די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב

הודעהדורך הנוי והנצח » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:06 am

אנאליז: זה לעומת זה עשה אלקים

א בליק איבער די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב
ווי אויך פון די דעמאקראטישע ליבעראלן און חצר אני שלום 45


1#. פרעזידענט טראמפ האט אן אגענדע פון "אמעריקע ערשט", ער לאכט און פייפט אויף די גאנצע וועלט. ער טוט וואס איז גוט פאר אמעריקא, נישט פאר די וועלט.
לעומתו, האדמו"ר מבאבוב האט אן אגענדע פון באבוב און בני קהילתו ערשט, ער וועט זיך זארגן פאר זייערע געברויכן, און ס'גייט אים נישט אהן וואס די "וועלט" האלט.

2#. אין דער אלגעמיינע וועלט האט מען נישט ליב פרעזידענט טראמפ. "איך ארבעט פאר אמעריקע, נישט פאר די וועלט, וועגן דעם האט מען מיך פיינט", טענה'ט טראמפ.
לעומתו, אין דער אלגעמיינע גאס האט מען נישט ליב קהילת באבוב און זייער רבי. ס'איז זייער פשוט, זאגן באבובער חסידים: דער רב ארבעט פאר אונזער אינטערעסן, נישט פאר די וועלט, אוודאי גלייכט מען אים נישט.

3#. די ליבעראלע מידיא פירט אהן א פראפאגאנדע מאשין אראפצורייסן פרעזידענט טראמפ ווי נאר מעגליך, זיי הערן נישט אויף מיט די העצע קעגן אן אמעריקאנער פירער.
לעומתם, חצר אני שלום 45 פירט אהן מיט א מאסיווע פראפאגאנדע אפאראט, פארשלייערט אונטער מכון'ס און מערכת'ן, מיט צענדליגע פאשקווילן מיט שמוץ קעגן באבוב. זיי הערן נישט אויף מיט די העצע קעגן א קהילה קדושה בישראל.

4#. די לינקע מידיא טענה'ט כסדר אז פרעזידענט טראמפ האט נישט קיין שטיצע ביים פאלק. זיי קומען ארויס מיט שלעכטע אנקעטעס, אנווייזענדיג ווי קליין דער טראמפ באזע איז, ער קען זיכער נישט געווינען ביי די וואלן, שרייען זיי מיט שנאה.
לעומתם, חצר אני שלום 45 האלט אין איין פארפירן אז רוב קהילת באבוב האלט מיט זיי, און אז האדמו"ר מבאבוב שליט"א האט נישט קיין שום שטיצע ביים ציבור. אונז האבן באהאלטענע אנקעטעס, ווי דער רוב איז קלאר מיט אונז, ווייזן זיי אהן.

5#. עס קומט ענדליך אהן דעם וואל טאג. פרעזידענט טראמפ האלט אפ א מאסיווע זיג, שאקירענדיג זיינע פאליטישע שונאים, און צייגט דעם אמת ווער ס'האט די שטיצע פון פאלק און ווער נישט.
לעומתו, קהילת באבוב האלט אפ וואלן, און באבוב גייט ארויס א גרויסע זיגער, 70%-30%, מען זעהט קלאר אז באבובער רב שליט"א האט די שטיצע און הערצה פון רוב מנין ובנין פונעם באבובער קהילה.

6#. די ליבעראלן הערן אבער נישט אויף מיט זייערע מיאו'סע שטיק. זיי פרובירן אונטערצוגראבן דעם פרעזידענט ווי ווייט מעגליך, און שלעפן אים אין געריכט מיט אלע מיני טענות, ער גנב'ט פון די רעגירונג קאסע געלט צו בויען א וואנט וכו'.
לעומתם, חצר אני שלום 45 געבט נישט אויף דעם קאמף. מען לויפט אין די געריכטן (קודם די גוי'שע..) מיט בייזוויליגע טענות און מסירות קעגן באבוב. זיי גנבנ'ן נכסי ציבור וואס באלאנגט פאר אונז, זיי האבן נישט די רעכט זיך צו רופן באבוב וכדו', העצן זיי.

7#. דער העכסטע געריכט געבט גערעכט פארן פרעזידענט, ער מעג נוצן פעדעראלע געלטער פאר זיינע פראיעקטן, זיי ווארפן ארויס אלע טענות פון די דעמאקראטן וכת דילהון, זאגנדיג אז דער פרעזידענט איז דער פולשטענדיגער בעה"ב.
לעומתם, דער בי"ד געבט ארויס דעם פסק דין לטובת באבוב, זיי זענען די ריכטיגע יורשים אויף די נכסי הקהלה, און דער נאמען באבוב איז אויסשליסליך פאר זיי, עס איז דא איין באבובער מנהיג ולאורו נסע ונלך.

8#. זינט טראמפ איז ערוועלט געווארן און די דעמקראטן האבן געהאט א ביטערן פארלוסט, קענען זיי נישט קומען צו זיך, זיי שרייען און שעלטן אז ער איז נישט קיין לעגיטימע פירער, מיט זינלאזע און פאלשע טענות, רוסלאנד האט אים געהאלפן, ער איז אונטערגעקויפט דורך פוטין, אבי נישט אראפצושלינגען דעם געווינס.
לעומתם, זינט באבוב האט געווינען די ד"ת, פירן די אנשי אני שלום א מערכה אראפצורייסן די גאנצע זאך, עס איז נישט געווען קיין לעגיטימע פסק, די דיינים זענען געווען אונטערגעקויפט מיט שוחד, זעלטענרייך האט געהאלפן, זיי בונטעווען און קענען נישט אראפשלינגען דעם געווינס בשום אופן.

9#. אנשטאט זיך צו לערנען פון זייער דורכפאל און אנגיין מיטן לעבן, גייען די ליבעראלן ארום מיט האס און שנאה אויף יעדער וואס איז א טראמפ שטיצער, זיי אטאקירן מענטשן מיט אלע געמיינע לשונות, און טוען גארנישט צו פארבעסערן דער מצב פון זייערע שטיצער. זיי זוכן נאר אראפצוקלאפן טראמפ, נישט זיך אליינס אויפצובויען.
לעומתם, אנשטאט זיך צו לערנען פון זייערע דורכפעלער און אנגיין מיטן לעבן, גייען די אנשי 45 ארום מיט האס און שנאה לכל אשר בשם באבוב יכונה, זיי אטאקירן און זידלען מיט די ערגסטע לשונות, מען זוכט מיט אלע מיטלען אונטערצוברענגען דעם צד שכנגד ווי איידער זיך אליין בויען און פארבעסערן די מצב פון זייער קהילה.

10#. זינט טראמפ האט איבערגענומען די לייצעס, האט ער פולשטענדיג פארבעסערט די צושטאנד אין אמעריקא, געשאפן מער דשאבס, און געשניטן רעגולאציעס, ער זוכט נישט נאכצוטאנצן וועלט פירער, נאר טוט וואס איז ריכטיג און צו דער זאך, ער ווערט נישט נתפעל וואס יענער טראכט.
לעומתו, זינט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט איבערגענומען די הנהגה, האט ער דראמאטיש פארבעסערט דעם צושטאנד פון די קהלה, אויפגעשטעלט א נעץ פון מוסדות מיט איבערגעגעבענע מחנכים, געבויט צענדליגע נייע בנינים, און געשאפן גרויסע סכומים פאר די צדקה קאסעס פון זיין קהילה. דער קרן התורה והתפלה איז נתרומם געווארן אויף אן אומגלויבליכן פארנעם, ער מאנט כסדר פון זיינע חסידים זיך צו פארבעסערן ברוחניות, און פירט געטריי זיין קהלה בדרך שסלל אביו הקדוש זי"ע. ער טוט נישט נאך אנדערע מנהיגים, ער טוט וואס איז ריכטיג לפי צורך השעה, און די הצלחה זעהט זיך אהן על כל צעד ושעל.

צום שלוס:

ווי פאסיג איז צוצולייגן דעם מאמר השגור בפי אנשי טראמפ:
The Silent Majority Stands With Trump!
וגם לדידן ייאמר:
The Silent Majority Stands With Bobov!
הנוי והנצח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב

הודעהדורך moneyminded » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:17 am

וואס ווילסטו און וואס וויל ער ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב

הודעהדורך 65th » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 6:12 am

אויב 48 דארף זיך פארענפרן פאר די וועלט אין שרייבן אזא גרויסע ארטיקל פיל מיט ליגנטס נאך אזוי פיל יאהרן.....זעהט שוין יעדער איינר ווי ביטער אין שלעכט 48 שטייט....


Sent from my iPhone using Tapatalk
65th
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2016 4:51 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:11 am

האסט געמאכט א גיטע ארבעט!!!!!
יישר כח באשעפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 28, 2019 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:18 am

אמת יעדע ווארט וואס איר שרייבט איך בין גראדע א פרעמדע אין ביי מיר איז באבוב א הערליכע חסידות איך קוק שטארק ארויף אין איך בין מחשיב די רבי שליט"א אין זיינע חסידים זייט די היינטיגע רבי האט איבערגענימען איז זיך באבוב גאר שטארק צווואקסען אויף א ריזן פארנעם נישט קיין שום ספק אז ענק זענען די עכטע באבוב אין אייער רבי איז די ריכטיגע יורש

די בני קרח האבן אויך געהאלטן אז פאר זיי קומט זיך די הנהגה איז אנשטאט שרייבען אני שלום 45 וואלט געווען מער פאסיג פאר אזא נידריגע קהילה מיט זייער נידריגע מנהיג דאס ווארט " בני קרח 45 "
יישר כח באשעפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 28, 2019 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:08 am

יישר כח באשעפער האט געשריבן:איך בין גראדע א פרעמדע... ענק זענען די עכטע באבוב

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:29 pm

פיין געשריבן, איך האב שוין לאנג געהאלטן אז ער איז דער אידישער טראמפ.

אבער די 45 טאקטיקן וואס ווערט דערמאנט איז פון 10 יאר צוריק און האט שוין לאנג אויסגעוועפט, יעדער ווייסט היינט וואו די רוב שטייט און קיינער נארט זיך נישט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך הנוי והנצח » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 3:18 pm

65th האט געשריבן:אויב 48 דארף זיך פארענפרן פאר די וועלט אין שרייבן אזא גרויסע ארטיקל פיל מיט ליגנטס נאך אזוי פיל יאהרן.....זעהט שוין יעדער איינר ווי ביטער אין שלעכט 48 שטייט....


Sent from my iPhone using Tapatalk

זינט ווען איז דאס "פארענטפערן"? קיינער האט מיר נישט געפרעגט קיין הארבע שאלות. דאס איז א בליק פון א יחיד, און ס'איז גראדע גאנץ אקוראט. האסט מיר אבער נישט מסביר געווען די "פילע ליגנטס" וואס עס שטייט.
.I did my homework before
קום אריין קלאר. :roll:
הנוי והנצח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 3:43 pm

אלעס גוט און וואויל אבער וואס איז יעצט גישעהן? וואס האסטו זיך אויפגיוועקט דינסטאג פרשת דברים אינמיטן די ניין טעג מיט א שיינע זון אינדרויסן אפשרייבן די ארטיקל?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1286 מאל

הודעהדורך הנוי והנצח » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:48 pm

לית דין בר נש האט געשריבן:אלעס גוט און וואויל אבער וואס איז יעצט גישעהן? וואס האסטו זיך אויפגיוועקט דינסטאג פרשת דברים אינמיטן די ניין טעג מיט א שיינע זון אינדרויסן אפשרייבן די ארטיקל?

זייער פשוט. די מעשה פון טראמפ און די געריכטן איז געשעהן אפאר וואכן צוריק, ווען די סופרים קאורט האט געאורטיילט לטובת טראמפ. אמת אז די באבובער מעשה איז שוין עלטער, אבער טראמפ איז קוים אין אפיס צוויי און א האלב יאר, מען פאנגט ערשט יעצט אהן זעהן די ענליכקייטן.
אגב, פון די רעאקציעס זעהט מען איך בין גערעכט געווען אז The "silent" majority stands with Bobov, ווייל די "הויכע" מאיראיטעט דא קענען נישט דערליידן באבוב. א נחת צו זעהן!!
הנוי והנצח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:00 pm

טראמפ ער איז 45סטער פרעזידענט סוי ער איז ענדערש פאר 45
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2058
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1802 מאל

Re: די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב

הודעהדורך גראף » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 6:47 pm

גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 850
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 667 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

Re: די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 6:55 pm

הייסטע'ס , אויב איך בין אנטי טראמפ דארף איך זיין א פינעף און פערציגער?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:14 pm

גראדע טראמפ'ס אידישער איידעם הרב קושנער איז שוין דורי דורות באבוב 48
זיין עלטער זיידע איז נאך געפארן צום ערשטען 48 רבי
שמחהלע קאפשטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:32 pm

איך בין טאקע מסכים צו דער ענליכקייט צווישען די צוויי, אחוץ צוויי נקודות. לכאורה קען טראמפ בעסער לערנען, און זיין מדות זענען מער אויסגעלויטערט (און איך וואלט געזאגט אז זיין בארד איז שענער און ער טאנצט הקפות שענער). אחוץ דעם בין איך מסכים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3001 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8059 מאל

הודעהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:38 pm

מען זעט פין די תגובות דא ווייטאג אין פארביסענקייט פין בני קרח 45
באבוב איז א שיינע קהילה מיט גאר א חושבע מנהיג
יישר כח באשעפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 28, 2019 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:40 pm

נישט יעדע זאך דארף מען אוועקמאכן ער האט גראדע געמאכט א פיינע ארבעט
יישר כח באשעפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 28, 2019 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:54 pm

הנוי והנצח האט געשריבן:אגב, פון די רעאקציעס זעהט מען איך בין גערעכט געווען אז The "silent" majority stands with Bobov, ווייל די "הויכע" מאיראיטעט דא קענען נישט דערליידן באבוב. א נחת צו זעהן!!
פשוט אלץ דלא לימרו אינשי מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו וועל איך דיר מגלה זיין א סוד, רובא דרובא עולם קען ביידע חצרות פון בעיביס נישט דערליידן, דיין חצר האט מען עקסטער פיינט ווייל זיי מיט זייער באבובע בעיבישקייט פאקן זיי איין די 45ער ברבי רבבות פעמים, און טאקע דערפאר זענען ענק די עכטע באבוב, ווייל ענק זענען די עכטע בעיביס. מאותו סיבה פארוואס רעבארן האט מען מער פיינט פון זלמן לייב, און ר' מענדעלע האט מען מער פיינט פון ר' ישראל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:51 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:גראדע טראמפ'ס אידישער איידעם הרב קושנער איז שוין דורי דורות באבוב 48
זיין עלטער זיידע איז נאך געפארן צום ערשטען 48 רבי

דו מישט אויס מיט סקאליע 48.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

Re: די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב

הודעהדורך moneyminded » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:06 am

היסטארי
א קידוש השם אין די ניין טעג , ביידע רביס האבן אינטערגעשריבן אויף איין צעטל בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך moneyminded אום מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:42 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב

הודעהדורך moneyminded » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:07 am

יישר כח באשעפער האט געשריבן:נישט יעדע זאך דארף מען אוועקמאכן ער האט גראדע געמאכט א פיינע ארבעט
ביזט גערעכט , נא פארוואס דארפסטו אוועקמאכן באבוב 45 ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך הנוי והנצח » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:07 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הנוי והנצח האט געשריבן:אגב, פון די רעאקציעס זעהט מען איך בין גערעכט געווען אז The "silent" majority stands with Bobov, ווייל די "הויכע" מאיראיטעט דא קענען נישט דערליידן באבוב. א נחת צו זעהן!!
רובא דרובא עולם קען ביידע חצרות פון בעיביס נישט דערליידן, דיין חצר האט מען עקסטער פיינט ווייל זיי מיט זייער באבובע בעיבישקייט פאקן זיי איין די 45ער ברבי רבבות פעמים, און טאקע דערפאר זענען ענק די עכטע באבוב, ווייל ענק זענען די עכטע בעיביס.

איך האב נאר איין הערה. די זעלבע שונאים וואס האקן היינט אויף באבוב מיט כל מיני אטאקעס, זיי זענען די זעלבע וואס האבן געשימפט אויף באבוב בימי הגה"ק מהר"ש זצ"ל, די גאס געדענקט שוין נישט די פילע העצערייען וואס מען האט גערעדט אויפן רב ז"ל, ער איז מאדערן און צוגעפיצט, ער פירט איין נייע מנהגים, וכדו'. ס'איז אייביג געווען א שנאה צו באבוב ביי די אלגעמיינע גאס, אנגעפאנגען בימי הקדושת ציון זי"ע וואס האט געמאכט א מהפיכה אין די וועלט פון חסידות, אים האבן רוב פון די חסידי'שע גאס נישט געקענט דערליידן. אין כל חדש תחת השמש.

היינט זעהט מען שוין אבער ווי גרויס רבינו זצ"ל איז געווען, און וואס ער האט אויפגעטאהן, בשעת וואס פון די שונאים איז נישט געבליבן קיין זכר. מען דארף נישט זיין קיין נאר צו קענען די גדלות פון באבובער רב שליט"א, און יעדער וואס קען אים גוט ווייסט דאס. ער איז א ריזיגע מנהיג בישראל וואס די חסידי'שע וועלט געניסט, אריינגערעכנט זיינע תורות און שמועסן, ועוד ועוד. שונאים האט ער גע'ירשנ'ט פון זיין טאטן זצ"ל, און אדרבה דאס ווייזט נאר אויף זיין הצלחה און סוקסעס, און די הערצה וואס ער האט פון זיינע חסידים.

די גרעסטע ראיה אז באבוב איז א הערליכע און איידעלע קהלה, איז פון דעם וואס מען ערלויבט זיך צו העצן און זידלען אויף א קהלה קדושה בישראל, וויבאלד מען ווייסט אז באבוב וועט נישט רעספאנדען, זיי וועלן נישט ארויסקומען מיט פאשקעווילן צו באשמוצן די יעניגע, אנדערש ווי די כת 45 וואס וועלן באשמוצן און דרוקן פאשקעווילן אויף יעדן וואס זיי שמעקט. דער באבובער דרך איז געווען צו שווייגן און נישט נתפעל צו ווערן פון די גאס, און ס'צאלט זיך אויס.

געדענקט, אין צענדליגער יארן ארום וועט מען נאך רעדן פון באבובער רב און די אנדערע מנהיגי הדור שליט"א, אבער פון די אלע גאסן יונגען אין קאווע שטיבעל וועט קיינער נישט רעדן, ס'וועט נישט בלייבן קיין זכר פון זיי.
הנוי והנצח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:22 am

יישר כח באשעפער האט געשריבן:נישט יעדע זאך דארף מען אוועקמאכן ער האט גראדע געמאכט א פיינע ארבעט

איך בעט דיר דאס זעלביגע וואס לב טוב האט דיר געבעטן אויף אייוועלט.

דא איז א פארום, ביטע שרייב דאס גאנצע אינהאלט פון דיין מיינונג אין איין תגובה.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

Re: די ענליכקייטן צווישן פרעזידענט טראמפ און קהילת באבוב

הודעהדורך moneyminded » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:35 am

הנוי והנצח האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הנוי והנצח האט געשריבן:אגב, פון די רעאקציעס זעהט מען איך בין גערעכט געווען אז The "silent" majority stands with Bobov, ווייל די "הויכע" מאיראיטעט דא קענען נישט דערליידן באבוב. א נחת צו זעהן!!
רובא דרובא עולם קען ביידע חצרות פון בעיביס נישט דערליידן, דיין חצר האט מען עקסטער פיינט ווייל זיי מיט זייער באבובע בעיבישקייט פאקן זיי איין די 45ער ברבי רבבות פעמים, און טאקע דערפאר זענען ענק די עכטע באבוב, ווייל ענק זענען די עכטע בעיביס.

איך האב נאר איין הערה. די זעלבע שונאים וואס האקן היינט אויף באבוב מיט כל מיני אטאקעס, זיי זענען די זעלבע וואס האבן געשימפט אויף באבוב בימי הגה"ק מהר"ש זצ"ל, די גאס געדענקט שוין נישט די פילע העצערייען וואס מען האט גערעדט אויפן רב ז"ל, ער איז מאדערן און צוגעפיצט, ער פירט איין נייע מנהגים, וכדו'. ס'איז אייביג געווען א שנאה צו באבוב ביי די אלגעמיינע גאס, אנגעפאנגען בימי הקדושת ציון זי"ע וואס האט געמאכט א מהפיכה אין די וועלט פון חסידות, אים האבן רוב פון די חסידי'שע גאס נישט געקענט דערליידן. אין כל חדש תחת השמש.

היינט זעהט מען שוין אבער ווי גרויס רבינו זצ"ל איז געווען, און וואס ער האט אויפגעטאהן, בשעת וואס פון די שונאים איז נישט געבליבן קיין זכר. מען דארף נישט זיין קיין נאר צו קענען די גדלות פון באבובער רב שליט"א, און יעדער וואס קען אים גוט ווייסט דאס. ער איז א ריזיגע מנהיג בישראל וואס די חסידי'שע וועלט געניסט, אריינגערעכנט זיינע תורות און שמועסן, ועוד ועוד. שונאים האט ער גע'ירשנ'ט פון זיין טאטן זצ"ל, און אדרבה דאס ווייזט נאר אויף זיין הצלחה און סוקסעס, און די הערצה וואס ער האט פון זיינע חסידים.

די גרעסטע ראיה אז באבוב איז א הערליכע און איידעלע קהלה, איז פון דעם וואס מען ערלויבט זיך צו העצן און זידלען אויף א קהלה קדושה בישראל, וויבאלד מען ווייסט אז באבוב וועט נישט רעספאנדען, זיי וועלן נישט ארויסקומען מיט פאשקעווילן צו באשמוצן די יעניגע, אנדערש ווי די כת 45 וואס וועלן באשמוצן און דרוקן פאשקעווילן אויף יעדן וואס זיי שמעקט. דער באבובער דרך איז געווען צו שווייגן און נישט נתפעל צו ווערן פון די גאס, און ס'צאלט זיך אויס.

געדענקט, אין צענדליגער יארן ארום וועט מען נאך רעדן פון באבובער רב און די אנדערע מנהיגי הדור שליט"א, אבער פון די אלע גאסן יונגען אין קאווע שטיבעל וועט קיינער נישט רעדן, ס'וועט נישט בלייבן קיין זכר פון זיי.
איך אלס א סאטמארער געבוירענער און פלעג לויפן אסאך צו רבישע טישן צו אלע רביס און נאך היינט גיי איך אסאך , פלעך איך אסאך גיין צו ביידע באבוב'ס ,גראד ווען ביידע זענען געווארן רבי פון אנפאנג, פלעג איך אסאך גיין צו טישן און אנדערע מעמדים ביי ביידע, ביי מיר זענען ביידע פונקט אזוי שיין , אדער ביידע פונקט אזוי נישט שיין , ביידע האבן א שיינע עולם , ביידע האבן א גאר חסידישע חסידים מיטן פולן ברען וואס ברענען ביי א טיש , איך פלעג נאך אסאך גיין צו ר' שלמה'לע זי"ע , איך האב אסאך נאנטע משפחה וואס זענען נאך יארן צוריק און נאך היינט גאר נאנטע באי ביתו ביי ביידע באבוב'ע רביס ,און קען באבוב לכאורה לענגער פון דיר ,איך קען דיר איין זאך זאגן , ביידע שטייען פיין , פעלט נישט גארנישט פאר ביידע , , ביידע זענען פעסט אנערקענט אין די גאס ,ביידע זענען פעסטע חסידות'ן , איך האב מיט געהאלטען פון מיין נאנטע משפחה פאר ר' נפתלטשע איז אוועק ווען קיינער האט נישט געגלייבט אז עס גייט זיין 2 באבוב'ס, אבער אז היתה לגוי, איך געדענק ווי ביידע באבובע פלעגן חוזק מאכן פון ביידע סאטמאר און טרינקען בלוט פון אונז, אז באבוב איז א געביגעלטע חסידות (נאך פאר די בחורים זענען געגאנגען מיט שווארצע זאקן שבת) און מען גייט זיך נישט שלאגן און עס וועט נאר זיין איינס, למעשה ביידע פעלט נישט גארנישט און האט זיך נישט וואס צו שעמען , און פרובירן זיך מחזק צו זיין אז אין סאטמאר שלאגט מען זיך אויך, גראדע איין זאך פארוואס באבוב איז אנדערש און באבוב48 האט פארלוירן די מאמענטום ביים עולם איז ווען באבוב48 האט נישט געלאזט באבוב 45 זיך רופן באבוב , וואס דאס איז נאכנישט געהערט געווארן ביז אהער ביי קיין איין חסידות ,און זיי זענען געווארן גוט אראפגעקוקט ביי המון עם אויפן גאס , יא ביזט גערעכט ווי די שרייבסט אז זיי זענען געווארן מיר ווי א קולט און פרובירן זיך אויסצושליסן פון די פרעמדע גאס אבער אין די זעלבע צייט האבן זיי פארלוירן די מאמענטום און די ארויפגעקוקט קייט וואס זיי האבן געהאט ווי די איידעלע באבוב , נאר זיי הייסן שלעגערס פונקט ווי וויזשניץ,בעלז ,ספינקא,סאטמאר , און אלע וואס האבן זיך געשלאגן
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך יישר כח באשעפער » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 7:45 am

moneyminded האט געשריבן:היסטארי
א קידוש השם אין די ניין טעג , ביידע רביס האבן אינטערגעשריבן אויף איין צעטל בילד

קום אריין מיט מער פרטים איז עס אמת ?
יישר כח באשעפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 28, 2019 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט