נייעס אין סאטמאר (מהר"יי)

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 16, 2018 2:28 pm

לאקש האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט טויזענט פערצענט גערעכט. די באקסעס זענען א שטארקע באווייז אויף אלס.

און דער עדה החרדית טוט גארנישט פאר פאליטיק, איך ווייס אויך.

לאמיר געדענקען וויאזוי די זאך גייט. וויבאלד עס איז וויכטיג פאר דיר אז רז"ל זאל הייסען א תענית חלום, און די איינציגסטע ראיות זענען באקסעס מיט עדה החרדית, אלזא מוז זיין אז די עדה חרדית איז אן ארנטליכע ארגאניזאציע.

געדענקטס אז די רז"ל פראקציע פיטערט נישט קיין פארטיישקייט.

#שוואנצאנות

די פקחות שפראצט פון דיר עד אין סוף!
יא זיין א בעל מכשיר אויף א מצה בעקעריי דארף מען קענען לערנען!
צו ווערן א חבר הבד"ץ דארף מען קענען לערנען!
ס'שמעקטיר נישט? שלינג אראפ א באטעל טיילענעאול אדער א "טעלער" צוויבל און גיי צוריק שלאפן א לאאאנגע בערישע ווינטער שלאף.

וואס וואלט געשען ווען א מצה בעקעריי וויל א ברענד נעים הכשר פון איינער וואס קען נישט לערנען? וואלט זיי עפעס פאסירט?

און טאמער דער בד"צ פון די עדה החרדית נעמט איינער וואס קען נישט לערנען אלס א חבר, וואס וואלט זיי פאסירט?

וואס איז דער 'דארף'?

#שוואנצאנעס
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9360
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8866 מאל

הודעהדורך לאקש » מאנטאג יולי 16, 2018 3:26 pm

צדיק, אלס אינגערמאן איז ער געוועזן א ברענד נעים?? דו טראכסט פאר דו שרייבסט? אדער דו שיסט אויסגעזויגענע שפראצונגען אלעס כדי צו פארענטפערן די הייליגע בלאט?

ס'איז עפעס זייער אינטערעסאנט אז ביז היינט האט די עדה נאר אריינגענומען ריזיגע אויסגערופענע גאונים, אבער עפעס תשנ"ז האבן זיי געכאפט א ריק לשעה און געוואלט ארייננעמען עפעס א וויסטן עם הארץ פאר באהאלטענע פאליטישע מאטיוון, וואס איך וואלט מיך שטארק געפרייט אויב דו קענסט מיר עס מסביר זיין...

דו פלעגסט אלס אריינקומען מער אויפגעקלערט וואס האט דא פאסירט אזא... אאפפפפפס...?
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 16, 2018 3:43 pm

ביסט טאקע אזא בהמה?
נישט איהם האט מען געוואלט, נאר זיין טאטען.

און רבנים המכשירים זענען פונקט אזעלכע גאונים ווי ר' ברוך טייטלבוים חדב"נ. ובפרט ווען עס איז נאר איין פראדוקט און מ'דארף דאך יעדער שאלה אסר'ן. ווי גענוי פאדערט זיך גאונות?

דיין היסטאריע פון דער עדה החרדית איז פיינע נייעס. רז"ל פאסט אריין טאקע אין א ב"ד מיט דער שר התורה פון דושינסקי והגלילות.

איך האב באזונדער הנאה פון דעם אז דו מיינסט אז דער וואס שפעט אויף רז"ל מוז עס זיין אז ער האט געליינט דער בלאט. און אויפגעקלערטקייט ביי דיר מיינט אויסרימען דער גאונות פון דער חובש הפעלץ לבית ראדני.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9360
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8866 מאל

הודעהדורך טרויבן88 » מאנטאג יולי 16, 2018 3:48 pm

לאקש האט געשריבן:שעפעלע טייערע דו האסט אין דיין קורץ לעבן נישט איבערגעטרעטן די שוועל פון די ישיבה גדולה קווינס!

יעדער איינער וואס האט דארט געלערנט קען דיר זאגן וואס פאר א גאונות מען הערט ביי די שיעורים אין ישיבה נישט נאר ביי סוגיא... דו ווייסט מן הסתם נישט אבער די רבי שליט"א לערנט כסדר פאר שיעורים פאר די תלמידי חלק ד' אין טיפע סגיות פון ש"ס ועוד ועוד...

א יעדע תלמיד חכם פון וויליאמסבורג ווייסט אז חנוכה ווען מען וויל הערן א הערליכע פשעטל אנגעהויבן ביי די גמרות אין די קדשים סוגיות מתובל בדברי ראשונים ואחרונים קומט מען קיין ראדני, און די בחורים ווייסן אז אויב וויל מען הערן א גוט שטיקל ניבול פה אדער וויאזוי מען מאכט די האר פון די כלה בשעת די חופה לויפט מען קיין הופער...

ר' אהרן איז אלע יארן געווען באקאנט פאר איינער וואס האט א ריזן מויל און ווייסט וויאזוי צו דרייען מיט די צונג אז מען זאל מיינען אז ער ווארפט דא צוזאם פיתום מיט רעמסס.. און ווען נישט די בני בראקע כולל אינגעלייט מיט די שטוינענדע פוט-נאוטס אונטער די גאונות פילע פנימי בלתי מוגה שמועסן וואלט ווען געשטאנען דרייסיג מאל אנשטאט פופצן מאל נסתובב השיחה אודות...(אפשר גייט זיך עס יעצט אויפהערן???)
אויף קול סאטמאר קען מען הערן שמועסן פון ר' אהרן?
אויף מערכת סאטמאר גייט ארויף יעדע רעבישע באזוך!! אדרבה זאל מיר איינער געבן ריקארדינוגען פון ר' אהרן'ס בקיאות וגאונות, איך העל אים שטארק דאנקבאר זיין...

הרב הצדיק... איר זענט נעבעך אנגעשטאפט מיט די בלאט קרעפלעך... ווידער זעכרוןנעלעבראכע לעבטאך שוין נישט... ס'איז העכסט צייט אויסצוברעכן די גארביטזש....

ברענג דא ארויף די שיעורים פון ר' אהרן פון פאר שבועות אין ישיבה... און איך וועל ארויפלייגן די סוגיא שיעורים פון רבין שליט"א וואס אגב מען קען עס הערן אויף מערכת סאטמאר, ס'איז נישט קיין סודות...! איינער ווייסט ווי מען קען הערן ר' אהרן'ס שיעורים? איך רעד נישט פון די תהילים טוויטס וואס מזמן לזמן פארשטעקט מען עס ערגעץ ווי אז סזאל חלילה נישט זעהן די שיין פון די זון וד"ל.... איך רעד פון די סוגיא שיעורים וואס פאר עפעס א סיבה (איך האף אז ס'איז א גוטע) גייט עס נישט ארויף אויף קול סאטמאר...

ודו"ק כי קצרתי... אויב ווילסטו ספעציעל זיך פארברייטערן אין דעם ענין... לאז מיך וויסן... אדרבה.

אומגלויבליך אז מען האט אריינגעטרעטן אין אב, עס זעט אויס ווי מען רירט זיך נענטער צי פורים... לאקשעלע פאקטן מאכן זיך נישט איבער, אן עם הארץ ווי זאלי איז נישט דא צופיל... ס'דא וואס קענען עם פון ישיבה, ס'דא וואס קענען עם פון מגיד שיעור פון צעירים ווי זיין גאונות האט נישט געשיינט צי זאגן די ווייניגסטע... זיינע תורות זענען שיין, די סוגיא האט מען שוין לאנג געענדיגט אין קווינס נאכדעם וואס ס'איז געווען א ביטערע ליצנות... קיין תלמיד חכם וועט ער שוין נישט זיין....
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 16, 2018 3:57 pm

וואס עפעס? ער קען זיך זעצען לערנען, ער קען אפדינגען גוטע מלמדים וואס וועלען אריין ארבעטן, קמץ א' א וכו', ביז ער קען עפעס.

דאס איז זיכער אז זיין קאפ איז נישט פארדרייט מיט פשעטליך. ווען ער זעצט זיך לערנען, האט ער א טשאנס צו קענען גראד. נישט ווי............
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9360
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8866 מאל

הודעהדורך לאקש » מאנטאג יולי 16, 2018 4:02 pm

טרויבן88 האט געשריבן:אומגלויבליך אז מען האט אריינגעטרעטן אין אב און עס זעט אויס ווי מען רירט זיך נענטער צי פורים... לאקשעלע פאקטן מאכן זיך נישט איבער, אן עם הארץ ווי זאלי איז נישט דא צופיל... ס'דא וואס קענען עם פון ישיבה ס'דא וואס קענען עם פון מגיד שיעור פון צעירים ווי זיין גאונות האט נישט געשיינט צי זאגן די ווייניגסטע... זיינע תורות זענען שיין, די סוגיא האט מען שוין לאנג געענדיגט אין קווינס נאכדעם וואס סאיז געווען א ביטערע ליצנות... קיין תלמיד חכם וועט ער שוין נישט זיין....

ביסט ממש א צדיק פארן אריינלייגן די לעצטע שורה אז די סוגיה אין קווינס האט זיך שוין גענדיגט, ווען די לייגסט דאס ווען נישט אריין וואלט מען אפשר געקענט מיינען אז איין ווארט פון דא איז אמת...
אבער מיט דיין פארשטינקענע דראנג צו פארענטפערן דיינע יארן לאנגע מוח שווענקונגען האסטו געמאכט אן על הכלל כולו יצא... יישר כח ששיברת...!
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך לאקש » מאנטאג יולי 16, 2018 4:06 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט טאקע אזא בהמה?
נישט איהם האט מען געוואלט, נאר זיין טאטען.

און רבנים המכשירים זענען פונקט אזעלכע גאונים ווי ר' ברוך טייטלבוים חדב"נ. ובפרט ווען עס איז נאר איין פראדוקט און מ'דארף דאך יעדער שאלה אסר'ן. ווי גענוי פאדערט זיך גאונות?

דיין היסטאריע פון דער עדה החרדית איז פיינע נייעס. רז"ל פאסט אריין טאקע אין א ב"ד מיט דער שר התורה פון דושינסקי והגלילות.

איך האב באזונדער הנאה פון דעם אז דו מיינסט אז דער וואס שפעט אויף רז"ל מוז עס זיין אז ער האט געליינט דער בלאט. און אויפגעקלערטקייט ביי דיר מיינט אויסרימען דער גאונות פון דער חובש הפעלץ לבית ראדני.

דושינסקי והגלילות איז א חבר הבד"ץ? דו ווערסט שטומפיגער פון מינוט צו מינוט...
אפשר קען דיר איינער דא געבן שש טעלערס נומער און ער וועט דיר אלעס פארענטפערן מיט א קלארקייט...

און אזא שטיינערנע חלה דעקל ווי דיר וואס העט אראפ רייסן יעדעם איינעם עד הסוף אפילו דער גדול הדור שטערנבוך ווערט יעצט אויס ווייל די עדה איז א מיסט קאסטן פאר עמעראצים...
סארי אבער דו ביסט נעבעך א בלאט אנגעליינטער.
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 16, 2018 4:13 pm

איך מיין דער גאב"ד דעמאלס האט געהייסען דושינסקי, ניין?

עניוועי, עס איז אסאך פאן צו שפילען מיט ענק פארטיי שווענץ. פונקט ווי א קנעפל ווערסטו אנגעצינדען פאר גארנישט מיט נישט.

דער זאלי פארטיי איז פול מיט מענטשן וואס האלטן פון זייער רבי פונקט ווי מיר. די פארטיי וועט ווייטער אנגיין אפילו ווען די גרויסע חכמה פון די גייסטישע פיהרער איז צו שפאט. די מוחות פון די זאלי פארטיי, א. קעסטענבוים מיט ח"מ סטרולאוויץ פיהרען ווייטער על מי מנוחות, און פונקט ווי איזי ענגלאנדער אדמו"ר מבאבוב 48 וועלן זיי זען סייעתא דשמיא עד בלי די.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9360
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8866 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 16, 2018 4:13 pm

דער בזיון התורה איז דאך שרעקליך דא...אזש מ'דארף זיך ווירקליך קריעה רייסן...אין די סאמע ניין טעג... רח''ל אזא ביזיון התסחורה....

דאס גדלות פון רבינו בנגלה ונסתר איז דאך פקיעא שמיה...יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער ווייסט צו פארציילן אז די פראכטפולע פירהאנגען בבית רבינו זענען ברייט צועפענט איטליכער נאכט ( ווארשיינליך אז דער שיין פון די זון זאל אריין שיקן אירע ווארימע שטראלן) און מ'קען באשיינפערליך האבן די זכיה צו זען לייוו ווי רבינו איז גאנצעטע נעכט עוסק בתורת הסוד אינאיינעם מיט זיין לאנג-יעריגער חברותא המקובל אלקי רבי יודא צבי וויינשטאק שליט''א וזיוו פניהם כמראה הקשת ביום ענן.

און ווער געדענקט דען נישט ווי רבינו האט בחריפתו הנורא אזוי טרעפליך צוגעטראפן צום סמיכה לחיים און צום אוהל משה אין די אנהייב ס' יארן, הארט נאכדעם וואס די פארלוירענער עטרה איז ענדליך צוריק געקומען פונעם ווייטן יושנה יצ''ו אין געלאנדעט מיט קראפט אינעם ראדני שול. און ווער רעדט נאך ווען רבינו האט במתק לשונו מחדש געווען דעם וואונדערבארער חידוש געבויעט אויפן חד גדיא געשיכטע פונעם אקס וועלכע האט געשטויסן דעם קוה אזש ס'האט אויסגעבראכן צווישען זיי א העפטיגער געפעכט.. זה אומר כלו שלי וזה אומר כילו שלי....אוי די הייליגע צייטן...און דעם הייליגן שקל שלם חידוש מיט וועלכע דער וועלט האט דאן ג'רעש'ט....איי איי איי אזא סר התסורה רופט מען אן עם הארץ? בלויז ווייל ער לערענט נישט? וואס איז דען?

די אלע מחוצפים וואס שרייען אז רבינו איז אן גראבער עם הארץ..יסכר פיהם דוברי שקר...אזוי ווי ידידינו לאקש שרייט אז רבינו איז שיעור נישט געווארן קיין חבר הבד''ץ... נאר צוליב א נארישער קלייניקייט פון בלויז נישט קענען ביים פארהער איז ער נישט געווארן....יעדער ווייסט אז די טמאנע ארוינים האבן אים דאן אונטער געשיקט א ברויטל געביסן פון א מזל...און אים אונטערגעשטעלט אין די מקוה א פארקערטער אונטער העמד...אז ער זאל צייטווייליג פארגעסן דאס לערנען... סארע רשעים...

לעבן זאל רבינו דער גאון! לעבן זאל דער לאנג יעריגער מצות הכשר ראבינער!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל

הודעהדורך לאקש » מאנטאג יולי 16, 2018 4:19 pm

אה שלום וברכה דער פארשימעלטע קאך לעפל איז צירוק דא נאך א וואך רואיגקייט!! גיי דיר צירוק אין דיין שמיציגע מייזן לאך, קיינער איז נישט אינטערעסירט אין דיינע דברי בלע ושחץ וואס הייד פארק מדבר מתוך גרונך... מיש די קאך לעפל אין די ישיבה בקברו און לאז דעם עולם דא רואיג
א גוטן און נישט צום ווידערזעהן!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 16, 2018 4:26 pm

מיין טייערער ידיד רבי לאקש בארואיגט אייך... ווערט נישט אזוי צוקאכט... איך האב בלויז מחזק געווען דיין טעאריע אז רבינו איז א גאון, אלזא פארוואס אזא אויסברוך? פארוואס אזא גרים צארן? דו האלטסט אפשר אז רבינו איז א גראבער ע''ה ח''ו?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל

הודעהדורך newkave » מאנטאג יולי 16, 2018 4:38 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:דער בזיון התורה איז דאך שרעקליך דא...אזש מ'דארף זיך ווירקליך קריעה רייסן...אין די סאמע ניין טעג... רח''ל אזא ביזיון התסחורה....

דאס גדלות פון רבינו בנגלה ונסתר איז דאך פקיעא שמיה...יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער ווייסט צו פארציילן אז די פראכטפולע פירהאנגען בבית רבינו זענען ברייט צועפענט איטליכער נאכט ( ווארשיינליך אז דער שיין פון די זון זאל אריין שיקן אירע ווארימע שטראלן) און מ'קען באשיינפערליך האבן די זכיה צו זען לייוו ווי רבינו איז גאנצעטע נעכט עוסק בתורת הסוד אינאיינעם מיט זיין לאנג-יעריגער חברותא המקובל אלקי רבי יודא צבי וויינשטאק שליט''א וזיוו פניהם כמראה הקשת ביום ענן.

און ווער געדענקט דען נישט ווי רבינו האט בחריפתו הנורא אזוי טרעפליך צוגעטראפן צום סמיכה לחיים און צום אוהל משה אין די אנהייב ס' יארן, הארט נאכדעם וואס די פארלוירענער עטרה איז ענדליך צוריק געקומען פונעם ווייטן יושנה יצ''ו אין געלאנדעט מיט קראפט אינעם ראדני שול. און ווער רעדט נאך ווען רבינו האט במתק לשונו מחדש געווען דעם וואונדערבארער חידוש געבויעט אויפן חד גדיא געשיכטע פונעם אקס וועלכע האט געשטויסן דעם קוה אזש ס'האט אויסגעבראכן צווישען זיי א העפטיגער געפעכט.. זה אומר כלו שלי וזה אומר כילו שלי....אוי די הייליגע צייטן...און דעם הייליגן שקל שלם חידוש מיט וועלכע דער וועלט האט דאן ג'רעש'ט....איי איי איי אזא סר התסורה רופט מען אן עם הארץ? בלויז ווייל ער לערענט נישט? וואס איז דען?

די אלע מחוצפים וואס שרייען אז רבינו איז אן גראבער עם הארץ..יסכר פיהם דוברי שקר...אזוי ווי ידידינו לאקש שרייט אז רבינו איז שיעור נישט געווארן קיין חבר הבד''ץ... נאר צוליב א נארישער קלייניקייט פון בלויז נישט קענען ביים פארהער איז ער נישט געווארן....יעדער ווייסט אז די טמאנע ארוינים האבן אים דאן אונטער געשיקט א ברויטל געביסן פון א מזל...און אים אונטערגעשטעלט אין די מקוה א פארקערטער אונטער העמד...אז ער זאל צייטווייליג פארגעסן דאס לערנען... סארע רשעים...

לעבן זאל רבינו דער גאון! לעבן זאל דער לאנג יעריגער מצות הכשר ראבינער!


