נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג מערץ 27, 2018 8:57 am

לאקש האט געשריבן:דרשת הגה''צ אבד''ק סיגוט שליט''א אצל שקל הטהור


מיר מוזן זיך באדאנקן פאר ידידינו היקר פארן אזוי שנעל אהרן ברענגען די קול חוצב להבות אש יוצא מפה קדשו של שר צבא השם לכל קדשי בית ישראל .
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג מערץ 27, 2018 9:25 am

לאקש האט געשריבן:מאנטאג שמיני א':

די רבי האט מנחם אבל געווען היינט העסקן ר' יונתן מענצער ומשפחתו על פטירת אמו ע"ה.

אויפדערנאכט איז פארגעקומען א לחיים ביים רבי'ן מיט די ראשי קהילה ווי מען האט אויפגענומען א נייע גבאי פאר ביהמ''ד ד'קהילתינו אויף מורטעל הר"ר ר' נפתלי הירצקא שטערן.

דערנאך איז די רבי געגאנגען באקן מצות אין מצה בעקערי ד'קהילתינו אויף בראדוועי, פאר די זמן מעריב איז די רבי ארויס אינדרויסן פון בעקערי ווי די רבי האט געשעפט מים שלנו דערנאך איז די רבי צירוק אריין אין בעקערי.


דאס הייסט אז באלד נאך מערב איז רבינו צוריק אריין אין די בעקעריי? ווארשיינליך צו פארענדיגען די מיירע? ניין?!

יחי אדונינו מורינו ורבינו.....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2013
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2393 מאל

הודעהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג מערץ 27, 2018 1:33 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
לאקש האט געשריבן:מאנטאג שמיני א':

די רבי האט מנחם אבל געווען היינט העסקן ר' יונתן מענצער ומשפחתו על פטירת אמו ע"ה.

אויפדערנאכט איז פארגעקומען א לחיים ביים רבי'ן מיט די ראשי קהילה ווי מען האט אויפגענומען א נייע גבאי פאר ביהמ''ד ד'קהילתינו אויף מורטעל הר"ר ר' נפתלי הירצקא שטערן.

דערנאך איז די רבי געגאנגען באקן מצות אין מצה בעקערי ד'קהילתינו אויף בראדוועי, פאר די זמן מעריב איז די רבי ארויס אינדרויסן פון בעקערי ווי די רבי האט געשעפט מים שלנו דערנאך איז די רבי צירוק אריין אין בעקערי.


דאס הייסט אז באלד נאך מערב איז רבינו צוריק אריין אין די בעקעריי? ווארשיינליך צו פארענדיגען די מיירע? ניין?!

יחי אדונינו מורינו ורבינו.....


נאך מעריב טאר מען שוין נישט באקן מער?
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך לאקש » מיטוואך מערץ 28, 2018 10:53 am

דינסטאג שמיני א':

די רבי האט געלייגט תפילין היינט פאר הבחור בן ר' מאיר מרדכי קאהן.

פארמיטאג האט די רבי געבאקן מצות פאר פסח אין די בית האופה ד'קהילתינו אויף בראדוועי.

נאכמיטאג האט די רבי פארהערט תלמידי כיתה ט' פון בארא פארק,

דערנאך האט די רבי געטיילט כתבים פאר תלמידי כיתה ט' פון וויליאמסבורג בהנהלת ר' יעקב הערמאן.

דערנאך האט די רבי פארהערט תלמידי כיתה ט' בהנהלת ר' משה פריעדמאן אין געטיילט כתבים.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 28, 2018 2:59 pm

לאקש האט געשריבן:דינסטאג שמיני א':

די רבי האט געלייגט תפילין היינט פאר הבחור בן ר' מאיר מרדכי קאהן.

פארמיטאג האט די רבי געבאקן מצות פאר פסח אין די בית האופה ד'קהילתינו אויף בראדוועי.

נאכמיטאג האט די רבי פארהערט תלמידי כיתה ט' פון בארא פארק,

דערנאך האט די רבי געטיילט כתבים פאר תלמידי כיתה ט' פון וויליאמסבורג בהנהלת ר' יעקב הערמאן.

דערנאך האט די רבי פארהערט תלמידי כיתה ט' בהנהלת ר' משה פריעדמאן אין געטיילט כתבים.


די תרי צנתרי דדהבא, הגאון מסיגוט און הקדוש מיפו שליט''א גייען ביידע באנאזאם זיין ביי רבינו ביים סדר? בבחינת שבת אחים גם יחד? ווארום רבינו הערט נישט אויף קיין רגע צו באקן מצות... אתמה!
פילייכט צוליב דעם האט רבי שמואל געדארפט שרייבן דעם הייליגן איגרת אז חתנים זאלן נישט קומען צום סדר פון רבינו אומגעלאדענט? אז ס'זאל פארבלייבן גענוג מצות פאר די צנתרי דדהבא?

לרבינו התפרונות....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2013
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2393 מאל

הודעהדורך לאקש » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 10:38 am

מיטוואך שמיני א':

פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר זאב דייטש, די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות אין ברכות.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 10:52 am

לאקש האט געשריבן:מיטוואך שמיני א':

פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר זאב דייטש, די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות אין ברכות.


פשיהא... סנדקאות און ברכות... א זכיה....

יחי אדונינו מורינו ורבינו יחי....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2013
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2393 מאל

הודעהדורך סקרן » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 11:40 am

לאקש האט געשריבן:מיטוואך שמיני א':

פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר זאב דייטש, די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות אין ברכות.

ווי איז געווען די מנהג צו מאכען א ברית פאר'ן דאווענען?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1080
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 12:22 pm

סקרן האט געשריבן:
לאקש האט געשריבן:מיטוואך שמיני א':

פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר זאב דייטש, די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות אין ברכות.

ווי איז געווען די מנהג צו מאכען א ברית פאר'ן דאווענען?


ס'דא וואס פירן זיך אזוי, און ס'איז דא וואס פירן זיך אזוי...

מיר חסידים ווייסן אז יעדע פעולה וואס רבינו טיט, איז פארבינדן מיט ווירקליכע רזין דרזין דליבא לפומא לא גלי.

אשרינו שיש לנו רבי כזה....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2013
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2393 מאל

הודעהדורך לחיים ולברכה » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 7:34 pm

סקרן האט געשריבן:
לאקש האט געשריבן:מיטוואך שמיני א':

פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר זאב דייטש, די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות אין ברכות.

ווי איז געווען די מנהג צו מאכען א ברית פאר'ן דאווענען?


ביים פריעדיגע סאטמאר רבי אין די לעצטע יארן ווי איך געדעננק איז אויך די בריתן געווען פארן דאווענען

וטעמו פשוט ווייל עס זענען נישט קיין כולל אינגעלייט אין מען ברויך גיין צו די ארבעט
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך לאקש » זונטאג אפריל 01, 2018 9:45 pm

פרייטאג שמיני א' ערב פסח:

נעכטן פאר מעריב איז די רבי געגאנגען שעפן מים שלנו ביי די פעקטארי פון הנגידים ר' משה לעווי אין ר' יצחק פריינד אויף קענט עוועניו, דערנאך איז די רבי אריין אין די אפיסעס פון די נגידים.

היינט אום 11:00 איז די רבי געגאנגען צו שריפת חמץ.

אום 1:00 איז די רבי געגאנגען זיך אומקוקן אויף די ארבעט אין די בית האופה ד'קהילתינו אין בנין התלמוד תורה בנין בית רחל אויף העיווארד וואס איז ספעציעל פאר ערב פסח נאכדעם וואס מען קען נישט צושטעלן פאר יעדן איינעם צילוב די ריבו העם בליע"ה, דערנאך איז די רבי געגאנגען באקן מצות אין די בית האופה ד'קהילתינו אויף בראדוועי.

מערכת סאטמאר טוט וואונטשן פאר יעדן איינעם א כשר'ן און פרייליכן פסח.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך לאקש » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:40 pm

מאנטאג יום א' דחול המועד:

דאנערשטאג ליל בדיקת חמץ נאך מנחה איז די רבי אריבער צו מים שלנו אין די פעקטארי פון הנגידים השותפים ר' משה לעווי אין ר' יצחק פריינד,

ערב יום טוב אום אכט אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' הערשל לויפער,

ארום 11 אזייגער איז די רבי אריבער צו שריפת חמץ אויף ראס קאר ווייט עוו. דערנאך איז די רבי געגאנגען אין מקוה אין אריבער צום מצה בעקערי צו אפיות המצות.

אום פערטל צו אכט איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הג' אין צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה אין אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט די רבי זיך אראפגעזעצט צו זאגן די פסוקים פון הקרבת קרבן פסח אין די סדר העבודה פונעם הייליגן יעב"ץ,

צו קבלת שבת אין מעריב איז נתכבד געווארן האברך ר' יואל ב"ר יודל שטויבער

נאך ויכולו איז די רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל בהתרוממות הנפש,

נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען איו ביהמ"ד ברך משה צום עריכת הסדר מעוטף מיטן טלית אין קיטל, די רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם אין געזינגען די זמירות ווי יעדן שבת שחל בו יום טוב,

די אייניקליך האבן געזאגט די סימנים, הגה"צ רבי אהרן האט אנגעגאסן די כוס צו קידוש,

במשך די סדר האט די רבי עטליכע מאל געזאגט תורה אין א געהויבענע פארנעם, ביי שלחן עורך האט די רבי זיך געיאגט כדי צו קענען עסן די אפיקומן פאר חצות, מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:30.

יום טוב אינדעפרי אום האלב 11 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית אין פארגעזאגט ברכות, מיט פסוקי דזמרא איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' ירמי טייטלבוים חבר הנהלת מוסדות יטב לב, די רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית אין הלל, לכבוד יום טוב האט מען געזינגען די מזמורים פון תתברך אין ממקומך, ביי הלל האט מען געזינגען די אלטע פתחי לי וואס מען האט געזינגען ביי רביה"ק זי"ע,

ביי קריאת התורה זענען נתכבד מיט הוצאה והכנסה דעם רבינ'ס אייניקלעך הרב חיים הערש ראזענבערגער, הרב יחיאל מנחם מייזליש,

כהן האט עולה געווען הרה"ג זושא כץ מורה צדק דקהלתינו

לוי: הבחור ב"ר אלעזר ארי יונגרייז

שלישי: די חבר הבית דין צדק הגה"צ ר' זלמן לייב פילאף

רביעי: הרה"ח ר' ירמי' טייטלבוים

שישי: האט די רבי עולה געווען

שביעי: הרה"ח ר' לייבוש טייטלבוים

הגבה: הרה"ח ליפא קרויס

גלילה: הרה"ח מנחם מארקאוויטש

מפטיר: הרה"ח ר' מנחם טייטלבוים

נאכן צוריקלייגן די ספר תורה אין היכל איז די רבי ארויס אין שטיבל, נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צו טל בענשטן מעוטף מיטן קיטל אין בעקישע פון ריבה"ק זי"ע און טלית פון רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, די רבי געזאגט הננו העני אין האט אנגעהויבן קדיש מיטן ניגון פון טל אין פארגעזאגט די פיוטים מיט גרויס התעוררות,

פתיחה צו טל אין נתכבד געווארן: הרבני הנגיד ר' יודא לייב פערלמוטער

ביי די יום טוב סעודה בביתו נאוה קודש, נאך די צוויבל אייער האט די רבי אנגעהויבן חי השם כנהוג ווי יעדן שבת, ברוך השם האט די רבי מכבד געווען די אייניקל הרב ליפא ראזענבערגער, ברוך קל עליון נכדו הבחור מנחם אפרים, די רבי האט געגעסן א שטיקל פלייש אין געבענטשט, ברכת המזון האט די רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ירושלים שליט''א,

דערנאך האט די רבי געדאווענט תפילת מנחה, בעל תפילה איז געווען הרב ליפא ראנבערגער, בעל קורא אין ראשון האט עולה געווען הגה"צ אב"ד ירושלים שליט''א, שני, הגה"צ ר' אלחנן חיים פילאף חדב"נ, שלישי, הגה"צ רבי אהרן, די רבי איז געגאנגען הגבה, גלילה הרה"ח יודל וויינשטאק,

נאך מנחה האט די רבי זיך געוואשן צו די צווייטע סעודה – שלש סעודות נאך די טשולענט האט די רבי אנגעהויבן די זמירות פון שלש סעודות, די רבי האט געזאגט דברי תורה בעניני דיומא ברכת המזון האט די רבי מכבד געווען הגה"צ רבי אהרן,

מיטל נאכט יום טוב אום 8:35 איז די רבי אריינגעקומן צו מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יענקל אונגאר, נאך מעריב איז מען אריבער זאגן גוט יום טוב

נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צום סדר, כמעשיהו בראשונה כך מעשיהו בשני', די סדר איז אריבער אויף גאר א געהויבנע פארנעם, נאכן פערטן כוס, האט מען געזינגען אדיר הוא יבנה מיט א גרויס התעוררות ארום 4 אזייגער איז די רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו ספירה ציילן, די רבי האט אנגעהויבן לשם יוחד אן פארגעזאגט די ברכה אין די ספירה בקול חוצב להבות אש, נאך זאגן די תפילות האט די רבי זיך געזעצט צום טיש אין אנגעהויבן אחד מי יודע אין חד גדיא, דערנאך האט מען אהיים באגלייט דעם רבין,

אום 10:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית, צו ברכות אין פסוקי דזמרא איז נתכבד געווארן ר' משה בעריש לויפער משמש בית מדרשינו הגדול אין מאנטריאל, צו שחרית איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ירושלים שליט''א, די רבי איז צוגעגאנגען צו הלל,

ביי קריאת התורה זענען נתכבד מיט הוצאה והכנסה הרה"ח יואל ב"ר נפתלי ווייס, הרה"ח זושא זעליג מהנהלת חבורת זכרו תורת משה,

כהן האט עולה געווען הרה"ח מיכל סאנדער

לוי: הרה"ח ישעי מרדכי אינזליכט

שלישי: די ראש הקהל ר' שאול פערלשטיין

רביעי: די גבאי ר' שמואל טייטלבוים

די רבי האט עולה געווען חמישי

מפטיר: הרהח ר' ישראל גאלדבערעגער פון קרית יאול

הגבה: הרה"ח משה שמילאוויטש

צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' יואל,

נאך א קורצע הפסקה האט איז די רבי אריינגעקומען צום טיש, סעודה אסתר בביתו נאוה קודש,

מיטן פיוט האט די רבי מכבד געווען הרה"ח מיכל שלעזינגער, דערנאך האט די רבי געזאגט תורה אויפן פיוט אשר הניא, ווי די רבי האט מאריך געווען איבער די ענין פון קובע זיין א יום טוב ווען מען זעט באבידת הרשעים,

אום 8 אזייגער איז די רבי אריינגעקומןע צו מנחה צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב אברהם לויפער דאראגע רב,

מעריב מוצאי יום טוב האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' ירמי' טייטלבוים, נאך מעריב איז די רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה ציילן,

נאך ספירה איז מען אדורך זאגן א גוטן מועד.

היינט אינדערפרי איז די רבי אריינגעקומן צו שחרית ארום 9:45, צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' הערשל לויפער, הוצאה והכנסה איז מכובד געווארן ר' משה מאיר שווארץ, ר' דוד אהרן בראדי,

כהן: הרה"ח יחזקאל גליק,

לוי: ר' שמואל בנימין שישא

שלישי: הרה"ח חיים פסח גאלדשטיין

הגבה: הגה"צ ר' יואל

גלילה דעם רבינס אייניקל הבחור נתן נטע זון פון הגה"צ אב"ד ירושלים שליט''א,

די רבי האט עולה געווען מפטיר

הגבה אויפן צווייטן ספר הרה"ג נחמן שטויבער מנהל דישיבה גדולה

גלילה: האברך סענדר אשר ראזענבערגער פון קרית יואל

מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח סיני אייזיקאוויטש, נאכ'ן דאווענען איז מען אדורך זאגן א גוטען מועד.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך פורים קטן » מאנטאג אפריל 02, 2018 4:12 pm

לאקש האט געשריבן:מאנטאג יום א' דחול המועד:


היינט אינדערפרי איז די רבי אריינגעקומן צו שחרית ארום 9:45, צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' הערשל לויפער, הוצאה והכנסה איז מכובד געווארן ר' משה מאיר שווארץ, ר' דוד אהרן בראדי,

כהן: הרה"ח יחזקאל גליק,

לוי: ר' שמואל בנימין שישא

שלישי: הרה"ח חיים פסח גאלדשטיין

הגבה: הגה"צ ר' יואל

גלילה דעם רבינס אייניקל הבחור נתן נטע זון פון הגה"צ אב"ד ירושלים שליט''א,

די רבי האט עולה געווען מפטיר

.


חול המועד איז נישטא קיין מפטיר, דער רבי האט ווארשיינליך עולה געווען רביעי
פורים קטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:23 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך לאקש » מאנטאג אפריל 02, 2018 5:08 pm

די נייע נטילת ידים סעט פון רבינו שליט''א
בייגעלייגטע פיילס
photo_2018-04-02_17-31-58.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לאקש אום מאנטאג אפריל 02, 2018 5:33 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך לאקש » מאנטאג אפריל 02, 2018 5:10 pm

די מלכות'דיגע סדר טיש פון רבינו שליט''א
בייגעלייגטע פיילס
photo_2018-04-02_17-09-19.jpg
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

הודעהדורך אויסער געווענדליך » מאנטאג אפריל 02, 2018 9:02 pm

לאקש האט געשריבן:די נייע נטילת ידים סעט פון רבינו שליט''א
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

וואס איז געווען שלעכט מיט די אלטע סט? איך קען עס באקומען טאמער ער דארף עס נישט?

און נאך שאלות האב איך. פארוואס האט מען אזוי געכיפערט חמישי אויף די ערשטע טאג יו"ט? אין מיין מחזור דברי יואל ווערט די מנהג נישט דערמאנט.

טאמער דו קענסט אונז זאגען וויפיל געלט האט געקאסט יעדער עליה, ווער האט פראבירט און נישט מצליח געווען צו קויפען עליות, וואלט איך געווען זייער דאנקבאר.
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג אפריל 02, 2018 9:18 pm

מסתם האט די שרייבער געהאלטן אינמיטן א היציגע דעבאטע אין האט נישט אויפגעכאפט
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך לאקש » דינסטאג אפריל 03, 2018 4:12 pm

היינט נאכט קומט די פאר די יערליכע 'אסיפה כללית' בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בשעה 7:30 בבית מדרשינו הגדול
בייגעלייגטע פיילס
photo_2018-04-03_16-10-58.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לאקש אום דינסטאג אפריל 03, 2018 5:08 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

הודעהדורך אויסער געווענדליך » דינסטאג אפריל 03, 2018 4:36 pm

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

אויף וואס גייט מען מתאסף זיין? די הארבע פראגע, וואס איז געווארען מיט די פארשוואונדענע חמישי? דער קונה איז געווען בדרך רחוקה? און די שאלה פאסירט יעדעס יאר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך לאקש » דינסטאג אפריל 03, 2018 6:19 pm

אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

אויף וואס גייט מען מתאסף זיין? די הארבע פראגע, וואס איז געווארען מיט די פארשוואונדענע חמישי? דער קונה איז געווען בדרך רחוקה? און די שאלה פאסירט יעדעס יאר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

חמישי: הרה''ח ר' ירמי' ט''ב
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך לאקש » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:35 pm

כ״ק רבינו שליט״א יעצט אין בית המדרש הגדול ביים יערליכן אסיפת כללי: אין וויליאמסבורג איז נישטא קיין עירוב.
בייגעלייגטע פיילס
אספיה כללית.mp3
(1.1 MiB) אראפגעלאדנט 249 מאל
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך newkave » מיטוואך אפריל 04, 2018 12:04 am

לאקש האט געשריבן:כ״ק רבינו שליט״א יעצט אין בית המדרש הגדול ביים יערליכן אסיפת כללי: אין וויליאמסבורג איז נישטא קיין עירוב.


הייסט לויט דעם ראזאל איז דער גאנצע ענין פון אן עירוב בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת.
א בושה אז אזא איינער איז אפיציעל א ''רעבע''.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך יין שרף » מיטוואך אפריל 04, 2018 12:05 am

כופר בתורת חז"ל, ובתקנת שלמה המלך.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2733 מאל

הודעהדורך קיפעלע » מיטוואך אפריל 04, 2018 12:48 am

newkave האט געשריבן:
לאקש האט געשריבן:כ״ק רבינו שליט״א יעצט אין בית המדרש הגדול ביים יערליכן אסיפת כללי: אין וויליאמסבורג איז נישטא קיין עירוב.


הייסט לויט דעם ראזאל איז דער גאנצע ענין פון אן עירוב בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת.
א בושה אז אזא איינער איז אפיציעל א ''רעבע''.

ער האט נישט געזאגט אז דער גאנצע ענין פון אן עירוב איז בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת,
ער האט געזאגט אז די "וויליאסבורגע" עירוב איז בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת
קיפעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך אפריל 04, 2018 1:20 am

קיפעלע האט געשריבן:ער האט נישט געזאגט אז דער גאנצע ענין פון אן עירוב איז בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת,
ער האט געזאגט אז די "וויליאסבורגע" עירוב איז בלויז אראפצוווארפן דעם עול פון שבת


איר קענט ביטע מסביר'ן די חילוק פאר די אומוויסענדע..
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 2 געסט