בלאט 1 פון 1

די אמונה טפילה וואס רופט זיך "רבי ז"ל"

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:05 am
דורך שרייבער
געשריבן געווארן דורך "סופערמעסי" אויף היידפארק עטליכע יאר צוריק


פרק א'
מיר שטייען שוין בקיץ תשס"ט לפ"ק, אט אין אפאר חדשים ארום גייט זיין דער דרייסיגסטע יארצייט פון מרן רבינו הק' מהריט"ב מ'סאטאמאר זי"ע,
אט אין די תקופה איז וויכטיג אז תלמודי וחסידי סאטמאר זאלן זיך מתבונן זיין ווי מ'שטייט, און ווי מ'האלט במשנתו של רבינו, ליידער ליידער האבן מיר דעגרייכט צו א מצב וואס מענטשן ווייסן שוין נישט וואס איז יא סאטמאר און וואס איז נישט סאטמאר, עד כדי כך אז די יונגערע עולם אינטרעסירט נישט מער די וויכטיגסטע יסודות פון סאטמאר, כדי צו פארשטיין וואס מיר מיינען מוזן מיר דאס אביסל ברייטער מסביר זיין און אביסל צולייגן.
ווי באקאנט פאר יעדע סאטמאר'ע חסיד איז די ערשטע יסוד געוועהן ביים רבי'ן אז מ'טאר נישט פאלגן א רבי'ן בלינדערהייט בפרט ווען ס'איז נגד התורה, דאס איז געוועהן זיין שטעלונג ביי פרשת בעלזא, און צו דעם האט ער געברענגט א ראי' אז די התנגדות פון צאנז קעגן סאדיגורא איז געוועהן צוליב דאס אז מ'פאלגט א רבי'ן מיט פארמאכטע אויגן אפי' ווען ס'איז נגד התורה.
נעבאך נעבאך, דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו, ס'איז שווער צו רעדן דערפון, מ'קען דאס אפי' נישט שרייבן אין קיין שום אנדערע אויסגאבע, ווייל ווער ס'וועט נאר וועלן שרייבן אזעלכע ווערטער וועט גלייך הייסן א שייגעץ און א משכיל וואס רעדט אויפן רבין זיכערוינעבראכע, אבער לאמיר קוקן מיט א ניכטערע בליק אויף אייניגע דוגמאות וויאזוי ווערן געמאכט מיינונגען בזמן הזה.

אריזאנע ווייץ:
מן הדין וואלט די מתירים געדארפט ארויסקומען מיט א טענה אז זייערע ווייץ איז מורא'דיג מהודר, ווייל, ס'איז נישט מצומחות, ס'איז גוט, ס'איז שיין, ווייל אזוי שטייט דא און דארט, און דא ציטירט מען א רייע פוסקים וואס האלט אזוי און פארטיג,
צד האוסר, וואלט געדארפט מן הדין שרייבן אנדערע פוסקים לשיטתם וואס האלטן פארקערט, אזוי זאל ווערן געפירט א תורה'דיגע מערכה און יעדער קען זיך אויסקלויבן וועלכע צד ער וויל.
למעשה, די גרעסטע געווינס פארן צד המתיר איז געוועהן, אז מ'האט געטראפן א עד אין "דער איד" ווי עס שטייט אז מ'שניידט ווייץ בשנת תשכ"ז עפ"י הוראות כ"ק אדמו"ר שליט"א (זצ"ל) אין אריזאנע, און מיט דעם עד פייערט מען א זיג אז דער רבי זיכערוינעבראכע אליין האט געניצט דעי ווייץ,
צד האוסר, שרייבן אז דער רבי האט נאר געניצט פון שפיץ בארג און זיי ניצן פון טאל, און פאר זיך אליין האט דער רבי אוודאי נישט געניצט דעס, און די אנדערע צד זענען גאר די וואס זענען משנה פונעם רבין זיכערוינעבראכע, און דערפאר קומט ארויס א קול קורא אן קיין איין ווארט דברי תורה נאר פשוט כל המשנה ידו על התחתונה, ס'קומט ארויס א קונטרס וואס כמעט יעדע בריוו איז נאר אז מ'טאר נישט משנה זיין פון רבין.

עירוב:
מן הדין וואלט צד המתיר געדארפט ארויס קומען מיט א בירור להלכה אז דער עירוב איז כשר מטעמים הרבה עפ"י הלכה, צד האוסר זאל ארויס געבן א בירור להלכה אז ס'איז אסור מכח כמה פוסקים,
למעשה, צד המתיר האט ארויס געגעבן גאנץ א שוואכן בירור, אבער דער עיקר איז געוועהן אז זיי האבן עדות'שאפט פון עטליכע מענטשן אז דער רבי ז"ל האט יא געקענט באשטיין ס'זאל זיין א עירוב,
צד האוסר איז דאך קלאר ממש אז די חומר האיסור איז נאר דאס ווייל דער רבי זיכערוינעבראכע האט דאס נישט געוואלט (נישט געמאכט), מ'פארשפרייט א גאנצע קונטרס מיט גביית עדות אז דער רבי האט נישט געוואלט, יעדן דריטן שבת קומט ארויס א פליג בלעטל מיט איין טענה אז דער רבי איז מרא דאתרא און דער רבי האט נישט געוואלט, און דערפאר דארף מען שרייען "שבת" היתכן די מענטשן (וויזינץ'ע און בעלזא) פאלגן נישט דעם רבי'ן.

דערי לולבים:
איין צד זאגט אז דער רבי זיכערוינעבראכע האט געשיקט אתרוגים און נישט לולבים בשנת השמיטה קיין א"י, איז משמע אז דער רבי האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די לולבים,
צווייטע צד זאגט, אז לולבים האט די זעלבע דין ווי אתרוגים וואס ביי אתרוגים איז דער רבי געוועהן זייער שארף, און די זעלבע שארפקייט איז גולטיג אויך ביי לולבים,
אבער זיך מטריח זיין און זיך אריין לאזן בבירורי הלכות מאן דכר שמי', דער נידון איז נאר רבי ז"ל יא רבי ז"ל נישט.

שיניום אין די שחיטה בעתיד:
עס הערט זיך שמיעות אז ס'גייט ווערן תיקונים אין די שחיטה, די צד האוסרים לאזן זיך שוין הערן אז מ'מאכט שיניום, היתכן מ'איז משנה פון רבי'ן זיכערוינעבראכע, ס'איז עק וועלט, די צד המתיר האט שוין אפיר געזיכט מראה מקומות ווי דער רבי ז"ל אליין זאגט אז ס'איז נאך דא א מקום פאר מער חומרות און אדרבה ווער ס'קען זאל מחמיר זיין,
ווידער די זעלבע מעשה, עס גייט נישט ווערן קיין נידון להלכה צו ס'איז א מעלה צו א חסרון כלפי די הלכה, די נידון איז איין זאך, רבי ז"ל יא, רבי ז"ל נישט, אזוי גייט דאס ביי יעדע מערכה און ביי יעדע זאך, קיינער רעדט נישט פון תורה, פון הלכה, פון פוסקים, אלעס דרייט זיך נאר רבי זיכערוינעבראכע,
רבותי! איז דאס נארמאל?, זענען מיר משוגע געווארן?, איז טאקע שוין נישטא קיין תורה אויף דער וועלט?, די גאנצע תורה קען מען אויסרייסן מיטן ניגון רבי זיכערוינעבראכע?, דאס גופא איז געוועהן די גרעסטע ווייטאג ביים הייליגן רבי'ן אז אידן רעכענען זיך נישט מיט די תורה נאר אלעס גייט דער רבי! דער רבי!, ווי האלטן מיר?
סאטמארע חסידים וואס האבן זיך געהאלטן אלעמאל העכער פון אנדערע חסידות בלויז מיט דעם אז מיר גייען מיט די תורה, די תורה איז העכער אונז און העכער דעם רבי'ן, נישט אז דער רבי איז העכער די תורה, ווי שעמען מיר זיך נישט אז אין דעם פרט שטייען מיר ערגער ווי אלע אנדערע חסידות'ער, ווי דערוואגט זיך א סאטמארע אפצולאכן פון א ברסלב'ע חסיד אז ער האט א טויטן רבי'ן, און וואס האסטו?, איר לאכט פון לובאוויטש?, איר לאכט פון סקווירא אז די שוואנץ'נות איז גרויס דארט, און ווי איז ענקער / אונזער שוואנץ'נות?....

וויאזוי איז דאס געשעהן?
שווער צו זאגן פונקטליך, אבער מיר האבן פיל חוקר געוועהן אין דעם ענין, און לויט אונזער אפשאצונג איז די מצב אזוי, אין די ערשטע יאר פון די הנהגה פון רביה"ק זי"ע דא אין אמעריקא האט דער רבי גופא געהאט איין ציל, אויפצושטעלן אידישקייט דאהי פונקט ווי אמאל, ת"ת'ס, ישיבות, מיידל סקול'ס, כשרות, צניעות, און א מלחמה קעגן ציונות אויך ווייל דער רבי האט געזעהן אין דעם א שטארקע פראבלעם צו אידישקייט, און די דעמאטסדיגע תלמודים האבן דאס גוט פארשטאנען וואס דער רבי האט געהאלטן אז די מערכה פון קנאות איז נישט קיין פערזענדליכע מלחמה נאר א מלחמה קעגן די מעשה הרשע, זיי האבן אויך פארשטאנען אז אנדערע רבי'ס און חסידים זענען נארמאלע מענטשן מיט א מהלך, (זיי זענען אפשר זיך טועה מיט אייניגע זאכן אבער זיי זענען געהעריגע ערליכע אידן ככל בית ישראל) פאקטיש זענען אין די י' יארן געוועהן זייער אסאך מענטשן וואס האבן זיך געקוויטלט אדער געגאנגען צו טישן פון אנדערע רבי'ס און גארנישט האט פאסירט.
די דור איז אונטערגעוואקסן ס'איז געווארן א נייע דור וואס זענען געבוירן געווארן נאך די מלחמה, מיר וועלן זיי אנרופן די כ' תלמודים, אין די כ' יארן איז שוין געווארן דער מציאות פון סאטמאר אביסל גרעסער, די תלמודים האבן שוין נישט געהאט די זכי צו הערן יעדע דעטאל פון רבי'ן אליין, דער רבי גופא איז געווארן מער פארנומען מיט די גאנצע וועלט, האט זיך דער נארמאלקייט פון א סאטמארע תלמוד אביסל גענידערט צו א מדריגה פון א פארטיי, באגלייט מיט שארפקייט און קנאות, ווי די יונגערע ציבור האט שוין נישט תופס געוועהן דעם גאנצן מהלך פון רבי'ן מיטן גאנצן קלארקייט,
און די צווייטע העלפט כ' יארן פון שנת תשכ"ח האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה, די שפעטערע כ' תלמודים און די ל' תלמודים האבן דאך שוין נישט געהאט דעם רבי' געזונטערהייט און נישט געזעהן דעם רבי'ן אקטיוו, איז דאך געוועהן א ספק אז זיי וועלן זיך אפשר אינטערסירן וואס טוט זיך ערגעץ אנדערשט, די פאבריק פון סאטמאר האט זיך פארגרעסערט און מ'האט געדארפט מחנך זיין א נייעם דור,
ר' נתן יוסף ז"ל וכת דילי', הרבנית וכת דילה, און די גרויסע קעפ פון סאטמאר, האבן געזעהן אז פאקטיש איז רביה"ק איינער אליין אויף איין זייט, און פון די אנדערע זייט זענען געוועהן היפש גרויסע לייט ממש לייבן, נו וויאזוי איז מען דאס מסביר פארן נייעם דור אז מיר זענען נישט קיין סתם לאוזערס, קודם האט מען דעם רבי'ן מורא'דיג גרויס געמאכט, (דער רבי איז באמת געוועהן די גרעסטע בזמנו) מ'האט כסדר געזאגט אז דער רבי וואלט אפי' בימי בעש"ט געוועהן א חידוש, דער רבי איז דער חת"ס דער דברי חיים דער יש"מ דער יט"ל אויפאמאל, (ס'איז אמת אז דער רבי האט געהאט שטירכן פון יעדן איינעם, טאקע דערפאר ווייל דער רבי האט ברוב חכמתו זייענדיג אין א דור שפעטער פון די אלע צדיקים פארשטאנען דעם כח פון די אלע גדולים וצדיקים און ארויסגענומען די מהלכים פון יעדן איינעם אויפצוטון פאר אידישקייט)
דערנאך האט מען אנגעהויבן אוועק צו מאכן די אנדערע, מ'האט אריין געווארפן חוזק ווערטער אויפן גור'ע רבי'ן, אויפן סקווירא רבי'ן, אויפן וויזניצער רבי'ן, אויף יעדן איז געוועהן גרייט א אנדערע מין הלצה וואס איז אריין געקראכן אין די מוחות פון די סאטמארע תלמודים אז אלעס אויסערן רבי'ן איז א חוזק.
דערנאך האט מען סתם אזוי אוועק געשטעלט א יסוד אז די רבי'ס וואס האלטן נישט מיטן ויואל משה זענען מינים אפיקורסים, סטרא אחרא, זייער תורה גייט צו די קלופה, ס'איז אסור צו קוקן אויפן זיי,
(ר' חיים אלטר בראך שליט"א טענה'ט אז די מערכה אז די אנדערע רבי'ס האבן א דין ווי גוים איז געשאפן געווארן נאכן שידוך פונעם ברך משה מיט וויזניץ כדי גרעסער צו מאכן זיין עבירה און אים מער פסל'ען צו ווערן ממלא מקום)
דער מציאות ווייזט, אז מ'זאל נעמען א סאטמארע תלמוד פון די י' יארן, וועט ער קיינמאל נישט רעדן קעגן דעם אמרי חיים, אדער קעגן די ליטווישע גדולים, מ'וועט נישט הערן פון זיי זאגן אז יענמ'ס תורה גייט צום ס"מ, ווידער די כ' תלמודים רופן שוין דעם אמרי חיים ביים נאמען, און די ל' תלמודים ווייסן שוין חוזק צו מאכן אה דער וויזניצער מיטן קעגל....
ווייל אין די ל' יארן האט מען דעם רעדל געמוזט דרייען שטערקער פון ביידע זייטן, איינס דעם רבי'ן מאכן נאך הייליגער (פאקטיש איז געוועהן א מורא'דיגע תשוקה פון די חסידים צום רבי'ן אין די נישט געזונטע יארן, בלויז צו קענען קוקן אויף די צורה איז געוועהן א געווינס און א שמחה וואס מ'קען נישט היינט מסביר זיין) פון די אנדערע זייט האט מען געבלאזן קעגן די אנדערע רבי'ס אז זיי זענען שקצים ליידיגייער'ס ועוד, כדי דער עולם זאל נישט אנטלויפן.
(עכ"ז איז געוועהן לעכער פון אלע זייטן ווי ס'איז ארויס גערינען מענטשן מחמת די ליידיגקייט ווי צ.ב.ש מענדל וועכטער, די מעכעליסטן ועוד)
אזוי האט מען באמת געפיטעטר דעם עולם מיט אזא מהלך, אזוי ווייט אז קיינער האט באמת נישט געטראכט אויפן עתיד וואס וועט זיין ווען דער רבי גייט ארויף אויפן עולם האמת, כאטש דער רבי איז געוועהן אלט און שוואך איז ניטאמאל עולה געוועהן אויף די מחשבות אז מ'דארף טון אויפן עתיד.
כ"ו אב ווען דער רבי איז אוועק, דא איז שוין געוועהן עק וועלט, מענטשן האבן זיך באמת געריסן די האר פון קאפ, מ'האט באמת געפילט ווי די וועלט ענדיגט זיך, מ'האט אפי' נישט געקענט טראכטן נארמאל, מ'האט נישט געקענט טראכטן פון זיך צוזאמען קלויבן פון דאסניי, ווייל אלעס איז ביז יעצט נאר געוועהן דער רבי דער רבי,
מענטשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו זינגען יעדע וואך דעם זעלבן לא תבושו ניגון (גאנצע דריי יאר האט דאס אנגעהאלטן) ווייל דער רבי האט געקלאטשט אויף דעם ניגון,
מענטשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו מאכן א טעוועלע "מקום זה ישב", ווייל דער רבי איז דא געזעסן,
מענשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו מאכן אויפן ציון א ביהמ"ד ווי אין מרון, ווייל דער רבי ליגט דא,
אין די ערשטע תקופה איז נישט געוועהן אזא זאך א איד זאל קומען קיין ק"י אין נישט ארויפגיין צום ציון, יעדן ליל שישי, יעדע ערב ר"ח, און ווען נישט, (אויך א נייע זאך וואס איז נישט געוועהן ביז דאן אז מ'זאל לויפן אויף א ציון בכל עת מצוא, אמאליגע צייטן פלעגט מען גיין בלויז אינעם טאג פונעם יארצייט אדער צומאל ערב ר"ח).
האט איר אמאל געטראכט פון דעם?, וואס איז די באדייט פון דעם נר תמיד אין אלע סאטמאר'ע בתי מדרשים?, א נר נשמה צינד מען אן בלויז דאס ערשטע יאר, דערנאך צינד מען מער נישט קיין לעכט בלויז אינעם יארצייט אדער אויפן ציון ווייל נאכן יאר דארף מען מער נישט טון פאר עליית נשמה, וואס איז פשט פון די נר תמיד'ס אין ביהמ"ד?, צו דארף דעם רבינ'ס נשמה אן עלי' ביז היינט צו טאג?
מענטשן טראכטן נישט, די גאנצע אנגעצינדעכטס פון א נר תמיד אזא נר של שמן וואס ווערט באנייט יעדע וואך איז נתחדש געווארן שנת תש"מ, רוב מקומות אויף די וועלט איז נישטא אזא זאך, און ווי יא איז עס נאר נאכגעמאכט פון דא ווייל ס'איז דאך מעשה רב,
ווי נאר קהל האט באשלאסן אויפצונעמען דעם ברך משה אלץ ממלא מקום, האט זיך דיוועלעפט א פאביע צווישן ציבור אז מיט א נייעם רבי'ן ווען מען חלילה פארגעסן פונעם רבין זיכערוינעבראכע, און ס'האט זיך אנגעהויבן א רייע מיט השתדלות כדי שלא ישתכח תורת רבינו, (עטליכע פון די השתדלות איז ווי פריער דערמאנט, טעוועל, ציון, לא תבושו) אלעס צוליב דעם פחד אז מ'דארף געדענקען דעם רבי'ן, און אז דער רבי זאל נישט פארגעסן ווערן,
מענטשן פלעגט אריין זינגען ביי די תפלות פון ברך משה ביי קידוש דארט ווי ער האט משנה געוועהן דעם נוסח פון רביה"ק, דער ברך משה גופא איז געוועהן א ענותן (אויף זיין עניוות וועט קיינער נישט מחולק זיין) ווער ס'האט געהאט הענט און פיס האט אים געטרייבערט די ערשטע צייטן מיטן רבין זיכרוינבארכע, אז מ'דארף חזר'ן דעם רבי'נס שיטה, הגם ער אליין איז אויך געוועהן דערביי, ווי ער פלעגט אלץ זאגן אלעס איז דעם פעטער'ס כח, ער פלעגט טאקע אין די ערשטע צייטן ביי יעדע תורה נאכזאגן א דברי יואל אפי' ווען ס'איז נישט געוועהן לענין,
דאס האבן אויך אלע געהערט און זייער אסאך פעלער אז דער ברך משה פלעגט זאגן בזה"ל
*"מ'דארף קוקן וואס דער פעטער וואלט געטון אין אזא צייט" *
ער אליין האט עס נעבאך זייער ערנסט געמיינט, ווייל ער האט געוויסט אז זיין אייגענע מיינונג איז נישט מחייב קיינעם, ס'וועט נאר מחייב זיין מענטשן ווען ער וועט קומען בשם ובלשון רביה"ק,
אזוי איז דאס געשטיגן במעלות, און זיך אריין געוואקסן דעם פראבלעם נאך גרעסער, דער ברך משה האט נישט קיין אייגענע דעת, אלעס איז נאר תורת רבינו, שלמה יענקל איז מפיל יעדע צווייטע יאר נאך א ספר מושיען ש"י, ווי ער פארבריצירט פרישע סחורה פריש פון אויוון ארויס מעשיות, איין חיבור איז ער מסביר אז דער רבי איז געוועהן דער דברי חיים, איין קאפיטל אז דער רבי איז דער יש"מ, איין קאפיטל הייסט "כל אחד נדמה לו כבני אומתו" אז דער רבי איז דער קאמארנה, ר' מרדכי'לע נאדברנה, זדוטושוב, דזיקוב, בלאזוב, שינאווא, ציעשנוב, קאלשיץ, ראפשיץ, און וואס נישט, ר' עזריאל גליק האט גרייט צו יעדן מצב א מעשה וואס בדידי הוה עובדא, נאך א מזל ער האט געשעדיגט זיין קרעדיט נאך ביי די שבעה שרייענדיג מיט בכיות "ווחחיי".....
ר' מנשה פיליפ מיט אברהם דוד גליק קומען ארויס מיט זמירות'ן און מחזורים, דארטן שטייט מנהגים, וואס די תמימי לב קויפן דאס פאר גוט געלט, און די ביסל ברייטערע מוחות שעמען זיך געפערליך דערמיט, אבער ווער ס'לאכט אפ איז א שייגעץ ווייל ער לאכט פון רבי'ן ער וויל פארגעסן פון רבי'ן,
אין די מנהגים איז באמת פארהאן שטותים והבלים, וואס פאסט ענערשט פאר קרעטשניפע חדר יונגלעך, אז דער רבי האט געהאט א טיש בעקעטישע און די גארטל איז געוועהן מאותו המין, און דער רבי האט געטינקען חלה במרק דגים, און געגעסן א גרויסן שיעור לפתן מיט ווייסע קוגל און ברוינע קוגל, ווייל וואס די רעבעצן האט באשלאסן אז ס'איז גוט און ס'איז שיין צום טיש ווערט באלד א מנהג מיט א מקור,
דער רבי זאגט א דרשה ר"ה, כל נדרי, זאגט די הייליגע מנהגים "בשעת הדרשה הי' הגידיו על מצחו בולטות"....
ר"ה לפני קריה"ת מכרו העליות (און דער רבי האט געהאט א מנהג אז) וכל המרבה במכירה זכה....,
בכלל איז נישטא אויף דער וועלט אזא זאך ווי אין א מחזור מיט הייליגע תפלות און פיוטים זאל מען אריין דריקן מנהגים אינצווישן, בשלמא אנהייב אדער סוף מחזור מהיכי תיתי, אבער אינמיטן דאווענען אינצווישן די תפלות פאקט מען אריין די הבלים, דאס איז שוין חידושים....
בכלל איז דער זמירות – מנהגים מקלקל, מ'שרייבט מנהגים און די פשוטי המון עם מיינען אז מ'דארף דאס נאכמאכן, א דוגמא אחת מני אלף, דער רבי האט געהאט א מנהג צו עסן קודם אלע מאכלי שבת און נאכדעם זינגען זמירות, ווייל ביי צדיקים איז די אכילה א עבודה בפני עצמו, ווידער האבן אידן געוויסט אז די מנהג איז שבת קודש ביים טיש איז די סדר השולחן א זמר א מאכל, א זמר א מאכל, כדי נישט נתגשם צו ווערן אין די מאכלים, אזוי פירן זיך שוין אידן יארן לאנג מיט מסורות אבות, אבער היינט איז דאך דא א זמירות פון רבי'ן דארף מען דאך נאכמאכן, מ'טאר דאך נישט פארגעסן פון רבי'ן, איז מען משנה קודם עסט מען נאכדעם זינגט מען (מיר ווייסן פון אסאך אידן וואס האבן משנה געוועהן דעם שינוי בלויז צוליב דעם זמירות) איז דאס רעכט?, משנה זיין מסורות אבות צוליב א מנהג וואס איז מיוחד בלויז פאר צדיקים??....
דער שיטה אז מ'טאר נישט פארגעסן און די פאביע אז מ'פארגעסט טאקע פון רבי'ן איז מיטגעוואקסן, יעצט לאמיר נאר פארשטיין וואס טאר מען נישט פארגעסן?,
דא איז שוין יעדער מחליט ביי זיך אליין וואס איז געוועהן דעם רבי'נס רצון וואס מ'טאר נישט פארגעסן, אין תלמוד תורה ווען די קינדער זענען נאך גאנץ קליין די ערשטע זאך וואס מ'לערנט אויס די קינדער אז דער רבי האט געזאגט "אויף א מחיקה קלה איז דער רבי נישט מוחל בזה ובבא", דערנאך הייבט זיך אן א סעריע פון שארפקייט און קנאות וואס מ'פארציילט פאר די קינדער וואס דער רבי האט פארמאגט,
ר' אברהם דוד גליק האט ספרים אויף אידיש, מעשיות פון רבי'ן, כמעט יעדע צווייטע מעשה איז ווי דער רבי האט מקפיד געוועהן און זיך געבייזערט....
יעדעס קינד אין סאטמאר ווייסט אז די סיבה פארוואס מ'לערנט חומש רש"י איז ווייל ר"ר מרדכי'לע נאדבורנה האט געהייסן דעם רבי'ן לערנען חומ"ר אזוי וועט ער וויסן אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, לאמיר טראכטן ווי א סאטמאר'ע חסיד דארף טראכטן, צו דארף מען לערנען חומ"ר ווייל דער רבי האט געהייסן בשם ר' מרדכי'לע?, ניין, מ'דארף לערנען חומ"ר ווייל ביסט א איד אין אזוי שטייט אין שו"ע, מיר האלטן נישט די תורה ווייל די רבי האט געהייסן, מיר האלטן די תורה ווייל דער באשעפער האט געהייסן, ווידער א פגם אינעם רבינ'ס מהלך מ'דארף נישט פאלגן דעם רבי'ן מ'דארף פאלגן דעם באשעפער.
דאס קינד ווערט א בר מצוה בחור און גייט אריין אין ישיבה זאגט מען אים אז דער רבי האט געזאגט "אייגענע קרעמלעך איז דאס ארגסטע" דער רבי האט געזאגט אז זינגען ניגונים ביים טיש איז שקר, ממילא קומט דאך אטאמאטיש אויס אז די וואס זינגען יא זענען שקרנים, דער בחור געט זיך א קוק אום ווער זענען די אידן וואס טראגן דעם פאן פון רבין ז"ל, ווער זענען די אידן וואס הייסן רבי זיכרוינעבראכע אידן, ער דערקענעט זיי באלד, אט די אנגעזויערטע ביטערע אידן זיי זענען די ממשיכים,
נו! וואס זאל דער בחור טראכטן?, ער איז גאנץ שנעל מחליט אז דער גאנצע המשכה רבי זיכרוינעבראכע איז נישט פאר אים, דאס איז אזא שארפע ביטערע זאך וואס איז נישט פאר זיין מח, דאס מערסטע הערט ער רעדן פון רבי'ן איז ביום ה' אייר וואס דאן לאזט מען זיך ארויס מיטן גאנצן שארפקייט אונטער צו רייסן די ציונום, ווידער מיט שארפע מהלכים,
בחורים און יונגעלייט קוקן אן דעם עלטערן דור וואס האט יא געקענט דעם רבי'ן, ווי אלע גדולים וצדיקים ווערט ביי זיי אוועק געמאכט מיט א ביטול, מ'מעסט א גדול א רבי צו א ר"י לויט וויפיל ער איז געקומען צום רבי'ן...., ס'מאכט זיך אז א ר"י קומט פון א"י זאגט מען גלייך דער איז איז א שוואכע זאך קיינמאל נישט געקומען צום רבי'ן.....,
מ'זעהט אידן וואס געדענקען נאך די געזונטע יארן פון פאר תשכ"ח ווי זיי רעדן מיט אזא התלהבות פון די רעבעצנ'ס טשיז קעיק און בארשט, וואס טראכט דער יונגע דור?
כמעט 99 פראצענט תלמודים וואס זענען שוין יא געוועהן ביים רבינ'ס שיעור, וועלן רעדן מיט אזא נאסטאלגיע פונעם רבינ'ס קאצקע צוקער, ווי דער רבי פלעגט דאס צוברעכן אין פיר שטיקער...
בכלל זייט ווען רעדט מען פון א רבינ'ס עסן און טרינקען?, מיט וועלכע עלטערע איד מ'רעדט וועט נאר רעדן פון זיין רבינ'ס תורה יר"ש צו תפלה, אדער אהבת ישראל, אפי' די נאסאד'ע חסידים וואס דארט איז שוין יא געוועהן אביסל א עסק פון מאכלים, צו הערט מען דען רעדן ביי די נאסאד'ע חסידים פון די נאסאד'ע מאכלים?, כ"ש וק"ו ביים רבי'ן וואס דאס עסן איז באמת קיין עסק נישט געוועהן, קענען זיצן אידן מיט גרויע בערד און דעבאטירו די רעבעצן'ס מאכלים....

וואס איז דער מצב היינט?
דער מצב היינט ווען עס איז שוין דא א פרישן דור, אט די נייע ווייסן באמת גארנישט, זיי קענען דעם רבי'ן נאר פון די דרשות און מאמרים וואס ווערט געשריבן, ליידער ליידער זענען זייער אסאך סאטמאר'ע יונגעלייט בועט אין שיטה הק' און אין די סאמע וויכטיגסטע יסודות פון רבי'ן, מ'פארט קיין א"י, מ'לויפט ארום אויף אלע פלעצער, מ'גייט צום כותל אן קיין עיכוב, קבר רחל, מערת המכפלה, בכלל פארן אויף א"י אזוי לייכטזיניג איז געוועהן א שווערע זאך ביים רבי'ן, אבער כהיום רעדט נישט קיינער דערפון, מ'איז בועט אין די גאנצע זאך, פאר איין סיבה, ווייל מ'האט באמת נישט ארויס וואס דער רבי האט געוואלט, ס'איז ליידער נשתכח תורת רבינו.
צו הערט מען היינט רעדן פון אזא מאמר וואס דער רבי האט געזאגט "אז אויב בחורים קענען נישט א טובה טון א איד דארף איך נישט קיין ישיבה"?
אין די צייט וואס די מדת החסד איז געוועהן ביים רבי'ן די ערשטע יסוד, ער האט געוואלט אז א סאטמארע איד זאל דעם אייגענעם העמד אוועק געבן פאר א צווייטן איד, די היינטיגע בעלי חסד אויב איז ער נישט פון קיין צד קען ער פארגעסן צו באקומען שטיצע,
צו הערט מען היינט רעדן פון לבושי נשים?
וואס כידוע איז דאס געוועהן די עיקרי העקרים ביים רבי'ן, ווי ער האט געווידמענט כל נדרי ביינאכט צו רעדן פון דעם, און אז ס'שטעלט זיך יא אויף איינער רעדן פון דעם הייסט ער א חזיר,
צו רעדט איינער פון ביי האר?
ליידער איז דא די מכה צווישן היימישע מענטשן,
צו רעדט איינער פונעם רבינ'ס אהבת ישראל?
צו רעדט איינער פונעם רבינ'ס דרך הלימוד?
דער רבי האט שטארק פארפירט מ'זאל נישט משנה זיין דעם דרך הלימוד כימי החת"ס ותלמודיו, און היינט זעהט מען אין סאטמארע ישיבות ווי מ'לערנט ליטווישע דרך הלימוד.
צו רעדט איינער אז בחורים זאלן נישט גיין צו חתונות?
ווער יא, ווערט גלייך אפגעפרעגט,
וואס איז יא דעם רבי'נס רצון, וואס הייסט וואס? עירוב איז אסור, מ'טאר נישט מחמיר זיין מיט שחיטה, מ'טאר נישט זינגען שבת מער ווי כל מקדש מנוחה ושמחה, און יעדע פרעמדע איד איז א שייגעץ, און שוין....
אט די פאלשע רבי זיכרוינבראכע אידן וואס האבן זיך נישט געקענט צופאסן צו א נייע הנהגה ווייל מ'פארגעסט פון רבי'ן, זענען געזעסן אין פארשטופטע ווינקלען אין קליינע בתי מדרשים נישט וועלנדיג אנעמען די נייע הנהגה פונעם ברך משה מיטן תי' אז מ'טאר נישט פארגעסן פון רבי'ן, זיי האבן במשך די צייט פארגעסן פון ווי זיי האבן אנגעפאנגען, רוב פון די מענטשן האבן געשיקט זייערע קינדער לערנען קיין א"י (ווייל דאס איז יא דעם רבי'נס רצון) מ'האט זיך געזיכט נייע רבי'ס (וואס מיט קנאות האבן זיי קיין שייכות נישט געהאט) און מ'האט כסדר געהאט פרישע סחורה קעגן דעם ברך משה ווייל ער איז דאך א פרעמדע, אפגערעדט זיין עלסטע זון דער איז דאך סתם אזוי א גוי ער אידאך א איידעם אין וויזניץ....., דער עיקר איז מ'טאר נישט פארגעסן פון רבי'ן.
סך הכל קען מען זאגן איין זאך, דער רבי האט געזאגט ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך הבעש"ט, און מיר קענען זאגן, ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך פונעם רבי'ן.........
ווי דער רבי אליין האט געטייטשט, ר' יוחנן בן זכאי בכה וכו' ואינו יודע לאיזהו דרך מולכין אותי ולא אבכה, ר' יוחנן האט חושש געוועהן אז נאך זיין הסתלקות ווען מען זיינע אייגענע מאמרים אויסטייטשן לרע, אויף דעם האט ער געוויינט,
נעבאך ניבא ולא ידע מה ניבא, דער רבי האט ינביואת געזאט אז מ'וועט זיינע אייגענע מאמרים אויסטייטשן צום שלעכטן אזוי ווי ס'איז דער מצב כהיום, און אויף דעם פאסט זיך צו פארפאסן א באזונדערע קינה....
מיר קענען נאך פיל מרחיב הדיבור זיין אין דעם ענין ועוד חזון.