דער ז''ל וואלט זיך געמעגט לערנען צו געבן הכשרים, פון די זון פון זיין ברודער, דער אויבערפירער פונעם פערטן רייך, דער תחת אהרן פון קרי, וועלכע מיט זיין חרון אף ווישט ער וועלטן.
איז זיין זון זאל לעבן האט געגעבן פיינע העחשיירים אין אמסטערדאם, נאכזאגענדיג וועלכע פרויען זענען די שענסטע.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 16, 2018 4:42 pm

"דער תחת אהרן"

וועם מיינסטו מיט דעם? הרה''ק רבי אהרן מבעלז זי''ע? א יא?!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל

הודעהדורך אמת ויציב ונכון » מאנטאג יולי 16, 2018 5:30 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:"דער תחת אהרן"

וועם מיינסטו מיט דעם? הרה''ק רבי אהרן מבעלז זי''ע? א יא?!


דעי נערישע דשאוק האט שוין עקספייערט. ער מיינט דעם גרויסען תחת אהרן וועם די ריפסט רבינו הגה"ק
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך אמת ויציב ונכון » מאנטאג יולי 16, 2018 5:34 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט טאקע אזא בהמה?
נישט איהם האט מען געוואלט, נאר זיין טאטען.

און רבנים המכשירים זענען פונקט אזעלכע גאונים ווי ר' ברוך טייטלבוים חדב"נ. ובפרט ווען עס איז נאר איין פראדוקט און מ'דארף דאך יעדער שאלה אסר'ן. ווי גענוי פאדערט זיך גאונות?

דיין היסטאריע פון דער עדה החרדית איז פיינע נייעס. רז"ל פאסט אריין טאקע אין א ב"ד מיט דער שר התורה פון דושינסקי והגלילות.

איך האב באזונדער הנאה פון דעם אז דו מיינסט אז דער וואס שפעט אויף רז"ל מוז עס זיין אז ער האט געליינט דער בלאט. און אויפגעקלערטקייט ביי דיר מיינט אויסרימען דער גאונות פון דער חובש הפעלץ לבית ראדני.


ליטוואק דו ברענגסט דיך אראפ. ביז דעי נערישע תגובות דא האסטו אויסגעזען ווי אביסל מער א נערמאלע מענטש
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 16, 2018 5:36 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מאנטאג יולי 16, 2018 5:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 16, 2018 5:40 pm

אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:"דער תחת אהרן"

וועם מיינסטו מיט דעם? הרה''ק רבי אהרן מבעלז זי''ע? א יא?!


דעי נערישע דשאוק האט שוין עקספייערט. ער מיינט דעם גרויסען תחת אהרן וועם די ריפסט רבינו הגה"ק


כ'פארשטיי נישט רבינו הגה''ק הייסט דאך כסיל יודא? (בשכמל''ו) ניין? וואו קומט דא אריין תחת? אדער אהרן? אויזער אויב דער בעלזער מיין קאווע מיינט הרה''ק רבי אהרן מבעלזא זי''ע. (אבער מ'טאר נישט פרעגן, ווייל לשיטתך האט שויון דער אנגעבליכער וויץ כקספייערט...)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל

הודעהדורך ליפא » מאנטאג יולי 16, 2018 5:42 pm

אריין אין שמייכל אפטיילונג
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1838 מאל

הודעהדורך אמת ויציב ונכון » מאנטאג יולי 16, 2018 5:52 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:"דער תחת אהרן"

וועם מיינסטו מיט דעם? הרה''ק רבי אהרן מבעלז זי''ע? א יא?!


דעי נערישע דשאוק האט שוין עקספייערט. ער מיינט דעם גרויסען תחת אהרן וועם די ריפסט רבינו הגה"ק


כ'פארשטיי נישט רבינו הגה''ק הייסט דאך כסיל יודא? (בשכמל''ו) ניין? וואו קומט דא אריין תחת? אדער אהרן? אויזער אויב דער בעלזער מיין קאווע מיינט הרה''ק רבי אהרן מבעלזא זי''ע. (אבער מ'טאר נישט פרעגן, ווייל לשיטתך האט שויון דער אנגעבליכער וויץ כקספייערט...)

ערענסטע סוער בעקקקאפ
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג יולי 16, 2018 6:04 pm

לאקש האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:איך האב אריינגעקוקט אין דעם מפלאדיגן פלפול ספר לב אהרן אויף פסחים ער רעדט טאקע דארט עפעס פון פיתום ורעמסס...........

שכח הערעב גאנצל פאר די געוואלדיגע תשובה האסט מיר ממש ליכטיג געמאכט די אויגן.


יישר פלעזשור אלל מיין

דאס קומט אלס הכרת הטוב פאר'ן משמח זיין דעם עולם די לעצטע פאר טאג מיט די גאונות און טיפזיניקייט פון ר' זלמעלע
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך לאקש » מאנטאג יולי 16, 2018 6:13 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:"דער תחת אהרן"

וועם מיינסטו מיט דעם? הרה''ק רבי אהרן מבעלז זי''ע? א יא?!

חס מלהזכיר קלאפ אויף דיין שמיציג מויל!! וויאזוי רופסטו אים? הרה״ק? ער האטאך נישט געהאט קיין בארד נאכן קריג!!!!
קרעדיט תחת אהרן.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יולי 16, 2018 6:18 pm

לאקש האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:"דער תחת אהרן"

וועם מיינסטו מיט דעם? הרה''ק רבי אהרן מבעלז זי''ע? א יא?!

חס מלהזכיר קלאפ אויף דיין שמיציג מויל!! וויאזוי רופסטו אים? הרה״ק? ער האטאך נישט געהאט קיין בארד נאכן קריג!!!!
קרעדיט תחת אהרן.


ניין? אוי גיוואלד...

לאקש לאז דיך אפ פון די אלע שטותים... ךאמיר רעדן תחתליך... ווער האט אונטערגעהויבן דעם כוס יין פאר רבינו די וואך? און ווער האט עולה געווען רביעי...דער עולם דארף דאס נייטיג וויסן... קום אריין מיט א דיטאלירטע באריכט ביטע...חדש ימינו כקדם.. גענוי ווי בעפאר די גאונות זאווערוכע וואס בושעוועט דא אין די לעצטע וויילע....

ידידך באמת ובלב שלום

קאך ('קאק' לפי השונאים! השם ירום קרנם בכבוד) לעפל
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל

הודעהדורך newkave » מאנטאג יולי 16, 2018 6:25 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
לאקש האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:"דער תחת אהרן"

וועם מיינסטו מיט דעם? הרה''ק רבי אהרן מבעלז זי''ע? א יא?!

חס מלהזכיר קלאפ אויף דיין שמיציג מויל!! וויאזוי רופסטו אים? הרה״ק? ער האטאך נישט געהאט קיין בארד נאכן קריג!!!!
קרעדיט תחת אהרן.


ניין? אוי גיוואלד...

לאקש לאז דיך אפ פון די אלע שטותים... ךאמיר רעדן תחתליך... ווער האט אונטערגעהויבן דעם כוס יין פאר רבינו די וואך? און ווער האט עולה געווען רביעי...דער עולם דארף דאס נייטיג וויסן... קום אריין מיט א דיטאלירטע באריכט ביטע...חדש ימינו כקדם.. גענוי ווי בעפאר די גאונות זאווערוכע וואס בושעוועט דא אין די לעצטע וויילע....

ידידך באמת ובלב שלום

קאך ('קאק' לפי השונאים! השם ירום קרנם בכבוד) לעפל


איז דא עפעס נייעס פונעם תחת אהרן, עפעס וואס ער זעט לעצטנס די פרויען טראגן?
אפשר גאר עפעס וואס מאכט ברענגען זרע פונעם הייליגן אמסטערדאמען, דעם בעל זונת מנחם?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך calculator » מאנטאג יולי 16, 2018 6:39 pm

סקרן האט געשריבן:דער גאון איז זיין טיטעל און ווער עס זאגט אז ער האט ארויסגענומען דער גאון עה"ת פון שאנק איז א איך ווייס נישט וואס
תניא איז אפילו נישט די נאמען פונעם ספר די ספר הייסט ליקוטי אמרים מ'האט אנגענומען אין די וועלט זיין נאמען אלס די בעל התניא אבער אים אנצורופן די תניא אין שו"ע איז אן אונגערישע עמערעציס כנלענ"ד
ס'איז סאך א גרעסערע טיטל און א ריכטיגער אים אנצורען די רב {מיט א פתח} אזוי האט ער אלס געהייסן אין גאליציע רוסלאנד וכו'


יעצט געטראפן די מראה מקום עיין שו"ת דברי חיים יו"ד ח"א סימן מו מז ועוד.. שו"ע של "התניא"
זאג נאר די הייליגע דברי חיים איז אויך געווען א אונגארישער.... פאר וואז זאגט ער נישט "רב" מיט א פתח?
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך לאקש » מאנטאג יולי 16, 2018 7:19 pm

שב"ק מטו"מ בצל הקודש, אין מחנה דברי יואל ערשטע שבת צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה גדולה:

ערב שבת אום א פערטל צו אכט איז דער רבי אריינגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד דברי יואל צו מנחה, און איז צגעגאנגען צום עמוד.
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד
נאכן דאווענען איז מען אריבער גוט שבת זאגן, און די געסט האבן שלום גענומען.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל אלטא פיגא צום שולחן הטהור און סעודת שב"ק, אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און די געסט.
אויפן וועג צום טיש, האט דער רבי ארום גערעדט מפי ספרים וסופרים איבערן ענין פון די 'בני גד ובני ראובן', במשנתו פון רבין זי"ע, דער חתם סופר, אוהב ישראל, און ערוגת הבשם.
דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' מנחם אפרים טייטלבוים
די תלמידים האבן אנגעהויבן די זמירות שבת.
אויך האט מען געזינגן במשך די טיש די ניגונים: עד הנה, לולי תורתך, אבינו אב הרחמן, כה אמר ה', רחם בחסדיך, און נאך.

תורה האט דער רבי אנגעהויבן אויפן פסוק אין פר' מטות 'וַיִּשְׁלַח אֹתָם מֹשֶׁה אֶלֶף לַמַּטֶּה לַצָּבָא אוֹתָם וְאֶת פִּינְחָס בֶּן אֶלְעָזָר הַכֹּהֵן', זאגט אויף דעם רש''י 'שהלך לנקום נקמת יוסף אבי אמו וכו', שנאמר מבנות פיטואל מזרע יתרו שפיטם עגלים לע''ז וזה יוסף שפטפט ביצרו, ומזרע יוסף שפטפט ביצרו'.
דער רבי האט נאכגעזאגט דעם ייטב לב, ביי יוסף הצדיק שטייט 'והם לא הכירוהו', אז אפי' די שבטים זענען נישט געווען בשלום מיט יוסף, האט יוסף פארגעסן אלעס וואס זיי האבן אים געטון, און האט נאך מרבה געווען מיט די אחוה נאך מער פון פארדעם.
און אין זכות פון יוסף הצדיק וועט קומען די גאולה שלימה, אפי' אויב איז מען נישט זוכה צום 'אחישנה', ווייל כלל ישראל וועט נישט זיין ראוי, וועט מען אויסגעלייזט ווערן בזכות יוסף, ווי ס'שטייט 'יוסיף ה' ידו שנית'.
האט דער רבי מוסיף געווען, וואס ס'שטייט פון דער רבי פון לובלין, אויפ'ן פסוק 'שלח נא ביד תשלח', אז משה רבינו וואס איז געווען 'שושבינא דמלכא', און מקרב געווען דעם באשעפער צו די אידן, האט געוואלט אז די גאולה זאל זיין דוקא דורך אהרן, וואס איז געווען 'שושבינא דמטרנותא' און מקרב געווען די אידן צום באשעפער, וואס אזוי וועט די גאולה זיין אן אתערותא דלתתא, און וועט זיין א גאולה נצחי.
האט דער רבי געזאגט, אז אין דעם ליגט אויך די זכות פון יוסף הצדיק, דורכדעם וואס ער איז מקרב אידן לאביהם שבשמים, איז ער מיט דעם מוסיף זכותים פאר די אידן.
און דאס איז אויך געווען ווען די שבטים האבן מבזה געווען פינחס, 'הראיתם בן פיתי זה, שפיטם עגלים לע''ז' האט פינחס בשעת מעשה מתפלל געווען אויף זיי, 'וירא פינחס ויפלל' נישט נאר וואס ער האט מעלים עין געווען פון זיי, נאר האט מתפלל געווען אז ס'זאל נישט זיין קיין מגיפה.
און פנחס האט געהאט אין זיך סיי די כוחות יוסף הצדיק וואס האט מפטפט געווען ביצרו, און סיי די כח פון אהרן הכהן, וואס האט מקרב געווען אידן צום באשעפער.
דערפאר זאגט רש"י 'בא הכתוב ויחסו אחר אהרן'.
 
פארן בענטשן האט דער רבי געגעבן די שיירי הכוס פאר הרה"ח חיים משה סטראלאוויטש פון לעיקוואוד.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"נ הגה"צ רבי אלטר ר"מ בישיבה גדולה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פירות, און מען האט געטאנצן 'אז ביום'.
 
שבת אינדערפרי ארום 10 צו 10 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית
צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' ישראל דוב סטראלאוויטש רב דביהמ"ד בוטשאטש אין לעיקוואד
שחרית איז צוגעגאנגען חדב"נ הגה"צ רבי אלעזר ראה"כ
הוצאה והכנסה האברך ר' יצחק זאב מאיער
כהן - ר' בנציון שלמה פאללאק משב"ק
לוי - דעם רבי'נס אייניקל הרב ר' שלום ראטענבערג
שלישי - הגה"צ ירושלימער רב
רביעי – משב"ק הב' שלמה ביקסנשפאן דער הויז בחור 
חמישי הרה"ג ר' מאיר שטערן
שביעי  הרבני הנגיד ר' אליעזר מאיר לעפקאוויטש
הוספות
הרה"ג ר' מרדכי יעקב סטראלאוויטש פון לעיקוואוד
הב' ב"ר ישראל יצחק טעללער
אחרון - הרבני הנגיד ר' חיים משה סטראלאוויטש פון לעיקוואד
מפטיר - הב' יואל וואלדמאן
הגבה - הרה"ח ר' שלמה בלומענפעלד
גלילה - הרה"ח ר' וואלף ראטה
מוסף - הרה"ג ר' מאיר שטערן
פתיחה אנעים זמירות ר' יוסף ווייס
נאכן גוט שבת זאגן האט מען אהיים באגלייט דעם רבי'ן. אויפן וועג האט דער רבי ארום גערעדט איבער'ן ענין פון דאווענען פארן עמוד שבת איידער א יארצייט,
די מיטאג טיש האט דער רבי געפירט בביתו נאוה קודש מיט די בחורים תלמידי הישיבה איניקלעך פון רבי'נס שווער הגה"צ ביסטריצער רב ז"ל.
דער רבי האט אנגעהויבן חי ה'.
ברוך ד' יום יום, האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' מנחם אפרים ט"ב
ברוך קל עליון הב' אהרן בן הגה"צ ר' שמואל שלמה שפיטץ
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין פר' מטות 'וַיִּמָּסְרוּ מֵאַלְפֵי יִשְׂרָאֵל אֶלֶף לַמַּטֶּה', און אויף די רש"י 'להודיעך שבחן של רועי ישראל, כמה הם חביבים על ישראל'.
און האט ארומגערעדט אין די פרשה, במשנתו פון רבין זי"ע. און א ווארט וואס ער האט געהערט פונעם רבי'ן דער ברך משה זי"ע שבת מטות מסעי תשנ''ז אין שעראן ספרינגס.
אויך איז פארפירט געווארן שיינע שמועסן, זכרונות פון נסיעות ביים רבי'ן דער ברך משה זי"ע צו די קברי אבות, און פארשידענע מנהגים איבער גיין אויף קברי צדיקים, און איבער די קהלות הקודש אין דער אלטער היים.

ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען, הב' החתן שמואל לויפער
 
אום 10 צו 9 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה צו עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אברהם וואלף שטויבער מנהל בישיבה
כהן – דעם רבי'נס אייניקל הב' נפתלי שלום גלאנץ
לוי – הרה"ג ר' אהרן ווייס מנהל בישיבה
שלישי – הרה"ח ר' שמואל בראך
גלילה הב' ב"ר בעריש לויפער
 
אודה האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק
שיר המעלות הרה"ח ר' וואלף לעפקאוויטש
ביי תורה האט דער רבי זיך געשטעלט אויפן פסוק אנפאנג פר' מסעי, 'וַיִּכְתֹּב מֹשֶׁה אֶת מוֹצָֽאֵיהֶם לְמַסְעֵיהֶם עַל פִּי ה', וְאֵלֶּה מַסְעֵיהֶם לְמוֹצָֽאֵיהֶֽם'.
בתוך הדברים האט דער רבי ארויסגעברענגט אז יעדער איד האט א תפקיד מעלה צו זיין געוויסע ניצוצין קדישין מיט זיין עבודה, וואס נאר ער אליינס קען מעלה זיין, און נישט קיין צווייטער.
ידיד נפש – משב"ק הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער
מעריב הרה"ח ר' משה שטיינמעטץ.
מוצאי שבת איז פארגעקומען א מסיבה לטובת "קרן ויואל משה" אין ביהמ''ד הג' אין לפידות קאנטרי בהשתתפות רבינו שליט''א, עס האט אויפגעטרעטן העסקן ר' יצחק גרינפעלד חבר הנהלת הקרן,
הרב יואל אשכנזי ר"מ בישיבה גדולה, דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פון רבינו שליט''א.

זונטאג איז פארגעקומען א פת שחרית פאר נדיבים לטובת "מחנה רב טוב" בבית הנגיד ר' אפרים יואל זופניק אין ליזשור לעיק קאלאני בהשתתפות רבינו שליט''א.

דערנאך האט רבינו שליט''א באזוכט די נייע "נחלת אהרן" קעמפ אין דעי טאפ פאר תלמידי ישיבה קטנה בהנהלת הרה''ג ר' יעקב מאיר וויזענפעלד, צום ערשט איז די רבי געגאנגען אין ביהמ''ד, דערנאך ארומגעגאנגען אין די כיתות, דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די אנגייענדיגע בוי ארבעט אין די נייע מקוה.

אויפדערנאכט איז פארגעקומען די יערליכע דינער לטובת מוסדות יטב לב ירושלים, אין ביהמ''ד הג' אין קרית יואל, פאר די דינער האט די רבי געדאווענט מעריב בבית הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער,
דערנאך איז די רבי אריינגעקומען צום דינער אין ביהמ''ד הג', עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' מענדל וואלערשטיין מנהל מוסדות יטב לב,
הגה''צ אב''ד ד'קהילתינו ירושלים שליט''א, דערנאך האט מען געהערט דברות קודש דברים העומדים על הפרק פון רבינו שליט''א.

היינט אינדערפרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הג' אין וויליאמסבורג, דערנאך האט די רבי מנחם אבל געווען אין בארא פארק די משפחה פון מרת מלכה ע"ה, אשת ר' אברהם קויפמאן,
דערנאך האט די רבי מנחם אבל געווען אין קרית יואל הרה''ג ר' חיים יוסף גאטליב על פטירת אמו ע"ה,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לאקש אום מאנטאג יולי 16, 2018 9:27 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!
לאקש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט