בלאט 1 פון 1

ענדליך א מלחמה אין סאטמאר! שהחיינו וקימנו והגיענו !

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 12, 2019 3:34 pm
דורך ימים ידברו
נאך צוואנציג יאר פון יענע סדר נאכט אינטער די שאטען פון אזוי געריפענע עפעל סיידער.. וואס האט צושטורמעט טויזענטער אידען ... רבנים ותלמידהון מראשי קהלה מאהבה מוסתרת הקרובים והרחוקים, מלחמות ומחלוקת הלבנת פנים בתי דינים וערכאות של עכו"ם ומסירות ומלשינות פעמלי קוארט גזלנים וחמסנים בתי חיים און שילען בניני מוסדות און קעמפס מולטי ביליאן דאלערס אויף פראפערטי בכל קצוי תבל וואס מ'שלאגט זיך און מפלינדערט, אלטע אידען זענען שוין געשטארבען שוויגער'ס זענען צוקריגט מיט שנירען ברידער'ס און שוועסטערס, מיטעל יעריגע רואיגע אידען וואס שווימען אין פלארידע זענען פארשוועמט און געשטארבען מיט מתות משינות! נאך צוואנציג יאר מחלוקת עד לב השמים ווי האט רח"א גראס געווארענט עס ברענט א פייער הונדרעטער וועט עס נעמען צו לעשען! יא יא שוין דורעך א צוואנציגער, יא נישט הונדרעט, אבער יא א פערטעל יאר הונדרעט, און עס איז שוין עטוואס ראויגער, די אלטע היץ קעפ האבן זיך שוין בארויגט האבען שוין אייגענע דאגה'ס אייגענע פראבלעמם ווייסען שוין אויכעט ס'נישט פונקט אזוי ער איז נישט אזא ת"ח ער איז נישט אזא עם הארץ די געשריבענע ווארט איז נישט תורת לאקשען..
ענדליך א הארת פנים.... וואס איז נייעס האסט נישט געהערט ? סשוין ווייטער לעבעדיג.. וואס הייסט משלאגט זיך אין סאטמאר! וואס ווי? און וועליכע שטאט? וועליכע סאטמאר? וואס הייסט אין די וויגעלע אין בני ברק? ניין אין ווילאמסבורג יא וואס די ווייסט נישט נעילת החג כזעה די ווייסט נישט וואס טוט זיך ? כהאב געמיינט ביסט א אלץ ווייסער? אייזיק דאסקאל מיט מואל ראמפויט זענען טויט צוקריגט מהאט נישט באגלייט אויף בעדפארד עוווניוא אה ממש החייתינו סלכאורה א חיים הערש מיט א יעקב בער פייט ווער איז מיט וועם?
ממש אזוי זעהט אויס אין די אורינישע לאגער און די זעלבעע צייט ווען ביי זיי איז תוהו ובהו מיט משפחת מייזליש פארסאמאקען זיך מיט א ערענסטע מלחמה און ראדני- נעבאך

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 12, 2019 5:25 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ברוך השם נישט ביי אידן !!!

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 12, 2019 8:48 pm
דורך איסר האטלקי
איינער קען טרענסלעיטן דעם ארטיקל אויף אידיש?

הודעהפורסם: דאנערשטאג יוני 13, 2019 8:43 am
דורך אוהב ספרים
איסר האטלקי האט געשריבן:איינער קען טרענסלעיטן דעם ארטיקל אויף אידיש?


קענסט דו מעשה מיט די קאנטאניסטען וואס האבין נישט געקענט דאווענען, האבן זיי געזאגט די אל"ף בי"ת, נאכדעם האבן זיי געזאגט רבונו של עולם נעם די אותיות און זיי דאס מצרף צו ווערטער פון דאווענען וכו'.

נעם די אותיות און זיי דאס מצרף כרצונך.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יוני 13, 2019 8:41 pm
דורך דולה ומשקה
ווארטס נאר אויף גוטע נייעס, א ריכטיגע שהחיינו וקימנו והגיענו... אויף אזא מושג ווי...

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר בני ברק שליט"א

ער האט גענונג א גרויסע חלק אז אויב מאכט ער שבת פאר זוך, קען איהם קיינער נישט אפשטעלן, ער האט גענונג א גרויסע עולם וואס שטייט אונטער איהם, יא סאך מער ווי הרב כ"ץ, אלע אנדערע נעמען (ליין: טייטלבוים, וכיוצ"ב) איז נישט אינטרעסאנט וויבאלד זיי וואוינען סיי ווי נישט אין בני ברק. פלוצלינג וועט געלט אנהייבן רינען, עס וועט נישט נעמען לאנג ביז ער וועט האבן א אייגענע גרויסע בית המדרש.

חלומות? עס איז סאך נעהנטער צו דער מציאות, אדרבה פלענער ווערן געפארעמט און אויסגעארבעט דורך ידידיו מערציו וחסידיו בשעת די ווערטער ווערטער ווערן געקלאפט, אויב מהר"א גיבט דעם לעצטן קלאפ מיטן האמערל אז מייזליש איז דערנאך. ער וועט האבן סאך א גרעסערע קאפ וויי ווען אין בני ברק וואוינט נאך א סאטמאר רבי.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יוני 13, 2019 8:55 pm
דורך איסר האטלקי
פארוואס נישט האדמו"ר מסאטמאר ארה"ק שליט"א?

Re: ענדליך א מלחמה אין סאטמאר! שהחיינו וקימנו והגיענו !

הודעהפורסם: פרייטאג יוני 14, 2019 12:58 am
דורך אונטער חכם
וואס איז טאקע געווען די מעשה ביים באגלייטן מוצאי שבועות?
מען האט צוגעשטעלט א שירים ושיעורים דארט?

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 19, 2019 3:22 pm
דורך רעדנער
איך ווייס נישט קיין סאך ועגן דער נייער פאליטיק, אבער איין זאך ווייס איך,סאטמער האט עס גאר וויכטיג געדארפט...נאך די אלע כניסים, פראטעסטן, קאמפיינס, און די אלע נארישער,נעבעכדיגער,פאליטיקס,איז שוין הויעך צייט פאר עפעס נארמאל זיך צו שלאגן אויף...לאמיר האפן עס זאל נאר זיין פאן,און נישט חלילה עפעס ערגער...

הודעהפורסם: דאנערשטאג יוני 20, 2019 11:51 pm
דורך איש חזון
וואס קען זיין ערגער פון פאן?