גאלד האט געשריבן:
5. טראץ וואס איך האב אוועקגעשטעלט אז ביי ר' אהרן איז קלאר דא א גרעסער ציבור שמחת תורה,
האלט איך אבער אז ס'דא בערך א שעה דורך אויס דעם גאנצן שמחת תורה וואס רז"ל האט א פיק,
וואס און דעם פיק קען ער זיך מעגליך פארמעסטן מיט ר' אהרן'ס ציבור,
און דאס איז בערך א האלבע שעה ביי די 6'סטע הקפה שמח"ת בייטאג,
און בערך א האלבע שעה ביי נעילת החג,
בעת וואס ביי ר' אהרן איז דער ציבור עצום קאנסיסטענט,
ווייל זיינע מענטשן זענען גלויביגע וואס ווילן זיך האלטן צו איהם פערזענליך,
6. העווינג סעד דעט,
האלט איך אז מעריצים, אנהענגער,
מענטשן וואס קוקן ארויס פאר די הצלחה פון די סאטמארע קהילות און וומ"ב,
האט לכאורה רז"ל מער ווי ר' אהרן ,
טראץ וואס די אנהענגער האלטן אפשר נישט רז"ל פאר א קאליבאר פון א מנהיג,
און א זעהט זיך טאקע אן ביי הייליגע זמנים,
אבער שטיצער האט ער מער,
דאס איז מיין פערזענליכע מיינונג און איר קענט זיך מחולק זיין
איך דיס-עגרי נומבער 5 גענצליך, די ביזט לכאורה נישט געווען אין הופער אין מן הסתם אין ראדני אויך נישט
איך האב גערעדט מיט גענוג וואס זענען געווען אין ראדני ביי די זעקסטע הקפה שמח''ת בייטוג, כו''ע מודה אז דאס וואס איז געווען אנגעגרייט איז געווען פיהל
אבער אז די וועסט זיך נאכפרעגן וועסטו זיך איבערצייגן אז ס'איז נישט נאר לא קרוב זא''ז
אפ'י נאר האלב פין די עולם ביי די 6'סטע הקפה אין הופער פיט נישט אין ראדני.
כ'ווייס נישט ווי מ'קען זיין אזוי נישט רילאיסטיש
עס זענען געווען גענוג קוקערס ביי ביידע וואס וועלן דיר באשטעטיגן, דארפסט נישט בויען אויף מיין נאמנות
נומבער 6 איז נישט אינגאנצען ווי די זאגסט
ווענד זיך וואס די רעכנסט
איך גלייב אז די רעכנסט קאשוי, לייטנער, בני יואל, כו' אין אלע אנדערע שונאי ר' אהרן
זיי אינדעפעצירען זיך נישט אין קיין שום פאל אלס 'מעריצים' פין ר' זלמן לייב, ע''פ רוב האבען זיי נאך פיינט זיין טאטען - דער ברך משה ז''ל
אין בעסטן פאל, רוף זיי שונאים פאר ר' אהרן אבער ווען די וועסט זיי פרעגן וועגן ר' זלמן לייב פערזענליך וועלן זיי מאכען די באקאנטע תנועה...
זיי וועלן אפי' קומען צו וואלען אדער דאווענען אין ראדני אבער נאר וועט מ'רעדט פין ''ר' אהרן'',
זיי וועלן שיקן די קינדער אין די מוסדות, אבער קיינמאל נישט שטיצן, אפגרעדט פין זיך טרעפן מיט ר' זלמן לייב פערזעליך ''קיינמאל''
זייער א גרויסע פראצענט באקען אפי' אריין אין די קינדער אז היינט איז נישטו קיין רבי'ס אין מ'טאר נישט האלטן אין גלייבן
אין דאס איז אלעס נאר אין וויליאמסבורג,
אין אנדערע גרעסערע פלעצער וועט רז''ל אינאיינעם די שונאי ר' אהרן זיין דער מינארעטי,