בלאט 3 פון 11

פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:58 pm
דורך קלאר
מן הסתם איז דער ברך משה ז''ל אויך געווען א פארלירער אז ער האט געפירט אזעלכע שיינע הקפות......
ווער רעדט נאך וואס פאר א פארלירער דער רבי דער ד''י ז''ל איז געווען....
א באנדע לוזער פירן שיינע הקפות


פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:01 pm
דורך זר זהב
דער ברך משה האט נישט געהאט צופיהל מער מענטשן פון וויפיל ס'געווען אין ראדני לעצטן יאר. היינט איז שוין סאטמאר צוטיילט.

פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:05 pm
דורך זר זהב
נישט דו ביזט דער וואס מאכט אפ וואס שיינע הקפות איז. באלד וועט קומען א מגולח און זאגן אז ער האט געהאט דו שענסטע הקפות ווייל שיקסעס האבן געטאנצן אין זיין שול. דו טראכסט קינדיש, אן הקפות וואו 5000 מענטשן טאנצן איז נישט שענער ווי אן הקפות ווי 4000 מענטשן טאנצן. נאר א קינדס מח טראכט אנדערש. אנדערע קענען "זעהן" א שיינע הקפות אין א הקפות וואו בלויז 15 מענטשן טאנצן אויך.

פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:14 pm
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:נישט דו ביזט דער וואס מאכט אפ וואס שיינע הקפות איז. באלד וועט קומען א מגולח און זאגן אז ער האט געהאט דו שענסטע הקפות ווייל שיקסעס האבן געטאנצן אין זיין שול. דו טראכסט קינדיש, אן הקפות וואו 5000 מענטשן טאנצן איז נישט שענער ווי אן הקפות ווי 4000 מענטשן טאנצן. נאר א קינדס מח טראכט אנדערש. אנדערע קענען "זעהן" א שיינע הקפות אין א הקפות וואו בלויז 15 מענטשן טאנצן אויך.
דאס איז אלס אויב די חילוק איז פין 4 ביז 5 טויזענט
אויב די נ''מ איז לא קרוב זה על זה
שיקט מען דעמעזש קאנטראל אימעילס

פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:17 pm
דורך זר זהב
ניין, אפילו ס'זאל זיין 10000 קעגן 4000. און קיינער שיקט נישט אימעילס ווייל דו האסט געטראפן אן אימעיל... עפעס א שנוק שיקט אן אימעיל און דאס ווייזט קלאר אויף אז גאנץ סאטמאר מהר"יי איז דעפרעסט. פליז.

פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:18 pm
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:דער ברך משה האט נישט געהאט צופיהל מער מענטשן פון וויפיל ס'געווען אין ראדני לעצטן יאר. היינט איז שוין סאטמאר צוטיילט.
ביזט גרייט אראפצוברענגן דעם ברך משה מיט אזעלכע נעריגע ליגענטס צו פארענטפרן דיין פארטיי?
די לעכטיגע הקפות ביים ברך משה ז''ל וועט נישט ארויסגיין פין די ביינער
דער ברך משה איז געלאפען אינעם היכל ביהמ''ד ארום די זוילן
די ביהמ''ד איז געווען צאמגעפרעסט
אלע 4 זייטן פארענטשעס ביזן וואנט
מ'האט געטוישט די גרויסע באלעמער מיט די קליינע באלעמער פין פאליש אין געלייגט לעבן דעם 2 באלעמערס פאר די ס''ת
קיין שום סטעיזעס נישט געווען
די מעריב פארענטשעס האט מען געלייגט אין פאליש
אין די זעלבע אידן מיט זייערע קינדער טאנצען יעצט ווייטער אין הופער מיטן זעלבן ברען

פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:20 pm
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:ניין, אפילו ס'זאל זיין 10000 קעגן 4000. און קיינער שיקט נישט אימעילס ווייל דו האסט געטראפן אן אימעיל... עפעס א שנוק שיקט אן אימעיל און דאס ווייזט קלאר אויף אז גאנץ סאטמאר מהר"יי איז דעפרעסט. פליז.
סארי
כ'האב נישט געוויסט אז די 10 יעריגע תלמידי רבינו אימעילס איז עפעס א שנוק...
(אינטערסאנט פין ווי דער שנוק האט אלס די אריגינעלע פיילס פין אלע זאלי מודעות אין קונטרסים)
צו זעהן די דעפרעסיע דארף מען נישט אנקומען צו דעם אימעיל
די אימעיל שרייט עס נאר ברבים

פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:22 pm
דורך זר זהב
באלאני, איך בין געווען יעדעס יאר ביים ברך משה,ס'נישט א גרויסער חילוק. און ניין, דאס ברענגט נישט אראפ דעם ב"מ! שוין צייט אויפצוהערן טראכטן ווי א קינד! דעם ב"מ וואלט נישט אנגעגאנגען אויב ער האט נאר מנין!
און ניין מיר אינטערעסירט נישט צו האבן דייקא זיינע טאנצערס אין ראדני, נישט ער האט געבויעט סאטמאר אדער ראדני. איך וויל ענדערש רבינו יואל'ס טאנצערס אין ראדני און פון זיי איז דא גענוג און נאך אין ראדני!
און דאס איז שוין לשיטתך. אין אמת'ן אבער איז דא גענוג און נאך וואס זענען געווען ביים ב"מ.

פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:29 pm
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:באלאני, איך בין געווען יעדעס יאר ביים ברך משה,ס'נישט א גרויסער חילוק. און ניין, דאס ברענגט נישט אראפ דעם ב"מ! שוין צייט אויפצוהערן טראכטן ווי א קינד! דעם ב"מ וואלט נישט אנגעגאנגען אויב ער האט נאר מנין!
און ניין מיר אינטערעסירט נישט צו האבן דייקא זיינע טאנצערס אין ראדני, נישט ער האט געבויעט סאטמאר אדער ראדני. איך וויל ענדערש רבינו יואל'ס טאנצערס אין ראדני און פון זיי איז דא גענוג און נאך אין ראדני!
און דאס איז שוין לשיטתך. אין אמת'ן אבער איז דא גענוג און נאך וואס זענען געווען ביים ב"מ.
וואס הייסט נישט געווען קיין חילוק? וועם פילסטו פארקויפן לאקשען?
איין גרויסע חילוק איז זיכער געווען אז דער וואס טאנצט יעצט אין ראדני איז געווען 'דער איינציגסטער' זוהן וואס איז נישט געווען ביי די הקפות פונעם ב''מ
דער ברך משה איז געלאפען אינעם היכל ביהמ''ד ארום די זוילן
מ'איז געשטאנען צאמגעפרעסט
אלע 4 זייטן פארענטשעס ביזן וואנט
מ'האט געטוישט די גרויסע באלעמער מיט די קליינע באלעמער פין פאליש אין געלייגט לעבן דעם 2 באלעמערס פאר די ס''ת
קיין שום סטעיזעס נישט געווען
די מעריב פארענטשעס האט מען געלייגט אין פאליש
ווי דרייסטו אריין טאנצערס ביים רבי'ן ז''ל?
ווער פין די עלטערע אין הופער האבען נישט געטאנצען ביים רבי'ן ז''ל?
וואס מישטו דא אריין פרישע ספינעריי?

פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:34 pm
דורך זר זהב
כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט. ס'מאכט נישט אויס ביי מיר טויזענט אראפ טויזענט ארויף. למעשה די וואס זענען געווען דארט זאגן אז ס'געווען געשטאפט און יעדער איז העפפי.
איך ספין נישט גאנישט, דו שרייבסט אז "זיי מיט זייערע קינדער טאנצן אין הופער" האב איך דיר געזאגט אז קיינער אין סאטמאר מהר"י דארף זיי נישט. מהר"י איז דזשאסט פיין מיט זיינע סאטמארע חסידים. ער האט גענוג און נאך פון זיינע טאטנ'ס חסידים, און גאר אסאך פון זיינע עלטער פעטערס חסידים. (יא, זיין עלטער פעטער רבי יואל איז אויך געווען א "סאטמארער", פארגעס דאס נישט!)

פורסם:
מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:47 pm
דורך זר זהב
באב גרענט איז נעבעך טאוסט. זיין שוי איז נאר איין שעה.

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:01 am
דורך שעפטל
איך בין אין ראדני נישט געווען, טראץ וואס די בילדער פון נעילת החג פון ביידע פלעצער איז קיין פארגלייך נישט. איז מיר נאך אלץ אינטערסאנט צו זעהן אז דא זיצן נאך מענטשן און מ'טענה'ט זיך ארום צו ס'איז יא געווען מענטשן צו נישט. חברה ס'איז שוין א שיינע פאר יאר שפעטער, הו קערס??? קיינער גייט קיינעם נישט איבערמאכן נישט לכאן און נישט לכאן, יא עולם נישט עולם יעדער בלייבט ווי ער איז און פאר דעם אינדרויסענדיגער אינטערסירט עס גאנץ ווייניג (ער האט שוין אויך אפגעמאכט אויף וועמענס הצלחה ער קוקט ארויס)
נישטא וואס צו רעדן, אז דעס וואס געוויסע רבנים און אפילו סאטמאר'ע דיינים פירן אייגענע הקפות פארמינערט עס דאס ציבור פון ראדני געוויסע צייטן.
סתם פאר אינטערסאנטקייט, איך געדענק גאר גוט דעם ב"מ'ס הקפה'ס, אזויפיל יא, ס'איז געווען 4 שטאקעדיגע פארענטשעס ביידע זייטן און 'מעכטיגע' אכט שטאקעדיגע אויף די אנדערע זייטן... היינט איז דא א 12 שטאקעדיגע אויף ביידע זייטן אין הופפער און 8 אויף די אנדערע זייטן. ע"פ חשבון האט זיך סאטמאר ממש געדאפעלט די לעצטע פאר יאר, ראסס סט. וואלט שוין מסתמה נישט געניג געווען פאר איין סאטמאר... שוין באלד גוט אז ס'איז דא צוויי....

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:12 am
דורך אבי גערעדט
הופער סט.

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:16 am
דורך אבי גערעדט
באגלייטן 11:30 ביינאכט

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:20 am
דורך אבי גערעדט
ראדני

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:23 am
דורך אבי גערעדט
נאך הופער

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:54 am
דורך שרייבער
איך פארשטיי באמת נישט וואס די טענה'ריי דא איז, און ווי שפעטל האט שוין געשריבן
וועם גייט אן יא עולם אין ראדני נישט עולם, גלייבט מיר בנאמנות, איך בין יעדע יאר אין וומס"ב ביים רבינ'ס הקפות, כ'בין זייט תשס"ז נאכנישט אריינגעטרעטן אין ראדני שמחת תורה, ואס אינטערעסירט מיך ווואס דארט טוט זיך, ב"ה אונז האב מיר שיינע הקפות, מ'האב מיר די זכי' צו הערן פייערדיגע דברות קודש פון רבין, און דאס גיט אונז חיות אויף א גאנץ יאר, גענוג געווען צו קוקן אויף יענע זייט, דו מאכסט סיי ווי קיינעם נישט איבער און פארטיג
עפנט בעסער א אשכול און דיסקוסירט די פאזיטיווע חלקים פון די הקפות

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:36 am
דורך אבי גערעדט
שיעור פארגעסן די בילד

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 10:40 am
דורך משולם שטיינפעלד
די ארונישע ניקס וואס טענה׳ן זיך וואו עס איז געווען א גרעסערע עולם טוען עס ווארשיינליך מחמת דעם רביןס תורה אז כמות איז א וויכטיגע נקודה ביי הקפות ......
(אצל הקדמה יום שמחת תורה קודם קטע בראשית תורתך)
ארבע מידות בהולכי לסאטמאר הקפות תשע"ג

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:48 am
דורך גאלד
א. נאר בלויז זיך צו פרייען בשמחת התורה, ושמחת החג, ותו לא
ב. צו זיין דבוק ובמחיצת צדיק וגדול הדור
ג. להתאחד ביחד תלמידי וחסידי רבינו יואל מ'סאטמאר זצוק"ל
ד. להגדיל הפארטיי ויצאו עיניך
בין חסידי סאטמאר מהר"א,
א. 5%
ב. 75%
ג. 10%
ד. 10%
בין חסידי סאטמאר מהרז"ל,
א. 5%
ב. 5%
ג. 75%
ד. 15%
מיין אנאליז:
1. ביי ר' אהרן איז קלאר דא א גרעסערע ציבור,
איר מוזט עס נישט מקבל זיין, איך האב קיין שום סייענטיפישער באווייז,
איך זאג נאר דער ריינער אמת וואס איך בין ביי מיר אין הארצן איבערצייגט,
אז איינער האלט אנדערש כל הכבוד,
2. לויט מיין אפשאצונג איינמאל דער מספר ציבור,
גרייכט א געוויסער מינימום טרעשהאלד
לאמיר זאגן 2,000
איז עס שוין אזא בולט'דיגער ציבור עצום,
אז כדי איינער זאל זיין אומציפרידן אדער זאל עס פארעכענען אלס "בזיונות",
מוז ער מאכן זייטיגע חשבונות, מדמה זיין צום קאנקורענץ אדער צו שנים הקודמים,
3. לויט מיין אפשאצונג האט ביי רז"ל הקפות זיכער געגרייכט דעם טרעשהאלד,
דאס מיינט צו זאגן אז לכה"פ 85% פון די מרקדי הקפות בראדני, זענען געווען העכסט צופרידן און מחוזק,
4. איי ס'זענען געווען א קליינע מספר אומציפרידענע מענטשן אין ראדני
ווייל ר' אהרן האט מער,
נו עס מאכט זיך אלס א מיינאריטי וואס וועלן קיינמאל זיין ציפרידן,
און וועלן אלס קוקן אויף יענעמס גראז,
דאס איז פשוט א נאטור פון א מענטש, צווישן א גרויסער ציבור מאכט זיך אלע סארט נאטורן,
גלייב מיר ביי ר' אהרן זענען אויך דא גענוג אידן, וואס אפי' מיט דעם ציבור עצום
זענען סיי פארט אומציפרידן און ס'קרענקט זיי אז זיי האבן נישט ראדני,
אבער דאס איז קלאר דער נישט איבעראלעמען בילד
5. טראץ וואס איך האב אוועקגעשטעלט אז ביי ר' אהרן איז קלאר דא א גרעסער ציבור שמחת תורה,
האלט איך אבער אז ס'דא בערך א שעה דורך אויס דעם גאנצן שמחת תורה וואס רז"ל האט א פיק,
וואס און דעם פיק קען ער זיך מעגליך פארמעסטן מיט ר' אהרן'ס ציבור,
און דאס איז בערך א האלבע שעה ביי די 6'סטע הקפה שמח"ת בייטאג,
און בערך א האלבע שעה ביי נעילת החג,
בעת וואס ביי ר' אהרן איז דער ציבור עצום קאנסיסטענט,
ווייל זיינע מענטשן זענען גלויביגע וואס ווילן זיך האלטן צו איהם פערזענליך,
6. העווינג סעד דעט,
האלט איך אז סימפאטיקער, שטיצער,
מענטשן וואס קוקן ארויס פאר די הצלחה פון די סאטמארע קהילות און וומ"ב,
האט לכאורה רז"ל מער ווי ר' אהרן אין וומ"ב,
טראץ וואס די אנהענגער האלטן אפשר נישט רז"ל פאר א קאליבאר פון א מנהיג,
און ס'זעהט זיך טאקע אן ביי די הייליגע זמנים,
אבער שטיצער האט ער מער,
דאס איז מיין פערזענליכע מיינונג און איר קענט זיך מחולק זיין

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:52 am
דורך שמואל הלוי
גאלד; א שיינע אנאליז כאטשיג איך שטים נישט איין מיט דיר.

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:08 pm
דורך שעפטל
גאלד; א שיינע אנאליז כאטשיג איך שטים נישט "אלעס" איין מיט דיר.

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:14 pm
דורך שרייבער
שעפטל האט געשריבן:גאלד; א שיינע אנאליז כאטשיג איך שטים נישט "אלעס" איין מיט דיר.

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:21 pm
דורך blauvelt
in beis medrish hagude pic

פורסם:
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:30 pm
דורך blauvelt
[

- A4z6M9RCAAAwsYv.jpg (40.9 KiB) געזען געווארן 514 מאל