הכנסת אורחים אין קערעסטיר

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הכנסת אורחים אין קערעסטיר

הודעהדורך ווייל אזוי » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:15 am

הכנסת אורחים אין קערעסטיר:

מיט עטליכע יאר צוריק ארומפארנדיג אויף מקומות הקדושים און מ'האט זיך אפגעשטעלט אין קערעסטיר האט מען געקענט אריינגיין אינעם הויז פון ר' ישעי'לע קערעסטירער זצ"ל וואס איז אונטער די בעלות פון משפחת רובין און טועם זיין מזונות און לקח און דאס אלעס, לכבוד די יארצייט פלעגן זיי צושטעלן אש''ל מלא.

איז געקומען א איד ר' משה יוסף פרידלענדער וואס זיין טאטע שטאמט פון קערעסטיר און געבעטן די רובין'ס אז מ'זאל צושטעלן אויף א גאנץ יאר אויכעט, אבער ס'האט זיך נישט איינגעגעבן, האט ער אליינ'ס אויפגעמאכט א אייגענע מוסד ר' ישעי'לעס גאסט הויז און האט אנגעפאנגען צוצושטעלן אכילה שתיה לינה א גאנץ יאר.

יעצט האבן שוין די רובין'ס אויך אנגעפאנגען צוצושטעלן, אזוי האט מען זיך אנגעהויבן שלאגן ווער קען בעסער צושטעלן, יעדע אדם חשוב וואס זענען אנגעקומען קיין קערעסטיר זענען געשלעפט געווארן צו ביידע פלעצער כאטש פאר א בילד, אנשים פשוטים האט מען אויך פרובירט צו שלעפן, יעדער האט געוואלט ווייזן אז ער איז מער, בעסער, שטערקער פונעם צווייטן.

ביים יארצייט האט איינער געדונגען "די וואך" זיי צו דעקן און די אנדערע "א בליק" זיי צו פאמפן.

אבער ווי נישט ווי האבן די רובין'ס די הויז ווי ר' ישעי'לע האט געדאווענט, איז מענטשן וואס קומען צו פרידלענדער קומען אויך דאווענען אין הויז פון ר' ישעי'לע.

אבער די וואך איז פארגעקומען אזא מעשה, משה יוסל פרידלענדער (וועלכע איז געווען א גרוש)] האט חתונה געהאט, און ווי פארשטענדליך זענען געקומען אסאך מעריציו וידידיו און קיינער האט זיך נישט איינגעשריבן ביי רובין, זענען זיי געגאנגען און פארשלאסן די טיר צו ר' ישעי'לעס הויז אז די פרידלענדער'ס זאל'ן נישט קענען האבן קיין דריסת הרגל.

ווען האדמו''ר מ'פארשעי האט געוואלט גיין דאווענען דארט האבן זיי איהם מודיע געווען אז די געיט בלייבט פארשפארט ווייל ער באלאנגט נישט דארטן.

יעצט ווארט נאר צו זעהן וואס ס'גייט זיך דא אויסקאכן.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 304
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 369 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 3:39 pm

א איינזייטיגע מוחאה
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20180115-WA0042.jpg
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 304
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 369 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יאנואר 15, 2018 4:24 pm

ווען די פארצייטישע ליסקער חסידים וועקן זיך אצינד אויף פון זייער קבר, און זען ווי מ'שלאגט זיך ווער ס'זאל טיילן די פיצא אין ר' ישעי'לעס כאטקע, וואלט זיי ווען דערלעבט א נקמה ווי ס'דארף צו זיין...לעבן זאל די רעוואלוציע...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1704
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1858 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 15, 2018 5:54 pm

איך בין מוחה אויף א צעטעל וואס רופט אן ארץ העמים ׳עיר הקודש׳. ארץ העמים איז טמא, נאר א"י איז הייליג.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג יאנואר 16, 2018 9:06 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין מוחה אויף א צעטעל וואס רופט אן ארץ העמים ׳עיר הקודש׳. ארץ העמים איז טמא, נאר א"י איז הייליג.

אפאר שטרוי זעק מאכן זיך משוגע און נאריש פשוט ווייל קיין קברים איז לעצטענס נישט דא און די שייטליך דזאוק ארבעט נישט רב שטיינמאן איז שוין נישט דא זיי זענען טיף אין דער ערד
געב זיי די קליין שטות זיי צו געבן וואס צו טוהן אביסל
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 11:18 am

מעשה פלא.
אויב איינער קען מברר זיין די אמת'דיג קייט וואלט געווען גוט.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20180118-WA0026.jpg
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 304
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 369 מאל

הודעהדורך יהודי פשוט » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 9:50 pm

די מעשה איז שקר גמור, דער איד האט אלעמאל געגעבן שאלעשידעס ביי זיין טאטנ'ס יארצייט אין אודווארי, און אזוי האט ער אויך געטוהן היי-יאר, נאר היי-יאר האט ער נאר געגעבן א האלבן שאלעשידעס ווייל דער אודוואריער רב האט אויך געהאט יארצייט... דאס איבריגע איז שקר לא דובים ולא יער...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 614
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » זונטאג יאנואר 21, 2018 3:32 am

דער יידעלע פראוועט א געוועזענליכע יאהר זיין טאטענ'ס יאהרצייט לויט דער גרעגאריאנער דאטום?

ווי קען זיין אז א געוועזענליכע יאהר געפאלט זיין טאטענס יאהרצייט נישט אינעם זעלבן וואך ווי דעם אודווארי'ערס טאטע-זכרונו-לברכה?

ולמבינים פתרונים...
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך יהודי פשוט » זונטאג יאנואר 21, 2018 9:51 pm

איך וועל עס פרובירן צו פארשטיין געבן, לאמיר זאגן אז זיין טאטנ'ס יארצייט איז כ"ו טבת וואס איז היי-יאר געפאלן שבת פרשת וארא האט ער געוואלט געבן שאלעשידעס אין טאג פון יארצייט, פאראיאר אבער איז כ"ו טבת געפאלן דינסטאג וארא, האט ער געגעבן שאלעשידעס שבת שמות אין בעפארשטייערונג צום יארצייט... מען ברויך טאקע האבן אלבערט איינשטיין פאר אזא גאונות....
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 614
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 5:24 pm

וואס איז געווארן דארט אין קערעסטיר? לכאורה האבן די רובין די בעלות לויט ווי איך פארשטיי, אבער פריעדלענדער טיילט עסן.
אינטערסאנטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:25 pm

אינטערסאנטער האט געשריבן:וואס איז געווארן דארט אין קערעסטיר? לכאורה האבן די רובין די בעלות לויט ווי איך פארשטיי, אבער פריעדלענדער טיילט עסן.


ווארשיינליך...

איז דא נאך עפעס וואס די וואלסט ווען געוואלט וויסן?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1704
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1858 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:49 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:וואס איז געווארן דארט אין קערעסטיר? לכאורה האבן די רובין די בעלות לויט ווי איך פארשטיי, אבער פריעדלענדער טיילט עסן.


ווארשיינליך...

איז דא נאך עפעס וואס די וואלסט ווען געוואלט וויסן?


אזא העפליכקייט פון דיר.
אינטערסאנטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך מאטל שניידער » פרייטאג אפריל 13, 2018 11:36 am

מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
באניצער אוואטאר
מאטל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך טראכט א מוניט » דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:13 pm

די רובין׳ס הכנסות אורחים איז נתייסד געווארן דורך הרה״ח רבי מאיר יוסף רובין שליט״א מקערעסטיר קרית יואל די פאר 3יאר צוריק האט ער ל״ע געליטען א ערענסטע מחלה דעמאלטס איז די הכנסות אורחים אריבער צו אחיו רבי ישעי׳ פון וויליאמסבורג און זיין שוואגער רבי אלי׳ גראס
רבי מאיר יוסף איז נאנט מיט ר משה יוסף
ר משה יוסף באזיכט ביי רבי מאיר יוסף ווען ער איז אין קערעסטיר
בייגעלייגטע פיילס
319BFE7C-850C-473E-8070-5997EE4C41DD.jpeg
טראכט א מוניט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2018 9:59 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט