בלאט 1 פון 1

די קאמישנער אויף חינוך אין ניו יארק רעזגנירט!

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 15, 2019 9:03 pm
דורך ימים ידברו
עס קימט אריין די גינסטיגע נייעס אז די קעמישנאר פון עדיזשקעשאן אין ניו יארק רבתי האט אויסגעריפען היינט איר רעזיגנאציע! און זי וועט פארלאזען איר אמט סוף אויגעסט למספרם עס איז כוואליע פון פרייד פאר די טויזענטער אידיע און להבדיל גוים וואס זענען געווען טיף באזארגט אויף אירע ווילגע אינטערנעמונג צו איבערמאכען און זיך אריינמישען אין די חינוך פון עמלינו אלו הבנים געזיכט צופרידענשטעלן די עוקרי הדת ליבראלע וואס זיכען אויסצורייסען דדי אור אלטע חינוך מאבותינו ורבותינו, ב"ה אז פון אט די צרה לייט זענען מיר פטור געווארען כן יאבדו כל אויבך ד' !
מיט א הייסע תפלה זענען מיר מעתיר בתפלה לפני קל כביר אז די נייע מיניסטער זאל פארשטייט דעם אל תגעו במשיחי און נישט חס ושלום וועלען פאראנדערשטען און נישט חס ושלום אפי' בעסער מאכען נאר אזוי ווי מיר האבען מקבל געווען ממשה מסיני ולד' הישועה

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 15, 2019 10:41 pm
דורך שמעקעדיג
ימים ידברו האט געשריבן: נאר אזוי ווי מיר האבען מקבל געווען ממשה מסיני

ביסט זיכער אז דו ווילסט טאקע די חינוך נאר אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען ממשה מסיני?

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 16, 2019 6:08 pm
דורך calculator
שמעקעדיג האט געשריבן:
ימים ידברו האט געשריבן: נאר אזוי ווי מיר האבען מקבל געווען ממשה מסיני

ביסט זיכער אז דו ווילסט טאקע די חינוך נאר אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען ממשה מסיני?



וועגן דעם האט ער עס געשטעלט אין "צימעס"