פרשת מענדעל וועכטער

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

פרשת מענדעל וועכטער

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:51 am

קען איינער באשרייבן פונקטליך וואס איז דאס פרשת ר' מענדל וועכטער? שוין פון אלץ קינד ליגט מיר די נאמען אין קאפ. "ער איז געווארן א ליבאוויטשער", דאס איז אלעס וואס איך ווייס.
איך דענק אז ס'האט זיך געטוהן לעבעדיג יענע צייטן.

פונקטליכע דעטאלן (מיט רעספעקט) זענען אפרישיעטעט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך משכיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:14 am

מען האט דאמאלט אפגעשוירען די בארד פון ר' פנחס קארף וואס פלעג קומען קיין ווילי לערנען חסידות מיט דעם ר' מענדל וחביריו, און דער לובאוויטשער רבי האט געזאגט דעמאלט שארפע רייד, ואידך זיל גמור,
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:32 am

א דאנק.
יעצט ווייסיך מער אז איך ווייס נישט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך gehlungen » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 8:42 am

משכיל האט געשריבן:מען האט דאמאלט אפגעשוירען די בארד פון ר' פנחס קארף וואס פלעג קומען קיין ווילי לערנען חסידות מיט דעם ר' מענדל וחביריו, און דער לובאוויטשער רבי האט געזאגט דעמאלט שארפע רייד, ואידך זיל גמור,

He was a very good misyoner for CHABBAD
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך אלבערט » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:48 am

וואס איז פשט געבען אן ענטפער אפ "ואידך זיל גמור", וואו זאל ער גיין אויב נישט דא?!!!
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 9:36 pm
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

הודעהדורך לעמיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:20 am

איז ער דער וואס האט געמאכט א גאנצע קלאס פין סאטמער פאר חבד"סקער'ס? פין אים רעדט מען דא?
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:22 am

יא
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1468 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:35 am

מענדל וועכטער איז געווען א ר"מ אין א פריוואטע ישיבה אין וויליאמסבורג, ווי די בעסטע קינדער פון סאטמארע עלטערן האבן דארט געלערנט ער איז א גוטע קאפ און א טיפער מוח, עס איז געווען א כבוד צו לערנען אין זיין ישיבה, ער האט טאקע געהאט מסלתה ומשמנה פון סאטמאר.
ער האט מיט זיי געלערנט גמרא תוס' און הלכה און בנוסף לזה אטיעפן שיעור אין חסידות בעיון, און געגעבן א ביסל א טעם צו שפירן די טיפקייט פון חסידות, זיינע מקורות זענען געקומען פון די מפיצי החסידות ליובאוויטש, און ער אליינס האט אסאך קונה געווען פון זייערע גרויסע קעפ, ווי דעם ליבאוויטשער רבינ'ס חוזר ר' יואל כהן און נאך.
נאך א שטיק צייט וואס זיי זענען געווארן צוגעבינדן צו חסידות, האט מען אנגעהויבן שטילערהייט פארן קיין קרוינהייטס, ווי זיי זענען געווארן זייער איבערגענומען פון די גאנצע ווירטשאפט און הפצת החסידות, און בכלל האט זיך פאר זיי {וויליאמסורגער סאטמארער בחורים} געפענט א נייער וועלט, זיי זענען אלע ליבאוויטשער עד היום הזה און ווי אינטרעסאנט איז אז דער רבי פון ליובאוויטש, האט זיי באפוילן נישט צו טוישן זייער לבוש, איר קענט כסדר טרעפן די חברה, זיי זעהן אויס ווי רעגולער סאטמארע ביז די הייבסט אן צו רעדן מיט זיי.
זייערע שטובער ווענדט זיך שוין, ביי איינעם איז עס שוין אינגאנצן א ליבאוויטשער שטוב, מיט די לבוש און שידוכים, וכו' און ביי טייל איז יא מער היימיש.
נחזור לענינינו, ווען דער זאך איז ארויס אויף דער גאס און די עלטערן האבן אנגעהויבן שמעקן וואס דא גייט פאר, {מען דארף וויסן אז ממש א פאר יאר פאר דעם בשנת תשל"ז איז געווען א ערענסטע מערכה צווישן חב"ד און סאטמאר, ווי מען האט זיך געשלאגן מיט הענט און פאשקעווילן לרחצה, דער רבי מה"מ האט געשאטן פייער אויף סאטמאר און התאחדות הרבנים, און ווידער סאטמאר בראש ר' סענדר דייטש און די אנדערע רבנים האבן גערעדט און געשריבן קונטריסים און אין דער איד מאמרים פייער קעגן חב"ד, מען זאגט א ווערטל אז סענדער האט פיינט געהאט די ציונים דערפאר ווויל די ליבאוויטשער זענען אויך ציונים...
מרן הברך משה בימים ההם סיגעטער רב, האט אויך גערעדט אפר דרשות קעגן חב"ד, אבער דאס אלעס האט מען זיך געשלאגן מיט אינדרויסענדיגע ביי די פרשה פון מענדל וועכטער איז די מערכה געווען מיט אינענווייניג עס האט נישט עכט געהאט מיט חב"ד חוץ די פאר שיחות פון דעם רבין מה"מ קעגן סאטמאר,}
{במאמר המוסגר מען זאגט אז דער רבי מה"מ האט דעמאלט געזאגט, אז זיי וועל נאך ארויס גיין קריגן קעגן די אייגענע רביים... חכם עדיף מנביא הא? :lol:}
בקיצור די זאך איז געווארן א מוראדיגע איברעדרייעניש און קאך, די עלטערן זענען געווען געפערליך אויפגעברויזט און פארווייטיגט, און דאן האט איינער פון די עלטעןר אפגעטון די מעשה מיט אים פארכאפן און אפשניידן די בארד וכ'ו כו'
חב"ד אין זייער ארגאן דער אלגמיינער דזשורנאל האט טרומפירט און געמאכט שטירמער נוסח העדליינס {קען זיין מיט רעכט לא על זה אנו דנין} און באגלייט מיט בילדער פון מענדלן אין שפיטאל בעט, און עס איז געווען שמח.
אין סאטמאר זענען געווען בחורים וואס האבן נישט געלערנט דארטן ביי אים אין ישיבה, אבער זיי זענען געווען מיטגעכאפט מיט זייערע חבירים, וואס האבן יא דארט געלערנט, און אויף זיי האט זיך אנגעהויבן א טעראר, עצום ונורא, אבער עס האט גארנישט געהאלפן עד היום הזה איז קיינער נישט צוריק געקומען זיי זענען שוין חבדסקער מסתמא עד יומם האחרון
דער ברך משה זצ"ל האט דאן געהאלטן א דרשה געדרוקט אין מהר"ם ט"ב, אז מען טאר נישט מאכן חבורות, אין תניא, נאר איינער ער האט געזאגט א נאמען פון אבחור וואס איז געווען פארכאפט ער מעג לערנען אין ער האט אנגעווארנט די בחורים נישט זיך צוטשעפען מיט אים,ער הטא געזאגט ווער עס טשעפעט מיט אים טשעפעט מיט מיר
עס איז דא א גאנצע קליפ אויף חב"ד אינפאו ווי מענדל וועכטער פארציילט די גאנצע מעשה {פארשטייט זיך פון זיין זייט } שמעו ותחי נפשכם.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

הודעהדורך משכיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:45 am

מיט הענט זיינען געגאנגען נאר די ווילי אידן, ווען די לובאוויטשער זיינען געקומען שמח"ת און מען האט זיי שיעור געהרגט, די לובאוויטשער האבען קיינמאל נישט געהויבען קיינע הענט

איך האב א קשיא, פארוואס האט לובאוויטש משפיע געווען אויף סאטמארער בחורים נאר מיט הסברה, אויך אויף אנדערע טויזענטער אידן, אבער סאטמאר האט קיינמאל נישט אריינגעשלעפט קיינעם ?י
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:05 am

משכיל האט געשריבן:מיט הענט זיינען געגאנגען נאר די ווילי אידן, ווען די לובאוויטשער זיינען געקומען שמח"ת און מען האט זיי שיעור געהרגט, די לובאוויטשער האבען קיינמאל נישט געהויבען קיינע הענט

זיי האבן געהויבן "בלוט דרוק", די דארפסט פארשטיין זיי האבן נישט געהאט וואס צו הייבן הענט, זיי האבן געוואלט און געמאכט, יפוצו אין סאטמאר ראדני, צו וואס זאלן זיי שלאגן, ווען די סאטמארע גייען ווען אויף 770 דעמאלט וואלטן זיי חב"ד געשלאגן, ווען זיי קומען אויף וויליאמסבורג דארפן זיי נישט שלאגן, פארשטייסט ברייטער משכיל קאפ, קוק אויף די קליפס פון ל"ג בעומר פאר צוויי יאר צוריק ווי עס גייט פעטש עפ"י חסידות


איך האב א קשיא, פארוואס האט לובאוויטש משפיע געווען אויף סאטמארער בחורים נאר מיט הסברה, אויך אויף אנדערע טויזענטער אידן, אבער סאטמאר האט קיינמאל נישט אריינגעשלעפט קיינעם ?

עס איז באטעמטער מער מבצעים ,און פרייליכקייט, פארברענגען'ס מיט לחיים'ס, מאכן א לעבן עפ"י התורה וחסידות אין חב"ד, ווי סאטמאר ווי אלעס איז אויפן העכטסען מאס שטרענגקייט
אדער סיי וועלכע חסידות, עס איז די לויזטע פרייעסטע חסידות אויפן מארק.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:42 pm

ווען ביי מיר זאל חסידות זיין א ספאורטס ווי עז איז ליידער ביי אסאך ,
וואלט איך זיכער געווען א חב"ד פען
די אלע אנדערע גרופעס סאטמאר סקווירא בעלזא גור זענען שפילעכלעך נאריש און באורד אקעגן חב"ד
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 628 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:12 pm

אויס מענטש פארוואס לאזטו אויס דער עיקר? דו שרייבסט מען האט עם אפגעשורן די בארד וכו. מאכט עס סאונדן ווי מען עם געזאגט נא נא און געגעבן א גלעט אין פנים וועען דער ביטערער אמת איז אז די סאטמערע רוצחים האבן עם ארייגעכאפט אין א ווען שפעט ביינאכט און געגעבען אזעלכע מכות רצח אז די מאפיע קען זיך אפלערנן פון זיי, בנוסף האט מען עם אפגעשוירן די בארד און פיאות און טו טאפ איט אלל אופ האט מען עם ארויסגעשליידערט פארטאגס אינמיטן גאס אנגעטוהן מיט דעם לבוש פון אדם הראשון פארן חטא!

עס איז א נס גלוי ער האט עס איבערגלעבט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5625
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7672 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:15 pm

איך אויך האט געשריבן:אויס מענטש פארוואס לאזטו אויס דער עיקר? דו שרייבסט מען האט עם אפגעשורן די בארד וכו. מאכט עס סאונדן ווי מען עם געזאגט נא נא און געגעבן א גלעט אין פנים וועען דער ביטערער אמת איז אז די סאטמערע רוצחים האבן עם ארייגעכאפט אין א ווען שפעט ביינאכט און געגעבען אזעלכע מכות רצח אז די מאפיע קען זיך אפלערנן פון זיי, בנוסף האט מען עם אפגעשוירן די בארד און פיאות און טו טאפ איט אלל אופ האט מען עם ארויסגעשליידערט פארטאגס אינמיטן גאס אנגעטוהן מיט דעם לבוש פון אדם הראשון פארן חטא!

עס איז א נס גלוי ער האט עס איבערגלעבט.

כ'געבעטן "מיט רעספעקט", פליז.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:17 pm

געבעטן אהער געבעטן אהין עס טוישט נישט די פאקטן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5625
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7672 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:20 pm

מעגסט מיר אבער צוליב טון, ניין?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך גאלד » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:32 pm

משכיל האט געשריבן:איך האב א קשיא, פארוואס האט לובאוויטש משפיע געווען אויף סאטמארער בחורים נאר מיט הסברה, אויך אויף אנדערע טויזענטער אידן, אבער סאטמאר האט קיינמאל נישט אריינגעשלעפט קיינעם ?י


חלומסט???

סאטמאר רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע איינער אליין, ער האט געהאט א קליין געזעמל אידן און א געבארגטע שול אויף ראדני סט', (קעגן איבער די היינטיגע ראדני שול), ער איז נישט גלאפן אין די גאסן צו אדווערטייזן און מפיץ זיין שיטה והנהגה, ער איז געזיצן ביי זיך אין ביהמ"ד אין געדינט דעם אייבירשטן באמת ובתמים, ער האט אויסגעשריגן דעם דעת תורה האימיתי מנהמת לבו, פאר נישט מער ווי 25 אידן און א קליין שטיבל, און דאס האט געצויגן ווי א מאגנעט, טויזענטער אידן זענען אריינגעשלעפט געווארן און געצויגן געווארן צו דעם מעט אור דוחה הרבה חושך, אן קיין שום ויפוצו'ס

דער ליבאוויטשער רבי האט איבערגענומען א פארטיגע מלוכה פון זיין שווער זצ"ל, ער האט איינגעפעדעמט א סעפיסטיקעטעד מארקעטינג אפאראט צו ארומלויפן איבער די וועלט צו מארקעטן חב"ד אויף ראדיא און טעלעוויזיע, איך זאג גארנישט דערקעגן, ער האט אלע רעכטן צו פירן זיין חסידות וויזוי איהם שמעקט, אבער צו זאגן אז סאטמאר האט קיינמאל אריין געשלעפט? איז נישט סאטמאר פון די גרעסטע חסידות'ן?
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:41 pm

גאלד אויב ער חלומט דאן חלומסט דו זיכער, פרעג נאר דעם עלטערן דור וואס מען אלץ אפגעטוהן פארן קלויזנבארגער זצ"ל נאר ווייל מען האט מורא געהאט אז ער וועט זיך שטערקר אויפבויען, מיין עלטער פעטער זז"ג האט מיר פארציילט (נישט קיין באבע מעשה נאר בדידיה הוה עובדא) אז די סאטמערע אגענטן פלעגן גיין צו די שיפן ווי די אימיגראנטן זענן אנגעקומן פון די די. פי. קעמפס און שרייען אז דער קלויזענבארגר איז אפגעפארן און מען טאר נישט גיין צו זיין ישיבה/קהילה (אסאך פון זיי האבען עם געקענט און נתקרב געווארן צו עם אין די תקופה נאכן קריג ווען ער האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות כידוע) און מען רעדט דא פאר זיי האבן געשטעלט אפילו איין טריט על אדמת אמעריקא!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5625
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7672 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:47 pm

באקאנט איז אויך אז ווי הייליג דער קלויזענבורגע רב איז געווען איז ער אויך געווען היפש צודראדעלט (WEIRD) דאס איז אן אבזערוועישען נישט בלויז פון סאטמארע.
און אויך איז ער געווען אביסעלע "דזשעלעס" אז סאטמאר רב נעמט איבער די זאך, אפילו ער איז שוין דא געווען פריער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך גאלד » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:54 pm

נאכאמאל מ'רעד מיר דא צו סאטמאר האט אמאל געשלעפט חסידים, קומסטו אז מ'האט טעראריזירט,

ווי קומט הודו מיט פיש??

דו האלטס טאקע אז די אלע טויזנטער סאטמארע חסידים אין אמעריקע האבן זיך מדבק געווען צום סאטמאר רבי'ן צוליב די טעראר, אין ווען נישט וואלטן זיי אלע היינט געווען קלויזבורגע חסידים?

פליז, טראכט פאר איר ענטפערט
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך גאלד » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:56 pm

זיירעלע מעגסט זיין אביסל מער סענסיטיוו צו דעם קלויזענבורגער חסיד ומעריץ,
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:59 pm

איך אליין בין אויך א חסיד פונעם קלויזענבארגער, ער איז געווען אן ערליכע איד.
דאס אינישט קיין סתירה מיט וואס כ'האב געשריבן אויבן. ס'איז "וועל דאקומענטירט"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:01 pm

גאלד האט געשריבן:נאכאמאל מ'רעד מיר דא צו סאטמאר האט אמאל געשלעפט חסידים, קומסטו אז מ'האט טעראריזירט,

ווי קומט הודו מיט פיש??

דו האלטס טאקע אז די אלע טויזנטער סאטמארע חסידים אין אמעריקע האבן זיך מדבק געווען צום סאטמאר רבי'ן צוליב די טעראר?


ניין, זיי האבן זיך מתדבק געווען צוליב פרייע שכר לימוד.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7441 מאל

הודעהדורך משכיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:13 pm

הרב גאלד דו גלייבסט אז סאטמאר האט זיך געבויט פון עבודת ה', דאס איז א דמיון, עס איז געווען א איד אין וויליאמסבורג וואס איך האב איהם געקענט האט ער געזאגט אמאהל פאר זיינע סאטמארער קינדער רעדט נישט קעגן קלויזענבורג ווייל די סיבה פארוואס איהר זיינט סאטמארער איז ווייל אין קלויזענבורג איז געווען שכר לימוד 10 דאלאר און אין סאטמאר נאר 5.

סאטמאר האט זיך געבויט מיט ליפא פרידמאן מיט סענדער דייטש מיט נאך שארפע גענגסטערישע חברה, אסאך אידן זיינען אוועק ווייל זיי זיינען געווען צו איידעל פאר די געפירעכטס.

ווייסט דא איינער ווי מען האט באווארפן דעם קלויזענבורגער רבי'ן מיט אייער, מען האט געהאנגען פאשקעווילן אויף אלע גאסן קעגען ר' משה פיינשטיין, מען האט אנגעקלאפט די ליובאוויטשער,

איך וויל נישט צוגלייכן חלילה, אבער די חאמאס איז אויך גרויס נאר דורך די חסד וואס זיי טוען, דאס איז געווען אזא סיסטעם

מען קען נישט אוועקמאכן דער סאטמארער רב איז געווען זייער א ווארעמער איד און א גוטער בעל תפלה, אבער ער האט צוגעצויגן על פי רוב דעם שוואכערן עלעמענט
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך גאלד » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:25 pm

איך ווייס פון א אלטער איד וואס ער זאגט אז ער איז קלויזנבורגע חסיד ווייל ער טענה'ט אז אין סאטמאר איז דא צופיל עירקאנדישן און זייער שול,

סיריעסלי, איך דארף נאך ענטפערן אויף די אלע נאנסענס?
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך משכיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:26 pm

איך ווייס פון א איד וואס איז געווען אויף ביידע פלעצער אין 1957 יוה"כ אין לובאוויטש איז געווען ווייניגער ווי 100 אידן, און שמח"ת אין סאטמאר אויף בעדפארד ביי ראסס איז געווען די שוהל געפאקט, סא רעד נישט קיינע דמיונות,
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: קומזיץ און איין גאסט