ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג יוני 18, 2018 2:19 pm

שבת אחים האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איך קען איינע פון די גרויסע נגידים פון ר' מענדל (מ'זעהט אים אויף איינע פון די בילדער), זייער א נארמאלער אינגערמאן, איך האב קיין מושג ניט וויאזוי ער עסט דאס אויף. איך רעד פון איינעם וואס לאזט זיך קאסטן מיליאנען פארן העיליגן רבין


איך פארשטיי עס אויך נישט. ס׳מוז זיין אזא איינגעבאקענע שנאה פון קינדווייז אן צו ר׳ ישראל און צו מאנסי-וויזניץ. זיי קענען עס נישט אויסהאלטן אז ר׳ ישראל איז צוריק און איז גרעסער ווי ר׳ מענדל.

איך בין נישט זיכער צו ס'האט מיט שנאה צון ברודער.


מיר קוקט אויס אז רבי מענדל מיינוס זיין פראבלעם איז א פיל געשמאקערע רבי ווי דער ברודער, ער פיהרט שענער זונגט ווארעם, דער ברודער קוקט אויס אביסעל מער פארעווע (נאר א השערה, איך קען זיי נישט ביידן)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1024
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יוני 18, 2018 2:44 pm

ס'איז זיכער געמישט מיט ביידע. ווייל כמעט אלע מענדליסטן וואס איך קען זענען אלע יאהרן געוועהן "בלוטיגע שונאים" פאר ר' ישראל און פאר מאנסי. ס'איז זיכער אז ר' מענדלע'ס חסידים באשטייט פון די מעהר עקסטרעמע וויזניצער חסידים וואס האבן קיינמאל נישט געוואלט הערן פון ר' ישראל. און ווי אויך האט עס צו טוהן אז ר' מענדל איז א "חנפ'יאק" און ער ווייסט וויאזוי צו לעקן זיינע קעלבלעך און טיילן ברכות מיט קאמפלימענטן פאר זיינע חסידים. ווידער ר' ישראל איז אן אמת'ער מענטש, און קיין 'ברוינע צונג' פארמאגט ער נישט... און ער וועט נישט ארויסגיין פון זיין וועג אפצוגעבן כבוד פאר עשירים... ער וועט נישט פלאפלען קיין איבריגע שטותים נאר כדי יענעם אריינצוכאפן...

איך זעה נאכנישט וויאזוי ר' מענדל פירט א שיין טיש. ס'איז ממש גרויליג אין מיינע אויגן... האסט געהערט די ניגון ווי ער גארגעלט זיך אויפ'ן טעיפ פארן דרשה??? א קאצן מוזיק... טוה מיר א טובה...! האסט געהערט אמאל זיינע תורות? באשעפער אין הימל...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3536 מאל

Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 18, 2018 2:47 pm

עס קען איינער מיר זאגען פארוואס די אקצענטען פון די צוויי ברידער זענען אזוי אנדערש איינס פון די צווייטען? וואס איז די פשט? ביידער זענען אויפגעהאדעוועט ביי די זעלבע טאטע מאמע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יוני 18, 2018 3:30 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס קען איינער מיר זאגען פארוואס די אקצענטען פון די צוויי ברידער זענען אזוי אנדערש איינס פון די צווייטען? וואס איז די פשט? ביידער זענען אויפגעהאדעוועט ביי די זעלבע טאטע מאמע?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ר׳ מאטעלע האט אלץ קינד געהאט עפעס א געזונטהייט פראבלעם מיטן דיבור. אפשר פארדעם. ר׳ מאטעלע האט נישט געהאט די עכטע וויזניצער אקצענט. רוב פון די וויזניצער בא-בא-באם אוי וועי וועי האט כמעט נישט עקזעסטירט ביי אים (הגם די חסידים זענען יא געבליבן מיט דעם) ער האט אויך נישט געקענט דאווענען און זינגן שיין אזויווי זיין טאטע און זיינע זיידעס. זיין טאטע ר׳ חיים מאירל זצ״ל איז געוועהן זייער מוזיקאליש, געמאכט אסאך שיינע ניגונים און פארשטאנען צו נגינה, אז מ׳האט נאר א טראפקעלע פארדרייט א טאן האט ער גלייך געמאכט מיט די הענט און עס פארעכטן. ער האט נישט געקענט פארליידן ווען מהאט נאר אביסעלע פארדרייט א ניגון/נוסח.

אסאך זאגן דאך טאקע אז זיי נישט געוועהן קיין עכטע ברודער. איינער איז דאך א זוהן פון מרגלית און איינער פון מרגליא, און טאטע איז אויך נישט געוועהן די זעלבע, איינער האט זיך אינטערגעשריבן בהה״צ מוהרח״מ און איינער מוהרח״ם... די לעצטע נאמען האט איינער געהייסן הגר און דער אנדערער האגער. איינער שטאמט פון ויז׳ניץ און דער אנדערער פון וויזשניץ/וויזניץ.

סאיז נישטא וואס צורעדן זיי זענען געוועהן כרחוק מזרח ממערב. איינער א אגודיסט, איינער א קנאי. איינער א הארטער, און דער אנדערער א ווייכער. איינער א קאנטראל-פריעק וואס האט מיטגעהאלטן פוקנטליך אלעס אין זיינע מוסדות און אליינס געפירט יעדע זאך סיי ברוחניות און סיי בגשמיות און דער אנדערער האט נאר געוואוסט פון גמרא תוס׳ מיט חובת הלבבות. איינער א בעל מנגן דער אנדערע האט ניטאמאל געקענט האלטן א טאן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מאנטאג יוני 18, 2018 3:34 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הוא היה אומר:

״זיי גוט [i]צו[/i] א יעדען איינעם אבער נישט [i]מיט[/i] יעדען איינעם״

הסב״ק מוויזניץ זצ״ל

און איך זאג אז ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון די משנה וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין פרקי אבות...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3536 מאל

Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 18, 2018 3:33 pm

זייער גוט,אבער איך מיין די נעקסטע דור. ר׳ ישראל רעדט רומעיניש, און ר׳ מענדעלע רעדט אונגאריש. ר׳ ישראל זאגט ׳די העיליגע טאטע׳ און ר׳ מענדעלע זאגט ׳די הייליגע טאטע׳, וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג יוני 18, 2018 3:36 pm

שבת אחים האט געשריבן:. איינער א בעל מנגן דער אנדערע האט ניטאמאל געקענט האלטן א טאן.

ווער איז ווער? ביידע האבן קיין טאן נישט געקענט האלטן.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2284
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג יוני 18, 2018 3:38 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער גוט,אבער איך מיין די נעקסטע דור. ר׳ ישראל רעדט רומעיניש, און ר׳ מענדעלע רעדט אונגאריש. ר׳ ישראל זאגט ׳די העיליגע טאטע׳ און ר׳ מענדעלע זאגט ׳די הייליגע טאטע׳, וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער אמרי חיים איז אויפגעוואקסן אין אוקראינע, ר' ישראל איז אויפגעוואקסן ביים אמרי חיים.

דער ישועות משה איז אויפגעוואקסן אין אונגארן, ר' מענדל רעדט ווי זיין טאטע.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2284
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יוני 18, 2018 3:39 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מאנטאג יוני 18, 2018 3:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הוא היה אומר:

״זיי גוט [i]צו[/i] א יעדען איינעם אבער נישט [i]מיט[/i] יעדען איינעם״

הסב״ק מוויזניץ זצ״ל

און איך זאג אז ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון די משנה וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין פרקי אבות...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3536 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יוני 18, 2018 3:40 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער גוט,אבער איך מיין די נעקסטע דור. ר׳ ישראל רעדט רומעיניש, און ר׳ מענדעלע רעדט אונגאריש. ר׳ ישראל זאגט ׳די העיליגע טאטע׳ און ר׳ מענדעלע זאגט ׳די הייליגע טאטע׳, וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ר׳ מענדלע זאגט ״טאטי״... איינמאל האט ער ברבים געזאגט אויף עפעס איינע פון זיינע קיען ״איר ווייסט פארוואס איך האב ליעב דעם אינגערמאן ווייל ער האט ליעב טאטי״ האט זיך עפעס א מחוצף אנגערופן ״און טאטי האט ליעב מאמי״... :lol:
הוא היה אומר:

״זיי גוט [i]צו[/i] א יעדען איינעם אבער נישט [i]מיט[/i] יעדען איינעם״

הסב״ק מוויזניץ זצ״ל

און איך זאג אז ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון די משנה וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין פרקי אבות...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3536 מאל

הודעהדורך אליעזר מארקס » מאנטאג יוני 18, 2018 3:44 pm

שבת אחים
אויב ביסטו מודה אז מען רעדט פון א צדיק, איז פון וואו וייסטו, אויף וועמען שטטייט די וועלט און אויף וועמען נישט?וויאזוי מעסט מען פונקטליך די זאכען? הבינני ואדעה.

פון די הגדרה "אינטעליגענט" האב איך שוין לאנג צוריקגעצויגען, אבער איך מיין יא צו זאגען איז, אזער איז געווען א מענטש פון א העכערען סטענדרעט, נישט א "לאו לייף" א ו"דז'שאווורגו".

אהבת ישראל, קען איך זיך פארשטעללען, אז דער סקולענער רבי שליט"א פארמאגט אפשר א ביסעללע מער פון איהם....
דאך האט זיך געזארגט פאר די אידען וואס זענען אריין צו איהם מיט קוויטלעך, פאר א היימישער א ביסעל מער, פארטייעיש, קיינער זאגט נישט אז נישט.
וואס דו שרייבסט לגבי זיין בנק-אקונט איז ממש א מדרש פליאה.
דער סיגוט'ער מחותן האט, כידוע, זייער גוט פארשטאנען צו ביזנעס, דער מונסיער ברודער איז אויך גארנישט גיווען הינטערשטעליג, אובער דער בעל ישועות משה האט גארנישט פארשטאנען צו געלט זאכען, נאכדערצו זענען זיינע שטוב-מעטשען געווען זייער בטלניש אין פארגלייך צו משה גבאי וחבורתו.
דאס אז ער האט פאר יעדען שנורער געגעבען דעם ערשטען שטר וואס אי ארויס פון זיין טאש, דאס האבען אללע גיזעהן.
אז ער האט זייער שוואך פארשטאנען צו עוה"ז האבען שוין אנדערע פריער באטאנט (מילא, איז נישט קלאר, פארוואס דארף ער זיך זארגען פאר אנדערע מער פון פאר זיך).
מיט ר' יודעלע האט ער גיהאט א פרשה, מיילא קען מען זיך פון דעם גארנישט ארויס לערנען.
מיט זיינע פוליטישע שונאים האט ער זיך נישט ווייניגער שיין אויפגעפירט ווי דער ברודער (נאר מיט פיל ווייניגער פארשטאנד, פון וואס די איידימער די רעבי'ס, איש איש לפי מהללם, האבען זייער גוט געווסט צו נעמען "אדווענטיזש").
צו זיינע קאמפעטיטשען איז ער צוגעגאנגען זייער קטנות'דיג, דאס איז נישט קיין סוד.
וואס עס אהנבאלאנגט דעם גרויסען זוהן ומשפחתו, ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט, און איך האב דיר גארנישט וואס צוריק צו ענטפערן.
אליעזר מארקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 18, 2018 3:50 pm

בקיצור דו ביסט מודה אז אין מדות טובות איז ער געווען גאנץ הינטערשטעליג ווי עס ווערט געפאדערט פון א ת"ח.

דער וועלט זאגט ׳שאול באחת ולא עלתה לו, דוד בשתים ועלתה לו׳, פארוואס? ווייל די אחת פון שאול איז געווען א פעלער אין מלוכה זעלבסט. טאמער דער @&$%×€ משה האט געבויט זיין רעביסטיווע אויף יענעמ׳ס בלוט (עי׳ ערך הרב גדליה נדל ותלמידיו), ער האט פארדרייט זיין אייגענע סטאדע א קאפ, צוליעב פריוואטע חשבונות מיט זיין זוהן, ער האט געפיהרט א וועלט פון זיין פאזיציע אין דער מועצגה"ת, ווען ער האט געדארפט וויסען אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך. ווייס איך שוין נישט ווי פאסט דער ווארט צדיק דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

הודעהדורך אליעזר מארקס » מאנטאג יוני 18, 2018 3:53 pm

ריכטיג האט געשריבן:דער אמרי חיים איז אויפגעוואקסן אין אוקראינע, ר' ישראל איז אויפגעוואקסן ביים אמרי חיים.

דער ישועות משה איז אויפגעוואקסן אין אונגארן, ר' מענדל רעדט ווי זיין טאטע.

די סיבה פארוואס דער ישועות משה האט גערעדט מיט א גאליציאנער 'ציירה' אי וייל ער האט גילערנט ביי ר' יודעלע, ר' יודעלע האט נישט פארנומען די בוקעוינע 'צירי', און האט איהם אויס געלערנט זאגען אזוי ווי אין גאליציע. דער ישועות משה פלעגט אסאך נאך מאכען ר' יודעלע, בפרט ביים דאווענען. דאס איז די סיבה.
אליעזר מארקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך אליעזר מארקס » מאנטאג יוני 18, 2018 4:06 pm

ליטוואק, איך פארשטיי אז לשיטתך מיעוט שיחה, התמדת התורה, שמירת עיניים, מיעוט אכילה ושתיה, עבודת השי"ת ביגיעה עצומה, התרחקות מכל תענוגי עולם, איז נאכנישט א סיבה אפילו אהנצורופען א מענש אויף זיין ספר'ס נאמען, און אוודאי נישט צו זיין א צדיק.
איך האב נאכנישט גיזעהן די אנדערע גרויסע ת"ח זיך א סאך בעסער אויפפירען ווען עס קומט צו זייער מנהיגות און שררה. (לאמיר אנהייבן מיט רב שך 'פאר א סאמפעל')
ר' גדליה נדל איז נישט געוועהן קיין לייכטער מענטש, נאר זייער א עקסרעמער צו אופוזיט דיירעקשענס, און קיין שום ישיבה האט זיך נישט געשלאגען איהם שפעטער אריין צו נעמען אלס א מג"ש.
ווי די מורדים זענען שפעטער אהינגעקומען, האבען זיי אויך נישט געברענגט קיין ישועה פאר די וועלט, פון מאנסי ביז איראן. (איך רעד פון די אהנפירערס)
א מענטש וואס האט "פמילי אישו'ס" קען נאך אלץ פירען זייער שיין א עדה, (לאמיר נישט פארגעסען, אז דער זוהן האט איהם נישט נאר געגעבען צו עסען "המוציא" מיט האניג).
קיינער אין די וועלט איז נישט perfect, אבער היי! ער האט לפחות גע'טרייט'...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אליעזר מארקס אום דינסטאג יוני 19, 2018 3:11 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
אליעזר מארקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 18, 2018 4:14 pm

זייער גוט.

עס זעט זיך אויס אז מ׳דארף נישט זיין קיין מענדעליסט צו זיין א שוואנץ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

הודעהדורך אליעזר מארקס » מאנטאג יוני 18, 2018 4:21 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אליעזר מארקס אום דינסטאג יוני 19, 2018 3:11 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
אליעזר מארקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 18, 2018 4:28 pm

צו דער זאך מיינט אריין שטופען הרב שך און הרב שמואל אויערבאך אין די נושא. אהא. האסט א נייעם טייטש אין דעם פונקט ווי דיין נייעם טייטש אין ׳צדיק׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג יוני 18, 2018 4:38 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בקיצור דו ביסט מודה אז אין מדות טובות איז ער געווען גאנץ הינטערשטעליג ווי עס ווערט געפאדערט פון א ת"ח.

דער וועלט זאגט ׳שאול באחת ולא עלתה לו, דוד בשתים ועלתה לו׳, פארוואס? ווייל די אחת פון שאול איז געווען א פעלער אין מלוכה זעלבסט. טאמער דער @&$%×€ משה האט געבויט זיין רעביסטיווע אויף יענעמ׳ס בלוט (עי׳ ערך הרב גדליה נדל ותלמידיו), ער האט פארדרייט זיין אייגענע סטאדע א קאפ, צוליעב פריוואטע חשבונות מיט זיין זוהן, ער האט געפיהרט א וועלט פון זיין פאזיציע אין דער מועצגה"ת, ווען ער האט געדארפט וויסען אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך. ווייס איך שוין נישט ווי פאסט דער ווארט צדיק דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רוב מענטשן וואס ווייסן נישט וואס טוהט זיך, ווייסן אויך נישט אז זיי ווייסן נישט, מען קען עהם נישט באשולדיגן נאר די מענטשן וואס האבן איהם געשטעלט אין די פאזיציע.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 674
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג יוני 18, 2018 10:12 pm

אינטערסאנט ווען ער רעדט פון באבקעס וואס זיין פאטער האט געכאפט אין תשעה באב ביי די מורדים פרשה, זאגט ער אינמיטן אז ''פורים ביפאר איז די טאטע געזיצן די רעכטע זייט ר' חיים שנעעבאלג און די לינקע זייט ר' אליעזר דוד פאל [ הא? איר ווייסט נישט ווער זיי זענען? בעסער עטס ווייסט נישט... ] ער האט זיך נישט פארגעשטעלט אז תשעה באב דערנאך וועט דאס פאסירן.

קוקט עפעס אויס ווי די צוויי ר' חיים שנעעבאלג און ר' אליעזר דוד זענען געווען די קאנאנען דארט
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1818
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1021 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יוני 18, 2018 11:59 pm

אליעזר מארקס האט געשריבן:שבת אחים
אויב ביסטו מודה אז מען רעדט פון א צדיק, איז פון וואו וייסטו, אויף וועמען שטטייט די וועלט און אויף וועמען נישט?וויאזוי מעסט מען פונקטליך די זאכען? הבינני ואדעה.

פון די הגדרה "אינטעליגענט" האב איך שוין לאנג צוריקגעצויגען, אבער איך מיין יא צו זאגען איז, אזער איז געווען א מענטש פון א העכערען סטענדרעט, נישט א "לאו לייף" א ו"דז'שאווורגו".

אהבת ישראל, קען איך זיך פארשטעללען, אז דער סקולענער רבי שליט"א פארמאגט אפשר א ביסעללע מער פון איהם....
דאך האט זיך געזארגט פאר די אידען וואס זענען אריין צו איהם מיט קוויטלעך, פאר א היימישער א ביסעל מער, פארטייעיש, קיינער זאגט נישט אז נישט.
וואס דו שרייבסט לגבי זיין בנק-אקונט איז ממש א מדרש פליאה.
דער סיגוט'ער מחותן האט, כידוע, זייער גוט פארשטאנען צו ביזנעס, דער מונסיער ברודער איז אויך גארנישט גיווען הינטערשטעליג, אובער דער בעל ישועות משה האט גארנישט פארשטאנען צו געלט זאכען, נאכדערצו זענען זיינע שטוב-מעטשען געווען זייער בטלניש אין פארגלייך צו משה גבאי וחבורתו.
דאס אז ער האט פאר יעדען שנורער געגעבען דעם ערשטען שטר וואס אי ארויס פון זיין טאש, דאס האבען אללע גיזעהן.
אז ער האט זייער שוואך פארשטאנען צו עוה"ז האבען שוין אנדערע פריער באטאנט (מילא, איז נישט קלאר, פארוואס דארף ער זיך זארגען פאר אנדערע מער פון פאר זיך).
מיט ר' יודעלע האט ער גיהאט א פרשה, מיילא קען מען זיך פון דעם גארנישט ארויס לערנען.
מיט זיינע פוליטישע שונאים האט ער זיך נישט ווייניגער שיין אויפגעפירט ווי דער ברודער (נאר מיט פיל ווייניגער פארשטאנד, פון וואס די איידימער די רעבי'ס, איש איש לפי מהללם, האבען זייער גוט געווסט צו נעמען "אדווענטיזש").
צו זיינע קאמפעטיטשען איז ער צוגעגאנגען זייער קטנות'דיג, דאס איז נישט קיין סוד.
וואס עס אהנבאלאנגט דעם גרויסען זוהן ומשפחתו, ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט, און איך האב דיר גארנישט וואס צוריק צו ענטפערן.


איך האב געזאגט אפשר א צדיק, קיין ציס״ע זיכער נישט. דאס איז מיין מיינונג לויט ווי איך האב געהערט און אים געקענט- איך בין געוועהן ביי א קוויטל אפאר מאהל ביי אים, איך בין געוועהן אסאך ביי זיינע טישן. איך בין אויפגעוואקסן הערענדיג אסאך וועגן אים. איך האב אפילו באקומען א בר מצוה מתנה פון אים מיט זיין חתימה. יעדער מעג האלטן וואס ער וויל...

איך האלט אז דער ישיעת משה מיט ר׳ מאטלע (אביסל) האבן ביידע פארהארגעט די אמאליגע חן און גלאנץ פון וויזניץ. איינער מיטן זיין אביסל צו שטארק פרום און עקסטרעים און דער אנדערער האט ליידער געהאט ווייניג שכל און געליטן פון פאוביעס אז יעדער וויל אים אינטערברענגן.

איך דיסאגרי וואס דו שרייבסט וועגן ר׳ מאטעלעס פאליטישע שונאים. ער מיט די מאנסיער חסידים האבן קיינמאל נישט געשלאגן אדער גערודפט קיין מענטשען וועגן פאליטיק. יא ר׳ מאטעלע האט מוחה געוועהן, אבער געשלאגן אדער אפילו געווארפן מענטשען וועגן פאליטיק? וויפל מענטשען זענען געפלויגן פון בני ברק פשוט ווייל זיי האבן גערעדט קעגן ר׳ מענדלע??? פשוט גערעדט קעגן אים-גארנישט מעהר. פארוואס איז הרה״ג ר׳ ירמי גאלדהירש געפלויגן פון דארט פארוואס איז ר׳ גרשון אדלער געפלויגן פון דארט?-ווייל ער האט געמאכט א וויץ אין וויזניצער ביהמ״ד וואס האט געחוזקט פון דעם העליגן??? וועם האט מען אין מאנסי וויזניץ געפייניגט וועגן פאליטיק? האסט געקענט אריינגיין אין שול און רעדן קעגן דעם רבין מיט זיינע קינדער און קיינער האט דיך נישט צוגערירט! ווען האט מען אין מאנסי וויזניץ געשטאכן רעדער, אויסגעהאקט פענסטער, געשלאגן אין רבינס שטוב מענטשען? קיינמאל נישט. ניטאמאל די סאטמארע פייפער וואס איז געגעאנגען ר׳ מאטעלע אויף די געהירן האט ער געווארנט אז קיינער זאל זיך נישט דערוואגן עס אנצורירן, ווייל עס איז נקמה...

מיין באבע ע״ה אלמנה מיט א שטוב מיט קינדער האט געוואוינט אין בני ברק אלע יאהרן. זי האט אין איר לעבן נישט גערעדט נישט נאר אויפן ישיעת משה נאר אויף קיין מענטש אויף דער וועלט האט זי נישט וויי געטוהן. קענסט פרעגן יעדעם איינעם וואס האט איר געקענט. מיין באבע איז געוועהן א פרוי וואס מהאט געקענט געבן קוויטלעך. זי איז געגעאנגען אראפ געבינדען מיט שווארצע שטרימפ, יעדן טאג גענעדיגט תהילים מיט בכיות, אינזין געהאט יעדעם איינעם. און געגעבן צו עסען פאר הונדערעטער ארימע לייט בשעת זי אליינס איז געוועהן א אלמנה מיט קליינע קינדער. זי האט גענומען פאר א איידעם איינער פון די מורדים וואס איז געוועהן בשעתו א יונג בחורל. ער האט זיך אפילו איבערבעטן מיט וויזניץ. מיט דעם אלעמען וואס מיין באבע האט נאך אלץ געהאט אירע זוהן לערנען אין ר׳ מוישלע׳ס ישיבה האבן זיי איר גערודפט אויף גאר א מיאוסע אופן. נאכגעשריגן אין די גאסן וכודמה. זי איז געוועהן א שטילע וויואלע אידענע און מהאט איר געצאפט דאס בלוט...שפעטערדיגע יאהרן ביי די פרשה פון ר׳ ישראל האבן זיי גערודפט מיינע פעטערס. ר׳ מוישלע דער גרויסער צדיק האט שטרענג אנגעזאגט אז מזאל נישט העלפן די יתומים חתונה האבן אפילו זיי האבן געלערנט אין זיין ישיבה. דער אהבת ישראל מיטן אמרי חיים האבן זיך בעסער אויפגעפירט ווי אים צעהן טויזנט מאהל. זיי זענען געוועהן לייטישע מענטשען. ר׳ חיים מאירל ווען מיין באבע פלעגט קומען צו אים מיט א קוויטל האט ער גערעדט מיט איר אין אונגאריש אפילו ער האט קוים געקענט די שפראך. ער איז געוועהן א ״דזשענטלמאן״. שטעל דיך פאר די מאנסי רבי נעמט אויף פרויען און רעדט צוזיי אין ענגליש... ר׳ חיים מאירל פלעגט זאגן פאר מיין טאטע און זיינע ברודער. איך בין ענקער טאטע... אז עטץ דארפסט עפעס בין איך אייביג גרייט אייך צוהעלפן. ער פלעגט זעצן מיין טאטע מיט זיינע ברודער ביי געוויסע טישן לעבן זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך. איך קען רעדן און רעדן א גאנצע נאכט. סוף פסוק ר׳ מוישלע האט פארהארגעט וויזניץ מיט זיינע משגעותן און פאוביעס. וויזניץ וואלט געוועהן דע שענסטע חסידות אויף די וועלט ווען נישט אים.
און דער מאנסיער איז טאקע געוועהן א עקסטרעימער. אבער קיין עקסטרעימע ״טעראריסטישע רעזשים״ האט ער קיינמאל נישט געפירט און איז אייביג געגעאנגען לויט די הלכה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום דינסטאג יוני 19, 2018 12:49 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הוא היה אומר:

״זיי גוט [i]צו[/i] א יעדען איינעם אבער נישט [i]מיט[/i] יעדען איינעם״

הסב״ק מוויזניץ זצ״ל

און איך זאג אז ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון די משנה וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין פרקי אבות...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3536 מאל

Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

הודעהדורך קלוגע יודל » דינסטאג יוני 19, 2018 12:47 am

[quote= שבת אחים] אור מרדכי האט איבערגעלאזט אסאך מעהר ״רעדלעך״ ווי זיין מחותן דער ׳ברך צוויבל׳- ער איז די איינציגסטער וויזניצער רבי אין די היסטאריע וואס איז געשטארבן מיט אסאך אסאך געלט אין די באנק בשעת אלע אנדערע ווינזיצער רביס זענען געשטארבן בלוטיגע ארימלייט גרויסע בעלי חוב.... [/quote]



Sent from my XT1528 using Tapatalk
קלוגע יודל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יוני 19, 2018 1:16 am

קלוגע יודל האט געשריבן:[quote= שבת אחים] אור מרדכי האט איבערגעלאזט אסאך מעהר ״רעדלעך״ ווי זיין מחותן דער ׳ברך צוויבל׳- ער איז די איינציגסטער וויזניצער רבי אין די היסטאריע וואס איז געשטארבן מיט אסאך אסאך געלט אין די באנק בשעת אלע אנדערע ווינזיצער רביס זענען געשטארבן בלוטיגע ארימלייט גרויסע בעלי חוב....




Sent from my XT1528 using Tapatalk[/quote]

אויב די אור מרדכי מיינסטו ר׳ מאטעלע האסטו א גרויסע טעות. ר׳ מאטעלע האט קיין געלט נישט איבערגעלאזט. ר׳ מוישלע איז ווערט געוועהן קרוב צו דרייסיג מיליאן. ער האט איבערגעלאזט אזא 20 שלימים אין די שווייצער בענק קעש, פלאוס ריעל עסטעיט. ער האט זיך נישט מטפל געוועהן דערמיט. איך ווייס אפילו נישט צי ער האט פארשטאנען די חילוק פון צעהן דאללער ביז טויזנט דאללער. כבין כמעט זיכער אז ער האט נישט געהאט קיין אהנונג ווי די קוויטל געלט גייט און וואס לייטשע מיט די אנדערע שטוב מענטשען טוהן מיט דעם. אבער פאקט בלייבט פאקט, ר׳ מוישלע האט איבערגעלאזט שווערע געלטער בשעת רוב פון זיינע חסידים זענען געוועהן בלוטיגע ארימלייט. איך זאג נישט אז ער האט הנאה געהאט פונעם געלט. איך זאג דיר נאר א פאקט. פרעג דיך נאך ביי די וואס ווייסען אביסל וועסטו הערן. און כוויל דיר זאגן א פאקט ר׳ מאטעלע אן זיינע רייכע חסידים וואלט געשטאנען אויף די גאס און געבעטן מענטשען נדבות, אין זיין ״סעווינגס אקאונט״ איז נישט געליגן קיין געלט... וואס ער האט געהאט האט ער פארטיילט. צענדליגער מיליאנען. פאר זיינע קינדער און אייניקלעך. פאר זיינע חסידים און פאר יעדעם איינעם... ער אליינס איז געבליבן מיט גארנישט. רוב פון זיינע אייניקלעך מוטשענען זיך שטארק צו ענדיגן די חודש. דאס איז די טרוקענע פאקטן! דאס איז די מציאות.
הוא היה אומר:

״זיי גוט [i]צו[/i] א יעדען איינעם אבער נישט [i]מיט[/i] יעדען איינעם״

הסב״ק מוויזניץ זצ״ל

און איך זאג אז ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון די משנה וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין פרקי אבות...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3536 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג יוני 19, 2018 1:50 am

ווער האט היינט די מעלאנעס פונעם ישועות משה?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2022
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2548 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יוני 19, 2018 3:26 am

יין שרף האט געשריבן:ווער האט היינט די מעלאנעס פונעם ישועות משה?


די קעש האט מען צוטיילט צווישן די יורשים- די קינדער און איידעמער (די פני הדור פון כלל ישראל) האבן אלע באקומען אפאר רעדלעך. ר׳ מענדל האט באקומען די גרעסטע חלק. די ריעל עסטעיט ווייס איך נישט. סאיז דא איין לאט אין בני ברק וואס איך ווייס נעבן די וויזניצער ביה״ח, וואס ווען ר׳ חיים מאירל האט עס געקויפט איז עס גארנישט ווערט געוועהן. ער האט זיך נעבעך געבעטן מזאל עס אפקויפן פון אים, ער איז געוועהן אין חובות. היינט איז עס ווערט מסתם צעהן מיליאן דאללער. אויף די לאט איז ר׳ מאטעלע אויך א שותף (קיין געלט האט ער קיינמאל נישט געזעהן פון דעם) דאס איז נאר איין לאט. (קען זיין אפילו אז זיי האבן לעצטענס פארקויפט די פראפערטי) סאיז דא נאך ריעל עסטעיט וואס ר׳ מוישלע און זיין רביצין האבן פארמאגט.
הוא היה אומר:

״זיי גוט [i]צו[/i] א יעדען איינעם אבער נישט [i]מיט[/i] יעדען איינעם״

הסב״ק מוויזניץ זצ״ל

און איך זאג אז ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון די משנה וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין פרקי אבות...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3536 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג יוני 19, 2018 1:17 pm

!!
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20180619-WA00451.jpg
IMG-20180619-WA0050.jpg
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג יוני 19, 2018 1:18 pm

!
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20180619-WA00491.jpg
IMG-20180619-WA00481.jpg
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט