בלאט 2 פון 10

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:16 pm
דורך קלאר
קליגער איד האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:די זאליס האבען אויפגענומען יצחק ברוך שפיצער - ר' אייזיק ספינקער'ס גבאי
זאל פירן די חתונה אין די מצב

איז ער חיים אלזער שפיטצער'ס זוהן

ניין מילך שפיצער'ס זון
ער איז די קאפשטוק פין ר' אייזיק'ס חסידות

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:18 pm
דורך קלאר
די נייע טעיפ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:19 pm
דורך קלאר
די חתונה לאגא'ס פין די זאליס

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:22 pm
דורך שמואל הלוי
קלאר האט געשריבן:די נייע טעיפ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען

ס'קומט נישט ארויס? פארוואס?

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:22 pm
דורך קלאר
די סינערי אין נעיווי פלאזא (די זעלבע איידיע ווי ר' אייזיק ספינקער האט געמאכט אין פרדס, ער איז מורא'דיג אויף די פיקשטער, עס גיבט א טיפע בעקראונד)

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:22 pm
דורך אבי גערעדט
קלאר האט געשריבן:די זאליס האבען אויפגענומען יצחק ברוך שפיצער - ר' אייזיק ספינקער'ס גבאי
זאל פירן די חתונה אין די מצב


איז עס נישט א פחיתת הכבוד פאר ר' אייזיק ספינקער אז זיינס א הויפט מענטש (אין דאכט זיך מיר פערזענליכע גבאי אויך) פארקויפט זיך פאר א אנדערע חסידות פאר אפאר טאלער??

אבער אלענפאלס, וואס איז שפיצער'ס ארבעט? סתם פאמפע ד'ראמפע? ווי למשל האלטן אין איין שיקן אז מ'זאל נישט (?) קומען אין זאל ווייל ס'שטערט?

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:24 pm
דורך קלאר
משה פרידמאן גיבט/נעמט הדרכה פאר/פין יצחק ברוך

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:26 pm
דורך פיקציע
קלאר האט געשריבן:די סינערי אין נעיווי פלאזא (די זעלבע איידיע ווי ר' אייזיק ספינקער האט געמאכט אין פרדס, ער איז מורא'דיג אויף די פיקשטער, עס גיבט א טיפע בעקראונד)

די זאל זעט אויס פיצל

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:27 pm
דורך קלאר
אבי גערעדט האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:די זאליס האבען אויפגענומען יצחק ברוך שפיצער - ר' אייזיק ספינקער'ס גבאי
זאל פירן די חתונה אין די מצב


איז עס נישט א פחיתת הכבוד פאר ר' אייזיק ספינקער אז זיינס א הויפט מענטש (אין דאכט זיך מיר פערזענליכע גבאי אויך) פארקויפט זיך פאר א אנדערע חסידות פאר אפאר טאלער??

אבער אלענפאלס, וואס איז שפיצער'ס ארבעט? סתם פאמפע ד'ראמפע? ווי למשל האלטן אין איין שיקן אז מ'זאל נישט (?) קומען אין זאל ווייל ס'שטערט?

כבוד ארויף כבוד אראפ
ער מאכט זיין געלט אין פארטיג
זיי קענען די מלאכה זייער גיט
יעדע 2 מיניט וועט מען שרייען 'סכנות נפשות', 'נישט שטופן'
עס וועט בליצען אין גאנץ וויליאמסבורג טשערי לייטס
מ'וועט אפשפארען ווי מער גאסען אא''וו

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:30 pm
דורך קלאר
פיקציע האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:די סינערי אין נעיווי פלאזא (די זעלבע איידיע ווי ר' אייזיק ספינקער האט געמאכט אין פרדס, ער איז מורא'דיג אויף די פיקשטער, עס גיבט א טיפע בעקראונד)

די זאל זעט אויס פיצל

ווארט נאר פאר די בילדער..... :lol:
די זאל איז גיט אויסגעשטעלט

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:30 pm
דורך sunbar
שמואל הלוי האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:די נייע טעיפ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען

ס'קומט נישט ארויס? פארוואס?

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:30 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:די נייע טעיפ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען

ס'קומט נישט ארויס? פארוואס?

הא?

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:33 pm
דורך קלאר
שמואל הלוי האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:די נייע טעיפ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען

ס'קומט נישט ארויס? פארוואס?

הא?

אפשר איז עס יא ארויסגעקומען נאר ס'שוין אויפגעגאנגען....

