דורך לאקש » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 2:42 am
ביקור קודש אין בלומינגבורג זונטאג פרשת ויחי;
רבינו שליט״א וועט אי״ה אנקומען אום 12:00 מיטאג. די רבי שליט״א וועט גלייך צופארן צו די בנין המוסדות ווי עס וועט פארקומען א מסיבת לחיים מיט די ילדי תשב״ר און פארהערן די תלמידים פון כיתות ו׳ ז׳ ח׳ אין זייערע לימודים.
דערנאך וועט פארקומען א פילאנטראפישע באנקעט בבית מו״ה מנחם סאנדער לטובת די נייע מקוה טהרה אין שטאט.
רבינו שליט״א וועט דערנאך צופארן צום בנין המקוה ווי עס וועט פארקומען א מעמד קביעת מזוזה.
מנחה וועט די רבי שליט״א דאווענען אין ביהמ״ד בית יושע דקהלתינו אינאיינעם מיט די חברי הכולל.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה זיוה והדרה
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!