חצה"ק וויזניץ גיבערס - האדמו"ר הגה"ק מוהרמ"מ שליט"א

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

Re: חצה"ק וויזניץ גיבערס - האדמו"ר הגה"ק מוהרמ"מ שליט"א

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 01, 2018 12:11 pm

אז עס איז ׳געשען׳, איז עס נייעס? דו רעדסט פון שטותים מיט נאנסענס, עס איז פאבריצירטע נייעס. עס באלאנגט מיט דיבוקים און פאראדען אין גאס.
נייעס לשם נייעס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

הודעהדורך סקרן » פרייטאג יוני 01, 2018 12:25 pm

מ'האט געמאכט א פשרה געהערט פון איינע פון ירושלימער רבי'ס אייניקליך
ער קען נישט אויפגעבן די רביסטיווע נאר ער קען גיין אליינס אין גאס מיט נאך צוויי זאכען
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » פרייטאג יוני 01, 2018 1:45 pm

שטעקן, אן גבאים און דארף נישט אונטערשרייבן הק'.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1307 מאל

הודעהדורך שלומה » דינסטאג יוני 26, 2018 6:51 am

די גאס רעט מען ווען ער גײַט אין מאנהעטען וועגען עסקנות-שפיטאל.
רבי,קוויטליך, יא.
גאלדענע בעקעטשע מיין איך אז נישט.
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!
שלומה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 24, 2017 12:05 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג יולי 02, 2018 10:36 pm

שלומה האט געשריבן:גאלדענע בעקעטשע מיין איך אז נישט.

וואס איז ער קען נישט גיין אין שפטאל מיט א גאלדענע בעקיטשע?
אדער פשוט ווייל ער האט נישט געטראפן די קאלער אין דיזיין וואס ער האט ליב?
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג יולי 10, 2018 11:01 pm

אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי-מאנסי האט געוויילט די פארגאנגענע שבת אין גיבערס און געפראוועט אין די ישיבה כמנהג אביו וואס פלעגט ארויספארן צו די ישיבה אין די דריי וואכן. זיין ברידער אדמו"ר מ'וויזניץ-מאנסי-גיבערס איז זיך געקומען משתתף זיין ביים באטע נאכדעם וואס ער האט געענדיגט פירן טיש אין ביהמ"ד הגדול אין שטעטל.
ספעציעלע לעקטערס זענען אויסגעשטעלט געווארן אויף די גאסן וואס פירן צום שטעטל, צו באלייכטן די וועג פאר אידן וואס קומען צום טיש פרייטאג צונאכטס. א באטייליגטע וואס האט מיטגעהאלטן דארט גאנץ שבת גיט מיר איבער אז די ליפט איז געווען הייס און ס'האט זיך געשפירט אז ס'פעלט נאר אויס איינער זאל צולייגן א שוועבעלע און דאס גאנצע פלאקערט אויף.

פון די אנדערע זייט הער איך אז די וויזניץ-מאנסי-גיבערס רבי האט זיך אפגערעדט פאר'ן ברידער אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי-מאנסי אז די טאטע פלעגט אים גיבן יעדע חודש 12,000 דאללער פאר די מוסדות און איצט אז דאס האט זיך אויפגעהערט מיטשעט מען זיך געפערליך. האט די ברידער געזאגט אז איין מאל א וואך זאל ער קומען קיין מאנסי פראווען דעם עולם און אויפטרייבן געלט.

זייער שיין
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2536
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

הודעהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יולי 10, 2018 11:04 pm

ווי אויך האט מען געמאכט אן עירוב ביז אריבער די 42 ראוד פאר די ארומיגע קאלעניס זאלן קענען קומען מיטהאלטן דעם שבת
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך חקרן » מאנטאג יולי 16, 2018 12:11 am

שמעון וואלף שרייבט אבי אין די לופט... די לופט איז געווען הייס, אויסגעפעלט א שוועבל... לא דובים ולא יער, הויבט זיך נישט אן. די אחדות און געשמאק אויף דעם ארט איז אין לשאר, יעדער גייט כפי אוות נפשו, מען גייט אהער און אהין און אלעס פארט געשמאק.

די וואך פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען, איז דער גיבערס רבי אראפגעקומען אין ישיבה זאגן גוט שבת פאר זיין עלטערע ברודער. די בחורים האבן דעמאלס געהאלטן אינמיטן זינגען שלום-עליכם, בשעת דער רבי איז געזעצן אינמיטן. דער גיבערס רבי איז אריינגעקומען און מאנסי רבי האט זיך אויפגעשטעלט לכבודו. עס איז געווען אן ערהאבן בילד צו זען, ווי אזוי די בחורים זינגען אשת חיל און די צוויי ברידער שטייען אינמיטן, זיך אנכאפנדיג בחביבות און שמועסן צווישן זיך. ר' חיים מאיר - דער זוהן פון מאנסי רבי - איז צוגעגאנגען צום פעטער פרעגן צי מען זאל ברענגען א בענקל און ער וועט זיך אראפזעצן, אבער דער גיבערס רבי האט עס אפגעזאגט.

שפעטער האט מען געהערט, אז עס האט געהייסן אז דער מאנסיער רבי וועט צוגיין צום טיש פון זיין יונגערע ברודער אין גיבערס, דעריבער איז דער גיבערס רבי געקומען בעטן פון זיין עלטערע ברודער אז ער זאל נישט קומען, וויבאלד עס פאסט נישט און עס איז נישט לפי כבודו אז ער זאל צוקומען.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 534
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יולי 18, 2018 5:58 pm

איך האב גערופן א חבר מיינער וואס וואוינט אין גיבערס און איך האב אים געפרעגט צי סאיז אמת אז די לופט איז געוועהן הייס? זאגט ער אז ער ווייסט גארנישט דערוועגן, פונקט פארקערט אלץ איז זייער שיין און אחדות׳דיג. קיינער אין וויזניץ ווייסט נישט צוזאגן וועגן אזעלכע פוסטע אויסגעטראכטע מעשיות. ר׳ מאטעלע׳ס קינדער גייען זיך נישט קריגן איינער מיטן צווייטן... איך האב דאס שוין געשוואוירן 25 יאר צוריק ווען מ׳פלעגט מיר זאגן ״וועסט שוין זעהן ווען די רבי וועט שטארבן ווי זיי גייען זיך ארומקריגן״... זיי זענען נישט די קריגערישע טייפ... שמעון וואלף קום אויף מיט בעסערע מעשיות... ר׳ ישראל איז נאכאלץ אין גיבערס ער איז דארט פאר די דריי וואכן און אלעס איז בשלום ובשלוה.
הוא היה אומר:

״זיי גוט [i]צו[/i] א יעדען איינעם אבער נישט [i]מיט[/i] יעדען איינעם״

הסב״ק מוויזניץ זצ״ל

און איך זאג אז ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון די משנה וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין פרקי אבות...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3536 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יולי 18, 2018 8:30 pm

שבת, געב אכט וואס דו זאגסט! ס'קען אויסברעכן יעדן טאג, זיי נישט קיין צועק לשעבר...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1307 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג יולי 23, 2018 2:46 am

שבת אחים האט געשריבן:איך האב גערופן א חבר מיינער וואס וואוינט אין גיבערס און איך האב אים געפרעגט צי סאיז אמת אז די לופט איז געוועהן הייס? זאגט ער אז ער ווייסט גארנישט דערוועגן, פונקט פארקערט אלץ איז זייער שיין און אחדות׳דיג. קיינער אין וויזניץ ווייסט נישט צוזאגן וועגן אזעלכע פוסטע אויסגעטראכטע מעשיות. ר׳ מאטעלע׳ס קינדער גייען זיך נישט קריגן איינער מיטן צווייטן... איך האב דאס שוין געשוואוירן 25 יאר צוריק ווען מ׳פלעגט מיר זאגן ״וועסט שוין זעהן ווען די רבי וועט שטארבן ווי זיי גייען זיך ארומקריגן״... זיי זענען נישט די קריגערישע טייפ... שמעון וואלף קום אויף מיט בעסערע מעשיות... ר׳ ישראל איז נאכאלץ אין גיבערס ער איז דארט פאר די דריי וואכן און אלעס איז בשלום ובשלוה.

איך האב הנאה צו הערן אז דאס וואס איך האב געשריבן איז נישט אמת,איך האב בלויז נאכגעשריבן וואס איך האב געהערט פון איינער וואס איז דארט געווען אויף שבת.
וויזניץ מאנסי האט ביי מער א soft spot און ס'וואלט מיר זייער וויי געטון ווען מ' פארטראגט זיך נישט דארט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2536
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יולי 31, 2018 4:33 am

איסר האטלקי האט געשריבן:שבת, געב אכט וואס דו זאגסט! ס'קען אויסברעכן יעדן טאג, זיי נישט קיין צועק לשעבר...


איך גלייב נישט אז זיי גייען זיך אמאל קריגן.
הוא היה אומר:

״זיי גוט [i]צו[/i] א יעדען איינעם אבער נישט [i]מיט[/i] יעדען איינעם״

הסב״ק מוויזניץ זצ״ל

און איך זאג אז ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון די משנה וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין פרקי אבות...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3536 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט