ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:03 pm

נאך לאנגע יארן פון זיך משדך זיין און לעבן באחדות האבן די צוויי חסידות זיך צעאמפערט און ס'הויך יום טוב.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען מרן מוויזניץ מאנסי האט באזוכט ביי קאסאן-הילקרעסט/סקווירא נאכן ווערן אויפגענומען אלס רבי. דאס האט אנגעצינדן א פייער ביי ראשי ורבני ק''ק סקווירא, דערנאך ווען וויזניץ מאנסי איז געווען לעצטע וואך ביי א בר מצוה אין סקווירא האט ער לדאבונינו באקומען א פשוטער בענקל אנשטאט א שטול און זיין זיץ-פלייש האט אנגעהויבן ווייטון נאכן נישט זיצן אויף אזא בענקל פאר דריי חדשים נאכאנאנד.

אלס אות מחאה האבן אלע אחים האדמורי''ם מוויזניץ איגנארירט די נעכטיגע חתונה בבית סקווירא און קיין איינער פון זיי האבן זיך נישט משתתף געווען.

אין די קומענדיגע טעג גייט די מחלוקה אריינגיין אין די העכסטע פאזעס ווען זיי מאכן בר מצוה א בשותפות'דיג אייניקל, הבחור בן ר' יעקב יוסף בן אדמו''ר מוויזניץ מאנסי חתן האדמו''ר מסקווירא.

לויטן יעצטיגן פלאן וועט די מעמד הנחת תפילין א חודש פאר די בר מצוה כנהוג פארקומען אין סקווירא און האדמו''ר מוויזניץ גייט זיך נישט באטייליגן, די בר מצוה וועט פארקומען אין מאנסי און האדמו''ר מסקווירא וועט בלייבן זיצן אויף זיין כסא מחילה בשיכנתו.

פרטים יבואו - ימים ידבירו - ונזכה ונחיה - ובכן צדיקים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איסר האטלקי אום דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:32 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:26 pm

איסר האטלקי האט געשריבן: ר' יעקב יוסף בן אדמו''ר מוויזניץ מאנסי חתן ר' אהרן מענדל בן אדמו''ר מסקווירא.


ר' יעקב יוסף איז אן איידעם ביים רבי'ן אליין, נישט ביי רא"מ.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2144
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1760 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1674 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:32 pm

ברוך ה' אז איך בין נישט פון דארט, איך וועיס נישט.... ייש''כ, שוין פארראכטן.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:38 pm

זיי אלע זענען אין די יאר.
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1827
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2301 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:45 pm

פארדעם איז דא א קבלת פנים און חופה וואו מען מעג גיין ווען מען איז אין יאר.

ועוד די איידעמער און האדמו''ר מבארא פארק וועלכע זענען נישט אין יאר זענען אויך נישט געגאנגען.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 31, 2018 7:51 pm

זיי מיר מסביר נאכאמאל. א גאנצע משפחה האט איגנארירט א משפחה שמחה, צוליעב די ווייכע מחילה פון איינער פון די ברידער וואס איז צוריבען געווארען אויף א האלצענעם בענקעל?

און מיר דארפען נאך אויסרימען די שלום צווישען זיי?

ביזדערווייל איז דאס בלויז א לשוה"ר אויף דער אינטרנט, דארף איך עס נישט גלויבען. אבער דאס אז מענטשען גלויבען אזוי איז שוין נייעס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7727
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7294 מאל

Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

הודעהדורך קלוגע יודל » דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:22 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
אלס אות מחאה האבן אלע אחים האדמורי''ם מוויזניץ איגנארירט די נעכטיגע חתונה בבית סקווירא און קיין איינער פון זיי האבן זיך נישט משתתף געווען.


די סקווירא רבי איזה נישט געגאנגען צו די חתונה פון אן אייניקל פון מהרפ"ש הגר ז"ל וואס איז פארגעקומען אין די ביהמ"ד פון די וויזניץ מאנסי רבי.
די וויזניצער רבי'ס קען מען נאך פארענטפערן אז זיי זענען אין יאר (און דאס איז מן הסתם די ריכטיגע סיבה, ווייל ווער עס קען זיי ווייסט אז זיי לאכן פון די סקווירא פעטער'ס בעבי'עשקייטן)
אבער פארוואס איז די סקווירא רבי נישט געגאנגען צי די חתונה???


Sent from my XT1528 using Tapatalk
קלוגע יודל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 363
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:02 pm

סקווער לעבט אין א חלום אז זיי גייען קאנטראלירן ווי צו וואוינען
געטס אויף !
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2054
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:09 pm

איך פערזענליך האב הנאה פון מאנסיער רבי ווי גוט עס גייט אים. מיט די ברודערס מוז ער דאך זיין בשלום, אז נישט איז ער אויס העלד. איי וויאזוי וועט ער צוזאמהאלטן זיין עולם? מען מוז דאס מיט איינעם אביסל רייבן, איז אים איינגעפאלן א גאונישן בייפאל.

ער וועט גיין קיין הילקרעסט באזוכן מרן מקאסאן סקווירא שליט''א און סקווירא וועט שוין טון דאס זייעריגע זיך אנצונעמען פארן טאטן ז''ל. ביזדערווייל איז דער איש השלום וואס איז גוט מיט אלע ברודערס, קאסאן און מיט וועם נישט, און סקווירא רודפ'ט אים פאר גארנישט...

למעשה איז ער אריין אין א שטיקל פלאנטער ווען זיינע געטרייע ברידער נעמען זיך אן פאר אים. זיי ווילן דאך אלע אויך נהנה זיין און זיך בויען פון דעם זאפטיגן געלעגנהייט פון רייטן אויפן סקווירערס שוואכקייטן, זיי ווילן אלע אינאיינעם ווערן נרדפים פון סקווירא!

אבער דער מאנסיער רבי איז אויס קאפעליטש מאכער, אויב האט ער געמיינט אז מיט זיין מחלוקה'לע וועט ער שאפן מאמענטום און אויטאמאטיש צונעמען מענטשן פון זיינע ברודערס, העי, זיי האבן אלע דעם זעלבן מחלוקה ווי דיר..... ביסט גארנישט ווערד....

ס'גייט נאך טיפער, מיט פאלשע שלום קען מען זיך נישט קיין עצה געבן. דורכדעם וואס ער האט זיך אזוי אראפגעלאזט צו זיינע ברודערס, נאר דורכדעם קענען זיי זיך אננעמען פאר אים און ער קען זיך נישט בויען.

זאת ועוד, אדאנק וואס זיי מישן זיך אריין וועט עס נישט קענען מאריך ימים זיין, זיי גייען זיך נישט שלאגן פאר צו לאנג מיט אלע וויזניצ'ע רבי'ס. איינע פון זיי וועלן נאך שלום מאכן און די געים איז אווער.

אויב ווילסטו מחלוקות, שלאג דיך ווי א איד און רייס דיך מיט יעדעם, ווילסטו שלום? זיי נישט קיין אויבער חכם און בעט דיך שנעל איבער מיטן סקווירער רבי'ס משוגעתן.

איינער איז מיט מיר?.....
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

הודעהדורך גר ותושב » דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:28 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
אויב ווילסטו מחלוקות, שלאג דיך ווי א איד און רייס דיך מיט יעדעם, ווילסטו שלום? זיי נישט קיין אויבער חכם און בעט דיך שנעל איבער מיטן סקווירער רבי'ס משוגעתן.

איינער איז מיט מיר?.....

איך זעי נישט פארוואס די דארפס עים דן זיין לכף חובה אז ער זוכט זיך צו שלאגן מיט אנדערע ועוד ווייל יענער האט א משוגעת דארף מען זיך רעכענען מיט יענעם? און עים נאך איבער בעיטן?
ניין איך בין נישט מיט דיר!.....
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1601
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:23 pm
האט שוין געלייקט: 1491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

הודעהדורך גר ותושב » דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:50 pm

גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1601
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:23 pm
האט שוין געלייקט: 1491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:11 pm

דער שאולזאהן איז דאך אזוי זיס, ער באלעקט זיך ממש מיט די שמוץ.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1354
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 750 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » זונטאג יוני 03, 2018 2:28 am

די מעשה גייט נאך צוריק אביסל מיט א שטיק צייט צוריק האט אדמו''ר מ'סקווירא אנגערופן אדמו''ר מ'וויזשניץ נאך אלץ רב פארהאלטן פארוואס ער לאזט זיינע מענטשן קויפן הייזער, און ווען ער האט זיך פראבירט ארויסצודרייען האט סקווירא רבי געזאגט אז נאך אביסל וועסטו דארפן מיין סיפארט וועל איך מיך אויך ארויסדרייען, האט ער אריינגערופן זיינע מענטשן און געבעטן נישט צו קויפן.

למעשה איז דא א וויזשניצע אינגערמאן וואס פארקויפט הייזער אין די מייל און סקווירא רבי האט געבעטן אז וויזניצע רבי זאל איהם בעטן צו אויפהערן פארקויפן אבער וויזשניצע רבי איז נישט גרייט נאכצולויפן יעדע מינוט וואס סקווירא רבי וויל פון איהם, צו דעם איז ער נאך געגאנגען פאר די קביעות מזוזה ביי קאסאן, און סקווירא רבי קוקט עס אן ווי מ'פייט מיט איהם.

יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

הרה"ח אביגדור עסטרייכער איז אריין צום סקווירער רבי זאגן אז וויזניצע רבי איז נישטא צו פייטן, און די סקווירא רבי האט זיך גענומען וויינען און שרייען אז מ'נעמט צו פון איהם און די בית דין גייט ארויסקומען קעגן און נאך, אויף אזוי ווייט אז ר' אביגדור עסטרייכער האט נישט געקענט איבערטראגן אז ער האט אזוי מצער געווען די רבי אז ער איז צוזאמענגעפאלן אינמיטן די חופה.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 234 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג יוני 03, 2018 4:29 am

כפארשטיי נישט? וואס דארף דער ״סקווירער צאדיק״ סטראשענען ר׳ ישראל מוויזניץ-מאנסי אז ער זאל זיין, זיין פאליסמאן און שטיין מיט א אינטש-מעסטער אפצומעסטן יעדער בר מינן וואס קויפט א הויז אין ראקלאנד-קאונטי צי סאיז נישט פונקט אין די תחום שבת סמוך ונראה פון ׳דזשאו-לאנד׳, ער וואלט דאך געקענט טוהן אסאך מעהר א פשוטע, בעסערע, פראקטישע, ריעליסטישע עצה: פון היינט אן און ווייטער זאל די קהילה שיקן שפיצער [מיט גאזאלין] פארברענען אלע מענשטען וואס קויפן הייזער לעבן דעם שטעטל? ער זאל אנזאגן זיינע ״הייסע חסידים״ אז זיי זאלן טוהן פונקט ווי ביי מכות בכורות: יעדע הויז ווי סאיז נישט פארהאנען קיין שטיוול, צוויבל-קוגל און א מאור עינים זאלן די בחורי חמד פארברענען ס׳הויז מיט די הויזגעזונט אין שריפת חמץ אריין, און שלום על ישראל!?


איינער איז מיט מיר? :?

#ש שפ שפי שפיצ שפיצער מדשאו לאנד
ווען דער אמרי חיים זצ״ל האט באזוכט דעם אמרי אמת מגור זצ״ל גלייך נאכן ארויפקומען קיין ארץ ישראל האט אים די גורער רבי געזאגט אויפן וועג ארויס ״קענסט קומען אינטער מיין שאָטן, דיין טאטע (הסב״ק מוויזניץ) איז געוועהן א גרויסע צדיק״
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5431
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3224 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 03, 2018 9:10 am

ס'נישט אזוי פשוט, ס'קומען ארויס מער און מער דעטאלן אז ר' ישראל האט געווארט דערויף....

ער האט גערופן קאסאן הילקרעסט צו זאגן א דרשה אין כולל וויזניץ מאנסי און ווי 'ווייל אזוי' שרייבט האט ער אויך קובע געווען א מזוזה דארט.

איך בארעכטיג נישט סקווירא פאר קיין רגע נישט. אבער דער ר' ישראל איז נישט אזא אומשולדיגע נרדף, ער האט ווארשיינליך גע'חלש'ט דאס זאל צושטאנד קומען....
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

הודעהדורך בן אדם » זונטאג יוני 03, 2018 9:35 am

ווייל אזוי האט געשריבן:יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

זיי האבן איינגעלאדענט אלע ברודער חוץ פון ר' ישראל, נאר קיינער איז נישט געגיינגען, אפילו נישט ר' ישראל'ס זון - דעם סקווערער'ס איידעם.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג יוני 03, 2018 9:49 am

איסר האטלקי האט געשריבן:ס'נישט אזוי פשוט, ס'קומען ארויס מער און מער דעטאלן אז ר' ישראל האט געווארט דערויף....

ער האט גערופן קאסאן הילקרעסט צו זאגן א דרשה אין כולל וויזניץ מאנסי און ווי 'ווייל אזוי' שרייבט האט ער אויך קובע געווען א מזוזה דארט.

איך בארעכטיג נישט סקווירא פאר קיין רגע נישט. אבער דער ר' ישראל איז נישט אזא אומשולדיגע נרדף, ער האט ווארשיינליך גע'חלש'ט דאס זאל צושטאנד קומען....


טוה מיר א טובה!? ווי אלט ביסטו? ר׳ ישראל רופט עפעס יעדעם איינעם? יעדען טאג קומט א צווייטער האלטן דרשות אין ביהמ״ד און אין כולל, און אין ישיבה. מיינסט אז ער מאכט די קינדערישע חשבונות? מיינסט טאקע? ער רופט עפעס דוקא מענשטען זיך צו רייצן מיט זיין מחותן/פעטער/קאזין... ער איז בכלל נישט אזא מין מענטש... און ער איז לכאורה נישט די וואס רופט די דרשנים אין כולל. דאס איז נישט זיין דזשאב.

ר׳ ישראל דארף זיך עפעס רעכענען מיטן סקווירער׳ס משגעתן און קפידות. וואס דרייסטן א קאפ? ער איז עפעס שולדיג אז די סקווירער איז איין שטיק בהמה? ער דארף זיך שלאגן מיט די גאנצע וועלט וועגן די סקווירער פארברענען מענטשען? טוה מיר א טובה!? ר׳ ישראל מעג רופן וועמען ער וויל אין זיין כולל זאל רעדן. אפילו די סקווירער בלאזט אויף אים. ער איז עפעס שולדיג פארן סקווירען? זינט ווען? ער מוז עפעס זיין אינטערטעיניגט פאר סקווירער משגעתן? וואס עפעס? האסטו געהערט א מעשה?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום זונטאג יוני 03, 2018 10:29 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ווען דער אמרי חיים זצ״ל האט באזוכט דעם אמרי אמת מגור זצ״ל גלייך נאכן ארויפקומען קיין ארץ ישראל האט אים די גורער רבי געזאגט אויפן וועג ארויס ״קענסט קומען אינטער מיין שאָטן, דיין טאטע (הסב״ק מוויזניץ) איז געוועהן א גרויסע צדיק״
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5431
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3224 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג יוני 03, 2018 10:28 am

בן אדם האט געשריבן:
ווייל אזוי האט געשריבן:יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

זיי האבן איינגעלאדענט אלע ברודער חוץ פון ר' ישראל, נאר קיינער איז נישט געגיינגען, אפילו נישט ר' ישראל'ס זון - דעם סקווערער'ס איידעם.
ער איז אין ארץ ישראל
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1827
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2301 מאל

הודעהדורך סקרן » זונטאג יוני 03, 2018 10:54 am

יעדעס מאהל דיין פעטער מאכט חתונה אין מאנסי איין אייניקיל קומסטו צו פאהרן פון מאנטריאל גיבערס וויליאמסבורג ב"פ וכו' וועלעכע פון די פריערדיגע חתונות זענעו עני פון די ברודערס געווען
נאר ר' ישראל פלעג גיין אלס שליח פון טאטען און אלס מחותן יעצט איז ער נישט געגאנגן ווייל מ'האט אים נישט געלאדענט זיין זין האט ער געשיקט קיין א"י משום איזה סיבה אפשר צום בעלזער חתונה
דער סקווירא איז געקומען קיין ויזניץ אויף די חופות כל זמן די שוואגער האט געלעבט איינמאהל ער איז אוועק קומט ער שוין נישט
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 12:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » זונטאג יוני 03, 2018 1:02 pm

אחת על אחת, די סקווירא קפידא פון א מייל אויסער אידען, איז געבוירען 5 יאר צוריק, די רבי ז"ל האט נישט געהאט אזא קפידא לא מיניהו ולא מקצתו, ער האט געוואלט א אפגעזינדערטע שטעטיל פון די גאס, נישט פון אידען און אוודאי נישט פון ערליכע אידען, הגע בעצמך, דער צדיק וקדוש איז געקימען פון יאראף אראפטרעטענדיג פון שיף זעהנדיג ניו יארק בימים ההם, האט ער געטראכט פון א אייגענע ד' אמות, האט ער געוואלט אנטלויפען פון פאפא און קראסנא? אדער פון די מארגען זשורנאל מיט אלע אמעירקאנע איבלען, ומהאי טעמא האט ער זיך געפריידט יעדער ערליכער איד וואס קימט ארויס און וואלד, צו דאס איז דער ליטווישער הגאון רבי דוד קיוויאט צו דער גאליציאנער הרב שמואל חיים ראובן וואגשהאל, צו דער מאדיאר הרב ישעי' אונגאר, ער האט נישט גחולמט פון א חסידות, א פארטיי, א אייגענע מלוכה, ער האט געוואלט און געזיכט ערליכע אידען דעטס איט, ווי שטארק האט ער זיך געפרייט צו די געגענט פון ספרינג וואלי אז ס'נאנט צו א אידישע מקוה, ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די היינטיגע מחשבות זרות, און רבותי ער האט נישט געהאט פארוואס מורא צו האבען. זיין כתר האט גענימען אנדערהאלב מיניטען! און ער האט געדאווענט בערך 4 מאל א יאר מוסף,
ברעיקינג נויס, ער האט נישט געבעטן קיינעם צו גיין שטיוועל, קיינעם צו זאגען תהילים שבת אינדעפריה און ניטאמאל צו עסען צוויבעל קיגעל, און נישט פארלאנגט בחורים זאלן קומען צום טיש, ערהאט געוואלט מזאל לערינין אור נחיים הקדוש ווען ער האט געהאט א ישיבה האט ער געוואלט א חסידישע ישיבה, אבער נישט סקווירא און נישט דייקא טשערנאביל, ער האט נישט געוואלט קיין שום פאליטיק, ריין ערליך אן קיינע מעשיות,
א נייעס וועל איך אייך פארציילען ער האט פיינט געהאט בילדער אזוי ווי רעב מאטעלע, און נאכמער, ער איז נישט געפארען קיין קרוינהייטס אויף שבת הערענדיג אז ס'שטייט געשריבען אין א צייטונג, וכו' וכו'
פון די אלע זאכען פארשטייט דער היינטיגע אדמור, אז מקען נישט מדארף מאכען שיניום, מדארף היינט א פלעי פורים, מדארף האבען לכבוד פסח 150 פעידזשעס אין דער וואך, מדארף האבען א סטעידזש ביי אשר יצר, מדארף מאכען א פייער לג בעומר א שפיצעל ווייל ספעלט אויס שיניום,
איין זאך טאר מען נישט, חס ושלום מאכען נאך א מנין, מדארף אויפהאלטען און פייניגען טויזענטער אידען מדי שבת בשבתו, נישט זיך רעכענען אז הונדערטער קומען נישט און קיין בית המדרש בכלל ליידער אויפען חשבון פינעם איינגרעדטע קפידה פון טאטען, ווייל מהאט מורא חיליה מוועט ווערען א פאפער אדער א קאסאניער,
נעבאך נעבאך!
יעצט צו הרב ישראל מיט י ברודער, ער וואלט זייער נישט געוואלט זיך מיט אים קריגען, אבער זינט ווען דארף ער זיין זיין משמשש? פארוואס טאר ער נישט באזיכען דעים קאסניער, א בנש"ק א מחותן א ידיד? פארוואס נישט?
ווען הרב אהרן מענדיל האט בר מצוה געמאכט און אדמור וויזניץ זצ"ל איז געועון א זיידע האט ער געבעטען איך בין א זיידע ביטע רוף נישט דיין שוואגער הרא"ט וואס קריגט מיט מיר און געזאגט אויף מיר נישט שיינע זאכען מיט חוצפה, אדער ווען הרב יצחק האט חתונה געמאכט איידעם פון הרב ישראלטשע פון בני ברק דאן האט הרב מענדיל ממרכז געמוזט קומען! זאגענדיג פארגינסט אים נישט א בילקע מיט פיש?
היתכן ממישט פאליטיק מיט א שמחה? און נאך אזעליכע נעריש טענות, א קעגין בליט פארגיסערס!
אבער ווען קאסאן איז א מחותן מיט וויזניץ און תשע"ז איז מען נישט געגאנגען צו די חתונה ווייל צווישען די קאסיניע רביס איז דא איינער וואס האט געקויפט א הויז ארויס פון די סקווערע מייל וואס איז א אויסגטארכטע חוצפה און היתכן וויזניץ דערוואגט זיך צו משדך זיין מיט איינעם וואס פאלט נישט אראף פאר סקווירא טעראר?
סקווירא רבי לטובת אייער ציבור, לטובת אייער טאטענס נשמה בגן עדן , הערט אויף ארויפצולייגען איירע שייגעץ שטיק אויף די חשבון פון אייער הייליגען טאטען און טוט צום זאך מאכט נישט קיין לג בעומר פייער מיט א פורים פלעי בויעט נישט א נייע בית מדרש, מאכט אויף 6 גרויסע בתי מדרשים און שטעטעל און זעה אז יעדער בחור און אינגערמאן האט ליב צו גיין און שיל אריין!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 429
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 11:37 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 03, 2018 1:38 pm

יין שרף האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
ווייל אזוי האט געשריבן:יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

זיי האבן איינגעלאדענט אלע ברודער חוץ פון ר' ישראל, נאר קיינער איז נישט געגיינגען, אפילו נישט ר' ישראל'ס זון - דעם סקווערער'ס איידעם.
ער איז אין ארץ ישראל

שמעתי אז דער איידעם ר' חיים מאיר בן האדמו''ר ר' ישראל איז יא געווען ביי די חתונה. צוריקגעקומען פון ארץ ישראל פאר די חתונה.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 03, 2018 1:38 pm

רבותי, ענק לעבען אין דמיון.

טאמער מ׳עט בויען א אידישע געגענט נאנט צו סקווער, איז סקווער א פארגאנגענהייט. ברור כשמש. איך זעי עס נישט אלס א חסרון פאר אידישקייט און מענטשהייט, אבער אזוי וועט זיין.

אוודאי איז די שולד אויף דער מהלך פון ביז יעצט, פון טרור מיט שקר. אבער זיין פחד איז נישט אומזיסט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום זונטאג יוני 03, 2018 5:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7727
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2750 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7294 מאל

הודעהדורך סקרן » זונטאג יוני 03, 2018 2:04 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
ווייל אזוי האט געשריבן:יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

זיי האבן איינגעלאדענט אלע ברודער חוץ פון ר' ישראל, נאר קיינער איז נישט געגיינגען, אפילו נישט ר' ישראל'ס זון - דעם סקווערער'ס איידעם.
ער איז אין ארץ ישראל

שמעתי אז דער איידעם ר' חיים מאיר בן האדמו''ר ר' ישראל איז יא געווען ביי די חתונה. צוריקגעקומען פון ארץ ישראל פאר די חתונה.

וועמענ'ס איידים?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 12:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג יוני 03, 2018 2:06 pm

ר' חיים מאיר בן ר' ישראל מוויזניץ-מונסי, איידעם פון ר' דוד מ'סקווירא
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1827
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2301 מאל

הודעהדורך סקרן » זונטאג יוני 03, 2018 2:28 pm

יין שרף האט געשריבן:ר' חיים מאיר בן ר' ישראל מוויזניץ-מונסי, איידעם פון ר' דוד מ'סקווירא

טעות ר' יעקב יוסף בן ר' ישראל מויזניץ מאנסי איז אן איידעם ביי ר' דוד מסקווירא
און ער איז אין א"י
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 12:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט