דורך לאקש » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 5:32 pm
שבת קודש פרשת שופטים בצל הקודש פון רבינו שליט''א אין מחנה דברי יואל:
ערב שבת אום 10 נאך 8 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ"ד, און צוגעגאנגען צו מנחה,
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן ר' יואל פעלדמאן, ר"מ בישיבה,
דערנאך איז מען אריבער גוט שבת זאגן,
נאך א הפסקה פון עטליכע מינוט, איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש, צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה, אין אוהל אלטא פיגא,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' מנחם אפרים טייטלבוים, זון פון הגה"צ ירושלימער רב,
הגה"צ רבי יואל, האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש,
פאר די פיש האט די רבי געטיילט י"ב חלות פאר די בחורים וועלעכע האבן ארויס געהאלפן במשך די שבתים,
זמירות שבת האבן די בחורים אנגעהויבן, מ'האט אויך געזינגען ניגוני התעוררות,
די רבי האט אנגעהויבן די תורה מיטן פסוק צדק צדק תרדוף למען תחיה וירשת את הארץ, פירש"י ז"ל כדאי הוא מינוי הדיינין הכשרים להחיות את ישראל ולהושיבן אל אדמתן, - שפעטער אין די פרשה פון די ציווי צו שרייבן א ספר תורה פארן מלך שטייט, וקרא בו כל ימי חייו למען ילמד ליראה את ה' אלוקיו לשמור וכו' ולבלתי רום לבבו מאחיו וכו' ולמען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו,
די רבי האט שטארק מאריך געווען מיט'ן ייטב לב אויפן פלאץ, בהקדם דער מאור עינים אויף די גמ' "לעולם יעסוק אדם בתורה שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה", אז די צדיקים פסל'ן אייביג די עבודה פון נעכטן ממילא איז ביי זיי שייך "לעולם" ווייל אפילו ער איז שוין משיג לשמה זענען זיי אייביג מוסיף אויף די עבודה פון פארדעם מיט העכערע מדריגות, טייטשט דער הייליגער ייטב לב "וקרא בו כל ימי חייו" אז די הלכה ביי לימוד התורה איז אז אויף מקרא מעג מען לערנען פאר שכר, משא"כ ביי משנה און תלמוד, זאגט ער וקרא בו, ס'דארף אייביג זיין די בחינה פון שלא לשמה למען ילמד צוציקומען צום לשמה דורך די אנדערע לימודים, ליראה את ה' אלוקיו וועט עס ברענגען די ריכטיגע לשמה,
דער ייטב לב זאגט אבער, אז א צדיק וואס איז אין די מדרגה פון לשמה איז נישט שייך אז ער זאל זיך קענען ריכטיג אפגעבן מיט אידישע קינדער – איז אברהם אבינו וואס ער האט עוסק געווען צו מכניס זיין אידן תחת כנפי השכינה האט געמוזט אוועקגעבן פון זיין עבודה, איז וקרא בו כל ימי חייו אז כאטש ער קען אנקומען צום לשמה, דאך איז ער א גאנץ לעבן א בחינה פון שלא לשמה למעןילמד ,פאר אנדערע אידן איז עס מיט א תנאי לבלתי רום לבבו מאחיו, ווייל טאמער איז ער העכער קען ער זיך נישט מטפל זיין מיט אידן, ולמען יאריך ימים הוא ובניו צו לערנען די דורות הבאים,
דער רבי האט משלב געווען די גאנצע תורה פונעם הייליגן זיידן דער ייטב לב וואס זיין גאנץ לעבן האט ער פון זיך אוועקגעגעבן אלעס צו עוסק זיין און ארויסהעלפן אידישע קינדער,
דער רבי האט אויך צוגעשטעלט די טייטש פון ספה"ק אז א ערליכע איד ווערט אנגערופן א אדם כשר, ווייל אין יו"ד ווערט געפסקנט אז כשר ביי א בהמה איז נאר שייך אויב ער קען דורך לעבן אלע תקופות השנה פון די י"ב חודש, די זעלבע זאך אויב איז געווען אויף דער וועלט און זיך נישט דערשראקן פונעם זרם העולם איז ער א אדם כשר,
דער רבי האט ממשיך געווען די רש"יכדאי הוא מינוי הדיינין הכשריןאז דער רבי זי"ע האט געזאגט אז די אלע מדריגות פונעם ייטב לב איז געקומען פון די אלע שווערע זמנים וואס ער האט מיטגעמאכט דאס האט אים משלים געווען צו די בחינה פון דיינין הכשרין.
אזוי אויך האט דער רבי אויסגעפירט מיט א מעשה פונעם הייליגן ייטב לב בעניני שידוכין, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן די תלמידים להפקד בכל טוב סלה, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע סיפורי קודש פונעם הייליגן ייטב לב.
ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' אלטר גלאנץ,
נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט פירות, אין מ'האט געטאנצן אז ביום,
אויפן וועג אהיים האט די רבי פארציילט איבערן הייליגן יטב לב, ובפרט אויף די סגל החבורה פונעם היליגן צאנזע רב, די ייטב לב אין ר' שמעון יערוסלאבער, ווי אויף איבער די נסיעות פונעם ייטב לב צו "ר אשר'ל ראפשיצער אין צום עטרת צבי פון זידיטשוב אין צום הייליגן רוזונער אין צום ערשטע בעלזא רב זכותם יגן עלינו,
שבת אינדערפרי אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית,
צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען הב' ב"ר שרגא בלומענבערג,
שחרית: דעם רבינס אייניקל הרב שלום ראטענבערג, איידעם פון הגה"צ סיגוטע רב,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה: ר' יוסף לייב ווערצבערגער,
כהן: ר' מאיר הלל ליבערמאן,
לוי: הבה"ח בן הרה"ח ר' שמעון משה טירנויער,
שלישי: ר' אליעזר יצחק שטיינמעץ ר"מ בישיבה,
רביעי: הרב זלמן לייב ב"ר פייוויש טייטלבוים, אייניקל פון רביה''ק זי"ע די ברך משה,
חמישי: הבה"ח בן הרב הערשל פיש,
שביעי: הבה"ח בן הרה"ח ר' חיים דניאל ווייס,
הוספות הבה"ח ב"ר פסח זיגעלמאן, הבה"ח ב"ר יוסף יודא ארי' גוטמאן, הבה"ח ב"ר אליעזר מאיר לעפקאוויטש,
אחרון: הרה"ג ר' שלום שטערן ר"מ בישיבה,
מפטיר: הרב בנימים צבי מאליק אב"ד סאמבור,
הגבה: הרה"ח ר' אייזיק דאסקאל,
גלילה: הב' ב"ר ישראל מאיר ראזענבערג,
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' אליעזר מאיר לעפקאוויטש,
פתיחה אנעים זמירות: ר' הערשל לעפקאוויטש,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידוש פאר די געסט, בביתו נאוה קודש,
הגה"צ ירושלימער רב, האט אויפגעהויבן די כוס צו קידוש,
דער רבי האט געטיילט שיריים, און ס'איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס, איבערן היליגן יטב לב, איבער די הייליגע טשערקאסע רב וואס די וואך געפאלט די יארצייט, אין איבערן הייליגן ר' מאטעלע מ'הארנסטייפל,
די סעודה שבת אינדערפרי האט דער רבי געפירט מיט תלמידי חלק ב',
די רבי האט אנגעהויבן חי' ד',
נאך די זמירות שבת האט די רבי געזאגט תורה זיך שטעלדיג אויפן פסוק שופטים ושוטרים תתן לב בכל שעריך אשר ד' אלקיך נותן לך וגו'
די רבי האט מדייק געווען עטליכע דייקים אין צווישן דעם די סתירה את ה' אלקיך אז עס איז חסד מיט דין, די בעל הטורים איז משלב די צוויי סדרות פרשת ראה ענדיג זיך איש כמתנת ידו כברכת ה' אלקיך אשר נותן לך,
די רבי האט מקידם געווען די ווארט פון בעל שם טוב הקדוש קל נקמות ד' אז די רבש"ע איז אמאל מעניש דורכן מטיב זיין אין געבן השפעות טובות אין דורך דעם איז ער זיך מתבונן אין מען טראכט אריין אין מען שעמט זיך פונעם אייבשטען, אין מען קומט צו צי תשובה דורך די מידת ה' פון רחמים,
דערנאך האט די רבי נאכגעזאט די ווארט פון מגיד משוך חסדיך ליודעך קל קנא ונוקם, אין די ווארט פונעם ייטב לב אויף תהילים קל נושא היית להם ונוקם על עלילותם, אין ווי עס ווערט מבואר אין ספרים הקדושים אז דורך התנשאות קומט מען צו צי התבוננות אויף תשובה,
לפי"ז האט די רבי געטייטשט איש כמנת ידו כברכת ה' אלקיך אשר נתן לך, וואס די סגולה איז אז שופטים ושטרים תתן לך אז א מענטש לעבט מיט א חשבון הנפש צי ער איז אמת'דיג ראוי מקבל צו זיין די השפעות פונעם אייבישטען,,, דאס איז די ה' אלקי וואס די מידת הדין קומט פון די מדת הרחמים.
די רבי האט דערנאך אויסגעפירט מיט דברי הכנה אין הדרכה אויף חודש אלול, אז די אייבישטער געבט אונז טאקע אלע השפעות אין מיר דארפן מאכן די ריכטיגן חשבון הנפש אויף די הייליגע טעג,
ברכת המזון האט די רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אלישע רובין מנהל בישיבה אייניקל פון רביה''ק זי''ע די ברך משה,
אויפן וועג אהיים האט די רבי ארום גערעדט איבער די אהבה וואס מען האט געזעהן ביים ייטב לב צו זיינע תלמידים, אין איבער וואס די ייטב לב האט אמאל געזאגט פאר א בעל הבית אז די וועסט אפזאגען טעג פון מיינע בחורים וועט מען ח"ו מן השמים אפזאגן דיינע טעג, אין נאך ענינים איבערן העמיד תלמידים הגונים,
שבת נאכמיטאג האט הגה"צ ירושלימע רב פארגעלערנט פרקי אבות מיט דברי הדרכה והכנה אויף די הייליגע טעג הבאים לקראתינו
צו מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אום 8:25,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אברהם וואלף שטויבער, מנהל בישיבה,
כהן האט עולה געווען דעם רבינס אייניקל הב' ליפא גלאנץ,
לוי הב' בן הרה"ח משה הערש רייזמאן,
שלישי הרה"ח ר' חיים אליעזר שטויבער, פון קרית יואל,
גלילה הבה"ח בן הרה"ח ר' יודל עפשטיין,
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען,
מיט אודה הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק,
שיר המעלות הרה"ח ר' וואלף לעפקאוויטש פון קרית יואל,
ידיד נפש, משב"ק הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער,
מעריב האט געדאווענט פארן עמוד הרב בנימין צבי מאליק אב"ד סאמבור.
וויזוי האט משה גבאי געזאגט? ונזכה! ונחיה! ונראה!