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:33 pm
דורך פיקציע
קלאר האט געשריבן:
פיקציע האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:די סינערי אין נעיווי פלאזא (די זעלבע איידיע ווי ר' אייזיק ספינקער האט געמאכט אין פרדס, ער איז מורא'דיג אויף די פיקשטער, עס גיבט א טיפע בעקראונד)

די זאל זעט אויס פיצל

ווארט נאר פאר די בילדער..... :lol:

די בילד זע איך שוין יעצט און מיט די 'טיפע סיין' זעט עס אויס גאר קליין.

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:33 pm
דורך פיקציע
קלאר האט געשריבן:די חתונה לאגא'ס פין די זאליס

וואס איז די מעשה מיט די לאגא'ס?

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:37 pm
דורך קלאר
פיקציע האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:די חתונה לאגא'ס פין די זאליס

וואס איז די מעשה מיט די לאגא'ס?


טעם וריח אין להת'

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:00 pm
דורך קלאר
די סיין אין די גאסען (ספעלינג...)

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:05 pm
דורך קלאר
די עסקנים פין אויפן רבי'ןס? בעקיטשע

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:54 pm
דורך קלאר
הגה''צ אב''ד קלעסאן עוו' ובניו באזכען ביים נעווי פלאזא זאל
ווי זיי געבן פינקטליכע איינווייזענונגען אין באקומען אלע אינסטרקוציעס פאר מארגען דורך יצחק ברוך

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:19 pm
דורך a1b2
קלאר קופ אפ שכח

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:40 pm
דורך היסטאריקער
ו‎ talmidrabainy@gmail.com

11:37 AM (6 hours ago)

to תלמידי, bcc: me

Translate message
Turn off for: Yiddish
דינסטאג נח, ערב די חתונה, אכט אזייגער אינדערפרי.

היינט דינסטאג, א טאג פאר די גרויסע חתונה, מארגן מיטוואך, טרעטן שוין די הכנות אריין אין די סאמע לעצטע שטאפּלען און מ'גרייט זיך שוין מיט התרגשות וחדות הנפש צו די גרויסע שמחת החתונה פון נכד מרן רבינו שליט"א.

אין ריזיגן 'נעיווי פּלאזא' זאל האלט מען שוין ביי די סאמע לעצטע צוגרייטונגען. דער פראכטפולער קונסטליכער טאוול אונטער'ן אויבן אן איז שוין אויפגעהאנגען געווארן, די פופצן שטאקיגע פארענטשעס שטייען שוין, און איצט הייבן אנקומען די פילע הונדערטער טישן און טויזנטער בענקלעך וואס וועלן אי"ה ווערן אויפגעשטעלט אין א מוסטערהאפטיגן ארדענונג, אנגעגרייט מיט אלעם גוטן, צו קענען קווארטירן די פילע טויזנטער אידן וואס קומען צו פארן פון איבער גרעיטער ניו יארק אנטיילצונעמען ביי דער שמחת נישואין פון ערשטן אייניקל פון כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א.

אויף די גאסן ארום דאס בית המדרש הגדול שפּירט זיך שוין א יום טוב'דיגע שטימונג. נעכטן נאכט האבן תלמידי ישיבותינו הקדושות אויסגעצירט ביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א מיט הערליכע טייטעלביימער און עלעקטערישע באלייכטונגען וואס באשיינען דעם גאנצן ארום.

א וויכטיגע מעלדונג פאר אלע חשוב'ע ראשי קהלה, מנהלי המוסדות ואנשים מכובדים, וואס האבן נאך נישט באקומען די ספּעציעלע ווי. איי.פּי קארטלעך, זאלן ביטע היינט אריינרופן 917-560-8343 אדער 718-782-3800 -ווייל מארגן ביום החתונה וועט שוין נישט זיין קיין מעגליכקייט עס צו קענען באקומען.

עקסטער בעט מען זיך נאכאמאל, ממש בכל לשון של בקשה דער עולם זאל אויפהערן קומען צום נעיווי פלאזא זאל, ווייל עס שטערט ממש די ארבעט און די עסקנים קענען עס נישט נאכקומען. די ארבעט גייט אן אויף צענדליגער פראנטן, אין און אינדרויסן פונעם זאל, און יעדער וואס קומט אהין ווערט די ארבעט געשטערט און אראפּגעצויגן.

פאלגט נאך אלע מעלדונגען און אפּדעיטס איבער די היסטארישע שמחת החתונה מארגן מיטוואך אויפ'ן שמחת החתונה ליין 718-831-7000.

בעלוץ צדיקים תעלוץ קהלתינו הקדושה — שישו ושמחו בשמחת רבינו!

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:54 am
דורך היסטאריקער
: תלמידי רבינו <talmidrabainy@gmail.com>
Date: Wed, 17 Oct 2012 09:27:28 -0400
To: Tal Rab<Tal.1.rab@gmail.com>
Subject: Fwd: : זה היום קוינו לו — בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל


ויהי בישורין מלך בהתאסף ראשי עם, יחד שבט ישראל, עוד ישמע בערי יהודא ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה!

הגיע זמן שמחתינו!

היינט מיטוואך פ' נח איז אנגעקומען דער פרייליכער טאג, דער גרויסער יום טוב פאר תלמידי וחסידי סאטמאר, מיט די גרויסע שמחה בחצרות קדשינו, די שמחת הנישואין פון עלצטן אייניקל פון כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, החתן הרב חיים צבי ראזענבערגער שליט"א, זון פון חתנא דבי נשיאה הגאון הצדיק רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א, מיט די כלה החשובה בת של קדושים שתחי, בת הגאון הצדיק קלעסאנער רב שליט"א — זה היום קוינו לו נגילה ונשמחה בישעתו!

אין אזא זמן שמחה קומען ארויס די אינערליכע געפילן, די רגשי שבח והודאה לה', ווען מ'זעט בעזרת ה' ווי ס'ווערט פארווירקליכט דער 'בית צדיקים יעמוד' און דער שלשלת הזהב פון רבותינו הקדושים די עצי התמרים זכותם יגן עלינו שפּינט זיך ווייטער אזוי הערליך לשם ולתפארת;

אין אזא זמן שמחה טוט קהל עדתינו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן אויף די רבוא רבבות ניסים ונפלאות וואס ער האט געטון מיט אונז די אלע יארן עד היום הזה זיך צו קענען פירן במעגלי צדק למען שמו יתברך, אויף די הייליגע אויסגעטרעטענע וועגן וואס מיר האבן מקבל געווען פון רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו;

אין אזא זמן שמחה איז עס פאר טויזנטער שלומי אמוני ישראל א זמן מסוגל ווען מ'קען זיך אויסבעטן כל מיני השפעות טובות, בזכותם פון די גרויסע זיידעס, די ארזי הלבנון אדירי התורה ומאורי החסידות, וואס האבן באלאכטן כלל ישראל אין די לעצטערע דורות, וועלכע קומען אצינד אראפ, ווי ס'שטייט פון זוהר הקדוש, זיך מיטצופרייען מיט די שמחה פון זייערע אייניקלעך וואס זענען ווייטער ממשיך דעם שלשלת הקודש, און וועלן ביי די שמחה משפּיע זיין פאר יעדן כל מילי דמיטב מעתה ועד עולם.

און אין אזא זמן שמחה איז עס א זמן און א מאורע, ווען מ'טוט זיך פריש צונויפנעמען און זיך מחזק זיין, דער לגיון של מלך פון רבבות ישראל, ברכיים אשר לא כרעו לבעל, זיך צו קענען ווייטער קלאמערן אין די הייליגע וועגן פון רבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו, וואס לאורם נסע ונלך, עד ביאת גואל צדק במהרה.

אין די גאסן פון וויליאמסבורג, און אזוי אויך אין אלע געגענטער וואו עס וואוינען אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר, הערשט שוין א יום טוב'דיגע שטימונג און א שמחה וחדוה'דיגע אטמאספערע, ווען אלע אנשי שלומינו זקנים עם נערים, בעלי בתים ואברכים, זקנים ובחורי חמד, גרייטן זיך אנטיילצונעמען און נישט פארפאסן די גרויסע שמחת החתונה בחצרות קדשינו, אנגעהויבן פונעם מעמד קבלת פנים אין בית מדרשינו הגדול אויף ראדני סטריט אום 5 דרייסיג נאכמיטאג, געענדיגט נאכ'ן מצוה טאנץ פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

מטעם די וועד החתונה ווערן צוגעשטעלט ספעציעלע באסעס פון אלע געגענטער איבער ניו יארק, וואס מיר האבן דא בייגעלייגט פאר'ן באקוועמליכקייט פונעם ציבור.

גדול יהי' כבוד המעמד, קול רינה וישועה באהלי צדיקים, וחסידים ברנה יגילו!

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:57 am
דורך קלאר
די תלמידי רבינו מעסעזשעס זענען קעש..
ווער איז דער שרייבער?

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:01 pm
דורך שרייבער
ס'שמעקט פון שפיצער

גרייט מען צו א עקסטערע טיש פאר משפחת שעהר?

אלע צדיקי בית התמרים זי״ע קומען היינט אראפ

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:02 pm
דורך היסטאריקער
היינט נאכט קומט פאר דריי חתונות פון אייניקלעך פון אלע צדיקי בית התמרים זי״ע

1) מהר״א שליט״א
2) מהרז״ל
3) הרב חייםאייזיק ט״ב, מסלאטפינא ב״פ א דאפעלטער אייניקל פונעם עצ״ח זצ״ל