בלאט 2 פון 2

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:51 pm
דורך גאנצל
שמשון מיט יודא לעיזער לויט געוויסע נייעס קוועלער (די ווארהייט דערפון זענען ניט אויף אונזער אחריות......) זענען געפארן מקדש זיין א נייע ביה"ח אין אוהעל א עקסענטשאן צו פאללאק'ס לאט מאחורי הגדר פון די ביה"ח אין קרית יואל........

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 4:48 pm
דורך green sunday
די ארוינים האבן אלעס מסדר געווען אין אהיימגעפארן, די זאליס זענען נאך דארט ווייל זיי שעמען זיך אהיימצוקומען מיט ליידיגע הענט. ווי סקוקט אויס קענען די זאליס פארגעסן דערפין, געגעסן פארשטינקענע פיש אין פין שטאט ארויסגעווארפן

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 8:55 pm
דורך לאקש
green sunday האט געשריבן:די ארוינים האבן אלעס מסדר געווען אין אהיימגעפארן, די זאליס זענען נאך דארט ווייל זיי שעמען זיך אהיימצוקומען מיט ליידיגע הענט. ווי סקוקט אויס קענען די זאליס פארגעסן דערפין, געגעסן פארשטינקענע פיש אין פין שטאט ארויסגעווארפן

זייער גוט ארויסגעברענגט, אבער האסטוך מסתם פארמישט מיט די פאקטן, די ארוינים זענען אהיים אבל וחפי ראש, זעהנדיג אז עס איז נישטא וואס צו מאכן, און די סאטמארע וועד איז דארט געבליבן צו ענדיגן אלע נויטיגע זאכן אז אזא מעשה נבלה וואס די ארוונים האסן געטון דאנערשטיג, זאל נישט נאכאמאל קענען צושטאנד קומען!

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 8:56 pm
דורך איסר האטלקי
אפשר ברענגסטו בילדער אויפצואווייזן דיינע פאקטן?

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:10 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

איך פראביר צו פארשטייען וואס דא גייט פאר. וועמן גייט עס אן פאר וועמן באלאנגט דער בית החיים אין אוהעל? איינער גייט דארט פלאנצען ווייץ פאר מצות? עס וואקסען דארט ביימער פון פרוכט? וואס האבען זיי דערפון? מקען נאך קויפען חלקות דארט? איינער א באטשי וויל מזאל אים דארט אריבערפירען לאחר מאה ועשרים?

עד שהאיר ה׳ את עיני, אז זיי ווילען פארקויפען די שטח, דער קונה זאל זיך נעמען בויען, און דערנאך וועט מען מאכען א ויצעקו אז מגראבט אויס אונזער זיידעס, און מוועט מאכען א ריזיגע געלט אקציע און לעזען א צווייטע מטבע צו קענען צוריק קויפען די שטח וחוזרין חלילה.

שוב נפקחו עיני אז עס שטימט נישט. פארוואס דארף מען איבערשרייבען און זיך קריגען? זאל יענער פארקויפען און דו מאך דער ויצעקו? אדער מאך דער ויצעקו גלאט אזוי?

און מיט דעם איז טאקע אלסדינג פארענטפערט. שלאפט׳ס געזונטעהייט, און אזוי זאלען אלע מדרש פליאהס פארענטפערט ווערן.

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:30 pm
דורך לאקש
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

הערליך פארענטפערט די פארווינדערטע מדרש פליאה, וואס האט טאקע געדזשומעט אין יעדעמס מוח, תודה לקל אז אונז האמיר אזא ווינדערליכע פארשוין, וואס קומט אויף מיט אזאנע וואזשענע חידושים וואס דערפרייט ממש יעדעמס אויער.

די אמת איז אבער, די בית החיים האט אלע יארן באלאנגט פאר די נעלאגישע קהילה, און די אבי זי״ע האט פארארבייט מעשים אז מען זאל עס ראטעווען פון זייערע הענט, פאר בערך דרייסיג יאר צירוק, איז געלונגען פאר די סאטמארע חברה קדישא צו ווערן א בארד מעמבער אין די ארטיגע קהילה, מילא האבן זיי געהאט א שטיקל בעלות דערויף, און געקענט פארפיגן מיט די ווערטשאפט, אבער יעצט האט די דארטיגע קהילה אהגעהויבן מאכן פראבלעמען האט די היינטיגע סאטמארע חברה קדישא אונטערגענומען די שריט פון עס לגמרי אפקויפן און סזאל מער גארנישט האבן מיט די ארטיגע קהילה פון נעלאגן, קיינער האט גארנישט געטרייט צו צונעמען פון די ארוינים, נאר בלויז פארענדיגן דאס וואס די רבי האט געוואלט, און דאס וואס וואלט געברענגט ערנסטע פראבלעמען.

זענען די ארוינים געגאנגען און געטון מעשים תעתיעום, האט די ארטיגע מעיאר אפגעמאכט, וואס פעלט מיר אויס די קאפוויי? אלעס גייט צירוק צום אלטן, צירוק צו די נעלאגן, און שלום על ישראל, און וועגן דעם זענען די חברי הקהילה אראפ געפארן אהין זעהן וויאזוי מען קען דאס צירוק מסדר זיין.

אויב איז דיר עס נאך אלץ שווער האב איך נישט קיין עצה פאר דיר...

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:03 pm
דורך גאנצל
למעשה זעיט אויס ווי דער ארטיגער מעיאר האלט זיך נישט ביים לאזן פארקויפן @לאקשן.........

ווי עס קוקט אויס לדאבונינו גייט אלעס בלייבן ביי די נעלאגן כסדר........ ותוצאותיו מי ישורנו ?...........

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 4:20 am
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

אהא. הייסט׳ס פאר די געוואלדיגע אויפטו פון ראטעווען א ביה"ח, מעג מען זיצען אויף א בארד מיט נעאלאגען.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:40 pm
דורך שושן פורים
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

געווענליך וואלט איך דיר ליב געהאט אהבת נפש, אבער די נערווירנדע הקדמה שורה צו יעדע תגובה לאזט מיר נישט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:48 pm
דורך גאנצל
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

אהא. הייסט׳ס פאר די געוואלדיגע אויפטו פון ראטעווען א ביה"ח, מעג מען זיצען אויף א בארד מיט נעאלאגען.

איך בין נאך נישט אזוי זיכער אז מ'רעדט דא פון נעלאגן דעס איז די זעלבע אלטע שפראך פון מיילעך שטערן מיט מנשה פליפ פלאפ דמיונות וואס @לאקש שרייבט נאך ווי דער בהמה המקרה באשפה

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 2:15 pm
דורך signout
לאקש האט געשריבן:
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

איך פראביר צו פארשטייען וואס דא גייט פאר. וועמן גייט עס אן פאר וועמן באלאנגט דער בית החיים אין אוהעל? איינער גייט דארט פלאנצען ווייץ פאר מצות? עס וואקסען דארט ביימער פון פרוכט? וואס האבען זיי דערפון? מקען נאך קויפען חלקות דארט? איינער א באטשי וויל מזאל אים דארט אריבערפירען לאחר מאה ועשרים?

עד שהאיר ה׳ את עיני, אז זיי ווילען פארקויפען די שטח, דער קונה זאל זיך נעמען בויען, און דערנאך וועט מען מאכען א ויצעקו אז מגראבט אויס אונזער זיידעס, און מוועט מאכען א ריזיגע געלט אקציע און לעזען א צווייטע מטבע צו קענען צוריק קויפען די שטח וחוזרין חלילה.

שוב נפקחו עיני אז עס שטימט נישט. פארוואס דארף מען איבערשרייבען און זיך קריגען? זאל יענער פארקויפען און דו מאך דער ויצעקו? אדער מאך דער ויצעקו גלאט אזוי?

און מיט דעם איז טאקע אלסדינג פארענטפערט. שלאפט׳ס געזונטעהייט, און אזוי זאלען אלע מדרש פליאהס פארענטפערט ווערן.

הערליך פארענטפערט די פארווינדערטע מדרש פליאה, וואס האט טאקע געדזשומעט אין יעדעמס מוח, תודה לקל אז אונז האמיר אזא ווינדערליכע פארשוין, וואס קומט אויף מיט אזאנע וואזשענע חידושים וואס דערפרייט ממש יעדעמס אויער.

די אמת איז אבער, די בית החיים האט אלע יארן באלאנגט פאר די נעלאגישע קהילה, און די אבי זי״ע האט פארארבייט מעשים אז מען זאל עס ראטעווען פון זייערע הענט, פאר בערך דרייסיג יאר צירוק, איז געלונגען פאר די סאטמארע חברה קדישא צו ווערן א בארד מעמבער אין די ארטיגע קהילה, מילא האבן זיי געהאט א שטיקל בעלות דערויף, און געקענט פארפיגן מיט די ווערטשאפט, אבער יעצט האט די דארטיגע קהילה אהגעהויבן מאכן פראבלעמען האט די היינטיגע סאטמארע חברה קדישא אונטערגענומען די שריט פון עס לגמרי אפקויפן און סזאל מער גארנישט האבן מיט די ארטיגע קהילה פון נעלאגן, קיינער האט גארנישט געטרייט צו צונעמען פון די ארוינים, נאר בלויז פארענדיגן דאס וואס די רבי האט געוואלט, און דאס וואס וואלט געברענגט ערנסטע פראבלעמען.

זענען די ארוינים געגאנגען און געטון מעשים תעתיעום, האט די ארטיגע מעיאר אפגעמאכט, וואס פעלט מיר אויס די קאפוויי? אלעס גייט צירוק צום אלטן, צירוק צו די נעלאגן, און שלום על ישראל, און וועגן דעם זענען די חברי הקהילה אראפ געפארן אהין זעהן וויאזוי מען קען דאס צירוק מסדר זיין.

אויב איז דיר עס נאך אלץ שווער האב איך נישט קיין עצה פאר דיר...
די גאנצע געבעקעכטס איז אזוי אמת ווי די חלום אז מהרז''ל האט 'יעצט' די ביה''ח אין אוהעל...

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 1:52 pm
דורך לבי ובשרי
ק/פ
בס"ד

זכות אבות יגן עלינו!

דעם היינטיגן פרייטאג האט די סיטי אין אוהעל ב"ה וברוב סייעתא דשמיא טאטאל צוריקגעוויזן דעם פרואוו פון די וועלכע האבן פרובירט דורכצופירן א נידריגע גניבה שפילה צו פארכאפן די בעלות פונעם אוהל הק' און די דערנעבנדיגע בנינים וועלכע זענען געווארן אהערגעשטעלט, איבערגעויבעט און צוגעקויפט דורך עסקני אנשי שלומינו למען כבוד הקדושים זי"ע אונטער די אנפירערשאפט פון די חברה קדישא דקהלתינו הק', און די פרואוון זענען ב"ה אצינד טאטאל צוריקגעוויזן געווארן דורך די ארטיגע באאמטע

אין ליכט פון די אנטוויקלונג, טוען מיר מיט צופרידנהייט איבערגעבן דעם פאלגענדן אפדעיט:

דער ביה"ח אין אוהעל, מקום מנוחת קדשו פון הייליגן ישמח משה זי"ע, איז ב"ה פארבליבן אזוי ווי ביז היינט אונטער די פירערשאפט און בעלות די חברה קדישא דקהל יטב לב דסאטמאר, און ווערט אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו, אזוי ווי די פארלאפענע 30 יאר בס"ד.

מיט עטליכע וואכן צוריק, האבן א גרופע בעלי זרוע פרובירט דורכצופירן א גניבה שפילה, וועלנדיד אויסנוצן דעם פאקט אז די חשוב'ע עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט אזויפיל מיה כח און געלטער אין די לעצטע פאר יאר אויפן מקום קדוש, האבן געזעהן פאר וויכטיג און פאסיג צו טוישן צו א נייער שומר, און די גרופע האט זיך באנוצט מיט'ן אלטן שומר אויסצופירן די גניבה, און דאס זאגאר געמאלדן מיט פרייד אין זייער צייטונג, און קיין טראפ בושה.

די פאקטישע גניבה איז פארגעקומען פארלאפענעם מיטוואך ראה ביום כ"ו אב, ווען די גנבים האבן זיך אריינעגבראכן און געטוישט שלעסער, און געמאלדן פארן פובליק "די גניבה איז געלונגען, גנבנו ונגנוב עוד!"

פרייטאג דערויף, א טאג נאכן אויסרופן אויף די מעשה הגניבה, האט די ארטיגע פאליציי באפוילן די גנבים צו פארלאזן דאס פלאץ תיכף ומיד, און זיי האבן געדארפט מאכן א ריקצונג כדרך כל הגנבים.

דעם מאנטאג אינדערפרי, גלייך ווען די שטאטישע אפיסעס האבן זיך געעפנט, האבן די גנבים אנגעהויבן ארבעטן אויף פרישע אופנים, און אויסגענוצט אלע סארט מיטלען און גרויסע שליחות'ן וואס נאר שייך צו פרובירן צוריקצוכאפן די גניבה, און זיי האבן אריינגעגעבן א פארלאנג צו די סיטי דורך א אפיציעלע אפליקאציע, וואו זיי טענה'ן אז באמת וואלטן זיי געדארפט זיין די בעלי בתים אויפן פלאץ, און דאן כדי אפצושלאגן דעם פרואוו האט די חברה קדישא אריינגעגעבן אלע נויטיגע פאפירן פונעם עבר און פונעם הוה, אריינגערעכנט די פאקטן ווער עס האט אויפגעהאלטן און באצאלט אלע ריזיגע הוצאות די לעצטע 20 יאר, און ווער זענען די וואס זענען געקומען דורכפירן א ביליגע גניבה אין א העלן טאג.

היינט פרייטאג איז ב"ה געקומען די בשורה, אז די סיטי האט טאקע אפגעווארפן זייער אפליקאציע, אנערקענענדיג אז זיי האבן נישט געברענגט קיין שום אויפווייז וואס זאל בארעכטיגן די וואנזיניגע פרואוו.

דאס קומט שוין נאכדעם וואס במשך די וואך האבן די גנבים אפראפגעשיקט מערערע סארט דעלעגאציעס מיט פארשידענע סארט דרוק אויף די רעגירונג, כדי צו קענען אנהאלטן א ביליגע געמיינע ניצחון דורך א פוסטע מעשה גניבה, אבער לא עלתה בידם.

ווי פארשטענדליך איז ליידער ארויסגעקומען במשך פון די טעג און וואכן א שטארקע חילול השם בעוה"ר, ווען די ארטיגע לקיינע סיטי איז געווען אויף מיט די נייעס אז חרדישע אידן שלאגן זיך ארום איבער די בעלות אויפן ביה"ח, און אויסער די חילול השם דערפון איז דאס ליידער א סכנה פאר אנדערע בתי חיים, ירחם ה'.

א גאר שרעקליכע חילול שם שמים איז געווען ווען א שליח פון די גנבים וואס איז געקומען צו פארן פון נוי יארק, האט די וואך אריינשפאצירט און ארויפגעלייגט סטיקערס אויף די קאמערעס, ווענדלגי אפטוהן דארט עפעס וואס מזאל נישט קענען נאכקוקן, או ווען די שומרים אויפן פלאץ האבן אים אפגעשטעלט האט ער גערופן פאליציי און געזאגט פאר די פאליציי אז ער האט אנגעטראפן א גרופע דראג-האנדלער, מיט נאך אזעלכע נארישע פרואוון אז די פאליציי זאל גאר פארשיקן די שומרים און אים באשיצן, אבער ווי נאר זיי האבן געהערט וואס דא גייט פאר האבן זיי אים גלייך פארשיקט, און גענומען זיין פולע פאספארט אינפארמאציע מיט א ווארענונג אז אויב ער וועט נאך טוהן עפעס אומגעזעצליך וועט ער ווערן ארעסטירט אויפן פלאץ, און דער חילול שם שמים איז געווען שרעקליך גרויס.

די הנהלת החברה קדישא שטייט ווייטער אויף דער וואך, צו באגלייטן סיי וועלכע שריט עס זאלן נאר געטוהן ווערן בעתיד, און אין די זעלבע צייט גייט ווייטער אן די הייליגע ארבעט אהערצושטעלן אלע הצטרכות'ן אויפן פלאץ, צו העלפן יעדן אן אויסנאם וועלכע קומט אויפן פלאץ לפקוד את ציונו הקדוש פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, צו פועלן אלעס גוט'ס.

לבקשת הרבים זענען מיר מודיע אז נאר דער לאגאלער שומר מיט'ן נאמען "מיקי" איז דער וואס האט די אויטאריזאציע און די שליסלעך אריינצולאזן אין ביה"ח, דעריבער אויב פארט איר קיין אוהעל מאכט זיכער אים צו רופן אויף +36704092525

אין די זעלבע צייט איז פארהאן א נייער האטעל בילדינג וואו ס'איז געווארן א קלער אויפצושטעלן דארט א פארברייטערטע הכנסת אורחים, אבער שוין אהאלב יאר צוריק איז דארט אנשטאנען געוויסע פראבלעמען, און ס'איז כדאי קלאר צו מאכן אז דאס האט נישט קיין שייכות צו די יעצטיגע געשעעניש, און וועט באזונדער ווערן אפגעשאצט און באהאנדלט אויב און וויאזוי מסדר צו זיין יענעם פלאן.

זכותו הגדול יגן עלינו, און אויף אלע נדיבים בעם וועלכע האבן בעבר און וועלן בעתיד ממשיך זיין ארויסצוהעלפן די עסקנים מיט די אסטראנאמישע הוצאות פון די אויפהאלטונג און פארברייטערונג פונעם ציון הקדוש.

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:34 pm
דורך נעגעל וואסער
אה, הודו לד' כי טוב.
יעצט קען איך שוין צוריק אנהייבן לערנען "ישמח משה ", ער איז אונזערס א מענטש!..

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 3:23 pm
דורך signout
דאס מיינט פארשטינקענע פיש געגסן אין פין שטאט געווארפען...

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 3:25 pm
דורך signout
signout האט געשריבן:דאס מיינט פארשטינקענע פיש געגסן אין פין שטאט געווארפען...

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 9:16 pm
דורך טרויבן88
טרויבן88 האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב באזוכט די בית החיים א שטיק צייט ציריק, די ארונים האבן אריינגעלייגט אסאך געלט אין ארבייט דארט, איך האב נאר נישט געוויסט אז עס דא א פאליטיק אונטער דעם
וואס איז דער פאליטיק דארט (דא)?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
תאוות השררה. ווער עס איז פארטרעטער פארוואלטער פון סאטמאר. וואס פארשטייסטו נישט...

אקעי לאמיר פרובירן אנדערש, די תפילות וואס ווערן אפגעראכטן גייען ליידער ארויף אין הימל צים הייליגען באשעפער דורך כוחות הרע וויבאלד די פלאץ ווערט אויסגעהאלטן דורך די ציונים פונעם ארונישע פארטיי, שוין יארן וואס מען פילט ווי עפעס טויגט נישט, סאטמערע אידן האבן לעצטנס אויסגעפונען אזוי ווי עס ווערט געברענגט פון רבי'ן אין די נשא תורה פון תשל"ח אויפען געדאנק פונעם בני יששכר אויפן פסוק "דבר נא אל אל כל עדת ישראל" אויב איז מען מתפלל אויף א פלאץ וואס ווערט אויסגעהאלטן פון כופרים זענען די תפילות גארנישט ווערט, דערפאר הערשט א גרויס שמחה אז עס איז ציריק אריינגעגאנגען אין טהור'ע ריינע הענט וואס נעמען נישט קיין געלט פון ציונים אין זענען לוחם אנטקעגן גיוס און מען וועט ציריק אנפאנגען שפירן די קדושה אויפן פלאץ
ליידער הערט מען אז די תפילות וועלן שוין פריש נישט ווערן אנגענומען נאכן צוריקגיין צי שלעכטע הענט... רייסטס איין...

הודעהפורסם: מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:26 pm
דורך איסר האטלקי
זינט ווען איז חילול ה' א ווייטאגליכער פונקט אין סאטמאר?

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 19, 2018 8:26 am
דורך calculator
איך וויל צי צייכענען פאר די זאליס די רש"י אין עירובין אויף די גמרא פין כל הדוחק את השעה השעה דוחקתו
"מתיגע להעשיר ולהתגדל ורואה שאינו מצליח ואעפ"כ חוזר והולך "למרחקים" ומכניס עצמו לגבוהות:"

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 7:13 pm
דורך calculator
ר' ליפא בן הגה"צ מסיגוט ע"ה בעיר אוהעלי

https://drive.google.com/file/d/1Jc4CFzmL-yX7Xb_-wHbxm2KT8J_Uc47p/view?usp=sharing

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 1:01 am
דורך אדונינו

וואס פונקטליך זעט מען דא?