ביקורם של נכדי האדמו"ר מבעלזא בחו"ל

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך שושן פורים » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 8:47 pm

דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 665
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 499 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 808 מאל

הודעהדורך אדונינו » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 8:52 pm

לכאורה איז פשט, וויבאלד ער האט מורא אז די ערשטע פערציג יאר פון זייער ראביסטעווע וועלן זיי מאכן טעותים, וויל ער אנהייבן יעצט דערמיט, אז ביי די זעכציג, זאלן זיי זיין ראוי ומקובל, וכן נהג המהרי״ד השני בעצמו.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 334
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך איש חזון » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 9:49 pm

שושן פורים האט געשריבן:אבער על כולם דאס אליינס אז די רב האט נישט קיין שום פראבלעם צו שיקן 20 יעריגע ראצערס איהם צו רעפרעזענטירן בשליחותו, באווייזט אז ער האט קיין פראבלעם חוזק צו מאכן פון זיין ציבור אויף א יאמערליכן פארנעם וואוסנדיג אז יעדע זיק פון קאמען סענס עקזיסטירט נישט ווען עס קומט צו 'כבוד בית בעלזא' המדומה.

נישט מער און נישט ווייניגער... :D

ועל אלה אני בוכיה.

דארף מען דאס צולייגן צום באדזשעט, פאר די אלע 'מיטליידער'...
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 527
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

Re: ביקורם של נכדי האדמו"ר מבעלזא בחו"ל

הודעהדורך אונטער חכם » מוצ"ש יאנואר 12, 2019 11:34 pm

וויפיל עלטער איז דער רב אליינס געווען ווען ער האט איבערגענומען די הנהגה?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

הודעהדורך קומזיץ » זונטאג יאנואר 13, 2019 1:24 am

איסר האטלקי האט געשריבן:שנאה? אקעי. קנאה - אויף וואס? אויף די הייליגע אייניקלעך די קדושים מרחם? ביידע סאטמארער רבי'ס האבן אויך אזעלכע הייליגע קינדער. אויף די געלט וואס פליסט ביים מעטשינג? סאטמאר האט מער געלט. אויף די חסידישע אינגעלייט? איך קען די בארא פארק'ע קהילה, נישטא וואס מקנא צו זיין. אויף דעם רבי'נס אהרן מרדכי? אה, גערעכט. איך שטארב פאר קנאה!


קנאה ,אז ער האט חסידים וואס שווערן זיך ביי עם
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 276
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 471 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 325 מאל

הודעהדורך שושן פורים » זונטאג יאנואר 13, 2019 4:50 am

איש חזון האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:אבער על כולם דאס אליינס אז די רב האט נישט קיין שום פראבלעם צו שיקן 20 יעריגע ראצערס איהם צו רעפרעזענטירן בשליחותו, באווייזט אז ער האט קיין פראבלעם חוזק צו מאכן פון זיין ציבור אויף א יאמערליכן פארנעם וואוסנדיג אז יעדע זיק פון קאמען סענס עקזיסטירט נישט ווען עס קומט צו 'כבוד בית בעלזא' המדומה.

נישט מער און נישט ווייניגער... :D

ועל אלה אני בוכיה.

דארף מען דאס צולייגן צום באדזשעט, פאר די אלע 'מיטליידער'...

איך וואלט גערן געפירט מיט דיר די ישיבה קטנה סטיל געשפרעך אבער עס איז זייער שווער צוריקצודרייען די זייגער צו יענע יארן
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 665
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 499 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 808 מאל

הודעהדורך איש חזון » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:54 am

א דאנק
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 527
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג יאנואר 13, 2019 1:33 pm

קומזיץ האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:שנאה? אקעי. קנאה - אויף וואס? אויף די הייליגע אייניקלעך די קדושים מרחם? ביידע סאטמארער רבי'ס האבן אויך אזעלכע הייליגע קינדער. אויף די געלט וואס פליסט ביים מעטשינג? סאטמאר האט מער געלט. אויף די חסידישע אינגעלייט? איך קען די בארא פארק'ע קהילה, נישטא וואס מקנא צו זיין. אויף דעם רבי'נס אהרן מרדכי? אה, גערעכט. איך שטארב פאר קנאה!


קנאה ,אז ער האט חסידים וואס שווערן זיך ביי עם

איך בין מקנא די חסידים וואס גלויבן אין דעם .... אדער דעם רבי'ן וואס האט אזויפיל פאנאטישע שווענץ?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2081
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1290 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » זונטאג יאנואר 13, 2019 1:53 pm

די אדמורי''ם וועלכע גליסטן אז זייער נאכפאלגער זאלן גלייבן זיי, גענוי ווי יעזעס האט געגליסט אז זיינע נאכפאלגער זאל גלייבן אין אים. שפירן לעצטענס ווי דער ערד אנטלויפט זיי פון אונטער זייערע פוס. דאס פארפולקייט פון די באלייכטונג און אויפקלערונגס עפאכע וועלכע האט אנגעהויבן צו פארשיינען די וועלט דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע, איז ענדליך פארפולקאמט געווארן מיטן אנטדעקונג פון די אלוועלטיכע געוועב. אין רעזולטאט איז דאס פארגלייבקייט אין מענטשליכע פיגורן דראסטיש געפאלן. זיי פירן טאקע א קאמפ מיטן געוועב, זאגער דער מענשהייט פארשטייט זייער גוט פארוואס זיי זענען נאכאנאנד פארנומען מיטן געוועב... דאס איז באשיינפערליך דער גרעסטער געפאר פאר זיי.
די מאכט-אויסגעהונגערטע און זעלבסט-דערקלערטע אפגעטער האבן אנגעהויבן מיט נייע קאָמישע אידאלאגיעס... כבוד בית בעלזא... שיטת השוואנצנות... א.ד.ג. איינער פראבירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט שמייליגע ערפונדיגן, וועלכע האבן אין אלגעמיין בלויז איין ציל... גלייבט אין מיר מיט פארמאכטע אויגן... דינט מיך ווי א אפגאט... איך האב באשאפן דעם נילוס..... און מ'דרייט דאס נאך אריין אינעם דרך החסידות...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1654
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1793 מאל

הודעהדורך שושן פורים » זונטאג יאנואר 13, 2019 2:44 pm

• לתועלת הציבור וויל איך דא פארציילן דריי מסוגל'דיגע מעשיות.
איינס דערפון חלום חלמתי, א וויסטן חלום געהאט.
נאך איינס באזני שמעתי, א שמועס צווישן צוויי ידידים אין ביהמ"ד. און א דריטע בעיני ראיתי, געליינט דא אין שטיבל.

איך וועל לאזן דעם עולם מחליט זיין וועלכע געשיכטע געהערט צו וועלכע קאטעגאריע.


געשיכטע א.

געוועזן אמאל א מלך אין א ווייטע מדינה מעבר לים, פערצופאל האט ער נישט פארמאגט א בת יחידה, געהאט האט ער 12 קינדער זכרים איינס ביי איינס.

עכ"פ, דער מלך האט פארמאגט א לאנד מיט א פאפולאציע פון איבער 50 מיליאן בירגער, ער איז געווען א דיקטאטור איינס אין די וועלט, געשינדעט שטייערן פונעם ציבור, און וואגן זאל זיך איינער צו זאגן א ווארט קעגן איהם, נאך בעפאר מען האט יענעם גע'הרג'ט האט ער זיך געווינטשן דאס טויט.

ויהי היום, די ווינטן פון דעמאקראטיע האט דערגרייכט זיין לענדל, פון אנפאנג קליינע גרופעס סטודענטן וואס האבן פראטעסטירט , אבער ווי א טאג איז פארביי האבן זיך פיל מער מענטשן אנגעשלאסן, פארשטייט זיך די רעגירונג האט עס אונטערדרוקט מיט א אייזערנעם פויסט, אבער ווען הויכראנגיקע מיניסטארן און מיליטערלייט האבן זיך אנגעשלאסן אין די אפאזיציע האט די מלך פארשטאנען אז עפעס מוז דא געטאן ווערן.

האט דער קעניג צוזאמגערופן א מיטינג פון אלע מיניסטארן און קאנגרעסלייט, אפילו די אחשדרפנים און די אחשתרנים האט ער אפיר געקראצט, יעדער איז געזעצן ביי א גרויסן טיש און פרובירט מטכס עצה זיין וואס מען קען דא טאן. איינער האט געזאגט מען זאל שניידן שטייערן, א צווייטער האט געזאגט מען זאל טיילן מתנות, א דריטער האט פארגעשלאגן וואלן, ווען פלוצלינג הערט זיך א זעץ אויפן טיש.

דער קעניג האקט אויפן טיש און שרייט, זענט עטץ אינגאנצן פאר'נער'ט? ענק מיינען אז געלט אדער פרייהייט איז דא די פראבלעם? א נעכטיגן טאג! איך ווייס פונקטליך וואס דא גייט פאר, ווי ענק אלע ווייסן איז דא גאר א טייערע דיאמאנט וואס עס איז בלויז פארהאן דערפון צוויי איבער די גארער וועלט, און ווי עס איז ענק געוויס באקאנט האב איך פאר עטליכע יאר צוריק אפגעקויפט ביידע און אינסטאלירט איינס אין די וואכעדיגע קרוין און איינס אין די שבת'דיגע. די אלע פראטעסטירער דא האלטן עס נישט אויס, זיי זענען מקנא די שיינקייט פון מיינע קרוינען און באסטן פאר שנאה, איך האב עס געקויפט פון מיין אייגן געלט און איך בין קיינעם גארנישט שולדיג. אראפ מיט די רעפארמען!.


געשיכטע ב.

געוועזן אמאל א געוויסע קהילה נאה וועלכע האט זיך יארן צוריק ארויסגעצויגן צו עפעס א שטעטל נעבן אפסטעיט ניו יארק, בעצם זענען זיי געווען גאר א שיינע קהילה מיט אסאך מעלות אבער דער מנהיג זייערע האט פארמאגט א שטענדיגע פאביע אז איינער וויל איהם צונעמען די מאכט אדער בלויז א חלק דערפון. מאנכע זאגן אז די סיבה איז וויבאלד ער איז געווען גאר אינג ווען די הנהגה האט געטראסקעט אויף זיינע פלייצעס.

האט ער געמאכט א וואזשנעם איינגעפירעכץ אז קיינער פון זיין ווילעדזש טאר נישט דאווענען ערגעץ אנדערש בלויז אין זיין שול, עפענען אנדערע געבעט ערטער איז אוודאי געווען אויסגעשלאסן.

האט זיך פארמירט א גרופע וועלכע פלעגן גיין דאווענען אין א דערנעבנדיגע ערהוילונגס היים, פארשטייט זיך אז פאר די באהערדע האט דאס ארויסגעברענגט בייז בלוט, איינעם פון די גרופע האט מען שרעקליך טעראריזירט אז ער זאל זיך אוועקציען פון די געמיינדע, לויט געוויסע קוועלער האט מען געוואלט אפקויפן זיין הויז פאר א לעכערליכע פרייז.

עכ"פ דער איד האט נישט געהאלטן דערביי, און איין נאכט באישון ליל האט איינער פון די פרחי כהונה איהם באווארפן מיט א פלאש באמבע פון וועלכער יענער איז שווער פארוואונדעט געווארן. פילע גירסאות איז פארהאן איבער וואס די בחור'ל האט געוואלט טון און וואס דער אנדערער האט צוריקגעטאן, אבער וואס איז זיכער איז אז א איד איז געליגן וואכן אין שפיטאל מיט בראנד וואונדן וואס א צווייטע איד האט איהם פאראורזאכט וויבאלד ער האט נישט געפאלגט דעם רבי'ן.

אין די חסידישע וועלט איז אנשטאנען א שטורעם, היתכן א איד זאל אזאנץ טאן צו א צווייטן? ווי איז אזאנץ געהערט געווארן? אקיצור די אלגעמיינע ווינט אין די אידישע גאס אין יענע צייטן איז נישט געפארן אין די ריכטונג ווי יענע קהילה האט געוואלט עס זאל גיין.

זענען געווען צוויי תמימותדיגע אינגעלייט פון יענע קהילה אין ביהמ"ד, געכאפט א שמועס צווישן זיך נאך מעריב, און זיך הויעך געוואונדערט פארוואס איז די וועלט קעגן זיי? וואס האבן מיר זיי שלעכטס געטאן? פארקערט זיי פרובירן אייביג מקרב צו זיין! זענען זיי געקומען צו א פאראייניגטע החלטה אז עס איז אלעס קנאה, היות זיי פארמאגן אזא שיינע קהילה אן מחלוקת (לאכטס נישט) ספעציעל אז די רבי פארמאגט עטליכע קינדער וואס אין אנדערע מקומות אין אזא פאל רייסט מען זיך ארום ביי די וואנצן און ביי זיי איז שא שטיל, ממילא פלאצט די וועלט פאר קנאה, און דאס איז די שנאה קעגן זיי.


געשיכטע ג.

געוועזן אמאל א צייט ביי כלל ישראל וואס די אינטערנעט השפעה האט זיך פארשפרייט אויף א ווילדן פארנעם, ויהי היום און די פאנדרעיזערס האבן דאס אנטדעקט און אפאר חברה האבן פארשטאנען די כח פון סאושעל מיידע אינאיינעם מיט קראוד פאנדינג און מעטשינג דאונעישענס, האבן זיי געגרינדעט א וועבזייטל מיטן נאמען טשארידי אהערצושטעלן דעם סערוויס פארן ציבור.

זאפארט האבן קאמפיינס און מוסדות אנגעהויבן צו וואקסן ווי שוועמלעך נאכן מבול, אויב אמאל האט עטליכע צענדליגע טויזנטערס געהייסן א שיינע הכנסה פאר א צדקה קאמפיין, איז די נאמבער מיליאן וואס איז ביז דאן בלויז געווען רעזערווירט פאר סאטמאר און טראמפ געווארן גאנץ א גאנגבארע נומער אין יעדע בונקער שטיבל.

אין יענע צייט איז אויך געווען א געוויסע רבי פון א קהילה וואס האט פארמאגט אסאך מעלות, ער האט בעק אין דע דעיס אויפגעבויעט א הערליכע קהילה מיט זיינע צוויי הענט, זיך נישט דערשראקן פון קיינעם, זיך געשלאגן מיט די דעמאלטסדיגע עסטעבלישמענט מיט ציין און נעגל וכ'ו וגו'.

איין גרויסע חסרון האט דער רבי געהאט אז ער איז כמעט קיינמאל געווען אוועילעבל פאר זיין ציבור.

זיין עולם האט אויך פארמאגט אסאך מעלות פונקט ווי יעדע קהילה האבן זיי פארמאגט אלע סארטן מענטשן, צווישן זיי גאר ערליכע אינגעלייט און עלטערע אידן. אבער איין גרויסע וואזשנעם חסרון האבן זיי געהאט, נעמליך יעדע זאך וואס זיי האבן געהאלטן אז עס געהערט צו די נאמען פון זייער קהילה האבן זיי געהאלטן אז מען דארף די זאך געבן כבוד.

ויהי היום די שוויצערס פון יענע קהילה האט מחליט געווען, למה נגרע? פארוואס זאל יעדער מאכן ביליאנען און אונז גארנישט? אומר ושותה, זיי האבן אויך אהערגעשטעלט א קאמפיין אויף טשארידי האפנדיג אויך אריינצובאקומען אפאר מעלאנעס אין די קאסע.

אבער כדי צו אהערשטעלן אזא קאמפיין פעלט זיך אויס אנצוווארעמען דעם ציבור, דער מנהיג אליינס קומט דאך נישט אין באטראכט ער זאל טאן די שווארצע ארבעט, האט מען ארויסגעשיקט עטליכע אנגעזעענע לייט ביים ציבור בשליחות פונעם רבי'ן. די שליחים האבן טאקע געטאן זייער שליחות, אראפגעפארן מעבר לים, אויפגעטרעטן מיט רעדעס, באזוכט די מוסדות, אפגעשטאט באזוכן ביי רבנים, און אפילו אוועקגעטיילט לעפטאווערס פון מארבל קעיק און גרעיפ דזשוס פאר די הונגעריגע באפעלקערונג.

אויבנאויף איז אלעס פיין און וואויל, אבער מיט איין קליינע טעכנישע פראבלעם, די דאזיגע שלוחים זענען אזעלכע אפרוחים שלא נפתחו עיניהם ניטאמאל ווי א כינעזער, טאקע טייערע וואוילע אינגעלייט יעדע פון זיי אויף זיין לעוועל אבער גארנישט מער פון דעם. אבער די מנהיג האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, ער קען זיין ציבור, ער ווייסט אז מה דאך א שטיינדל וואס פארמאגט אויף זיך די ביזנעס לאגא וועלן זיך זיינע מענטשן בוקן צו דעם, כ"ש וכ"ש אויב די רעדע איז פון אזעלכע איברים מן החי וואס פארמאגט אין זיך די סאמע די. ען. עי. פון די ריינע ראסע סי. אי. או.'ס פון די יעניגע פירמע איז דאך אוודאי אז דער עולם וועט שפרינגען קדוש מיט עקסטאז.

זענען אבער געווען עטליכע אידן וואס האבן מעורר געווען אז לא זו הדרך, און פונקט ווי ווען די מנהל רופט מיר אראפ פאר א מיטינג אין חדר קען איך נישט שיקן מיין קלינינג לעידי אדער מיין קליין אינגעלע, די זעלבע דא שיקן די אינגעלייט צו רעפרעזענטירן די הנהגה הייסט עס חוזק געמאכט פונעם ציבור אויף א ווילדן פארנעם, און דאס אז א גרויסע טייל פון זייער ציבור פילט ניטאמאל די פראבלעם דערפון ווייזט עס בלויז ווי טיף די מחלה איז איינגעווארצלט.

איז אבער געווען עטליכע מיטגלידער פון יענע פלאץ וועלכע האבן זיך געוואונדערט וויאזוי מען קען זיך בכלל דערוואגן צו אוועקמאכן א געדאנק פון זייער קדוש וטהור, זענען זיי געקומען צו די החלטה אז עס מוז זיין איינע פון די דריי זאכן:
א. שנאה, די פשוטע שנאת עשיו ליעקב, שנאת הרע להטוב, מען האט זיי פשוט פיינט.
ב. קנאה, מען איז מקנא די געלט וואס פליסט ביי זיי אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן זינט הורדוס האט איבערגעבויעט דעם בית שני, אזאך וואס עקזיסטירט כידוע בלויז ביי זיי.
ג. קנאה, מען איז פשוט מקנא זייער געשוואוירנקייט צו זייער לידער.



וכך מקובלני מבית אבא ואמא, ווער עס וועט נאכפארציילן די דריי מעשיות אין סיי וועלכע צייט וועט מעגליך געהאלפן ווערן מיט דעה בינה והשכל, חכמה בינה ודעת.



(עס איז אויך דא א פערטע געשיכטע פון א מיידל וואס האט אריינגעוואנדערט אין א בערן הויז אינמיטן וואלד, זי האט דארט צובראכן דריי בענקלעך און אויפגעגעסן זייער כסא דהרסנא. אבער דאכצעך אז עס איז נישט נוגע אהער. )
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 665
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 499 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 808 מאל

Re: ביקורם של נכדי האדמו"ר מבעלזא בחו"ל

הודעהדורך אונטער חכם » זונטאג יאנואר 13, 2019 6:00 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:די אדמורי''ם וועלכע גליסטן אז זייער נאכפאלגער זאלן גלייבן זיי, גענוי ווי יעזעס האט געגליסט אז זיינע נאכפאלגער זאל גלייבן אין אים. שפירן לעצטענס ווי דער ערד אנטלויפט זיי פון אונטער זייערע פוס. דאס פארפולקייט פון די באלייכטונג און אויפקלערונגס עפאכע וועלכע האט אנגעהויבן צו פארשיינען די וועלט דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע, איז ענדליך פארפולקאמט געווארן מיטן אנטדעקונג פון די אלוועלטיכע געוועב. אין רעזולטאט איז דאס פארגלייבקייט אין מענטשליכע פיגורן דראסטיש געפאלן. זיי פירן טאקע א קאמפ מיטן געוועב, זאגער דער מענשהייט פארשטייט זייער גוט פארוואס זיי זענען נאכאנאנד פארנומען מיטן געוועב... דאס איז באשיינפערליך דער גרעסטער געפאר פאר זיי.
די מאכט-אויסגעהונגערטע און זעלבסט-דערקלערטע אפגעטער האבן אנגעהויבן מיט נייע קאָמישע אידאלאגיעס... כבוד בית בעלזא... שיטת השוואנצנות... א.ד.ג. איינער פראבירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט שמייליגע ערפונדיגן, וועלכע האבן אין אלגעמיין בלויז איין ציל... גלייבט אין מיר מיט פארמאכטע אויגן... דינט מיך ווי א אפגאט... איך האב באשאפן דעם נילוס..... און מ'דרייט דאס נאך אריין אינעם דרך החסידות...
כפי הנראה איז דא אין שטיבל איז נישטא קיין איין בעלזער וואס האט אויפגעגעבן אויף זיין אמונה אין רב.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

הודעהדורך הבן_יקיר » מאנטאג יאנואר 14, 2019 12:09 am

הרב שושן אייער ווערטער זענען ווי קאלטע ראשית הגז סעלצער נאך א טעלער טשולענט, אויב מעג איך צולייגן צום נקודה.

ווען דו פרעגסט אמאל א בעלזא'ר אויב צו ער ווייסט אז בעלזא איז אמאל געווען א חסידות געבויעט אויף שמעקעדיגע חניוקעס, וועט ער דיר באשייגצן אזש ווען דו פרעגסט א בני יואל וואס איז געווען די מעשה מיט רויזא'לע.

די גרויסע מעלה פון בעלזא היינטיגע צייטן איז אז זייער רבי רעדט נישט אזעלכע שטותים ווי מענדעלע האגער, ווייל די חסידים זענען נאך גרעסערע שוואנצונים פון די מענדעליסטן.
הבן_יקיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 2:52 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט