בלאט 37 פון 38
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

פורסם:
מיטוואך פעברואר 05, 2020 6:36 pm
דורך צפור בודד
המבלי אין שוואנצאנים במצרים לקחתנו למות בצחוק?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk

פורסם:
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 2:55 pm
דורך חיים יואל
חסידי מרכז וויזניץ פון אמעריקע גייען פראווען י״ב שבט
קומענדיגע מוצש״ק בשלח אין 'בית אסתר זאל' אין בארא פארק

פורסם:
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 8:45 pm
דורך מאך זיכער
צוביסלעך צוביסלעך הייב איך אן דעוועלאפן א געשמאק אין מענדעליזם.
ר' ברוך כהנא שליט"א פון אנטווערפן האט מיר געזאגט "דער וויזשניצער שוואנצאנעס גיבט פשוט ארויס דעם סוד וואס אלע רעבישע אייניקלעך פון די לעצטע הונדערט יאר האבן געקלערט ביי זיך"...
אויב טרעף איך מענדעלע קוש איך אים.

פורסם:
זונטאג פעברואר 09, 2020 2:04 pm
דורך הדסים
הדסים האט געשריבן:חיים יואל האט געשריבן:כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א איז היינט פארטאגס געפארן צו אילת,
און פון דארט אריבער קיין מצרים, אויף א נסיעה מיט די יונגערלייט וואס געבן אים גרויסע סכומים געלט.
יעדער קען דארט אריין אין מצרים? וואס האט מען געטון דארט?
צו ענטפערן מיין שאלות איז דא אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט איינער וואס איז דארט געווען. מען קען נארמאל אריבער די גרעניץ קיין מצרים, מען איז געגאנגען זאגן שירה ביים ים סוף. (איך וויל גיין מיט די נסיעה ווען זיי וועלן גיין צו בעל פעור).
ערנסט גערעדט, פארוואס געבט קול מבשר א מייק צו רעדן פון די הייליגער רבי און י"ב שבט ווי עס וואלט געווען א נארמאלער זאך?

פורסם:
זונטאג פעברואר 09, 2020 7:08 pm
דורך חיים יואל
חיים יואל האט געשריבן:חסידי מרכז וויזניץ פון אמעריקע גייען פראווען י״ב שבט
קומענדיגע מוצש״ק בשלח אין 'בית אסתר זאל' אין בארא פארק
אין ארץ ישראל האבן זיי געפייערט י״ב שבט נדחה, נעכטן מוצש״ק אין א זאל אין נס ציונה.
הער די נייע ווערטער אופן ניגון "השבת נועם הנשמות" וואס זיי האבן געזינגען נעכטען אין מרכז וויזניץ ביים מלווה מלכה אין ארץ ישראל.
''הייליגע רבי, נפשי חולת אהבתך...''
''הייליגע רבי נפשות ישראל...'
'הייליגע רבי, נועם הנשמות...''
https://drive.google.com/file/d/1IErf_N ... DbaMh/view

פורסם:
מאנטאג פעברואר 10, 2020 2:53 pm
דורך חיים יואל
חיים יואל האט געשריבן:כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א איז היינט פארטאגס געפארן צו אילת,
און פון דארט אריבער קיין מצרים, אויף א נסיעה מיט די יונגערלייט וואס געבן אים גרויסע סכומים געלט.
[ent]
די עיקר איז אז זיי האבן מיטגעשלעפט זיין מלכות׳דיגן שטוהל און די שטענדער ביים מסע קודש אין אילת.
קיין מצרים ווייס איך נישט אויב די גרעניץ וועכטער האבן עס געלאזט מיטנעמען.

פורסם:
מיטוואך פעברואר 12, 2020 4:43 am
דורך שבת אחים
די נסיעה איז געוועהן געאייגענט בלויז פאר די יעניגע, יחידי סגולה וואס האבן באשטייערט די סומע פון אכציג טויזנט שקלים און העכער. יעצט הער איך אז די אלע אנדערע חסידים וואס האבן גארנישט באשטייערט פארן קאמפיין פלאנט מען א מאסיווע ״מסע המלכות״ קיין מצרים בראש פונעם הייליגען בעל פעור אליינס, די ״מלך השוואנצנים״ וועט פירן אלע צאן ובקר צו די היסטארישע ״נילוס טייך״ ווי פרעה מלך מצרים בכבדו ובעצמו האט זיך יעדן צופרי אויסגע’קטנ׳ט...
פאלגט נאך די ווייטערדיגע מודעות.

פורסם:
מיטוואך פעברואר 12, 2020 5:09 am
דורך צפור בודד
ראתה שפחה על הים...

פורסם:
מיטוואך פעברואר 12, 2020 3:12 pm
דורך היסטאריקער
ושם הנהר הרביעי הוא "פיש"ון, זה הנילוס

פורסם:
דינסטאג פעברואר 25, 2020 4:56 pm
דורך חיים יואל
הכנות צום בר מצוה אין בני ברק,
פון א אייניקל ביי כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

פורסם:
פרייטאג פעברואר 28, 2020 10:08 am
דורך ישן מלא חדש
ביטע ארויפלייגן די חלום מיט די נייע ניגון.....
ישר כח
Sent from my SM-T113 using Tapatalk

פורסם:
זונטאג מערץ 01, 2020 3:32 am
דורך קלוגע יודל
הדסים האט געשריבן:הדסים האט געשריבן:חיים יואל האט געשריבן:כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א איז היינט פארטאגס געפארן צו אילת,
און פון דארט אריבער קיין מצרים, אויף א נסיעה מיט די יונגערלייט וואס געבן אים גרויסע סכומים געלט.
יעדער קען דארט אריין אין מצרים? וואס האט מען געטון דארט?
צו ענטפערן מיין שאלות איז דא אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט איינער וואס איז דארט געווען. מען קען נארמאל אריבער די גרעניץ קיין מצרים, מען איז געגאנגען זאגן שירה ביים ים סוף. (איך וויל גיין מיט די נסיעה ווען זיי וועלן גיין צו בעל פעור).
ערנסט גערעדט, פארוואס געבט קול מבשר א מייק צו רעדן פון די הייליגער רבי און י"ב שבט ווי עס וואלט געווען א נארמאלער זאך?
זיי זענען בכלל נישט געקענט צו די געגענט פון קרית ים סוף, ווער עס קען די מאפע ווייזט אז די ים סוף צוטיילט זיך אויף צוויי, איינס פון די צוויי קומט אן קיין אילת, ביי די שטיקל זענען זיי געגאנגען, דץ די אנדערע שטיקל איז א 7 שעה מנהל פון די גרעניץ.
זיי זיך די פראגע, רוב אזוי האט מען נישט געמוזט אריבער גיין די גרעניץ, מען האט שוין געקענט בלייבן אין אילת? מייז זיין מען האט עס געמוזט מאכן אינטערסאנט, כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן..

פורסם:
מאנטאג מערץ 02, 2020 2:21 pm
דורך חיים יואל
ישן מלא חדש האט געשריבן:ביטע ארויפלייגן די חלום מיט די נייע ניגון.....
ישר כח
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
דא האסטו די נייע ניגון:
מסעודת ר״ח אדר של כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א בבית חולים אצל הרה״ח ר׳ מיכאל שרייבר לרפו״ש.
בו שרו המקהלה השיר החדש ''
געלט מיט מנין, געלט מיט מנין, וועט דיר קיינמאל נישט פעלן''.
https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D

פורסם:
מאנטאג מערץ 02, 2020 9:11 pm
דורך איסר האטלקי
טאקע א הייליגער איד. איך וואלט ענדערש געוואלט עשירות מיט טויזנטער חסידים, ער דמיונ'ט נאר אויף א קארגע מנין און אביסל געלט...

פורסם:
מאנטאג מערץ 02, 2020 10:38 pm
דורך כפתור
וואס איז געווארן מיט די הבטחה פון עשירות ווער ס'געט אים געלט? ער האט געזאגט אז ס'איז א דאן דיל בלי שום ספק

פורסם:
דינסטאג מערץ 03, 2020 1:28 pm
דורך חיים יואל
כפתור האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט די הבטחה פון עשירות ווער ס'געט אים געלט? ער האט געזאגט אז ס'איז א דאן דיל בלי שום ספק
יא. איבער א יאר צוריק האט די אדמו״ר געזאגט, אז ''יום ג׳ בשלח ביים ציון פונם טאטן לכבוד י״ב שבט'' גיי איך פועלען פאר ענק אלע אסאך געלט מיט עשירות,
אבער נעבעך גארנישט האט זיך אויסגעלאזט. נאר מער און מער עניות איז צוגעקומען ביי זיינע נאכפאלגערס.

פורסם:
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 2:15 pm
דורך חיים יואל
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א ביים סעודת ר״ח אדר,
ביים יובל העשור פון קרן נצחי להחזקת מוסדותיו בארה״ק

פורסם:
פרייטאג מערץ 06, 2020 1:21 pm
דורך חיים יואל
כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א וויילט אין שפיטאל.
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

פורסם:
פרייטאג מערץ 06, 2020 2:18 pm
דורך ישן מלא חדש
חיים יואל האט געשריבן:כ״ק אדמו״ר ממרכז ויזניץ שליט״א וויילט אין שפיטאל.
Mental or dental?
Sent from my SM-T113 using Tapatalk

פורסם:
זונטאג מערץ 08, 2020 12:15 pm
דורך חיים יואל
כ"ק אדמו"ר ממרכז חסידי ויזניץ שליט"א וויילט אין די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק, נאך לייכטע געזונהייט קאמפלעקאציעס.
דער רבי שליט"א וויילט אין שפיטאל זייט פרייטאג אינדערפרי.
אין ליכט פון די מצב הבריאות ביים רבי'ן, איז אפגערופן געווארן די געפלאנטע 'שמחת הבר מצוה' פון אן אייניקל בן לבנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א, וואס האט געדארפט פארקומען היינט זונטאג אין בני ברק.
דער ציבור איז מתפלל לרפואת מרן מנחם מענדל בן לאה אסתר לרפו"ש.

פורסם:
מיטוואך מערץ 11, 2020 9:47 pm
דורך איסר האטלקי
די בר מצוה איז אפגעשטופט צום צווייטן מאל פאר ביז נאך שבועות, צוליב די קאראנע געזעצן...

פורסם:
זונטאג יוני 21, 2020 9:56 am
דורך חיים יואל
חיים יואל האט געשריבן:חקרן האט געשריבן:נעכטן האט ער איבערגע'חזר'ט די דרשות וואס ער האט גערעדט אין ארץ-ישראל. ער האט ארויסגעוויזן אומצופרידנהייט פארוואס מען פרעגט אלעס זיין זוהן ר' חיים מאיר און פארוואס מען פרעגט נישט אים. ער האט צוגעלייגט אז ביי די יארצייט פון ר' ישעיה'לע קרעסטירער איז געווען א לחיים אין זיין בית-המדרש, ער האט ערווארטעט אז ר' חיים מאיר וועט נעמען דער געזעץ אין די הענט אריין און אראפשלעפן דעם טישטיך, אבער ער האט צער דערפון אז ער האט עס נישט געטאן.
ער האט געזאגט דארט פארשידענע אנדערע מאדנע זאכן. צווישן אנדערע אז מען טאר נישט אריינגיין צו די נייע ויז'ניצע רבי'ס, בני דודו ממאנסי (פעטער מאטל) זצ"ל. ער האט אויך געמאכט א נייער ניגון וואס ער האט דארט אויסגעלערנט, ס'גייט בערך אזוי... שיטה הקדושה, ישועות משה, מיר זענען בהמות וכו'...
ער האט געזאגט דארט נאך אנדערע זאכן, אבער איך האב נישט קאמפערמט וואס איז יא אמת און וואס נישט. איך בין זיכער אז ס'איז דא דא פון זיינע חסידים, זאל מען עס קומען מאשר זיין, לייקענען, צולייגן, אראפנעמען וכו' וכו' וכו'.
יעצט כ״ט סיון איז געווארען א יאר, זייט די 'שיטה הקדושה שוואנצוננעס' דרשה אין אמעריקע.
די גאנצע שיטה הקדושה שוואנצוננעס דרשה
https://drive.google.com/file/d/1AUnpLM ... 2YP2I/viewhttps://drive.google.com/file/d/1dOHD1w ... f_4L8/view
יעצט כ״ט סיון איז געווארען 2 יאר, זייט די 'שיטה הקדושה שוואנצוננעס' דרשה אין אמעריקע.
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

פורסם:
זונטאג יוני 21, 2020 10:07 am
דורך ישן מלא חדש
ועדיין צריך רפואה (אם זה אמת)

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

פורסם:
זונטאג יוני 21, 2020 10:36 am
דורך פליישיג
בשורה טובה!!
עס איז דא א רפואה פאר קאראנע!
די קלוגע ברודער הרב ישראל פון וויזניץ בני ברק האט געמאלדן אז דער וואס וועט פטור ווערן פון טעכנאלאגישע כלים וועט נישט באקומען קיין קאראנע.
וואס איז פשט אז די דאקטוירים רעדן נישט דערוועגן?
Re: ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער

פורסם:
זונטאג יוני 21, 2020 11:42 am
דורך פאליטיקאנט
און וואס וועלן די וואס האבן קיינמאל נישט געהאט טוען?
זיי זענען שוין אימיונד?