אגודה קאנוועטשאן תשעט

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

אגודה קאנוועטשאן תשעט

הודעהדורך ימים ידברו » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 2:54 pm

א ווערטער געפעכט האט אויסגעבראכען צווישען נאוומינסקער רבי מיט הג"ר מלכיאל קוטלער ביי די קאנוועטשאן מוצאי שבת ווער עס קען ברענגען די דרשות תבוא על הברכה
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 9:16 pm

ווען אזא "ווערטער געפעכט" געשעהנט ביי אן אסיפת התאחדות צווישן בעל דברי יואל מיט גאב"ד פאלטיטשאן וואלט ימים עס בא'טיטול'ט אלץ ריתחא דאורייתא אדער שיחת ת"ח הצריכין לימוד
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3956 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2639 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 9:23 pm

ווייל דארט וואלט עס געווען מיט צוויי ת"ח..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2010
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

Re: אגודה קאנוועטשאן תשעט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 10:43 pm

יין שרף האט געשריבן:ווייל דארט וואלט עס געווען מיט צוויי ת"ח..
דער נאוואמינסקער רבי איז נישט קיין קלענערע ת"ח ווי דער פאלטישאנער........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 10:48 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:ווייל דארט וואלט עס געווען מיט צוויי ת"ח..
דער נאוואמינסקער רבי איז נישט קיין קלענערע ת"ח ווי דער פאלטישאנער........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וויאזוי קען עס זיין? ער איז דאך א רעבע?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2010
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

Re: אגודה קאנוועטשאן תשעט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 10:50 pm

יין שרף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:ווייל דארט וואלט עס געווען מיט צוויי ת"ח..
דער נאוואמינסקער רבי איז נישט קיין קלענערע ת"ח ווי דער פאלטישאנער........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וויאזוי קען עס זיין? ער איז דאך א רעבע?
און גאב"ד פאלטישאן איז פונקט וואס?

עכ"פ, מיין פונקט איז געווען עפעס אנדערש, והמשכיל יבין

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

Re: אגודה קאנוועטשאן תשעט

הודעהדורך סקרן » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 3:42 am

למעשה וואס איז געווען די נושא?

Sent from my SM-G935V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 11:02 am

אין די געסער פון לעיקוואד דערציילט מען אזוי.
אום דאנערשטאג נאכט האט געדארפט פארקומען אן אסיפת תפלה וועגען די גיוס געזעץ אין א"י. עס האט געדארפט דרשנ׳ן דארט ר׳ מלכיאל קוטלר, ר׳ אהרן פלדמן און ׳אחד הרבנים׳. אין די אריגינעלע צעטל איז געשטאנען די נאמען פון הרב יעקב האראוויץ, אבער דאס האט זיך געטוישט אויף אחד הרבנים.
IMG-20181122-WA0007.jpg

יעדער שטיק צייט קומען פאר אזעלכע עצירות׳ן, און א קליינע עולם באטייליגט, עפ"י רוב מענטשען וואס מ׳האט זיי משכנע געווען אז דאווענען קען דאך יעדער, אפילו אן נעמען א שטעלונג אין א פייט.
פאר עפעס א סבה, דאס מאל האט עס ערוועקט בייז בלוט, און הרב שמואל קמנצקי האט געקלינגען ביי ר׳ מלכיאל אז ער דארף עס מבטל זיין, און אז נישט וועט ער מאכען א טאראראם אין די מועצת. עס איז דא צוויי גירסאות אין די טאראראם, אדער וועט ער פראבירען ארויס צו ווארפען ר׳ מלכיאל פון דארט, אדער וועט ער בא׳ארבעטען מעשים אז מ׳זאל אננעמען ר׳ ירוחם אלשין אין די יועצת. ר׳ ירוחם זאגט אלס אויף די פייט אז ער ווייסט גארנישט פון א"י, אבער ווען ער איז געקומען קיין לעיקוואד, איז הרב משה הלל הירש געווען דער פאר החבורה, און וואס ער זאגט איז ביי אים הייליג.

צו אזוי צו אזוי, איז די עצרת נתבטל געווארען.

דאנערשטאג נאכט, ביים קאנווענטשען, איז געווען א פאנעל פון גדולים, רבנים און עקספערטן, וואס זאלען ענטפערען אויף פארשידענע שאלות. ח"ד צוויבעל האט באארבעט אז מ׳זאל נישט דערמאנען וואקסינעישען, ווייל הרב קמנצקי און הרב קוטלר זענען אויסגעשפראכענע אנטי וואקסערס, און די אגודה שעמט זיך דערפון. למעשה האט איינער געפרעגט דערוועגען, און הרב אליהו ברודנא האט געזאגט "הרב אלישיב האט געפסקנ׳ט אז די זאכען באלאנגען נאר צו דאקטוירים". ח"ד צוויבעל האט זיך שנעל פארשוואונדען פון די סצענע. דאס וואלט געווען א מילדע מעשה וואס מ׳וואלט ארום געשמועסט, און איך האב געהערט דערפון שבת אינדערפרי, אבער צרות אחרונות משכחות את הראשונות.

יעדער צוויי וואכען, קומט ארויס א צייטונג אין אמעריקא, מיט׳ן נאמען להבין. די צייטונג איז געווידמעט ארויס צו ברענגען די צד פון מפלגת עץ, און עס טוט אראפ רייסען די חברי כנסת מטעם דגל התורה און אגודת ישראל. עס קומט אומזיסט צו יעדער שטוב, און רוב מענטשען וואס איך קען, ווארפען עס גלייך אין מיסט. איין מאל, האבען זיי געטון מעשי שמואל ווידער, און געלייגט א ליסטע פון חברי כנסת און גדולי ישראל, מיט זייערע טלפון נומערן, אז מ׳זאל זיי קלינגען און ׳מחזק זיין׳ נישט צו טון עפעס.
איינער איז ארום געגאנגען מיט די צייטונג אין די האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקוט, און געלייגט א קאפי אין יעדער צימער. די וואך איז געוווען א באזונדערע היציגע ארטיקל אויף די פארדישטע דף, מיט א קעפעל ׳וואס טוט זיך אויף רחוב רשב"ם?׳ אינעווייניג איז געווען נאך ערגער, א רשימה פון אלע פעולות טובות פון אביגדור ליעבערמאן, און ממילא ווי קען הרב קנייבסקי זיך טרעפען מיט אים. חנופה איז דאך אן איסור, וואס רעדען אים איין הרב קנייבסקי׳ אייניקלאך? דאס האט שטארק אויפגערעגט די ציבור. זאגען א דעה איז איין זאך, אבער מוחה זיין אויף הרב חיים קנייבסקי איז א נייעם נידריגע שטאפל צו וואס דער עולם איז נישט צוגעוואוינט.

שבת ביים סעודה האט הרב מלכיאל נוקם געווען. ער האט געדרשנ׳ט אז עס איז דא צוויי דעות וועגען א"י, און מ׳טאר נישט צווינגען קיינעם, יעדער מעג האבען א דעה בלאה בלאה בלאה. דאס איז געווען א ריזיגע טויש פאר די אגודה. עס איז שוין א חק זייט תשמ"ט, אז ארץ ישראל׳דיגע עניינים קומען נישט אריין אין אגו"י אין אמעריקא. זייער פייטס פארנעמען נישט קיין ארט, און אמעריקא איז נישט אריין געמישט. דער נאוואמינסקער רבי איז געזעסען א גאנץ שבת נאכמיטאג מיט הרב שמואל קמנצקי, און זיי האבען מחליט געווען אז מ׳מוז עפעס זאגען.
מוצ"ש, האט דער נאוואמינסקער רבי געזאגט, אין זיין נאמען און די נאמען פון הרב שמואל, אז ער מוז קלאר שטעלען אז דא רעדט זיך נישט פון צוויי דעות וויאזוי זיך צו פירען. דאס איז אן ענין פון עזות פנים׳ער וואס ווילען נישט לאזען די גדולי הדור פירען, און פאר דעם האבען זיי געמאכט א צוויי דעות דאס צו בארעכטיגען. נאך אים האט גערעדט הרב ברוך מרדכי אזרחי, וואס איז געווען נאך שארפער, און אויסגעפירט ׳אשרי חלקינו אז מיר לעבען אין א דור וואס בראשו זיצט הרב חיים קנייבסקי׳. עס האט זעך פארשאפען א טומול.
איך האב געהערט פון א גביר אחד, א מעמבער פון די באורד פון במג, אז ר׳ מלכיאל האט אים געקלינגען און געבעטען אז ער זאל זיך אננעמען פאר אים. יענער האט געזאגט ניין, ער האלט ער איז נישט גערעכט.

נעכטן איז ארויס פון מערכת להבין אן אנטשולדיגטס אנאנס. זעט זיך אויס אז די היץ איז געווען צו פיל, אפילו פאר זיי.
IMG-20181125-WA0017.jpg

דאס דארף אויסזען כאילו דער כבוד פון הרב חיים קנייבסקי איז אז מ'זאל מפרסם זיין אז ער קען נישט אליינס מחליט זיין, און ער לאזט זיך געפירט ווערן ביים נאז פון אייניקלאך, און מ'דארף מוחה זיין אויף זיין החלטה זיך צו פארלאזען אויף דער וועם זיי טענה'ן ער פארלאזט זיך.

מער ווייניגער, דאס איז די שמועס אין די געסער פון לעיקוואד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 12:50 pm

דא ליגט עפעס טיפערס. עס זענען פארהאן צוויי פארטייען דארט אין ארץ ישראל, איינס אין בני ברק און איינס אין ירושלים, אין בני ברק איז עס געווארן געפירט דורך הגרא"ל שטיינמאן און אין ירושלים דורך הגר"ש אויערבאך, ווען דער פירוש איז נולד געווארן, האטסיך ר' מלכיאל צוגעשטעלט צו צדו אויערבאך, וויבאלד דאס איז פארבינדן מיט א פרעזענטליכע פרשה ביי זיין דעמאלסדיגע היתר מאה רבנים, ואכמ"ל. ר' מלכיאל איז קיינמאל נישט ארויסגעקומען אקעגן דער שטיינמאן פארטיי, און ער איז קיינמאל נישט ארויס שטארק לטובת דער אויערבאך פארטיי, אבער ער האט געוואלט דער עולם זאל בלינד זיין צום פאקט אז עס איז א מציאות אז עס זענען פארהאן צוויי פארטייען. דער וואס טענ'עט אנדערש איז פשוט אומוויסענדיג. און ער איז גערעכט.

נאך דער פטירה פון הרב שטיינמאן, איז אויפגענומען געווארן על מקומו צוויי פארטרעטערס, הגר"ח קנייבסקי הגר"ג איידלשטיין, די צוויי האבן באלד פון אנהייב נישט געשטימט, ווען עס איז געווען איין בילד פון איידלשטיין איז א וואך דערנאך געווען צען בילדער פון קנייבסקי. ווי עס ווייזט אויס האט קנייבסקי א בעסערע פראפאגאנדע שטאב, און זיי צווינגן ארויף זיי מיינונג אויף יעדעם איינעם. איי איינער וואס איז א פארגלייבטער אין איידלשטיין איז ער נאך אלס כפוף צו קנייבסקי פשוט וויבאלד דער ווינט, דער פראפאגאנדע, הייסט אזוי טוהן. דער אינערליכע אומאפציעלע ריס, בצירוף דער וועכנטליכע צודרייטע קליפס און מאמרי 'דעת תורה' בשם הרב קנייבסקי, האט אים צוביסלעך אראפגעברענגט, עד כדי כך אז ער פארלירט צוביסלעך זיין רעספעקט ביים עולם, אפילו פון די ליטווישע עולם. דער עולם הליטאי הארכעט אים שוין נישט אזוי שטארק אויס ווי ווען הרב שטיינמאן האט ארויסגעזאגט זיין דעה.

עס דארף דא באמערקט ווערען, אז הרב קנייבסקי האט נישט קיין כח הנהגה, נאר דאס וואס מאנכע פרעגן אים כאטש וואס איז צוליב זיין ידיעות אין תורה, אבער זיין מיינוגען בנוגע פאליטיק איז קלאר נישט ארויסגענומען פון א חומש אדער גמרא. עס שטעלט זיך איבער און איבער אלץ ברור גמור אז זיין דעה אין פאליטישע נושאים קומט פון דאס וואס איינער דארט זאגט וואס דער נייעס איז, און דער איינער זאגט ווי אזוי ער וויל דאס זאגן און בבחינת תנא ושייר.

דער נאוועמינסקער רבי האט נישט געטארט אנרופן ר' מלכיאל מיט נאמען, נאר ער וואלט אים גאדארפט דערמאנען אלס 'לעיקוואד'ער ראש ישיבה'. והשנית, ר' יענקעלע נאוואמינסקער איז בכלל נישט קיין פערזאהן מיט וועמען פיל מענטשן רעכענען זיך, חסידים קוקן אים אן ווי א האלבע ליטוואק, ביי די ליטווישע איז ער דאך פארט א חסיד, ער איז קרח מכאן וקרח מכאן. זיין חנופה ווערטער כלפי הרב קנייבסקי, איז זיך בכלל נישט אנצונעמען פאר הרב קנייבסקי, נאר פאר די וואס פירן הרב קנייבסקי'ס פורים פראפאגאנדע, הרב קנייבסקי איז גארנישט שולדיג דערמיט, אבער ער טאר זיך נישט פארלאזן בלויז וואס איינער אדער צוויי פיטערן אים, הרב קנייבסקי האט נישט קיין השגה איבער פארשידענע ראשי ישיבות און כלל עסקנים וואס ווילן רעדן מיט אים און מ'לאזט זיי נישט אריין ווי אזא שטייגער דער פוזנא רב.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 1:11 pm

איך וויל מיך באציען צו דעם וואס נאוומינסקער רבי הגדול הדור, האט געזאגט בנשימה אחת, נישט קיין ווערטער געפעכט, נאר תורה משמים!
בערך אזוי צד אורבאך זענען מועטא דמועטא און עזי פנים, הגאונים אידלשטיין וקניבסקי ציטער איך ארויס צו זאגען זייער נאמען, און אגודה וועט ווייטער בלייבען
איר דארפט מפייס זיין אגודה אחת!
ר' יעקל מנאוומינסק אזוי איז געווען איירע וויש!
איר דארפט מפייס זיין ר מלכיאל פאר אים מבזה זיין ברבים
מפייס זיין רבי שמואל קמניצקי וואס לאכט בשעת איר רעדט און זיין נאמען כאולי עס אזי שקר!
מפייס זיין רבי שמואל אורבאך וואס איר זענט נישט ראוי צו דערמאנען זיין הייליגע נאמען!
מפייס זיין די עץ פארטי פאר זיי רופען מיט צו נעמען און לשון גנאי
מפייס זיין יעקוש קניבסקי פאר זאגען זיין זיידעס נאמען נאך רבי גרשון'ס
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 1:18 pm

און יעצט צום עצם וויכוח, רבי מלכיאל טענהט לאגיש, אלע זענען גרויס יעדער זאגט דעת תורה אלע זענען גיט, קיינער טאר נישט ארויפצווינגען זיין דעה אפען צווייטען, די זעלבע האט געהאלטען רבי דוב לאנדא מיט המלאך המ.. שטיינמאן בימי הרב שך, די זעלבע האלט הרב אורבאך בימי שטינמאן, אזוי האט געהאלטען הגאון ציס"ע הרב חיים קניבסקי בנוגע הרב אמנון יצחק במקום הגאון עובדי יוסף זצוקללה"ה,
סוי דעטס די דעת תורה פון אלע.... כשירצה...
רבי חיים קניבסקי האט נישט געהאט טענת אויף די בני ברק'ע הנהגה בימיו פון זיין שווער זצ"ל, מעג רבי שמואל אורבאך האלטען אנדערשט בימי הרב שטיינמאן....
און ואתא קוטלער און ער האלט אזוי בימי אדלשטין וקניבסקי ואתא כלבא מנאוומינסק, ווער האט אייך דא געבעטען נייע דרכים?
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

Re: אגודה קאנוועטשאן תשעט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 1:19 pm

כלבא, נישט מער נישט ווייניגער.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 1:39 pm

נישט מער זיכער , ווייניגער אפשר,
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך לך לך » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:57 pm

לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:51 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: אגודה קאנוועטשאן תשעט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:42 pm

איך האב יעצט באקומען א ראבא קאלל אז די דאנערשטאג נאכט אסיפה גייט פארקומען היינט נאכט, און הרב יענקל האראוויץ מיט דער סאסאווער רבי וועלן באטייליגען (צוויי נעמן וואס מיינן גארנישט אין לעיקןואד. מ׳האט קוים געהערט פון זיי). דער יו"ר גייט זיין הרב חיים צבי הכהן גארעליק, בנו של הרב ברוך שמואל הכהן דויטש פון א"י.

הרב חיים צבי איז א יונגערמאן א ת"ח, וואס האט געשריבען קונטרסים און א ספר אויף געוויסע טומולן העומדים על הפרק. גבול בנימין אויף מדידת תחומין, אויף די ווערים אין די פיש, און קעגען א גרויסע עירוב אין לעיקוואד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 6:20 pm

אויכעט און מאנסי מיט הרב אלי בער וואכטפויגעל אויכעט האב איך גהערט אז סוועט זיין און בארא פארק
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 7:06 pm

כבוד הרב ליטוואק מבודאפעסט וואס האט טענת אויף די נאמען כלבא אויף אדמור מנאוומינסק, מיט די נוסח פון אדמור מקאסאן פרעג איך מאי שנא! פארוואס מעג אמנון יצחק עפענען א נייע פארטיי בימי דבר אחד לדור לשיטת הגר"ח קניבסקי? פארוואס מאי שנה בימי הרב שטיינמאן טאר מען נישט און בימי חכם עובדי מעג מען יא מאי שנא?
פארוואס פארשטייט הרב דוב לאנדא אז הרב שך איז נישט די איינציגסטער מנהיג, און בימי הרב שטיינמאן כולן מחיובין בכבודו מא שנא? פארוואס מעג הרב שטיינמאן חולק זיין אויף הרב אלישיב און הרב אורבאך מעג נישט אויף הרב שטיינמאן מאי שנא? ? ?
אלא מאי הרב דב לאנדא האט געמעגט דאן און הרב אמנון מעג יעצט
הרב שטיינמאן האט געמעגט דאן און הרב אורבאך מעג יעצט
הרב קוטלער מעג און הרב פערלאוו מעג נישט מוחה זיין אויף די מועטע דמועטע פינטעל נקידה
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 7:16 pm

איך מיין מ'פארשטייט נישט פונקט וואס דער נאוואמינסקער רבי האט דא געמיינט.

דאס אנשטעל כאילו עס איז געווען דא צוויי דעות, הרב אויערבאך און הרב שטיינמן, און ביידער האבען געפסקנ'ט כפי דעתם און זייער פארשטאנד פון די מצב, און די תלמידים אדער אחים לדעה פון איינער האבען געטון אזוי, און די אנדערע אזוי, איז נישט ריכטיג, לפי דברי הנאוואמינסקער רבי. ער טענה'ט, און אזוי האט הרב חיים קנייבסקי געשריבען אין אנהייב פון די מערכה, אז עס איז געווען א קבוצה פון מענטשען וואס האבען געהאט מאכט און זיי האבען עס פארלוירען. זיי זענען געווארען אנטוישט און זיי האבען געזוכט צוריק צו באקומען זייער מאכט. וואס האבען זיי געטון? געבויט א נייעם פארטיי, און צו דעם געבויט א שיטה. עס האט זיך זיי צומאל געלוינט צו גייען צו הרב שמואל אויערבאך, זענען זיי אהין געגאנגען. עץ עגזיסטירט נישט צו ברענגען א צווייטע שיטה, די שיטה עגזיסטירט צו ברענגען אן עץ צום טיש. די אומשולדיגע בחורים וואס זענען מפגין ווערען אויסגענוצט פאר די מאכט אינטרס'ן פון די פירער'ס דארט. עס איז דא אסאך ראיות פאר די דרויסענדיגע צו כאפען די נקודה, אבער איך וויל נישט און איך דארף זיי נישט ברענגען, ווייל איך ברענג נאר זיין מיינונג, והרוצה להתווכח, יתווכח מיט ימים ידברו'ס ברענעדיגע קנאות לשם שמים.

הרוצה לחלוק, יבא ויחלוק. אבער לכאורה איז דאס אן אינערליכע בליק, און פון ליינען די כתבות אויף ככר השבת און בחדרי חרדים אזוי ווי @דולה ומשקה ווערט מען נישט גוט באהאווענט אין די אינערליכע פונקטן פון די מחלוקת'ן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 7:22 pm

הרב אורבאך האט בכלל נישט געהט א דעה? נאר הרב דב לאנדא האט?
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 7:27 pm

הרב אויערבאך איז נישט געווען די נושא, ער האט נישט געפירט די זאך, און זיי האבען זיך נישט אונטערגעלייגט אונטער זיין פירערשאפט. זיי האבען גערעדט פון חיובים און הרב שך, ממציא געווען יהרג ואל יעבורס און געשיקט בחורים זאלען מפגין זיין, עסקנים זאלען אונטער ברענגען האנדלעריי מיט די פרייע, פארשפרייט שמועות און געדרוקט פאשקעווילען, אלס אן די חתימה צו גושפנקא פון קיינעם. ווען עס האט אויסגעפעלט, האט מען געברענגט הרב אויערבאך צום סצענע, אבער עס איז נישט געווען זיין פארטיי, און די פירערס, אחוץ געציילטע, זענען כמעט נישט זיין תלמידים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

Re: אגודה קאנוועטשאן תשעט

הודעהדורך קפה נמס » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 9:33 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:כלבא, נישט מער נישט ווייניגער.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פארשטייט זיך אז ווען די עסקנים האבן מצליח געווען אים צו מאכן חתמ'ענען אויף א בריוו צו שטיצן די 'גזירת גיוס' פארטיי, איז ער דאן געווען פון די גרעסטע גדולים פון אמעריקע.

אבער אזויווי ער האט צוריקגעצויגן און מגלה דעת געווען אז עסקנים האבן אים פארנארט איז ער געווארן איבערגעדרייט צו א 'כלבא'..
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 12:29 pm

כהאב פאר אייך נייעס סנישט נאוומינסקע רבי ער איז א פיינע פלעינע מענטש, ער האט בעלי בתים פונקט ווי ליטוואק דרייט מיט די פינגער סנישט אורבאך נאר פארטיי זיכערס, און בעצם האט אורבאך געהאלטען גזירת הגיוס איז בלוני און מדארף אוודאי יא גיין אין מילטער, אזוי איז עס נישט נאוומינסק נאר בעלי בתים וכה לחי ענטשולדיגט ער איז נישט ח"ו קיין כלבא ער איז וואס ער איז, ביסט צופרידען?
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 12:34 pm

דער נאוועמינסקא באווארענט זיך אין זיין דרשה, אז ער רעדט נישט בשם דער 'אגודת ישראל' ער נאר ווי א ציוויליע אפצופרעגן דער לעיקוואד'ער ראש ישיבה, ער באטוינט אז ער רעדט אלץ א יחיד און אז דאס זענען זיין פרעזענטליכע מיינוג.

אויב ער איז גערעכט, דאן וואלט ער נישט באדארפט אריין צו פארן רבי מלכיאל, און אוודאי נישט ניצן רבי שמואל קאמענעצקי אלס א מיטהעלפער פאר זיינע פרעפערייען.

דאס צושמירן דעם טיטול 'שער התורה' צו הרב קנייבסקי, כדי צו הייבן דער דראמאטישקייט אין זיינע ווערטער, האט בכלל נישט אויסגעפעלט ווען עס קומט צו 'דעת תורה', נניח אז הרב איידלשטיין איז נישט דער שר התורה אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק דעם 'דעת תורה' פון הרב איידלשטיין.

נישט קיין נפק"מ וויאזוי מ'דרייט דער פאלטיק, פאקטיש גערעדט איז פארהאן צוויי פארטייען. הרב קנייבסקי'ס אנרופן הרב אויערבאך 'זקן ממרא' איז בכלל נישט געווען א גערעכטע אין דער קאנטעקסט פון דער מדובר, הרב אויערבאך מעג זיך מחלק זיין מיט הרב שטיינמאן.

בו"ה בו"ה
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 1:46 pm

שוין ימים האט שוין געטראפן א נייעם וועם צו באזינגען איינער וואס האט א מחשבה אנדערש ווי יצחק שטערן אדער וואס דערוואגט צו רעדן אקעגן די נייע זאלי אפגאט יצחק שטערןס קאווער אפ די עץ פארטיי

מיר וואלטן הנאה געהאט ווען דו בלייבסט דא ביים נאווימינסקער
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 2:45 pm

גאנצעל שלום עליכם אוי בענק איך מיר נאך דיר ווען די רעדסט איז כמעט אזוי גוט ווי ווען דיין רבי רעדט! זאת נחמתי אז ס'שוין יט כסליו און אט איז כ"א כסליו, יעלה ויבוא ויגיע מיר וועלען זיך אלע פארסמאקענען, סוכ"ס נאך א דרשה פון פראפעשנאל ווואס וועט זיין היי יאר די גאסט רעדנער, וועט ער דאך מוזען אהערשטעלן עפעס מער.... אוי מיר לעכטצען שוין... צו הערען עפעס צולייגט אויף קליינע טעלערליך. כהאף אז ער וועט מחדש זיין א נייעס... כאטש אריינגעבען בערישן פארן לאזען קומען זאלי צום שבע ברכות... אדער נאכאמאל א נעם טוען צו אורבאך ווייל ער איז דאך ריין פון קנאות און פון שכל,
גאנצעל האלטסט באמת אורבאך איז א צדיק וועגען יצחק שטערען? יא באמת? וואי ווי!
ווייטער ליטוואק ביטע ענטפיר מיר אורבאך האט באמת יא געהאלטען פון די מילטער נאר נתי גרויסמאן האט געמאכט אזא געמויזאכטץ בלא יודעים פון אורבאך! איינס שענער פון צווייטען! נאר הרב קניבסקי ווייסט הונדרעט פראצענט יעדע דיטאל !
א חוץ מזה אזי אזוי
קוטלער האט א חשבון וועגען זיין גט
אברהם יושע האט א חשבון מיט אורבאך וועגען קוטלער
ר' דב לאנדא האלט פשוט אז הרב שטיינמאן מיט אדלשטיין האבען ריכטיגע דעת תורה און אורבאך מיט רב שך מיט הרב אלישיב זענען פאפעטס פון נתי גראסמאן
נאוומינסקער פשוט ציטערט צו זאגען קניבסקי'ס נאמען...
אולשין האלט אנדערשט ווייל אפשר וועט ער זיין נעקסט ראש ישיבה
און אזרחי זיכט א מייק
און דויטש זיכט א פארטיי
און רבי אהרן איז כולו טהור, ריין ממש ווי א מלאך אלקי, קיינמאל און לעבען נישט געהאט א נגיעה אדער א פני', והא ראי' פרעג זיין ווייב און קינדער שוואגערס און נעפויס וואס האבען זיך מוסר נפש געווען למענו, און האט זיי צוריק באקימען פערזענדליך אין זיבטען ריף אן קיין רחמנות אזוי ווי פאר די קאשוי רב ז"ל אגאב וואס ער איז געווען א זעלטענע פאלטיקער יעדע ווארט איז געווען מיט חשבונות און נקמות, ווער עס ווייסט ווייסט! ער פארנעמט קנאות וואס איז מיליאן פראצענט נקי! א ברעקיל שקר פארדייט ער נישט!
ווייטער זאלי א עם הארץ קען נישט זאגען א פסוק גראעד!
נאכאמאל יצחק שטערען איז מיין מנהיג הדור וואי ווי!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און איין גאסט