אשכנ האט געשריבן:קען זיין אז ער האט פארשטאנען וועליכע פון די רבנים ואדמורי"ם זענען גרייט צו טוהן עפעס וועגען די פראבלעם.
שיטה מקובצת האט געשריבן:אין בחדרי חרדים (נישט די פארלעסליכסטע מקור) שטייט אז רבי מלכיאל קאטלער טראכט אויך זיך מצרף זיין צו די וויזשניצע קמצא/בר-קמצא-בויקאט.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=43005
שיטה מקובצת האט געשריבן:אין בחדרי חרדים (נישט די פארלעסליכסטע מקור) שטייט אז רבי מלכיאל קאטלער טראכט אויך זיך מצרף זיין צו די וויזשניצע קמצא/בר-קמצא-בויקאט.
לעמיל האט געשריבן:יעצט באקומען און טעקסט אז משלחת פון אגודת ישראל בארה"ב האט נעכטען באנאכט באזוכט ביי אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג צו לאדענען און אים מכבד געוועין צו רעדען און ער האט עס אונגענומען, זיי האבען שוין איינעם אנשטוט אדמור מהר"י מוויזניץ
פיינע קאווע האט געשריבן:איך הער יעצט אז אנשי הגז"ל מסאטמאר ארבייטען זייער אויף הרב כ"ץ פון דשזיבוי מאנטריאל ער זאל קומען מתיר זיין דאס הליכה לסיום און רעדן ביים סיום הש"ס. אזוי וועלן זיי אלע קענען גיין צום סיום.
וועלט׳ס פארזארגער האט געשריבן:המשך..
און דא האט זיך שוין ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א אויך אריין געמישט און געבעטן וויזשניצע רבי
זאל טוהן עפעס דערצו.
וויזשניצע רבי האט נאכאמאל גערופען ר' א. נ. פ. און געבעטן אז אגודה זאל אים אפזאגן, איז אגודה צוריק געקומען מיט די זעלבע תירוץ אז ס'איז צו סאך געלט און הרב לאו איז צו א גרויסע פערזענליכקייט און ס'איז שוין צו שפעט.
אזוי האט מען געשלעפט נאך א וואך, וואס די גאנצע וואך האט הרב וואכטפויגל אויך פראבירט צו בעטן אגודה זאל טוהן עפעס דערצו. נאך א וואך פון זיך צוען און וויזשניצע רבי האט געזעהן אז אגודה וועט אים שוין נישט אפזאגן האט ער אריין גערופען די שטוב מענטשן און געזאגט אז זיי זאלן איבערגעבן בשמו אז כל מי שיראת השם נוגע בלבבו זאל זיך צוריק האלטן פון גיין צום סיום.
יענע נאכמיטאג האט מען גערופען פון כמה מנהיגים פרעגן צו ער מיינט יעדן איינעם... האט ער די קומעדיגע אינדערפרי נאכאמאל אריין גערופען די שטוב מענטשן און געהייסן איבערגעבן אז ער צוהט צוריק און ער זאגט נאר פאר זיין עולם זאל זיך נישט משתתף זיין.
ווען זיין פלומעניק די וויזשניצע רבי פון ב"ב האט געהערט פון די גאנצע מעשה האט ער געלאזט וויסן אז ער וועט אויך זיך נישט משתתף זיין.
עד כאן המעשה בקיצור.
לאדיך אפ האט געשריבן:די גאנצע מעשה הייבט נישט אן קלעבן.
א. הרב לאו איז נישט קיין מזרח'יסט. ער איז א חרדי מיט לינקע השקפות.
ב. הרב וואכטפוגל קען נישט רופן קיינעם נאר וויזשינצע רבי? זייט וועט האט ר' מאטעלע מער קלאוט אין די אגודה ווי רב וואכטפוגל. און הרב סולומן? סיריעסלי? דו ווייסט אז סקווערע רבי האט אויפגענומען הרב לאו, סאו הרב סולומן האט א פראבלעם מיט אים? קאם אן.
ג. דו שרייבסט "מ'האט געבעטן די אגודה" - ווער איז "די אגודה"? אגודת ישראל אין אמעריקא האט גארנישט צוטין מיט זיך אפטיילן פון די מזרחיסטן.
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:רב וואכטפויגל הערט עפעס וואס אים געפעלט נישט. וועמען לויפט ער רופן?
אדמו"ר מוויזניץ מאנסי........
קאם אן... גיוו מי עי ברעיק.
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:או יאמר, אז וויזניץ מאנסי רביס זון, ר' ישראל פון מאנסי, האט געקענט באשטיין, אז זיין קאזין, דער נייע געווארענע וויזניצער רבי פון בני ברק, ר' ישראל, זאל נישט האבן קיין קינאוט רעדע ביים גרויסן סיום הש"ס. ער וויל נישט ער זאל ווערן צו פאפולער און גרויס, האט ער אנגעדרייט אזוי, אז ער זאל נישט קומען.
ע' פנים לתורה.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט