מען דארף זיך טיילן מיט אנדערע אויך והמסתעף!!!

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

מען דארף זיך טיילן מיט אנדערע אויך והמסתעף!!!

הודעהדורך האפענונג » פרייטאג יוני 14, 2019 1:50 pm

איך בין נישט קיין שרייבער אבער מען ווערט אמאל א שרייבער אויב מען האט עפעס א (באב'נס באבן אריין) עניין, צו שרייבן.

עס איז שוין געקומען די צייט וואס איינער פון ערגעץ א ווינקל זאל קומען און דערציילן אזא צוטראגענעם פאלגענדע ענין, וואס ער האט צו זאגן. עס רעדט זיך פון א שטענדיגע זאך טאג טעגליך און לאו-דוקא עפעס א ספעציעלע חידוש:


מען דארף וויסן אז אין א חסידות, איז אויך דא 'אִיגוֹ' אינווָאלְווד. מען דארף וויסן אז צו זאגן אז "איך בין א בעלזער" אדער "איך בין א ברסלבר" און אזוי ווייטער, איז אויך מעגליך אז ס'איז אריין געמושט גאוה אין עס.

(ס'קען טאקע זיין קאלירפאל, עכ"פ אהנגיין גייט עס אהן סיי ביי אנשים בינונים פונעם קרייז און סיי ביי די נעבעכ'דיגע). אויב איינער איז א נעבעך פון די קרייז וואו ער איז, און האלט נאך אהן די אויבנדערמאנטער 'איך' (-יעך) אויף זיך, דעמאלט איז ער א נעבעך - צוויי זייטיג. איינס, אז ער הייסט א נעבעך פון אנדערע, צווייט'ס, אז ער איז א נעבעך פון זיין אייגענע נישט ריאליסטיק'קייט פון זיין מצב (וואס איז אויכעט א פארעם פון גאוה).

א נעבעך פון א קרייז דארף/מעג זיך האלטן אן אינדרויסנדיגער - צו בגוף - צו בנפש, און ממילא מעג, אוועק מאכן די קרייז צו מיטן מויל, צו מיטן נפש, - ער איז סייווי א נעבעך (און נאך דערצו די גאוה אינוואלווד ווי דערמאנט). אקעי?!

יעצט. אויב די נעבעך אין די קרייז איז זיך מכניע, און האלט זיך פאר א אינדרויסנדיגער און זאגט נישט דער גרויסער אויבנדערמאנטער "איך", דעמאלט איז עס ראוי צו ערווארטן א הכנעה פונעם - צד שכנגד אויכעט. ניין?!

די העכערע מענטשן פונעם קרייז (די הויכגעשעצטער'ס) זאלן פאר דיע גרונט שיינערהייט דערנידערן זייערע כוחי ועוצם ידי'דיגע פאהן (-דגל) פון די חסידות וכדו', אויף אביסל א נידעריגער שטאפל, און זיך צוקוקן ווי די אייגענע אימפעריע ווערט איינגעשרומפן, און עס רוהיז ארויס אהטעמען!!

מען טוהט און מען טוהט און מען טוהט און מען טוהט? לאזט מיר אויך זעען צו מען קען טוהן למען - עכטע אהבת ישראל, אויך גרויסע צולייגערס. - זיך טיילן בנפש אויך, צו געבן גוט-פיהלונג'ס פאר'ן נעבעכדיגע [זיך דערנענטערן צו זיי בנפש], און נישט נאר אין קמחא דפסחא'סן וכדו'.
ס'וועט שוין אין איין וועג'ס אויך ווערן גערעכנט ווי מען טיילט זיך מיט די - זיין אונטער טעראפי. טעראפי וועלכע צו וואו מען שיקט דעם יחיד'ל דער נעבעך, און טעראפי פארן כלל, אראפ צו נידערן די איגו די מעכטיגס. די כלל זאל זיך אויכעט צוזאמען מיטשענען מיט אזאנע טעראפי וואס ס'איז שווער. - אָטִטי דאס הייסט אז מען טיילט זיך איין בשווה סיי בגוף און סיי בנפש, אין א קרייז.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך האפענונג אום מאנטאג יוני 17, 2019 11:35 am, רעדאגירט געווארן 6 מאל בסך הכל.
האפענונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 23, 2019 11:43 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

דאס וואס קיינער אנקפלעקט נישט

הודעהדורך האפענונג » זונטאג יוני 16, 2019 3:00 pm

(שערי קדושה לר' חיים וויטל חלק ב' שער ב') אמר אבא אליהו ז"ל: מעיד אני עלי שמים וארץ - בין איש בין אשה, בין גוי בין ישראל, בין עבד בין שפחה, הכל לפי מעשיו של אדם רוח הקודש שורה עליו. ע"כ
האפענונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 23, 2019 11:43 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך האפענונג » דינסטאג יוני 18, 2019 2:43 pm

אנשטאט סאטמער זאלן זיך באגענינגען מיט זייערע מעלה וואס זיי עררייכן אז די מהות החסידות זייערע איז (מתוך וואס די רבי האט זיך עקספרעסט "נשתכחה...") געווארן דעגריידירט צו מער א פארטיי'עישע שטאפל, איז עס אזוי געווארן אז מתוך די טבע'דיגער קנאת איש מרעהו האבן זיי מקנא געוועזן בעלזא מיט זייערע גוטע אויפגעבויעטע אימפעריע, [פסיכולוגיש, מאדערייז'ד - מוצלח'דיגע...] סיסטעם, און אריין געברענגט כוחות פון פסיכולוגי-ה כדי עס צו נאכמאכן, אויפבויען און פארפעשעווען, בשעת פאהרפעלן די פוינט פון זיך טיילן מיט אנדערע בנפש מיט יעדן (ווי דערמאנט) - און באמערקן אז דאס בלייבן דעגריידירט אדער פאר'פַּארעוועט, ברענגט מער אהבת ישראל און גוטע פיהלונגען צו די געמיינדע פון די קרייז אין די אונטערפלַאך פון די הערצער, ווי ווען דער דגל(-פאהן) איז שטארק דערהויעכט.
האפענונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 23, 2019 11:43 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט