וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?

הודעהדורך פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:45 pm

אל יחר אפך בעבדך, אבער ס'צייט אויסצושמועס דרך ארץ'דיג, דעם ר' מאטעלע און זיינע מחאות.
איך פערזענליך אלץ א כלל חסידי, האב געזען עפעס אונטער די מחאות, וואס נישט די עצם זאך וואס ער האט מוחה געווען - האט ער געמיינט.

ער האט זיך גערייצט דערמיט - מיט ר' משה'לעס איידימער, אבער! נישט מיט'ן בעלזער.
ער האט געזאגט דיעות פאר פארשידענע קרייזן און קעפעלעך אבער! געוויסע האבן נושא חן געווען ביי עהם און ער האט זיי פארשוינט. פשוטו כמשמעו.

כ'וויל נישט הערן; ס'ליגענט ס'נישט אמת.. כ'וויל הערן וואס האלט דער עולם איז געווען זיין אגענדע בכללות.
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:28 pm

אה די אשכול פארשטייט זיך איז אקעי, מען קען מיינען די מונסיער... ביג דיעל ווטס מאכסטו א מצב?

די לייצן די ליידיגע יונג א טיפש מרחם מטפש געווען א קהילה שלימה זיין בלוט איז מער א ווארעמע סארט בלוט און בכלל ער איז "די סאטמער גענעראל" אלס סאלדאט וואלט מען עם נישט עקסעפטעט גאר א גענעראל איז ער... קיין שום משהוא קלאס האט ער ניט פארמאגט קיין שום כבוד הזולת נישט.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1982
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1079 מאל

הודעהדורך פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:34 pm

פארוואס זאל מען נישט רעדן רואיג.
די פאקטן צייגן אז ער האט 'נישט' אויף יעדן מוחה געווען. ס'מוז דא אויסגעשמועסט ווערן די אגענדע זיינע אויף פרוטות
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:40 pm

פלוני האט געשריבן:פארוואס זאל מען נישט רעדן רואיג.
די פאקטן צייגן אז ער האט 'נישט' אויף יעדן מוחה געווען. ס'מוז דא אויסגעשמועסט ווערן די אגענדע זיינע אויף פרוטות

אקעי עס איז פארהאן א וועג וויאזוי מען אנאליזירט א גדול בישראל. ודי בזה.

ווען מען זעהט וויאזוי מען באגייט זיך מיט א ליצן הדור וואס די קטנות און טפשות פון א ריזיגע קהילה ווערט צוגערעכנט צו זיין קרעדיט מיט זיידענע הענטשעך לעומת להבדיל גדולי ומאורי ישראל ברענגט עס אפשיי און עקל.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1982
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1079 מאל

הודעהדורך פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 7:40 pm

וועמען מיינסטו?
לדעתי איז דא עטליכע
דער מאנסיער איז עפעס אנדערש ווי אלע אנדערע פרומערס אויף יענעמס חשבון?
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » פרייטאג מערץ 23, 2018 9:25 am

איך פארשטיי די ווילסט נישטהערען די אמת! די ווילסט דיין אגענדע אז ער האט געהאט א אגענדע,
ערהאט מוחה געווען עטליכע מאל אקעגין בעלזא
א' ביי די מאכנוקה הכנסת ספר תורה האט ער ביי שלוש סעודות אין יארץ ישראל דאך צוך מוחה געווען אויף די קלעף און בעלזא אקעגין מאכנויווקה
ב' מפארציילט ווען האדמור מבעלזא האט ארויסגטרעטין אקעגין רביה"ק מסאטמאר האט ער אים פריוואט אריינגעגעבען און באבאנעס באבען
יעצט צו וויזניצער רבינס אגענדע יא זיין אגענדע איז געווען לשם שמים! ער האט נישט געהאלטען אז ווען ער זאגט א מחאה דארף מען זיך צוקריגען, א עוולה ברבים האט ער געהאלטען פאדערט א מחאה ברבים,
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 23, 2018 11:45 am

איך קען נישט גלייבן אז איך האב געגעבן א לייק פאר ימים יחזרו... אז מ'פארדינט זיך עס, פארדינט מען זיך עס. :|
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך קנאק-יענקל » פרייטאג מערץ 23, 2018 12:03 pm

ימים ידברו האט געשריבן:א עוולה ברבים האט ער געהאלטען פאדערט א מחאה ברבים,

אהא, און טאקע פאר דעם:
ימים ידברו האט געשריבן:ווען האדמור מבעלזא האט ארויסגטרעטין אקעגין רביה"ק מסאטמאר האט ער אים פריוואט אריינגעגעבען און באבאנעס באבען

ווייל האדמו"ר מבעלזא'ס ארויסטריט קעגן רביה"ק מסאטמאר און ליצנות פון תלמידי החת"ס, איז געווען "פריוואט" ביי זיך אין שטוב וואו קיינער האט נישט געהערט....
קנאק-יענקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:43 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג מערץ 23, 2018 12:47 pm

ימים ידברו האט געשריבן:ב' מפארציילט ווען האדמור מבעלזא האט ארויסגטרעטין אקעגין רביה"ק מסאטמאר האט ער אים פריוואט אריינגעגעבען און באבאנעס באבען
,


ווער האט עס פארציילט אז ער האט עם אריינגעגעבן פריוואט? ר' מאטעלע ? אדער בעלזא רב גאר?
לחיים ולברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 29, 2016 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך פלוני » פרייטאג מערץ 23, 2018 1:42 pm

קודם כל, בעלזער רב האט ער נישט געזאגט קיין ווארט קעגן עהם ברבים, ווייל קיינער ווייסט נישט דערפון.
פרייוועט האט ער צוויי מאל נישט געזאגט, ווייל בעלזער רב וואלט עהם נישט געשוינט, און ער וואלט שוין זייט דעמאלטס ארומגעריטן כל ימי חייו מיט'ן ''רעבישע ראד שטיל''..

יעצט צום לשם שמים אגענדע;
איך פארשטיי אז לשם שמים מאכט נישט אויס צו יענער הייסט קראקא צו ווישניץ צו טווערסקי צו טייטלבוים. ריכטיג? אז מ'טוט עפעס נגד ההלכה נגד 'זיין' הלכה.. איז מחאה אינמיטן א טיש.

אלזא, ווען האט ער מוחה געווען קעגן יחזקאל אביגדור?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן שאולי ראפאפארט?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן ניימאן?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן ראזנבערג?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן מוסרים ומלשינים?
וועןן האט ער מוחה געווען קעגן פרוש?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן די פולע באגאזש מיט סטאריס אין זיין אייגן הויף?

און ווער האט עהם געשטעלט צו זאגן מוסר ביי יענעם? צו ס'איז אין קרית יואל, צו אין 'גאנץ מאנסי', צו אין סקווער, צו ביי יענעמס ביזנעס????

ס'דא דא א אגענדע דאס איז קלאר!
יעצט וואס מער פונקטליך איז געווען זיין אגענדע? אקעי לשם שמים וואס גענוי מיינט דאס אויבן געשריבענע כלפי לשם שמים?
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 23, 2018 3:52 pm

ער איז נישט געווען ערגער פון אלע אנדערע, כך הוא דרכם של המוחים על פרצות הדור. עיין ערך קאטשקעס אן א מסורה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2948 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » פרייטאג מערץ 23, 2018 5:03 pm

איך האב יעצט געזעהו אלע תגיבות דא, ווער עס פרעגט די אלע קשיות וועגען די אלע נעמען, קען פשוט נישט וויזניצער רבי ער האט קיינעם נישט פארשוינט, ער איז געווען א שטרעגע און ליבער טאטע געזאגט וועם מדארף קאמלימענט ווען מדארף, אבער ווען איינער האט פראבלעמין מיט זיך אליין האט ער געזאגט פריוואט וטוען איינער טוט ברבים איז געווארען געזאגט ברבים, ועוד חזון למועד מסביר זיין דבר דבר על אופנו אי"ה
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?

הודעהדורך חסיד פון ליטא » פרייטאג מערץ 23, 2018 5:30 pm

ער איז געווען אן ערענסטער מענטש, קומען אפאר ליידאקעס און ווערן מיר מבינים.
אפשר קען איך אפירנעמען דעם רבי'ן זכיסעגעליינו'ס מעשיות מיטן מונקאטשער רב?!?

ער איז אפשר געווען א שטיקל מאניפולעטער בטבעו, אבער האט דאס גענוצט צום גוטן, עכ"פ כפי טובת דעתו.

איך גלייך גראדע נישט דעם חסידות, איבערהויבט זיין שיטה פון מאכן נארמאלע מענטשן עקסטרעמיסטן און כאניאקעס וואס איז לדעתי א זאך וואס האט מיט א מענטשנס מהות.
עכ"פ איז מיר ברור אז ער האט געמיינט לש"ש עכ"פ אזוי סאך ווי ר' יואל מסאטמער האט געמיינט לש"ש.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

הודעהדורך פלוני » מוצ"ש מערץ 24, 2018 9:31 pm

ימים ידברו האט געשריבן:איך האב יעצט געזעהו אלע תגיבות דא, ווער עס פרעגט די אלע קשיות וועגען די אלע נעמען, קען פשוט נישט וויזניצער רבי ער האט קיינעם נישט פארשוינט, ער איז געווען א שטרעגע און ליבער טאטע געזאגט וועם מדארף קאמלימענט ווען מדארף, אבער ווען איינער האט פראבלעמין מיט זיך אליין האט ער געזאגט פריוואט וטוען איינער טוט ברבים איז געווארען געזאגט ברבים, ועוד חזון למועד מסביר זיין דבר דבר על אופנו אי"ה

זיך אריינמישן אין יענעמס ביזנעס איז שוין נישט לשם שמים, ס'ווייזט אויף קנאה שנאה וכדו'.
אויב וואלט ער געוואלט ווייזן לשם שמים, וואלט ער געדארפט אויסרופן ברבים, איך האב אין הויף א חזיר, א גנב, א מסרב לדין וכדו', און מ'זאל זיך קיינער נישט אפלערנען.
אבער ער האט נישט אזוי געטון, ער האט אויסגערופן ברבים, דארט איז דא א גנב, ביי פלוני איז דא א ... ווייסעך וואס.

מיינד יור און ביזנעס רעבעלע..
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך איך אויך » מוצ"ש מערץ 24, 2018 10:11 pm

קנאק-יענקל האט געשריבן:און ליצנות פון תלמידי החת"ס

ווען איז דאס געווען אפשר פארציילסטו אונז.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2637 מאל

הודעהדורך קנאק-יענקל » זונטאג מערץ 25, 2018 12:55 pm

איך אויך האט געשריבן:
קנאק-יענקל האט געשריבן:און ליצנות פון תלמידי החת"ס

ווען איז דאס געווען אפשר פארציילסטו אונז.

מוצאי שמחת תורה תש"מ לפ"ק.

דיסקלעימער: איך רעד נישט אלס 'עוולה' מצד האדמו"ר מבעלזא, ובפרט נאכדעם וואס האדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געטוהן וואס קיין שום אנדערע גדול בישראל האט נישט געטוהן, און געשיקט מפייס זיין ביים ציון אין קרית יואל. מ'רעדט נאר בשעתו, פון תש"מ, ווען יעדער אדמו"ר האט אויסגעדריקט א מחאה וואס דער (דאן יונגער) אדמו"ר האט חוזק געמאכט פונעם נארוואס-נפטר-געווארענעם סאטמאר רב, און בלויז אין ויזניץ-מאנסי האט מען אים מחזק געווען מיט א באזוך, וואס סאטמאר האט דעמאלץ געשפירט ווי א מעסער אין ריקן.
קנאק-יענקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:43 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 25, 2018 4:03 pm

פארגעס, עס איז שוין באשטעטיגט אז ער האט חוזק געמאכט פון תלמידי חת"ס, און עס איז שוין באשטעטיגט אז מ׳מעג נאר מוחה זיין לויט פלוני׳ס טעיסט, וזהו זה. קיין מציאות איז נישט וויכטיג.

איי, וועט קומען אן אויבער חכם און זאגען אז דער בעלזער האט נישט דערמאנט קיין ווארט זלזול פון די תלמידי חת"ס, עס איז נאך נישט באשטעטיגט צו ער ווייסט אז די מענטשען עגזיסטירען בכלל? שוין, אן אויבער חכם! אין דער איד איז אזוי געשטאנען און פערטיג!

און נאך א געזעץ מפרי עטו של פלוני, אז ווען מ׳איז מוחה אויף א זאך ביי יענעם, קען עס נאר זיין קנאה שנאה. נישט מעגליך אנדערש. די היפאקריסי פון די סאטמוירעם מוחה צו זיין אויף וואס פאסירט אין א"י איז איהם ניטאמאל בייגעפאלען. דער מאנסי וויזניצער רבי מעג נישט דערמאנען ביי זיין ציבור וואס ער האלט, אבער יענער איז ברייט בארעכטיגט, לש"ש, אריין צו קומען ביי איהם און מאכען מהומות אויף ר"ה. אלס שטימט ווי א זייגער.

ליהוי ידוע, ווען דער מאנסי וויזניצער רבי וואלט מוחה געווען ביי יענעם, ווען זיין סטאדע וואלט גלייך געגאנגען קאמאנדעווען אין שערי חמלה, וואלט עס געווען אן עוולה מצדו. למעשה האט ער גארנישט געטוהן, נאר גערעדט. פאר עפעס א סבה האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיין שלעגעריי וואס וויזניץ האט געטוהן צו סאטמאר, נישט קיין מסירות און נישט קיין פאטשקעווילען. נאר געזאגט זיינס און ווייטער געגאנגען. ווען דער ברך משה וואלט געווען אן ערליכער איד, וואלט ער פארשטאנען אז ווען מ׳רעדט פון מיליאנען אין זיין טאש, איז עס נישט מער ווי ראטזאם אז מ׳פרעגט א צווייטען איידער מ׳טוט אזא שריט. ובפרט ווען עס טוט אפעקטירען פיהל מער מענטשען ווי זיין אייגענעם קהלה. עס איז דאך א רעגירונגס זאך, און אלע אידען זענען געווען אויפ׳ן צימבעל בשעת מעשה.
די מחאה אויף הצלה איז טאקע נישט געווען אויסגעהאלטען. ווי איז געהערט געווארען אז מ׳איז מוחה אויף יענעמ׳ס פסק הלכה? ובפרט ווען דער גדול הדור וואס האט געלייגט איהם מיט זיין טאטעס זיידעס און עלטער זיידעס אין קעשענע אין פסק הלכה האט שוין געפסקנ׳ט? ווילסט האלטען אנדערש, בסדר. אבער מוחה זיין אויף די וואס טוהן כפי זיין פסק איז נישט אין פלאץ. איך זאג נישט אז דאס צייגט אז עס נישט לש"ש, איך פארשטיי מער אז ער האט געהאט א קלענערע פערשטאנד אין די זאכען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך פלוני » זונטאג מערץ 25, 2018 8:12 pm

איך האב נאר געזאגט איין זאך.
ביי זיך אין שטעטל האט ער נישט געזען קיין עוולות, ווען ס'האט געשריגן פון די ווענט די מיאוסע מעשים וואס זיינע חסידים האבן אפגעמאכט, און ווען עפעס איז געשען ביי יענעם, אופס! ער לעבט.. ער שעלט.. ער לשם שמים'ט..
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?

הודעהדורך אויסער געווענדליך » זונטאג מערץ 25, 2018 8:52 pm

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........

פלוני האט געהערט אז א געוויסע רבי איז אוועק. א רבי וואס פלעגט נוצען קנאות אלס א בוי מאטיריאל פון זיין חסידות, געפרעדיגט פרומקייט לשם בויען די זאך, און זיך באטייליגט אין אסיפות צו קלאפען יענעם, און זיך צוריק געהאלטען פון אסיפות יענעם צו קלאפען.

איך האב פאר דיר נייעס, ר׳ פלוני בן פלוני. דער אהרנ׳ן לעבט נאך און שטויסט נאך. ער מאס אסיפה׳ט זיך אויף ציונות און שלאגט זיך מיט מאס אסיפות אויף ציונות, אלס אין גרויסען. ער קאמאנדעוועט אויף שארטקאטס און מסע מלכות׳ד זיך נאכאלס מיט די הייליגע פקדון וואס איז בע"כ געפאלען אין זיין הענט. שרעק זיך נישט.

דער מאנסי וויזניצער רבי איז אוועק. יהא זכרו ברוך.ף

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך פלוני » זונטאג מערץ 25, 2018 9:03 pm

every dog has its day
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך newkave » זונטאג מערץ 25, 2018 9:34 pm

@פלוני, וואס נאך איז נייעס אין פאליש?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מאנטאג מערץ 26, 2018 5:36 am

קנאק-יענקל האט געשריבן:ווייל האדמו"ר מבעלזא'ס ארויסטריט... ליצנות פון תלמידי החת"ס, איז געווען "פריוואט" ביי זיך אין שטוב וואו קיינער האט נישט געהערט....


איך וויל נישט פארדרייען דעם פארדרייטן אשכול צו אן אנדערע זייט, אבער ס'איז צייט צו שניידן דער ב.ס.

אחר ששמעתי כמה וכמה פעמים די שטייעדיגע הכנה פון תשמ"ב (ראה כאן בהרחבה) - איך בין ניט קיין בעלזער

אבער ראוי לומר לשקר די!!

דער בעלזער האט ניט אוועק-געמאכט אדער ליצנות געמאכט פון תלמידי החת"ס או משהו בדומה לזה.

בסה"כ האט ער גיבעטן מ'זאל איהם אויפהערן אויסלערנען וויאזוי איז מען לוחם אויף יידישקייט,
סך-הכל גאנץ א נארמאלע בקשה געבעטן: "רבותיי איך האב א מסורה אויף מלחמת ה' ווען אייך האבן געזעצן אויף סיר הבשר אין אונגארן צו אין ירושלים".
ער האט טאקע גערעדט צום רבי-זכיסע-יגן-עלינו אזוי ווי מ'רעדט צו א-בר-פלוגתא, און ס'איז נישט קיין דרך-ארץ, אבער תו לא מידי, וועסטו פרעגן ווער האט מבזה געוועהן תלמידי החת"ס?
סאטמאר
די סאקמערע עסקנים האבן געוואלט מיט נעמען צו די מערכה אלע אונגארישע רבנים האבן זיי אויפגעבלאזן די באלאוני פון תלמידי החת"ס מיט די שטאפ-גענז.
און מ'קען הערן רעקארדירונגען ווי רבנים רעדן ביי די אסיפה פאר פייער און פאר וואסער, הכל לשם כבוד תלמידי החת"ס זי"ע.
-דאס איז בזיון כל הולכי דרך החת"ס, ודמם לא נדרש עד היום הזה ממש.

דער איינציגסטער תלמיד פון חתם-סופ"ר וואס דער בעלזער מאכט ליצנות פון עם איז מרן רשכבה"ג מסאטמאר זכותו יגן עלינו,
ברענג אהער נאך איין ליצנות אויף אן אנדערער תלמיד החת"ס און איך צו צוריק בפומבי, איך האב ניט געטראפן.

אנטשולדיג פאר'ן אריינשטעקן שלא במקומו, אבער כשם האשכול לא יכולתי עצור מלמחות כדת של (תורה)...

(כתבתי ההודעה קודם שנשלחו ההודעות למעלה ומחמת בעיות חיבור נשלחה רק עתה)
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 482
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 403 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 636 מאל

Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 26, 2018 5:45 am

קען מען אוודאי צולייגען וועגען דער תלמיד׳שאפט פון דער דברי יואל צום חת"ס דער באקאנטע מימרא וואס זיין טאטע האט געזאגט די טאג נאך זיין חתונה, זע׳ענדיג ווי ער מוטשעט זיך מיט די טלית גדול "ב"ה מיין זוהן האט נישט געלערנט אין פרעשבורג".

גערעכט ביסטו אוודאי, אז דאס איז נישט קיין בזיון פון די תלמידי החת"ס, אבער טפשות איז עס נאך מצד דער בעלזער רעבע. בעלז זענען געווען קנאים, ממילא איז דער שנוק וואס האט געירשנ׳ט ריעל עסטעיט א מ"ד אין וויאזוי זיך צו באגייען מיט רשעים?! יא, די סאטמוירעם האבען גערעדט נערישקייטען, אבער ער איז געווען דארט מיט זיי אין די גאדדער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מאנטאג מערץ 26, 2018 12:03 pm

יענע מוצאי שמח"ת האט ער חוזק געמאכט פון די טיילונג וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך די תלמידי החת"ס
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 861 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » מאנטאג מערץ 26, 2018 12:13 pm

קנאה, שנאה און רשעות
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], Google [Bot] און 2 געסט