5 מיליאן פאר בעלזא

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך בן פרצי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:21 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן פרצי אום דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:56 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך בן פרצי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:51 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
בן פרצי האט געשריבן:כבוד בית בעלזא/ויזניץ/באבוב וכל שם דאית ליה, מיינט כבוד שמים. וואס לערענט מען דארט אויס, נישט תורה ויר"ש?!

איז נעקסטע מאל ווען בעלזא מאכט א מגבית, זאל מען שרייבן אין גרויסע ווערטער "כולנו למען כבוד שמים", און מ'זאל לייגן א בילד פון בארג סיני/לוחות/ביהמ"ק. אז עטץ שרייבטס כבוד בית בעלזא און מ'לייגט א בילד און א ברכת הקודש פונעם רב , זענט עטץ זיך אליינס שולדיג אז מענטשן קוקן עס אן פאלש.

איך ווייס נישט ווער איז עטץ. איך האב נישט געשריבן נישט דאס און נישט דאס. דער וואס האט עס געשריבן איז אן אסטראטעג וואס רעכענט אויס וויאזוי ס'לויענט זיך וויאזוי מ'וועט מאכן מער געלט לדעתו. איך טוה נישט אין דעם נושא, ממילא ווייס איך נישט צו ער איז גערעכט צו נישט. אבער דאכט זיך מיר אז די אסטרעטעג איז אפילו נישט א בעלזער חסיד, סאו דיין קשיא דארפסטו עם פרעגן.
אבער איך בעיניי זעה איך נישט מאי אולמיה האי מהאי, וואס איז די ווארט "שמים-הימל" חשובער פון די נאמען "בעלזא", די הימל איז אויך עפעס א מקום העכער די וועלט ווי ס'פליען דארט פייגעלעך, בעלזא איז אן ארט אין אלטען אירופה, פינקט ווי "שמים" מיינט מען וואס שמים איז מייצג דהיינו כבוד היושב בשמים, ה"ה ווען מ'זאגט בעלזא מיינט עס אלעס וואס בעלזא פראדעציטרט, צו איז דאס תורה יר"ש חסידות מידות טובות וכדו'.
און וואס איז די פראבלעם צו לייגן א ברכה פון דעם בעלזער רב?! פון ר' חיים קנייבסקי מעג מען יא?! ווער איז מותר און ווער איז אסור? פארשטייט זיך אויב בעלזער רב איז דער וואס האט אויפגעשטעלט און ווייזט דעם וועג פאר זיי, פאסט זיך אז ער זאל געבן א ברכה, נישט אזוי? איך פארשטיי נישט דעם פראבלעם אין דעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן פרצי אום דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:56 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:53 pm

א קשיא אויף א פאקט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1750 מאל

הודעהדורך בן פרצי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:56 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א. א קשיא
ב. אויף א פאקט.

א. ווער האט געפרעגט א קשיא?
ב. אויף וועלכען פאקט?
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 2:01 pm

די פאקט איז אז ווען מענטשן זעען די ווערטער כבוד בית בעלזא, זעען זיי נישט קיין אידישקייט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1750 מאל

הודעהדורך בן פרצי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 2:08 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די פאקט איז אז ווען מענטשן זעען די ווערטער כבוד בית בעלזא, זעען זיי נישט קיין אידישקייט.

[ס'איז מיר אביסל א חידוש אז דו רופסט עס א פאקט].
איך קען דיך נישט אפפרעגן צו ס'איז אמת צו נישט, אבער דאס איז זיכער אז ביי די בעלזער עולם טייטשט זיך עס אזוי אפ.
און אפילו ביי די פרעמדע עולם, איך קען הערן אז במושכל ראשון ווען מ'טראכט נישט אריין, מיינען זיי אז מ'רעדט פון עפעס א שטעטעלע אין גאליציע, אבער איך מיין אז ווען יעדער מענטש טראכט אריין, אזויווי מ'האט דא שוין מאריך געווען באריכות, זעט אז ווען מ'זאגט בעלזא מיינט מען די יודישקייט פון די קהילה קדושה בעלזא.

אבער וואס איז די גרויסע קשיא? ולמאי נפק"מ וואס מענטשן זעען?
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 2:15 pm

בפרט אז 'בעלז' איז א שטיקל סינאנים צו 'חסידישע חרדיזם' זייענדיג פון די שטארקע מחזיקי דת החרדיזם די לעצטע 150 יאר

ולגופו של דבר, איך האלט אויך אז ס'איז מאדנע זיך צו ווענדן צום גאס מיט'ן מוטו 'כבוד בית בעלז', און איך ווייס נישט אויב זיי האבן טאקע אזוי געטוהן, איך מיין זיי האבן זיך געוואנדן מיט דעם צו דער בעלזער עולם, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 2:17 pm

דמיון האט נישט קיין עק.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8707
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 22, 2019 6:31 pm

אינטרעסאנט, נעכטן האט א נארישע 'חסיד'ישע' מוסד אין די מאדערנע גאלדערס גרין געגנט אין לאנדאן געהאט א טשארידי קאמפיין, און זיי האבן צוזאם געשטעלט דריי מיליון פונט, באלד פינף מיליון דאלאר.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8707
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

Re: 5 מיליאן פאר בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 5:46 pm

און יעצט, גייט ש"ב סורוצקין ווייזן וואס ער קען

http://matzav.com/help-save-the-olam-hatorah/

יא יא, עס איז דא רוקחס און הגרס, טייטלבויםס און טווערסקיס. זיי ווייסן אלע וויאזוי צו גרייכן זייער צילן, און דער היימישע עולם האט זיך שוין געלערנט וויאזוי זיך צו פירען מיט זיי. יעצט וועסטו זיך לערנן וואס מיינט א סורוצקין, און וואס זיי קענן באווייזן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8707
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 9:00 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און יעצט, גייט ש"ב סורוצקין ווייזן וואס ער קען

http://matzav.com/help-save-the-olam-hatorah/

יא יא, עס איז דא רוקחס און הגרס, טייטלבויםס און טווערסקיס. זיי ווייסן אלע וויאזוי צו גרייכן זייער צילן, און דער היימישע עולם האט זיך שוין געלערנט וויאזוי זיך צו פירען מיט זיי. יעצט וועסטו זיך לערנן וואס מיינט א סורוצקין, און וואס זיי קענן באווייזן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ע"פ תקנת המקום דארף מען שרייבן "הרב" אויף אים.. :P

(אגב קין איינער קלעריפייען ווער דאס איז? א פלעינע לץ? א ערענסטע ר"י? אדמיניסטרעטאר פון א מוסדות נעץ וואס פארופט זיך סתם ר"י?)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2013
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

Re: 5 מיליאן פאר בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 9:15 pm

Administrator/fundraiser

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8707
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג פעברואר 01, 2019 6:40 am

אין די מודעות וואס ער לייגט אריין אין די צייטונגען באטיטעלט ער זיך אייביג ''הגאון''.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

Re: 5 מיליאן פאר בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 01, 2019 7:01 am

אנדערע באטיטלן זיך מיט׳ן אויסדרוק ׳כ"ק מרן אדמו"ר׳, אנדערע רופן זיך ׳אבינו רועינו׳, און נאך אנדערע רופן זיך ׳תמ"ל׳. ער רופט זיך ׳הגאון׳. עס מיינט בערך אזויפיל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8707
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

Re: 5 מיליאן פאר בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 08, 2019 9:27 am

אינטרעסאנט, דער סורוצקין האט נישט קיין ׳באליבטע חסידים׳ און יעדער לאכט פון אים, און ער האט אריין געברענגט 48 מיליאן שקלים.

זעט זיך אויס אז די פאך האט גארנישט מיט די אומבאשטעטיגטע ׳חכמה עילאה׳ פון יורשי הנדל"ן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8707
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » פרייטאג פעברואר 08, 2019 10:28 am

ער האט געשוואוירענע מיליאנערן. און אין פאקט האט ער אן אימפעריע וואס קיינער פון די יורשים האבן נישט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2113
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1304 מאל

Re: 5 מיליאן פאר בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 08, 2019 11:31 am

אוודאי האט ער מיליאנערן, מיט אן אמפיריה. אבער וויאזוי? נישט פון זכות אבות, נישט פון מופתים צו חכמה עילאה, נאר פון פלעינער ארבעט. ער איז נישט קיין חשוב׳ער מענטש און ער פארטרעט גארנישט. ער ארבעט, און עס קומט.

דער לימוד דערפון איז גאר א פשוט׳ער. מ׳דארף נישט די גאנצע ארום און ארום, די גאנצע פארטיי מיט די אמונות טפלות, די גאנצע כבוד בית (לייג דא אריין א דארף פון צוויי קיען מיט אן אקס) עגזיסטירט ווייל עס וויל עגזיסטירן, אידישקייט פארדינט גארנישט דערפון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8707
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך מצפה לישועה » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 3:32 am

ס'איז שיין צו זעהן די ערליכע יודן וואס מאכן אוועק רוב קהילות פון ערליכע יידן.
איך בין זיכער אז די מאדערנע קהילות האבן זיי נישט פיינט און זיי האבן נישט קעגן זיי גראנישט,
ווער רעדט נאך פון די פרייע וועלט, אדער די קאנסערבעטיבישע /רעפארמע קהילות
מן הסתם זייער דארך גאנג איז ביי זיי אסאך מער פארשטענדליך

דאס איז דרך העולם.
ווער ס'איז וויניגער יידיש פון מיר, איז גרינג אנצונעמען
אבער איינער וואס איז יידיש אזוי ווי מיר אדער ח"ו אביסל מער,
דאס איז דאך ממש אומפארשטענדליך און ס'איז שווער זיי אנצונעמען.


למעשה וועגן בעלזא
די טויזנטער יידן (נישט בעלזערס) וואס דרייען זיך יעדן טאג און ביהמ"ד הגדול קרית בעלזא ירושלים
דארף מען נישט פרעגן וואס בעלזא גיבט זיי
די איינציגסטע ביהמ"ד און א"י וואס ס'איז דא צוגעשטעלט אלע באקוועמלעכקייטן 24 שעה א טאג אן באצאלן דערפאר...



און וועגן סורוצקין
האב איך הנאה ווי מען שרייבט פון דערווייט אן וויסן
ווען די צוויי פרומע רדיו'ס געבן אוועק א גאנצע טאג פאר די קעמפיין
+ אלע פרומע אנשי תקשורת געבן זיך אוועק פאר איין צוועק
איז א פלא אז מען איז אנגעקומען נאר צו 55 מליון (וואס מיינט אין יידיש 22.5 מליון אן מעצ'ינג....)
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 7:58 am

סאטמאר האט צענדליגער אזעלכע בתי מדרשים איבער די וועלט וואס שטעלן צו פון אלעם גוטן. דאס מיינט נישט אז 'בעלזא געט זיי' נאר אז זיי שטעלן צו פאר די אייגענע און אנדערע כאפן זיך אריין. און גלייבט מיר, ס'איז נישט אזוי בחינם ווי דו שטעלסט עס אראפ, יעדע וואך באקומען זיי פרישע לינקס פון אנליין קאמפיינס....

אנשי תקשורות ברענגען פירסום אבער נישט קיין 'געלט', געלט קומט פאר הארץ.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2113
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1304 מאל

Re: 5 מיליאן פאר בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:07 am

ועוד, ווער האט געבויט סאטמארער בתי מדרשים אין די וועלט? נאר סאטמארער חסידים. קיין שום פרעמדע האט קיין דאללאר נישט געגעבען דערפאר. ווען דער בעלזער האט געשטעלט זיין טענטרומס אז ער מוז האבען א גרויסע געביידע, איז מען געגאנגען משוגע מאכען יעדער מיט א פאר דאללאר. איך געדענק פון אלס קינד ווי זיי פלעגען מוטשען יעדעם א קאפ, און קוקט׳ס די שילדן דארט וויפיל פרעמדע געלט זיי האבען געשלעפט. וואס עפעס בעלזא? פארוואס זאל דער בנין הייסען בעלזא? בעלזא דארף דאנקען יעדעם וואס זיי האבען צוגעשטעלט פאר בעלזא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8707
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך מצפה לישועה » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 3:57 pm

איסר
ביי אונז אין א"י דרייט זיך נישט יעדער מיט א סמאטפאון אין טאש
און קיינער שיקט נישט קיין לינקס
אפשר גאר פארקערט
די אלע ירושלמע ר'אהרלך קומען צאמנעמען ביי די מתפללים אין בעלזא

וועגן די אדווערטייזמענט פון די ליטווישע קעמפיינס און אלע צייטונגען
די פרסום איז געוועהן אזוי גרויס
אז סאיז געווען א וואונדער אז מען האט געמאכט נאר אזוי ווייניג
און ווער רעדט נאך פון די טעראר אויף יעדע כולל יונגערמאן אז ער מוז זיך אונטער נעמען א סכום
און אויב נישט ---

ואגב ס'איז דא אויך בעלזא יונגעלייט אין זיינע כוללים אין זיי האבן אויך צוגעשטעלט שיינע סכומים

יעצט ליטוואק
א. ביסט טאקע גערעכט, פארוואס האבן די בעלזע אברכי כולל נישט געברענגט פון זייער אייגענע קעשענע די זעלבע סכומים ווי די סאטמערע עשירים?!
טאקע א שוידער אז זיי האבן געשנארט ביי די פרעמד.
ב. איך האב גערעדט וועגן אויסהאלטן די טאג טעגליכע תענוגים, וואס ביי יעדע אנדערע ביהמ"ד בעט מען געלט פאר א קאווע, און מען דארף אריין לייגן געלט ס'זאל זיין עירקאנדישן
און דא באקומט דאס יעדער בחינם ווען די בעלזא יונגעלייט צאלן דאס אויס.
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

Re: 5 מיליאן פאר בעלזא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 5:11 pm

נישט קיין שאנדע. נאר נישט קיין בעלזער בילדינג. כמנהג התקופה האחרונה, האט מען גענומען א זאך וואס דארף זיין פאר די פאבליק, און גענומען געלט פון די פובליק, און פלוצלונג געמאכט פאר די פריוואטע נכסים פון הרב י. ד. רוקח, און יעצט איז ער גאר דער וואס האט עס געבויט. דער וועלט איז גארנישט מער שולדיג פאר בעלז ווי בעלז איז שולדיג צו איהר.

און טוט׳ס מיר א טובה און דערצייל ווייניגער פון די טעראר פאר יונגעלייט. אה, אין בעלזא האט מען אזוי ליעב און ביי יענעם איז עס טעראר.........

אלע זענען פונקט די זעלבע, קיינער האט דא גארנישט באוויזען אחוץ די כח פון פראפאגאנדא, פאמפ, און שרייעדיגע פלאקארטן. בעלזא ווערט נישט חשוב׳ער צו נידריגער, און אזוי אויך סאראצקין, חי לייפליין, ר׳ אשר אייזעמאן, און ישיבה הט׳ כנסת בית לוי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8707
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8177 מאל

הודעהדורך מצפה לישועה » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 6:01 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט קיין שאנדע. נאר נישט קיין בעלזער בילדינג. כמנהג התקופה האחרונה, האט מען גענומען א זאך וואס דארף זיין פאר די פאבליק, און גענומען געלט פון די פובליק, און פלוצלונג געמאכט פאר די פריוואטע נכסים פון הרב י. ד. רוקח, און יעצט איז ער גאר דער וואס האט עס געבויט. דער וועלט איז גארנישט מער שולדיג פאר בעלז ווי בעלז איז שולדיג צו איהר.

ביסט ממש נישט גערעכט, אבער אכמ"ל, די פראצענט געלט וואס איז געקומען פון פרעמד, וויאזוי אויך די שטח, קומט נישט צו צו די געלט וואס די היימישע האבן געגעבן.
חוץ פון וואס איך האב דיר געשריבן ברחל בתך הקטנה אז איך רעד נישט פון די עצם בנין
ווייל קיין פרעמעדע ליטווישע אדער ספרדישע אדער גאר א חסידישער קומט נישט צום בעלזען ביהמ"ד וועגן ס'איז דא א בנין, און ס'איז שייך צו פאבליק.
ס'איז דא אין געגנט נאך פיל בתי מדרשים, און גענוג פאבליקע בילדינגס וואס מען האט געבויט פון פאבליק געלט. (און לכאורא זענען די אנדערע בילדינגס נענטער צו ווי זיי וואוינען...)
מ'קומט וועגן די קאווע קאסט נישט קיין פיאסטער און ס'איז דא מילעך און הייס וואסער 24/7 צוגעשטעלט ריין און מענטשלעך, אסאך ברייטע שטיבלעך מיט א ריזיגן אוצר הספרים, מה שאין כן און די אנדערע פאבליקע בתי מדרשים וואס דארט דארף מען באצאלן יעדע גלעזל קאווע און צו דעם איז דאס נאך ווייניגער שיין צוגעשטעלט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און טוט׳ס מיר א טובה און דערצייל ווייניגער פון די טעראר פאר יונגעלייט. אה, אין בעלזא האט מען אזוי ליעב און ביי יענעם איז עס טעראר.........

אלע זענען פונקט די זעלבע, קיינער האט דא גארנישט באוויזען אחוץ די כח פון פראפאגאנדא, פאמפ, און שרייעדיגע פלאקארטן. בעלזא ווערט נישט חשוב׳ער צו נידריגער, און אזוי אויך סאראצקין, חי לייפליין, ר׳ אשר אייזעמאן, און ישיבה הט׳ כנסת בית לוי.

גערעכט א מליאן פראצענט.
בעלזא הצלחה איז נישט וועגן זייער מעטשינג.
סורוצקין האט צאם געשטעלט מער, גער האבן צאמגעשטעלט מער וכו' וכו'

איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען א פוינט אז בעלזא האט זיך נישט וואס צו שעמן מיט וואס זי געבט פון זיך פאר די פרעמד.
מ'האט געשמועסט דא פון פארשידענע עסקנים- האט מען געטענה'ט אז דאס איז נישט וועגן די אפשטאם, ווייל דאס וואלטן זיי עניוועיי געטוהן,
האב איך צוגעלייגט נאך א פוינט
(ואגב אסאך בעלזע שטיבלעך אין א"י גייען אין די וועג פון גרויסן ביהמ"ד, פון צושטעלן גוטע תנאים פאר יעדע ייד וואס וויל קומען אין ביהמ"ד)
מצפה לישועה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט