בלאט 1 פון 2

בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מהרי"י

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 2:45 pm
דורך שושן פורים
ווי איך זעה באריכטעט באגלייט מיט בילדער איז די בית החיים אין שטאט אוהעל מקום מנוחת אדמו"ר בעל ישמח משה זצ"ל מייסד שלשלת סיגעט-סאטמאר אריבער אונטער די בעלות פון קיט"ל סאטמאר מהרי"י.

ווי איך האב פארשטאנען איז עס פארדעם געווען אונטער די בעלות פון קיט"ל מהר"א. קען עמיצער ענלייטענען דא וואס איז פארגעגאנגען, וויאזוי איז עס אריבער, כ'גלייב נישט במתנה, איז געווען א קארט קעיס?

תורה היא וללמוד אני צריך..

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:29 pm
דורך signout
ביי מהרז''ל האט מען פראגראמירט אזא מעסעזש אז שמואל ווידער וואשט די מוחות פין חסידי מהר''א אין פיטערד זיי מיט חיי שעה, ס'אינטערסאנט אז דוקא ביי חסידי מהרז''ל זעהט מען דעיס טאג ווכענטליך, ווי דער איד האלט אנשי מהרז''ל ביים חיות,

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:42 pm
דורך לאקש
תלמידי וחסידי סאטמאר האבן מיט פרייד אויפגענומען אין די לעצטערע טעג די בשורה מרנונה אז די בית החיים הישן אין אוהעל איז געראטעוועט געווארן מידי זרים,
אזוי ווי די צד שכנגד האט נישט געקענט אראפ שלינגען די געוואלדיגע סיעתה דשמיא וואס איז געזעהן געווארן אויף טריט און שריט, האבן זיי צום אלעם ערשט אויפגעוועקט די פארשלאפענע מוח וואשער און אנגעהויבן פארדרייען א קאפ פונעם ציבור, יא אמת, נישט אמת, אונז האמיר עס, אונז האמיר עס נישט, די עיקר איז אז סזאל הערשן א בילבול המוחות ביים ציבור, און מען זאל ח״ו נישט זיין צובראכן! עס דערמאנט די צייטן ווען סאיז געשטאנען אין שינד-בלאט וואך איין וואך אויס, מיר האבן געווינען די קארטס! מיר האבן ראדני! אין געציילטע טעג קומט אן מארשעלס מיט קארט ארדערס און די זאליס גייען פליען ווי הינט...! וכו׳ וכו׳ און די קעלבער ווארטן נאך אלץ אויף די מארשלס....

אין א צווייטן פריוו צו צירוק גאנבענען די בית החיים האבן זיי אראפ געשיקט א געוויסע מר׳ מזרחי מיט א פאלטשע דאקימענט וואס כאילו די בית החיים איז זייער, און אראפ גערופן די פאליציי אויפן ארט,
ווי נאר די פאליציי איז אנגעקומען אויפן ארט, און די שומר הבית החיים האט ארויסגענומען די פאפירן און דאקימענטן כתוב וחתום, מיט די אינטערשריפט פון די שטאטראט און פון די דארטיגע מעיער, אז די בית החיים באלאנגט נישט פאר די בריונים המשטלתים על הציבור, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט שווארץ אויף ווייס אז די אנגעבליכע בריוו איז פאלטש האט די פאליציי אפגעקייטלט דעם מזרחי און אים אפגעפירט מיט בזיונות ווארענינדיג אז מער זאל אזאנס נישט פאסירן, שפעטער איז אריינגעקומען די מעלדונג פון איינע פון די צענדליגע אפיסעס פון מרכז עזרא ויעוץ איבער גאנץ יוראפ, אז אינטעסטיווע פארהאנדלונגען גייען אן מיט ספעציעלע פסכילאגן, נאך וואס מזרחי האט זיך פארפלאנטערט מיט שעדליכע פיתוים מיט די ארטיגע געזעץ, און פונעם בית המלכות איז געקומען א ספעציעלע הוראה אז עס איז א פראבלעם פון א יחיד און עס האט נישט די שם גזירה, און פון די הוגה דיעות ש״ש טעלער קומט יעצט די מעלדונג אין א בריוו פאר הרב שלעזינגער אז די גאנצע זאך איז בלויז געוועזן בדרך בדיחה והיינו טעמא דמאזעס והיינו טעמא דאוהעל, און סאיז קיינמאל גארנישט געוועזן און סוועט קיינמאל גארנישט זיין, און לאור דעם וועט מען נישט געבן קיין השקפה שיעור אויף קול טעלער זיך צו פארענטפערן פאר ברייטן המון עם....
יתר הספינס יתפרסמו כשהבלאט יופיע בעז״ה בשבוע הבא יום ה׳...

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:44 pm
דורך לאקש
signout האט געשריבן:ביי מהרז''ל האט מען פראגראמירט אזא מעסעזש אז שמואל ווידער וואשט די מוחות פין חסידי מהר''א אין פיטערד זיי מיט חיי שעה, ס'אינטערסאנט אז דוקא ביי חסידי מהרז''ל זעהט מען דעיס טאג ווכענטליך, ווי דער איד האלט אנשי מהרז''ל ביים חיות,

נעבעך אזא רחמנות אויף די ארוינים, צו מזל קומט די בלאט ארויס די זעלבער טאג ווי דער איד, און די בלאט קען נעבעך נישט טרייסטן די צובראכענע ארוינים...

מי יגלה עפר מעיניך שמואל ווידער זעכרונולעבראכע אויף וועם האסטו איבערגעלאזט דיינע צישאסענע שאף? קוק ארויס פון ארינטער דעם אינטערגעהויבענעם שטיין און נעם דיך אן פאר דיינע ליבלינגס! נשארנו כצאן בלי רועה! ווער וועט פארדרייען אונזערע מוחות?? מיר קענען נישט אליין!!!

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 4:29 pm
דורך signout
ירא הקהל וישפוט, ווער חושט ארום https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 8585283584

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 4:41 pm
דורך איסר האטלקי
signout האט געשריבן:ירא הקהל וישפוט, ווער חושט ארום https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 8585283584

נו, ווער חושט? אן אלטער סיין העכערן קבר איז מחליט ווער ס'איז בעה''ב אדער שטאטישע דאקומענטן?

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 5:14 pm
דורך signout
איסר האטלקי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:ירא הקהל וישפוט, ווער חושט ארום https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 8585283584

נו, ווער חושט? אן אלטער סיין העכערן קבר איז מחליט ווער ס'איז בעה''ב אדער שטאטישע דאקומענטן?
דער שומר פין מהרז''ל ווייזט א סיין פין מהר''א?

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 5:39 pm
דורך שושן פורים
signout האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:ירא הקהל וישפוט, ווער חושט ארום https://twitter.com/Asachbesser/status/ ... 8585283584

נו, ווער חושט? אן אלטער סיין העכערן קבר איז מחליט ווער ס'איז בעה''ב אדער שטאטישע דאקומענטן?
דער שומר פין מהרז''ל ווייזט א סיין פין מהר''א?

ווער איז דער וואס כאפט די קליפ?

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 11:00 pm
דורך אונטער חכם
וואס איז פשט פון די חיהשקייט, רוב פון די געלט איז געקומען פון העניך אשכנזי, אזוי שטייט אין דער איד, חוץ וואס די ארונים האבן דארט אויך אריינגעלייגט אסאך געלט, איז וואס גייט מען עס יעצט צונעמען?

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:42 am
דורך לאקש
אונטער חכם האט געשריבן:וואס איז פשט פון די חיהשקייט, רוב פון די געלט איז געקומען פון העניך אשכנזי, אזוי שטייט אין דער איד, חוץ וואס די ארונים האבן דארט אויך אריינגעלייגט אסאך געלט, איז וואס גייט מען עס יעצט צונעמען?

רוב געלט קומט פון די דייטש משפחה, און מען נעמט גארנישט צו! די בית החיים ווערט אפגעשפארט? סך הכל טוישט עס בעלי בתים!

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:03 am
דורך גראף
היות איך בין נישט פון סאטמער קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מען זוכט צו זיין דער בעלעבאס אויף דער ביה''ח? ס'געפינט זיך אין אייראפע און עס באלאנגט שוין פאר ערליכע אידן איז צו וואס ברויך'ט איר עס. ריעל עסטעיט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:10 am
דורך דער גאלדענער אדלער
גראף האט געשריבן:היות איך בין נישט פון סאטמער קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מען זוכט צו זיין דער בעלעבאס אויף דער ביה''ח? ס'געפינט זיך אין אייראפע און עס באלאנגט שוין פאר ערליכע אידן איז צו וואס ברויך'ט איר עס. ריעל עסטעיט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
האסט שוין אמאל געהערט פון א תאווה וואס הייסט "ניצחון"??

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:20 am
דורך טרויבן88
איך האב באזוכט די בית החיים א שטיק צייט ציריק, די ארונים האבן אריינגעלייגט אסאך געלט אין ארבייט דארט, איך האב נאר נישט געוויסט אז עס דא א פאליטיק אונטער דעם

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:27 am
דורך גראף
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב באזוכט די בית החיים א שטיק צייט ציריק, די ארונים האבן אריינגעלייגט אסאך געלט אין ארבייט דארט, איך האב נאר נישט געוויסט אז עס דא א פאליטיק אונטער דעם
וואס איז דער פאליטיק דארט (דא)?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:37 am
דורך טרויבן88
גראף האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב באזוכט די בית החיים א שטיק צייט ציריק, די ארונים האבן אריינגעלייגט אסאך געלט אין ארבייט דארט, איך האב נאר נישט געוויסט אז עס דא א פאליטיק אונטער דעם
וואס איז דער פאליטיק דארט (דא)?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
תאוות השררה. ווער עס איז פארטרעטער פארוואלטער פון סאטמאר. וואס פארשטייסטו נישט...

אקעי לאמיר פרובירן אנדערש, די תפילות וואס ווערן אפגעראכטן גייען ליידער ארויף אין הימל צים הייליגען באשעפער דורך כוחות הרע וויבאלד די פלאץ ווערט אויסגעהאלטן דורך די ציונים פונעם ארונישע פארטיי, שוין יארן וואס מען פילט ווי עפעס טויגט נישט, סאטמערע אידן האבן לעצטנס אויסגעפונען אזוי ווי עס ווערט געברענגט פון רבי'ן אין די נשא תורה פון תשל"ח אויפען געדאנק פונעם בני יששכר אויפן פסוק "דבר נא אל אל כל עדת ישראל" אויב איז מען מתפלל אויף א פלאץ וואס ווערט אויסגעהאלטן פון כופרים זענען די תפילות גארנישט ווערט, דערפאר הערשט א גרויס שמחה אז עס איז ציריק אריינגעגאנגען אין טהור'ע ריינע הענט וואס נעמען נישט קיין געלט פון ציונים אין זענען לוחם אנטקעגן גיוס און מען וועט ציריק אנפאנגען שפירן די קדושה אויפן פלאץ

Re: בית החיים אין אוהעל אריבער אונטער די בעלות פון סאטמאר מה

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:45 am
דורך גראף


Sent from my SM-G950U using Tapatalk

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:05 pm
דורך לאקש
טרויבן88 האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב באזוכט די בית החיים א שטיק צייט ציריק, די ארונים האבן אריינגעלייגט אסאך געלט אין ארבייט דארט, איך האב נאר נישט געוויסט אז עס דא א פאליטיק אונטער דעם
וואס איז דער פאליטיק דארט (דא)?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
תאוות השררה. ווער עס איז פארטרעטער פארוואלטער פון סאטמאר. וואס פארשטייסטו נישט...

אקעי לאמיר פרובירן אנדערש, די תפילות וואס ווערן אפגעראכטן גייען ליידער ארויף אין הימל צים הייליגען באשעפער דורך כוחות הרע וויבאלד די פלאץ ווערט אויסגעהאלטן דורך די ציונים פונעם ארונישע פארטיי, שוין יארן וואס מען פילט ווי עפעס טויגט נישט, סאטמערע אידן האבן לעצטנס אויסגעפונען אזוי ווי עס ווערט געברענגט פון רבי'ן אין די נשא תורה פון תשל"ח אויפען געדאנק פונעם בני יששכר אויפן פסוק "דבר נא אל אל כל עדת ישראל" אויב איז מען מתפלל אויף א פלאץ וואס ווערט אויסגעהאלטן פון כופרים זענען די תפילות גארנישט ווערט, דערפאר הערשט א גרויס שמחה אז עס איז ציריק אריינגעגאנגען אין טהור'ע ריינע הענט וואס נעמען נישט קיין געלט פון ציונים אין זענען לוחם אנטקעגן גיוס און מען וועט ציריק אנפאנגען שפירן די קדושה אויפן פלאץ



זייער שיינע תורות אלעס, אבער די אמת איז;

דאס איז קיינמאל נישט געוועזן אונטער די אויסשליסליכע בעלות פון די ארוינים! סהאט אלס באלאנגט פאר די נעלאגישע קהילה! און די ארוינים האבן געהאט רשות די לעצטע צוואנציג יאר צו פארוואלטן מיט די טאג טעגליכע ווירטשאפט,
יעצט האט מען ברוך השם באוויזן, דאס וואס מען פראבירט שוין פון תשכ״ז, עס אונגאנצן איבערצושרייבן צו די הענט פון קהל יטב לב, און לגמרי ארויס פון די נעלאגישע קהילה!
דאס איז די גרויסע שמחה ביי סאטמארע אידן!
און א זייטווירקונג, איז געוועזן אז די ארוינים זענען מער נישט די בעלי בתים דערפון, וואס באמת האט עס קיינעם נישט געשטערט, ביז ווילאנג זיי האבן עס נישט געניצט פאר א שטעקן פאר זייערע טעראר, וואס זיי האבן פשוט נישט געקענט, ווייל סהאט נישט באלאנגט פאר זיי, יעצט איז עס יא ברוך השם אריבער גענצליך צו די הענט פון אידן.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:01 pm
דורך אספקלריה
פארשטינקענע נידריגע ליידיגע פארשוינען
מילא מקרוגטסיך אויף בנינים יעדער וויל געלט, וואס ווילט עטץ פון דעם הייליגען ישמח משה
א יוד וואס האט געלעבט פאר גאט און פאר זיין תורה, וואס א שייכות האט ער מיט זיינע אייניקלעך וואס פירען אן א ריעל עסטעיט קאמפאני וואס רופטסיך סאטמער.
מריה דהאי עלמא,
איך האב פארכאפט ניין סאיז מיינע,סאיז נישט דיינע סאיז מיינע,איך גלייב די ישמח משה וועט מוחל זיין זיין גאנצע קבר פאר דיע נערישע צימעס וואס ממאכט פון עם.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 12, 2018 4:11 pm
דורך לאקש
אספקלריה האט געשריבן:פארשטינקענע נידריגע ליידיגע פארשוינען
מילא מקרוגטסיך אויף בנינים יעדער וויל געלט, וואס ווילט עטץ פון דעם הייליגען ישמח משה
א יוד וואס האט געלעבט פאר גאט און פאר זיין תורה, וואס א שייכות האט ער מיט זיינע אייניקלעך וואס פירען אן א ריעל עסטעיט קאמפאני וואס רופטסיך סאטמער.
מריה דהאי עלמא,
איך האב פארכאפט ניין סאיז מיינע,סאיז נישט דיינע סאיז מיינע,איך גלייב די ישמח משה וועט מוחל זיין זיין גאנצע קבר פאר דיע נערישע צימעס וואס ממאכט פון עם.

זיי אזוי גוט, און ליין מיינע פריערדיגע ווערטער, און כאפ א גלעזל וואסער זיך צו בארויגן אויף די אומזינסטע שינד רייד וואס די האסט דא געלאזט הערן פאר נאו גאד ריזן...
בייי

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:36 pm
דורך signout
לאקש האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:איך האב באזוכט די בית החיים א שטיק צייט ציריק, די ארונים האבן אריינגעלייגט אסאך געלט אין ארבייט דארט, איך האב נאר נישט געוויסט אז עס דא א פאליטיק אונטער דעם
וואס איז דער פאליטיק דארט (דא)?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
תאוות השררה. ווער עס איז פארטרעטער פארוואלטער פון סאטמאר. וואס פארשטייסטו נישט...

אקעי לאמיר פרובירן אנדערש, די תפילות וואס ווערן אפגעראכטן גייען ליידער ארויף אין הימל צים הייליגען באשעפער דורך כוחות הרע וויבאלד די פלאץ ווערט אויסגעהאלטן דורך די ציונים פונעם ארונישע פארטיי, שוין יארן וואס מען פילט ווי עפעס טויגט נישט, סאטמערע אידן האבן לעצטנס אויסגעפונען אזוי ווי עס ווערט געברענגט פון רבי'ן אין די נשא תורה פון תשל"ח אויפען געדאנק פונעם בני יששכר אויפן פסוק "דבר נא אל אל כל עדת ישראל" אויב איז מען מתפלל אויף א פלאץ וואס ווערט אויסגעהאלטן פון כופרים זענען די תפילות גארנישט ווערט, דערפאר הערשט א גרויס שמחה אז עס איז ציריק אריינגעגאנגען אין טהור'ע ריינע הענט וואס נעמען נישט קיין געלט פון ציונים אין זענען לוחם אנטקעגן גיוס און מען וועט ציריק אנפאנגען שפירן די קדושה אויפן פלאץ



זייער שיינע תורות אלעס, אבער די אמת איז;

דאס איז קיינמאל נישט געוועזן אונטער די אויסשליסליכע בעלות פון די ארוינים! סהאט אלס באלאנגט פאר די נעלאגישע קהילה! און די ארוינים האבן געהאט רשות די לעצטע צוואנציג יאר צו פארוואלטן מיט די טאג טעגליכע ווירטשאפט,
יעצט האט מען ברוך השם באוויזן, דאס וואס מען פראבירט שוין פון תשכ״ז, עס אונגאנצן איבערצושרייבן צו די הענט פון קהל יטב לב, און לגמרי ארויס פון די נעלאגישע קהילה!
דאס איז די גרויסע שמחה ביי סאטמארע אידן!
און א זייטווירקונג, איז געוועזן אז די ארוינים זענען מער נישט די בעלי בתים דערפון, וואס באמת האט עס קיינעם נישט געשטערט, ביז ווילאנג זיי האבן עס נישט געניצט פאר א שטעקן פאר זייערע טעראר, וואס זיי האבן פשוט נישט געקענט, ווייל סהאט נישט באלאנגט פאר זיי, יעצט איז עס יא ברוך השם אריבער גענצליך צו די הענט פון אידן.
אויב אזוי וויאזוי האבען ענק דאנערשטוג געהאט אויך די נייע בנין הכנסת אורחים? דעיס האט דאך קיינמאל נישט געהאט מיט די נעלאגישע קהילה?.....

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:47 pm
דורך קאך_לעפל
ווי לאקש האט שוין ברייט באריכטעט אז די שרפים פון שיפיטווקע און זענטא, און די באגלייטונג פונעם געטרייעם סעקרעטאר יודא לעזער זז''ג זענען שוין אויפן וועג צו מאכן ארדענונג. און ווי נאר די דאזיגע העלדישע גענעראלן ווען אנקומען צום פראנט וועט זיך דאס בילד באשיינפערליך אויסקלארן, און וועט מקיים ווערן די נביאה פון משה עבד השם אשר דיבר בשם עבדו לאקש ונזכה ונחיה ונראה. ומחה השם דמעה מאת כל פנים. ובא לציון גוא''ל - אויס-לעזער (. ווארום דער נשיא דער בעל דמשק האט פילייכט בעסער וואס צו טאן, ווי צו ארום רומפאזשירן מיט די שרפי מעלה אין איהעלער גאסן וד''ל) אמן ואמן.

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:19 am
דורך שמעון וואלף
נישט צו גלייבן אז אין 2018 זאל מען זיך נאך קענען ארום טענה'ן אויף פאקטן. פארוואס קען מען נישט ברענגן הארטע דאקומענטן?

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:27 pm
דורך גאנצל
@ קאך נו ווי האלט די מצב האבן די שרפים עפעס אויפגעטון אפצוראטעווען @לאקש ?

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:30 pm
דורך signout
שמעון וואלף האט געשריבן:נישט צו גלייבן אז אין 2018 זאל מען זיך נאך קענען ארום טענה'ן אויף פאקטן. פארוואס קען מען נישט ברענגן הארטע דאקומענטן?
פאר אראפ אין אוהעל וועסטו זעהן, דאנערשטוג איז געווען די שומר וועם מהרז''ל האט געשטעלט, אין פרייטוג איז צירוק ווי מיטוואך צירוק צום אלטן, דאס קען יעדער פראווען, (כ'האב עס געפראווד מיט איינעם וואס איז דארט געווען)

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:05 pm
דורך לאקש
signout האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:נישט צו גלייבן אז אין 2018 זאל מען זיך נאך קענען ארום טענה'ן אויף פאקטן. פארוואס קען מען נישט ברענגן הארטע דאקומענטן?
פאר אראפ אין אוהעל וועסטו זעהן, דאנערשטוג איז געווען די שומר וועם מהרז''ל האט געשטעלט, אין פרייטוג איז צירוק ווי מיטוואך צירוק צום אלטן, דאס קען יעדער פראווען, (כ'האב עס געפראווד מיט איינעם וואס איז דארט געווען)

ביי שמשון אדער יודא לעיזער? ביי וועם האסט עס געפראווד? ווער איז פונקט דארט געוועזן אין די שטורעמישע טעג?