- 1408674800.jpg (127.21 KiB) געזען געווארן 2024 מאל
איינגעמיירעט האט געשריבן:מיינע ווערטער צו מהרמ״ד וחסידיו נאך דעם ״סיום״ פון דעם אזויגערופענע די״ת,״חזק חזק ונתחזק״ שטארקטס ענק בויעטס ענק אויף און זיייטס ענקער אייגענע געווינערס.
מהרמ״ד ווייז דיין לידערשאפט און אזא מצב,סאיז אן opportunity of growth נוץ עס.
לעמיל האט געשריבן:ק/פ פון וואטס אופ
איך גלייב אז כ"ו אב איז די 48 יארצייט. אמת אז 45 האט געכאפט א ריק אין די אייער אזאנס וואס טוט שטארק וויי אבער די רגע זייערע חלומות פון געווינען בנינים מיט צענדליגע מעלאנעס האבן זיך גענדיגט וועלן זיי זיך אנהייבן בויען פון אלף מיט פרישע כוחות אן קיין חלומות.
אלע 45 חסידים זענען צובראכן אבער קיינער פון זיי בענקט זיך נישט יעצט צוריק צו בנציון. זיי בלייבן טריי פארשווירענע חסידים פון זייער רבי און יעצט נאך מער. אויב ביז היינט האט מרדכי דוד געדארפט וויינען צו זיינע גבירים פאר געלט וועלן זיי היינט קומען צולויפן און זיך לאזן קאסטן. אויב דער אינגערמאן האט ביז היינט אוועקגעגעבן פון זיינע ביסן וועט ער היינט זיין גרייט צו נעמען א הלוואה אבי צו ברענגן געלט פאר זיין רבין.
פארגעסט נישט אז ווען די 45 חסידים האבן זיך אפגעטיילט איז זיי תיכף געווען קלאר אז זיי האבן נישט קיין בנינים און אז רוב ציבור פארבלייבט דעסט וועגן דאך איז זיי אלס ווערד געווען אבי צו זיין מיט זייער רבין.
45 בויעט זיך שוין 10 יאר פאזעטיוו. טראץ אלע מיטשערייען און שוועריגקייטן זענען זיי צופרידענע מענטשן. איין שטארקע חסרון איז געווען דארט דאס איז די חלומות אז זיי גייען רייך ווערן פון די דין תורה. יעצט האבן זיי געכאפט דעם קלינגענדיגן פראסק. די פראסק וואס וועקט זיי אויף און שטעלט זיי אוועק אויף דער ערד מיט ביידע פיס אן קיין חלומות.
ווארט נאר ווארט וואס די חברה גייען יעצט באווייזן. זיי גייען וואקסן אויף די לענג און די ברייט מיט מעכטיגע בנינים און איך מעכטיגע שול די גרעסטע אין ב"פ. צענדליגע בארא פארק אינגעלייט וואס געהערן נישט דווקא צו א געוויסע פלאץ וועלן זיך איינגלידערן דארט. לדעתי וועלן זיי ביז עטליכע יאר זיין די גרעסטע שענסטע און רייכסטע חסידות אין בארא פארק מיט א רבי איז תלמיד חכם א איידעלער וואס פארטראגט זיך מיט יעדעם און פירט נישט קיין פאלטיק מיט קיינעם. עס וועט בלייבן פאר 48 בלויז צו שטיין פארגאפט פון די מעכטיגע וואוקס פון יענעם און זיך האלטן מיט א רבי וואס איז אז גאון עצום אין חסידישע מעשיות מיט טייטשלעך און צוריסן מיט די גאנצע וועלט פירט פאליטישע חשבונות מיט יעדע צווייטע קהלה / חסידות. גייט נישט צו די כינס כלל ישראל ווייל ס'איז איר הכתרה פאר סקולענע רבי וכו'
די יארצייט פון 48 איז כ"ו אב. אגב איז די יום הולדת פון 45 גראדע אויך אין כ"ו אב. לייגט דאס אוועק איר וועט מיר נאך קומען פרעגן פון ווי האסטו געוויסט?
ק/פ
שרייבער האט געשריבן:דאס איז אלעס אויב גייט ער גיין פאזיטיוו און אננעמען דעם פסק און זאגן פאר זיינע חסידים, אזוי האט דין ד"ת גע'פסק'נט, יקוב הדין את ההר, און מ'הייב מיר אן פון דאסניי
אויב אבער גייט ער זיך קריגן און ער גייט שרייען שוחד, ווייס איך שוין נישט
בארא פארקער האט געשריבן:די פסק איז שווער אראפ צושלינגען אבער ס'ארויס געקומען פאפירען וואס ר' אברהם ברוך ראזענבערג האט אראפ געשריבען פאר זיך בשעת איינער פון די זיצן תשס"ט אין באבוב-45 שפרייט יעצט ארום די קאפי'ס צו ווייזען אז דעמאלטס האט ר' אברהם ברוך געהאלטען אז אונז זענען יא יורשים.
גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווי מ'שעמט זיך נישט ארויס צו געבן פני קהל ועדה אז מ'האט געגנבעט איינם מיט זיינע פריוואטע פראפירן
ווייט פיש האט געשריבן:כל זמן זיי האלטן מען האט זיי באגנבעט און ב'עוולהט האבען זיי רעכט צו ווייזען פרוף. ניטאמאל דעס זאלן זיי מעגן?
אחר שנשאו ונתנו בדבר מכניסים הבעלי הדינים, וגדול שבדיינים אומר: איש פלוני אתה זכאי, איש פלוני אתה חייב. ואסור לדיין לומר כשיצא מבית דין: אני הייתי מזכה, אבל חבירי רבו עלי; והעושה כן הרי הוא מכלל הולך רכיל מגלה סוד.
ווייט פיש האט געשריבן:יי''ש האסט נישט גוט אפגעלערנט די זאך ! !
ווען איינער שטעלט זיך ארויס פעסט ווי הרב בערגער וואס האט נישט געוואלט חתמ'נן אויף א זאך וואס איז נקבע געווארן בשקר, עליו כתב רש''י דבורים נוראים בפרשת משפטים על הכ' אחרי רבים וגו'
גאנצל האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:ק/פ פון וואטס אופ
איך גלייב אז כ"ו אב איז די 48 יארצייט. אמת אז 45 האט געכאפט א ריק אין די אייער אזאנס וואס טוט שטארק וויי אבער די רגע זייערע חלומות פון געווינען בנינים מיט צענדליגע מעלאנעס האבן זיך גענדיגט וועלן זיי זיך אנהייבן בויען פון אלף מיט פרישע כוחות אן קיין חלומות.
אלע 45 חסידים זענען צובראכן אבער קיינער פון זיי בענקט זיך נישט יעצט צוריק צו בנציון. זיי בלייבן טריי פארשווירענע חסידים פון זייער רבי און יעצט נאך מער. אויב ביז היינט האט מרדכי דוד געדארפט וויינען צו זיינע גבירים פאר געלט וועלן זיי היינט קומען צולויפן און זיך לאזן קאסטן. אויב דער אינגערמאן האט ביז היינט אוועקגעגעבן פון זיינע ביסן וועט ער היינט זיין גרייט צו נעמען א הלוואה אבי צו ברענגן געלט פאר זיין רבין.
פארגעסט נישט אז ווען די 45 חסידים האבן זיך אפגעטיילט איז זיי תיכף געווען קלאר אז זיי האבן נישט קיין בנינים און אז רוב ציבור פארבלייבט דעסט וועגן דאך איז זיי אלס ווערד געווען אבי צו זיין מיט זייער רבין.
45 בויעט זיך שוין 10 יאר פאזעטיוו. טראץ אלע מיטשערייען און שוועריגקייטן זענען זיי צופרידענע מענטשן. איין שטארקע חסרון איז געווען דארט דאס איז די חלומות אז זיי גייען רייך ווערן פון די דין תורה. יעצט האבן זיי געכאפט דעם קלינגענדיגן פראסק. די פראסק וואס וועקט זיי אויף און שטעלט זיי אוועק אויף דער ערד מיט ביידע פיס אן קיין חלומות.
ווארט נאר ווארט וואס די חברה גייען יעצט באווייזן. זיי גייען וואקסן אויף די לענג און די ברייט מיט מעכטיגע בנינים און איך מעכטיגע שול די גרעסטע אין ב"פ. צענדליגע בארא פארק אינגעלייט וואס געהערן נישט דווקא צו א געוויסע פלאץ וועלן זיך איינגלידערן דארט. לדעתי וועלן זיי ביז עטליכע יאר זיין די גרעסטע שענסטע און רייכסטע חסידות אין בארא פארק מיט א רבי איז תלמיד חכם א איידעלער וואס פארטראגט זיך מיט יעדעם און פירט נישט קיין פאלטיק מיט קיינעם. עס וועט בלייבן פאר 48 בלויז צו שטיין פארגאפט פון די מעכטיגע וואוקס פון יענעם און זיך האלטן מיט א רבי וואס איז אז גאון עצום אין חסידישע מעשיות מיט טייטשלעך און צוריסן מיט די גאנצע וועלט פירט פאליטישע חשבונות מיט יעדע צווייטע קהלה / חסידות. גייט נישט צו די כינס כלל ישראל ווייל ס'איז איר הכתרה פאר סקולענע רבי וכו'
די יארצייט פון 48 איז כ"ו אב. אגב איז די יום הולדת פון 45 גראדע אויך אין כ"ו אב. לייגט דאס אוועק איר וועט מיר נאך קומען פרעגן פון ווי האסטו געוויסט?
ק/פ
נחמו נחמו עמי
דער רמ"ד איז ביז יעצט געווען א טאטאלער דורכפאל און יעצט ווערט ער נאכמער א דורכפאל
אבער א וודאי וועט ער מיט שטארקע כוחות זיך קענען הייבן צוריק צו ווערן א שיינע צאנז-באבוב קהלה
אבער מיט המשכת בית באבוב גייט עס קיין שייכות נישט האבן
איך זעי נישט פארוואס ער זאל נישט אנהייבן פון דאסניי זיך געבן א נייע נאמען ערגעץ מבית אבותיו זיינע מענטשן זענען שוין עניוועי נישט אינטערסירט אין באבוב
אבער ווי זוי רב"ץ האט דאס אזוי גוט געמאכט דאס פארשטיי איך ניט בי"ד איז אינגאנצן לצדו און מאכן כאילו דער רנ"ץ ובניו זענען בכלל נישט קיין נומבער דא פלאי פלאים
איינגעמיירעט האט געשריבן:בנוגע די די״ת איז א שאד צו רעדן,איעדער וואס האט שוין אמאל געווען אינוואלווד און א די״ת,ווייסט אז די דאזיגע דיינים און זייערע פסק דין,האט מיט די תורה קיין שום שייכות,סאיז א טעות מעיקרא צו ספענדין געלט אויף זיי.
איך מיין אז אפילו צד מהרב״ץ וועט אוכט מודה זיין אז נישט די תורה וואס די אויבערשטער האט אונז געגעבן מסיני ,האט זיי געגעבן א געוואונס.
און איך האף און איך בעט צום אויבערשטען אז מענטשען זאלען זיך עפענען די אויגען,און אפשטעלן דיע רויבעריי ביזנעס,דורך אויפהערן שטיצען דיע רויבערס.
(סאיז ליידער זייער שווער זיך ארויסצוזעען פון דעם פראבלעם,ליידער איז דין תורה היינט,דאס בעסטע מיטעל צו בארויבען מענטשען,און קארט מוזטו קענען אויפווייזען,און דין תורה היינט איז די בעסטע וועג וויאזוי צו פארדרייען און מונפאלירען פאקטען,די ברויכסט נאר האבן אפאר טאלער צו באצאלען די רויבער.)
I'm back האט געשריבן:ווייט פיש האט געשריבן:יי''ש האסט נישט גוט אפגעלערנט די זאך ! !
