מורדים, מתנגדים, טאליבאנער, נדחים, שווארצע, באטשיס

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

מורדים, מתנגדים, טאליבאנער, נדחים, שווארצע, באטשיס

הודעהדורך חקרן » מיטוואך מאי 29, 2019 12:56 am

איך וויל דא עפענען א נושא. ווי עס פארשטייט יעדער און עס איז פשוט אזוי, אז אין יעדע מקום, ווען עס קומט צו גיין א נייע רבי, זענען פארהאן אזעלכע וואס שטימען נישט מיט און גייען נישט אין שפאן. געווענליך זענען די חסידים פונעם רבי'ן, וואס קלעבן אן א נאמען אויף די יעניגע קבוצה, די ערב-רב וואס מאכן חרוב דעם שיינעם קהילה פון אינערווייניג, און פרעסן אויף יעדן גוטן וואונקל וואס עס איז דא.

איך וויל זיך באציען אויף די נעמען וואס חסידים האבן געוואוסט ארויפצוקלעבן אויף די יעניגע, וואס דערמיט זענען זיי פאראייביגט געווארן לדורות עולם. ווער עס קען צוגעבן צו דער רשימה, ווערט העפליך פארבעטן, און אינאיינעם וועלן מיר מאכן א שיינעם ארבעט דערמיט.

אויף וויפיל איך פארמאג יעצט אויפן זכרון איז ווי פאלגענד:
מורדים - די ויז'ניצע קבוצה וואס זענען געפלויגן פון דארט ביי די מרידה.
שווארצע - מיט דעם נאמען זענען אנגערופן געווארן די עקסטרעמיסטישע פליגל אין סאטמאר. מיט דעם נאמען האט מען אויך גערופן די סלאנימע חסידים, מתנגדי הנתיבות שלום.
באטשיס - א נאמען וואס איז געגעבן געווארן דורכ'ן רבי'ן פון מרכז ויז'ניץ שליט"א ולרפוא"ש, פאר די דאזיגע וואס גייען נישט הונדערט פראצענט אין שפאן.
נדחים - איז אויך א שם נדרף פאר די ויז'ניצע מורדים.
מתנגדים - א טערמין וואס איז גענוצט געווארן אין בעלזא, אויף די מחנובקע חסידים אדער אויף אנדערע מתנגדים פון בעלזא.
טאליבאן - איז א טערמין וואס לכאורה האלט עס יעצט אינמיטן אריינקומען אין א געוויסע הויף. השי"ת זאל העלפן אז מען זאל נישט וויסן דערפון, וד"ל.

ווער עס קען צוגעבן, איז מכובד.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 525
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך פורים קטן » מיטוואך מאי 29, 2019 5:52 am

הג"ה:
שווארצע סלאנים איז נישט געווען די זעלבע מושג ווי שווארצע אין סאטמאר, אין סאטמאר האט עס געמיינט עקסטרעמע, אין סלאנים איז געווען ווייסע אין שווארצע, און עס האט געמיינט די קאליר פונעם רבי'נס בארד, די ירושלימ'ע סלונים איז געווען די ווייסע, די בני ברק'ע (וואס איז דאן נאך געווען יונג) איז געווען די שווארצע

מתנגדים איז אויך באנוצט געווארן אין סאטמאר, די ערשטע יארן פונעם ברך משה, אויף די קעגנערס, די רביצין'ס מענטשן, ביז זיי האבן געעפנט די מוסד "בני יואל" וואס דאן האבן זיי אדאפטירט דעם נאמען אלס אידענטיפיקאציע.
פורים קטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:23 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

Re: מורדים, מתנגדים, טאליבאנער, נדחים, שווארצע, באטשיס

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך מאי 29, 2019 9:47 am

דאכט זיך דעם ברך משה'ס מתנגדים פלעגט מען רופן די 'שונאים'.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 621
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך מייןמהלך » מיטוואך מאי 29, 2019 10:20 am

אין געוויסע פלעצער,פלעגט מען אט די חברה רופן, "קארטשירנער'ס"...
מייןמהלך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2019 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 29, 2019 11:22 am

פורים קטן האט געשריבן: אין סלאנים איז געווען ווייסע אין שווארצע, און עס האט געמיינט די קאליר פונעם רבי'נס בארד, די ירושלימ'ע סלונים איז געווען די ווייסע, די בני ברק'ע (וואס איז דאן נאך געווען יונג) איז געווען די שווארצע

לויט וואו איך האב געהערט האט די נתיבות שלום אמאל געהאלטן א דרשה, אז איינער וואס שטעלט זיך נישט צו צו די סדרי הישיבה (עפעס אזוי) איז "פארשווארצט". אין יענע תקופה האבן זיי זיך געהויבן די קעפ, האט מען ארויפגעלייגט אויף זיי דעם נאמען, די נאמען ווייסע איז שוין שפעטער נאכגעקומען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מיטוואך מאי 29, 2019 9:35 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

טאליבאן

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך מאי 29, 2019 11:23 am

ווי ווערט איצטערט פארמירט טאליבאן ?
שמחהלע קאפשטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך מאי 29, 2019 11:57 am

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ווי ווערט איצטערט פארמירט טאליבאן ?

כ'מיין אין בעלעד
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2058
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1802 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מאי 29, 2019 2:50 pm

שונאים און מחבלים זענען די צוויי זייטן אין פונוביז'ע מחלוקה
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2062
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1278 מאל

הודעהדורך אברך משי » מיטוואך מאי 29, 2019 6:27 pm

איך האב אויך געמיינט אז סלאנים האט צוטוהן מיט'ן קאליר פון די בארד, אבער שמעתי פון אינעווייניגערס אז ס'איז געווען "שווארץ" מלשון בזיון וכדברי רביה"ק.

סיקריקים - עקסטרעמיסטן און קנאים אין ירושלים

אויך קען מען צולייגן בדרך צחות:

ילדי צרפת - גוטע פריינט
בלומינגבערג - די פארלאזטע
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 359 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 30, 2019 1:02 am

ארונים
זלונים
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2507
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3916 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2620 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:24 pm

קרעציגער - אזוי האט האט דער ברך משה אנגערופען די 'בני יואל'.
פגום - נאך א געוויסע שאנד נאמען וועלעכע מ'האט גערופן בשעתו ר' אברהם לייטנער און זיינע אנהענגער
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1766 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:51 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:קרעציגער - אזוי האט האט דער ברך משה אנגערופען די 'בני יואל'.
פגום - נאך א געוויסע שאנד נאמען וועלעכע מ'האט גערופן בשעתו ר' אברהם לייטנער און זיינע אנהענגער

פון די אנדערע האבן מיר שוין גענוג געהערט, אפשר קומסטו אריין מיט אינפארמאציע בנוגע די טאליבאן?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: אוהב ספרים און 4 געסט