל, אדער זיי האבן מיך אינדער ערד?



יא, ווען די זאליס וועלן מיר צוריקגעבן די געלט פון מיין זיץ אין ראדני און פון נייעם ביהמ"ד וואס די געלט ליגט ביי זיי, וועלן די ארונים בעטן די זאליס זיי זאלן צוריקגעבן די ארץ החיים געלט וואס ליגט ביי די זאליס

הודעהפורסם: פרייטאג יאנואר 13, 2017 1:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אלס נישט פארשטאנען ווי קומט געלט אריין? טאמער שלום איז א ווירדע....

יעצט זע איך שוין. דער האט א זיץ אין ראדני און יענער פעלט א פלאץ אין ביה"ח. מ'דארף אלס ערלעדיגן, קאסט דאך געלט!

הודעהפורסם: פרייטאג יאנואר 13, 2017 12:01 pm
דורך ירח בן יומו

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 13, 2017 7:00 pm
דורך Interesting man
ס'איז שטייט דארטן: "גורמים בחסידות אומרים על כך - "כמו שנתניהו אומר על החקירות שלא היה כלום כי אין כלום"
ס'הערט זיך עפעס נישט גוט, מען נעמט א מראי מקום פון ביבי...
בכל אופן, ס'שטייט נישט וואס פונקטלעך די פראבלעם היינט, נאר אז ס'האט זיך פארסטופט.
בעזר השם ס'וועט זיין גוט...

הלואי ביי אונז אין ניו יארק אזאלעכע בילדער

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 12:43 pm
דורך היסטאריקער
הלואי ביי אונז אין ניו יארק אזאלעכע בילדער

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 5:30 pm
דורך איש את רעהו
די קרקע אין סאטמאר איז שוין רייף פאר א פרישע ספליט
קודם דארף מען פאראייניגן די אלטע שניט
ערשט נאכדעים וועט זיך אנהייבן די ריכטיגע פילוג.