ווען איינער שטעלט זיך ארויס פעסט ווי הרב בערגער וואס האט נישט געוואלט חתמ'נן אויף א זאך וואס איז נקבע געווארן בשקר, עליו כתב רש''י דבורים נוראים בפרשת משפטים על הכ' אחרי רבים וגו'
ביטע ברענג די רש'י, רב ווייט פיש
לא תהיה אחרי רבים לרעת: אם ראית ... .. לא תאמר הואיל ורבים הם, הנני נוטה אחריהם:
ולא תענה על ריב לנטת וגו': ואם ישאל הנדון על אותו המשפט אל תעננו על הריב דבר הנוטה אחרי אותן רבים להטות את המשפט מאמתו אלא אמור את המשפט כאשר הוא, וקולר יהא תלוי בצואר הרבים:
שמעקעדיג האט געשריבן:איינגעמיירעט האט געשריבן:בנוגע די די״ת איז א שאד צו רעדן,איעדער וואס האט שוין אמאל געווען אינוואלווד און א די״ת,ווייסט אז די דאזיגע דיינים און זייערע פסק דין,האט מיט די תורה קיין שום שייכות,סאיז א טעות מעיקרא צו ספענדין געלט אויף זיי.
איך מיין אז אפילו צד מהרב״ץ וועט אוכט מודה זיין אז נישט די תורה וואס די אויבערשטער האט אונז געגעבן מסיני ,האט זיי געגעבן א געוואונס.
און איך האף און איך בעט צום אויבערשטען אז מענטשען זאלען זיך עפענען די אויגען,און אפשטעלן דיע רויבעריי ביזנעס,דורך אויפהערן שטיצען דיע רויבערס.
(סאיז ליידער זייער שווער זיך ארויסצוזעען פון דעם פראבלעם,ליידער איז דין תורה היינט,דאס בעסטע מיטעל צו בארויבען מענטשען,און קארט מוזטו קענען אויפווייזען,און דין תורה היינט איז די בעסטע וועג וויאזוי צו פארדרייען און מונפאלירען פאקטען,די ברויכסט נאר האבן אפאר טאלער צו באצאלען די רויבער.)
סארי אויב איך פאר אביסל אוועק מן הענין, איך וויל ארויפברענגען א שטיקל מוסר השכל וואס די מוסדות קענען זיך לערנען, לויט דיינע (ליידער אמת'ע) ווערטער,
עס איז נישט נאר די דיינים און בוררים וואס טוען כרצונם און האט מיט תורה גארנישט. אויך די מוסדות טוען דאס זעלבע מיט די עלטערן. זיי האבן א כח, זיי טוען אויך א רויבעריי ביזנעס, און באהאלטן אלעס אונטערן תורה שלייער וואס הייבט זיך נישט אן, מען צווינגט ארויף נארישע תקנות און חומרות אויפן ציבור און מען צווינגט יעדן אוטערצושרייבן (אדער זאגן ליגנט) און חוץ אויב איימיצער האט אפאר טאלער צו באצאלן די רויבער איז נישטא קיין וועג ארויס, ליידער די לעצטע פאר יארן זענען מיר עדות ווי אויך די איידעלע באבובע מוסדות האבן זיך אונטערגעבראכן אונטער אנדערע טעראריסטישע ארגאניזאציעס, און זענען געווארן פרומע הארטע קערלעך, מיט נייע גזירות מתדשים לבקרים צו צייגן ווער עס איז פרומער פון יענעם, און דער ציבור ברעכט אונטער פון די גזירות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בהם,
ממילא האף איך אז קודם איין קהלה וועט איינזעהן אז אין אונזער דור נוצט מען די תורה אלס א קרדום לחפור בה און מען מאכט דאס גענאר פון די תוה"ק, און איך קוואוט דיינע ווערטער (בערך) "איך מיין אז יעדער וועט מודה זיין אז דאס איז נישט די תורה וואס די אויבערשטער האט אונז געגעבן מסיני", און אז איין קהלה וועט אויפהערן שפילן פרום און אויפהערן פרובירן מ'כלומר'שט צופרידשטעלן גאט וועלן אנדערע מוסדות אויכעט גיין אין דעם דרך און זיך אויפהערן זוכן איבריגע קאפוויי, און דער עולם וועט אפאטעמען פריי.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט