האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:10 pm

הייטיגן טאג האט מרן האדמ"ר מסאטמאר געלאזט הערן זיין נייער מיינונג, נעמליך זיך צו שטעלן צום לשכת הגיוס און אויפהערן צו פראטעסטירן ביי די פראטעסטן מטעם די עדה החרדית.
הערט און האט הנאה.

http://www.bhol.co.il/117175/%D7%94%D7% ... D7%94.html
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:18 pm

די נישט פארדרייטע ווערסיע קענט איר זעהן אין צימעס אונטערן קעפל סאטמאר רב - נגד הפרעות בירושלים
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:30 pm

פארדרייט, נישט פארדרייט, עס איז א נייער שיטה מטעם רבני סאטמאר/עדה/קנאי ירושלים/נטורי קרתא.

פון אלע וואס זענען געשטאנען אויף די לינקע זייט אין אלע דורות זינט די צייטן פון ר' יואל איז ער דער ערשטער וואס לאזט הערן זיין מיינוג קעגן די פראטעסטן. איז דאס נישט א שיטה חדשה פאר א סאטמאר רבי?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:37 pm

אקעי סאו די שיטה חדשה האלט ביי דעם אז די 'ווילדע' פראטעסטן איז נישט אויסגעהאלטן פיין איך הער מ'קען אויף דעם אויך דן זיין (פאר ווער עס קען היסטאריע האט ר' יואל אליין זיך ארויסגעשטעלט קעגן נטורי קרתא'ס שריט)

אבער בנוגע זיך שטעלן צום לשכת און בעטן א דיחו דאס איז קלאר נישט קיין שיטה חדשה נאר פארקערט דעס זיך נישט לאזן שטעלן איז א שיטה חדשה

און בנוגע נארמאלע פראטעסטן וואס עס איז אלס געווען איז ער אוודאי בדעה חזקה אז מ'דארף מיטהאלטן מיט די עדה החרידית אדרבה די גאנצע סיבה פון די דרשה איז אז די היינטיגע זיך צו שטעלן צום יום תפלה זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן אלס א הסכמה צו די ווילדערייען אין שטאט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:43 pm

איז אזוי, ביזט גערעכט לגבי זיך שטעלן אין לשכת אז אזוי איז געווען. אבער אצינד בשעת גזירה האט די עדה געמאכט נייע תקנות, וואס אלע מפלגים אונטער די עדה און אפילו אויערבאך האט עס פארשטאנען, אז מען שטעלט זיך נישט, און נאר אזוי וועט מען קען אדרוכשלאגן די גזירה.
ער איז דער איינציגער צו האלטן אנדערש. איז עס נישט קיין שיטה חדשה אין סאטמאר?

אגב, געדענק איינער עפעס א משל מיט איינער וועמען דער מנהל האט גערופן און ער האט געטוישט זיין מיינונג?...
ער האט דעמאלטס מיאוס בארעדט זיין שוואגער מרן הגה"ק מוהר"י מוויזניץ שליט"א וואס ע"פ עצת גיסו מבעלזא שליט"א געהייסן זיינע בחורים זיך יא שטעלן צום לשכת.
אצינד האט ער שוין אויך געפאלגט דעם מנהל....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:47 pm

איך ווייס שוין נישט וואס חדשה מיינט ?

זאגסט דאך אליין אז די עדה האט געטוישט סאו ווער איז חדשה ????

און בנוגע דיינע אנדערע שורות ווי האט ער געהאלטן די דרשה וועגן דעם ? (טאמער דו רעדסט וועגן די דרשה אין דושינסקי שול ביסטו אינגאנצן אףף)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:50 pm

חדשה מיין איך דא אייגנארטיג. קיינער אין סאטמאר האט נישט היינט אזא שטעלונג.

אין דושינסקי איז געווען קעגן אויערבאך איך רעד נישט פון דעם. איך רעד פון א דרשה בערך פיר יאר צוריק.
דאכט זיך ס'איז געווען ביי א תהילים שעור אין מתיבתא.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 4:21 pm

סאטמארע שיטה איז אלעמאל געווען אייגנארטיג

די דרשה פון וואס דו רעדסט איז דערווייל נאך אומבאקאנט

נ.ב. ווי אלעמאל האט סאטמאר רב זיך אויפגעשטעלט בדברים של טעם און שיין ארויס געברענגט שיטתו און אויף וואס ער שטעלט זיינע ווערטער -און אויך די מציאות הדברים -בעיקר ווייל אזוי האט די פעטער און דער טאטע געטאן און אזוי גיי מיר טאן ווייטער ס'איז כדאי פאר א סאטמאר איד צו הערן

א גוטן טאג
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג מערץ 27, 2017 4:57 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:איז אזוי, ביזט גערעכט לגבי זיך שטעלן אין לשכת אז אזוי איז געווען. אבער אצינד בשעת גזירה האט די עדה געמאכט נייע תקנות, וואס אלע מפלגים אונטער די עדה און אפילו אויערבאך האט עס פארשטאנען, אז מען שטעלט זיך נישט, און נאר אזוי וועט מען קען אדרוכשלאגן די גזירה.
ער איז דער איינציגער צו האלטן אנדערש. איז עס נישט קיין שיטה חדשה אין סאטמאר?


1 אויעבאך איז נישט אונטער די עדה, ער האט גארנישט מיט זיי.

2 די מהלך פון יעדן איז אלס געווען צו זיך שטעלן און נעמען א דיחוי אדער פטור.

3 ביי גזירת לפיד האט יעדער אפילו אגודה און דגה״ת מחליט געווען זיך אינגאנצן נישט שטעלן.

4 נאך גזירה איז געווארן אויס איז אלעס צוריק צום אלטן חוץ פון אויעבאך מחמת סיבות פוליטיות שונות און עקסטרעמע נטו״ק.

5 די עדה מאכט פראטעסטן שלט לבייש את מי שיש לו...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 5:48 pm

@גאנצל מאכט אייך נישט נאריש
ווי קומט יעצט אזוי וויכטיג דאס רעדן קעגן די קשים גרים לישראל ?
עס האט בכלל נישט קיין מקום דאס מבזה זיין יעצט די וואס זענען ארעסטירט געווארן ביי די מחאות, די צעטליך וואס די אייגענע קהילה האט מפרסם געווען צום יום תפילה זאגט אז דער עולם זאל מתפלל זיין קעגן די וועג וויאזוי די פאליציי באגייט זיך מיט די מוחים,

עס איז קיין סוד אז עפעס א מויזל איז דורכגעלאפן צווישן מהר"א און רב אויערבאך א צייט צוריק
יעצט ביים מאכן די יום תפילה איז עס געווען הרב אויערבאך וואס האט זיך געוואנדען צום יונגערען ברודער פון סאטמאר רב ער זאל צושטעלן די יום בקשת רחמים בחו"ל
ועל זה יצא השיטה החדשה...
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:07 pm

וואס איז דער ענין פון רעדען פון דעם צו בחורים? פארוואס וויל ער אריינשלעפען די בחורים אין די ארץ ישראל'דיגע בלאטע? וואס איז עס זיי נוגע?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:11 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז דער ענין פון רעדען פון דעם צו בחורים? פארוואס וויל ער אריינשלעפען די בחורים אין די ארץ ישראל'דיגע בלאטע? וואס איז עס זיי נוגע?


ער איז מקדים אז עס געהערט נישט צו חו"ל בחורים
נאר ער האט אינאיינוועגס געקענט באשטיין די בחורים זאלן אויך הערן אז ווען עס קומט צו אינערליכע נארישע פאליטיק זאל מען זיך פירן איינגעהאלטן נישט צוווילדעוועט.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:12 pm

נישט אויף שבת גערעדט. ער האט אזוי מקדים געווען, ממילא שטימט עס.

און ער זאל מוחל זיין און נישט אנהייבען רעדען אז די בחורים זאלען זיך ניטש צווילדעווען. פארוואס מעג מען מאיר הירש'ס קאר פארברענען און נישט די געבער פון ירושלים?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:20 pm

עכ"פ דער וואס וויל הערען די דברי חכמה פון דער רבי זז"ג, קען עס דא הערען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:35 pm

איך בין נישט קיין מעריץ נישט פון מהר"א און נישט פון מהרז"ל אבער פערצופאל רעדט ער זייער צו די זאך, קען זיין אז עס איז געווען א טעות, אפשר איז ער אנגעטרינקן, אפשר מאכט איינער נאך זיין קול... אך ווייס נישט דעם דרשה זאגט ער גראדע דברים של טעם
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:41 pm

אראפ ארויף
דאס איז ידיעה לכל אז די רבי איז א שוטה א נער מילד גערעדט, ער וועט אייביג רעדן אויף די נישט ריכטיגע פלאץ מיט די נישט ריכטיגע ווערטער.
ממילא איז אי-רעלעווענט דן צו זיין אויף די ארומיגע קרישקעליך, לאמיר פאוקעסן אויף די עצם געדאנק זיינע.

איך א חסיד פון די יונגערע ברודער מוז איך זאגן אז דא איז ער הייליג גערעכט. עס איז א גרויל צו קוקען די בילדער בפרט די לעבעדיגע בילדער וואס בו בעת אונז לערנען זיך אפ פון זיי לימוד ויגיעה בתורה, לערנען זיי זיך אפ פון אונזער געוועזענע גרויליגע התנהגות נאך מיט א שמות אריבער.

עס איז א חילול השם והתורה אז די סמעטענע בני הישיבות פירן זיך אויף ווי פרעים
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1987
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1085 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 7:49 pm

לאמיר צולייגן מיין קורצער מיינונג פון א דרויסנדער שטאנדפונקט - אלס נישט סאטמארער חסיד:

וואס ער האט געזאגט כלפי אויערבאך איז ער מער וויייגער גערעכט. צו סאטמאר רב זצ"ל וואלט דאס אויך געטון? קלאר אז נישט. ער האט זיך אפילו צוזאמגעשטעלט מיט רב שך זצ"ל קעגן ליובאוויטש. סיי ווער עס וואלט זיך צוגעשטעלט צו די שיטה באיזה אופן שיהיה וואלט אים ר' יואליש מקרב געווען באבותות אהבה. ער האט אבער א טענה לגבי די צולאזקייט פון ר' שמואל וואס מהרז"ל פאלט דערפאר, פיין איך קען עס הערן.

דאס וואס ער האט זיך אפן ארויסגעשטעלט קעגן די עדה, אז עס ווערט געפירט ביי הפקר אינגען. ער האט נישט שלעכט געזאגט, עס איז ליידער אמת, אבער עס פאסט נישט פאר אים עס צו זאגן, עס קומט מער פאר א שרייבער אין בלאט.

וואס ער האט געזאגט לגבי די מחאות, איך גיי נישט אריין צו ער איז גערעכט צו נישט, מעגליך אז יא, אבער פאררוף דיך נישט אלס סאטמאר רבי, דאס איז געווען דער אויסגעטראטענער וועג מאז היתה סאטמאר לגוי. יא, איבערצודרייען ירושלים און בונטעווען ביז די גזירה וועט בטול ווערן.

גראדע זיין טענה פארשטיי איך אויך נישט, ביזט מודה אז מען מעג אמאל פראטעסטירן, יעצט ווען יא און ווען נישט? נאר אין מאנהעטן מעג מען? נאר פאר א באגלייטן מעג מען אפשפארן גאסן? נאר פאר ראזנבערג'ס לויה מעג קענט עוו. זיין פארשלאסן? הייסט עס אז גיוס איז נישט גענוג וויכטיג פאר דיר. איך הער.

לגבי דער דחוי האט ער אליינס אנפאנג געהאלטן אנדערש, איך זוך נאך די דרשה וואס איך האב אויבנדערמאנט קעגן וויזניצער רבי פון ב"ב ווען ער האט צוריקגעצויגן און יא געשיקט צום לשכת פאר א דחוי.
נאר אנהייב האט ער געהייסן דער לוחם, אבער ווען זיין ברודער האט אים איבערגעשטיגן האט ער געמוזט נעמען א פארקערטער ריכטונג...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2017 8:05 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:פארדרייט, נישט פארדרייט, עס איז א נייער שיטה מטעם רבני סאטמאר/עדה/קנאי ירושלים/נטורי קרתא.

פון אלע וואס זענען געשטאנען אויף די לינקע זייט אין אלע דורות זינט די צייטן פון ר' יואל איז ער דער ערשטער וואס לאזט הערן זיין מיינוג קעגן די פראטעסטן. איז דאס נישט א שיטה חדשה פאר א סאטמאר רבי?

ס'הייסט. אויב מ'איז א נארמאלער מענטש. און מ'איז מדריך תלמידים צו נארמאלקייט הייסט מען שוין פארדארבן. אפעגעפארן. זיין צודרייט. צושטערן דעם סדר העולם. אט דאס איז גוט. דאס איז קנאות. אונז זעמיר שוין צו לאנג געווען און טאלערירט א מצב פון אנארכיע און צודרייטקייט. ס'איז כלו כל הקינצן. ס'איז שוין די העכסטע צייט אז די רעגירונג. יא די טמא'נע ממשלה זאל אננעמען א שטרענגע האנט אקעיגן די אלע ליידיגייערס און אומזיסטע פרעסערס וועלכע ווערן משוגע פאר ליידיגיין. און זיי קליידן עס אן אין קנאות. ס'שוין צייטט זיי גוט אנצורייסן די ביינער און אריינטראסקען אין חד גדיא אריין. איכא דרכא אחרינא. ומי יאמר למלאך המשחית הרף...! זיי האבן א מנהיג וואס ...שוין...! און ווען ס'קומט א מענטש וואס ער איז א מנהיג פון אן עדה קדושה און ער זאגט א פאר אמת'דיגע דיבורים. און ער געט די ריכטיגע הדרכה, הייסט שוין אז ער האט אויפגעמאכט א נייע שיטה. און ר'איז שוין פסול. די רבי זי"ע איז געווען דער אמת'דיגער קנאי. און זיין הדרכה איז אייביג געווען ריכטיג. נישט אזוי ווי די היינטיגע צודרייטע פארוקטע חברה. נישט ביי די פאררעטערישע צודרייטע נטורי קרתא שטייט איין דאס אידישקייט. זיי האבן דאך געשריבן רבינו סר מן הדרך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14050
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9145 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 8:07 pm

ווער האט געזאגט אז ער איז פסול? איך האלט גראדע אז ער איז גערעכט.

עס איז פארט אבער א גענצליך נייע שיטה פאר א סאטמאר רבי אזוי צו זאגן.

א שיטה חדשה אין סאטמאר.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2017 8:14 pm

גאנצל האט געשריבן:איך ווייס שוין נישט וואס חדשה מיינט ?

זאגסט דאך אליין אז די עדה האט געטוישט סאו ווער איז חדשה ????

און בנוגע דיינע אנדערע שורות ווי האט ער געהאלטן די דרשה וועגן דעם ? (טאמער דו רעדסט וועגן די דרשה אין דושינסקי שול ביסטו אינגאנצן אףף)

גאנצל: דו ביסט 100% גערעכט. די רבי זי"ע בעל דברי יואל האט קיינמאל נישט געהאלטן בשיטה אז מ'זאלל ארויסגיין זיך רייצן מיט די פרייע חברה. אזוי ווי די פאררוקטע נטורי קרתא טוען. און ר' אהרן שליט"א הייבט ארויס דעם פאקט אז די אלע אידן וועלכע זענען געקומען פון ארץ ישראל קיין ווילי, בארא-פארק, קרית יואל און מאנסי זענען געקומען נאכ'ן ערלעדיגן די לעגאלע פאפירן מיט די מיליטער. און דאס אלעס איז געווען בעצת ובהסכמת רבינו הק' מ'סאטמאר זי"ע. נישט זיך גיין רייסן אין די גאסן און אנמאכן איבערקערענישן. איך וויל פרעגן דעם הייליגן ראש ישיבה וועלכער מוטיגט די צו ווילדעוועטע יונגלעך ארויסגיין און אפשפארן הייוועיס און גורם זיין מצבים פון פיקוח נפש. וואו איז ביטל טעירעה....?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14050
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9145 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2017 8:25 pm

איסר האיטלקי: איך וויל מיך נאר שטעללן אויף איין נקודה. דו פרעגסט רעטאריש וואס איז דער חילוק פון אפשפארן גאסן ביי א באגלייטן אדער לויה און די דעמאנסטראציעס וועלכע קומען פאר אין ארץ ישראל אין די היינטיגע טעג בעצת ובהדרכת הרב שמואל אויערבאך שליט"א. די נפקא מינה איז אז ווען מ'האט פארמאכט קענט עוו. ביי די לויה פון ר' יצחק ראזנבערג ע"ה איז עס נישט געווען מיט א צושטערערישן ציהל. מ'האט אפגעגעבן כבוד האחרון פאר א איד וועלכער האט אמת'דיג מקיים געווען דעם יהי ביתך בית ועד לחכמים במלוא מובן המילה. און געטון מעשי צדקה וחסד למעלה מן המשוער, בסבר פנים יפות. איי דער טרעפיק איז געווארן א ביסל געשטערט. אזויפיהל קענמען נאך מקריב זיין. אבער ווען מ'שיקט ארויס יונגע בחורים'לעך אז זיי זאללן זיך צולאזן און צו ווילדעווען און שטערן דאס טעגליכע לעבן אין ארץ ישראל, ווייל זיייער ראש ישיבה האט עפעס אן אגענדא. דאס טויג נישט פון עטליכע זייטן...ביטול תורה... מ'געוויינט איין די יונגע בחורים אז זיי זאללן זיין צולאזט און חוצפה'דיג און ווילד. א סאך פון זיי ווערן ארעסטירט. און ס'קאסט שווערע געלטער און צער און עגמת נפש פאר די משפחות צו דינגען לאיערס זיי ארויסצונעמען פון תפיסה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14050
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9145 מאל

Re: האדמו"ר מהר"א מסאטמאר בשיטה חדשה!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 9:10 pm

דער סאטמארער רב האט זיך צוגעשטעלט צו הרב שך קעגען ליובאוויטש?!
דו מישסט אויס. אין די מחלוקת צווישען ר׳ יונתן אייבשיטץ און הרב יעקב אמדין, האט דער קאשוי רב געבעטען ביים מחנה אפרים אונטער צו חתמ׳ן, אבער דער רי"ט אלגאזי מיט הרב אברהם אבולעפיא האבען אנדערש געהאלטען. טאקע נאכ׳ן זיך משדך זיין מיט דער מהרי"ק וואס ביים חתונה האט דער ראבי"ה מסדר קידושין געווען, האט ער געשמועסט מיט דער ערוך און דארט האט ער טאקע אנדערש פארשטאנען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג מערץ 27, 2017 9:20 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:ווער האט געזאגט אז ער איז פסול? איך האלט גראדע אז ער איז גערעכט.

עס איז פארט אבער א גענצליך נייע שיטה פאר א סאטמאר רבי אזוי צו זאגן.

א שיטה חדשה אין סאטמאר.


וואס איז די גענצליך נייע שיטה אין סאטמאר וועלכע חלק ? וואס איז די שיטה אין סאטמאר בכלל ? (איך רעד ניט פון די עדה)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מערץ 27, 2017 9:45 pm

ענדליך קומט ער צי צום סכל!
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 529
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

הודעהדורך די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מערץ 27, 2017 9:47 pm

אבער ער איז זיג זאג ווי מרופט דאס און מדינת ישרא׳
ער וויל שלום מיטן בעלזער אבער אין די דרשה שטעכט ער איהם בעקיפין.
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 529
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט