חסידי סאטמאר פארווייטאגט צוליב אנגייענדער בילדער-קאנספיראציע

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

חסידי סאטמאר פארווייטאגט צוליב אנגייענדער בילדער-קאנספיראציע

הודעהדורך יאנקל » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 4:58 pm

א שווערע וואך איז אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר, נאכדעם וואס כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אזוי ביטער געטראפן געווארן דורך אנשי בליעל, וועלכע האבן זיך פארמאסטן אריינצוכאפן אין דעם גיגאנטישן הענקי-זאל און האבן מיט גרויס חוצפה געכאפט בילדער ממש פארנט פון רבי'ן, ולא נחה דעתם ביז זיי האבן עס ארויפגעשטעלט אויף דער ערשטער זייט פון דעם מאגאזין "א בליק", כדי מצער צו זיין דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, וועלכער איז ווי באקאנט אויסגעשפראכן קעגן דרוקן בילדער פון צורתו הקדושה.

ווי שוין באריכטעט פארגאנגענע וואך, איז דער סאטמארער רבי געווען שרוי בצער גדול נאכדעם וואס ער געזען די געמיינע אקט וואס מ'האט געטון קעגן אים. נאך באלד ווי דער משמש בקודש האט ווי יעדע וואך איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן דעם "א בליק" איז דער רבי נחוור געווארן כסיד, אפילו נאך פאר'ן אויפרייסן דעם פלאסטיק. דער רבי איז באלד פארגאנגען אין א געוויין, און האט זיך גאר שטארק מצער געווען אויף די בילדער. ווי שוין באריכטעט איז דער פאקט אז די אנשי בליעל האבן אויסגעקליבן דווקא די וואך פון דער גרויסער שמחה אויף דער שענדליכער מעשה נבלה געווען א גאר שווערער פיל אראפצושלונגען, און דער רבי האט אויך איבערגעזאגט זיין שיטה צו וועלכער ער האט זיך תמיד געהאלטן נאך זינטן ווערן דער גענעראל בראש המחנה אנצופירן די מלחמה לה' בעמלק, אז ביי שמחות און לוויות מישט מען נישט קיין פאליטיק.

די וואך זענען פארגעקומען די מלכות'דיגע שבע-ברכות'ן וואו די באגאזשן פון חיזוק והתעוררות זענען נאך מער איבערגעפילט געווארן אזש מ'האט געמוזט צוקויפן פרישע האנט-באגאזשן. די שמחה איז געווען עלה על כל גדותיו, און מ'האט פרובירט צו פארגעסן פון דעם גרויסן צער וואס די בילדער האבן געשאפן, און זיך אויסקורירן פון דעם שענדליכן פאטש וואס אייגענע ברידער, אזעלכע וועלכע פאררופן זיך "סאטמארער", האבן מיט חוצפה און א מצח נחושה קאנספירירט.

אבער סוף וואך איז געקומען א ידיעה פון שבר על שבר. ווען דער סאטמארער רבי שליט"א האט גענומען אין דער האנט דעם נייעם "כל העולם כולו" האט ער תיכף אויסגעבראכן אין א הילכיגן געוויין. די ארומיגע בני בית און משמשים בקודש זענען געווען אחוז בשרעפים זעענדיג דעם רבי'ן אזוי פאר'צער'ט, און האבן צוזאמען מיטגעכליפעט מיט גרויס ווייטאג. עס האט גענומען עטליכע מינוט ביז דער רבי האט געקענט קומען צום ווארט, און דערנאך האט ער ווידער אויסגעדרוקט זיין ביטערער ווייטאג, און האט מיט טרערן אין די אויגן אויפגעהויבן די הענטעלעך צום הימל רעדנדיג ברוב עוונתנותו צו כביכול כבן המתחטא לפני אביו, "אוי טאטע זיסער, איך ווייס אז איך בין ליידער מלא חטאים ופשעים, אבער דאך, מיר האלטן דאך אינמיטן א שמחה, וואס קומט מיר אזא צרה - אזא צער?" אין שטוב האט געהערשט א גרויס התעוררות, און מ'האט בחוש געשפירט ווי דער רבי נוצט זיין פערזענליכער צער אויף מעורר רחמים זיין פאר אידישע קינדער.

דאס ווייטאג איז די וואך געווען פילפאכיג מער, צוליב דעם וואס דאס בילד פון רבי'ן האט נאך בלאקירט א טייל פון די פארענטשעס פון דער לינקער זייט, און א גרויס טייל פון די בחורים וועלכע זענען געקומען פארוויילן אויף די 26-שטאקיגע פארענטשעס אז דער רבי שליט"א זאל אויף זיי קענען מאכן דעם ברכת הנהנין פון "שאו סביב עיניך וראו כולם נקבצו באו לך", זענען ליידער ארויסגעשניטן געווארן פון דעם בילד.

דער רבי שליט"א האט ווידער אנגעזאגט אין שטוב אז בנוסף צו דעם באיקאט פון פארגאנגענער וואך קעגן דעם "א בליק" זאל מען פון די וואך און ווייטער מער נישט קויפן דעם "כל העולם כולו". אזוי אויך, ווי אין דער פארגאנגענהייט ווען אויסגאבעס האט געדרוקט זאכן וועלכע האבן זיך מתחצף געווען אויף א רבן של ישראל, האבן חשוב'ע עסקנים וועלכע קלאמערן זיך אין דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א אנגעפאנגען א מערכה קדושה ארויסצואווארפן די טמא'נע אויסגאבעס, און ב"ה אז 73 וויליאמסבורגער גראסעריס האבן שוין ארויסגעווארפן דעם "א בליק" און "כל העולם כולו" פון די געשעפטן עפ"י פקודת הקודש.

ויהא רעווא אז מ'זאל מער נישט וויסן פון קיין צער, ויתקיים בנו הפסוק ולא ישמע עוד שוד ושבר בתמונותינו, עביגו"צ ומלכינו בראשינו, בב"א.
בייגעלייגטע פיילס
khk.JPG
khk.JPG (39.55 KiB) געזען געווארן 6343 מאל
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 5:03 pm

עימיצער האט גע'העק'ט יאנקל'ס קאמפיוטער, און ער האט ארויסדערווישט יאנקל'ס קאווע שטיבל-פעסווארד כדי צו דערנידערן דעם ניק 'יאנקל'.

געוואלד, איך בין באמת שרוי בצער!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך יאנקל » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 5:47 pm

זר זהב האט געשריבן:עימיצער האט גע'העק'ט יאנקל'ס קאמפיוטער, און ער האט ארויסדערווישט יאנקל'ס קאווע שטיבל-פעסווארד כדי צו דערנידערן דעם ניק 'יאנקל'.

געוואלד, איך בין באמת שרוי בצער!

ליסן זר, אז דו וועסט מיר צאלן אזויפיל ווי קלאר האט מיר געצאלט, עלעך גערן שרייבן אזא ארטיקל ווען ר׳ אהרן וועט ווייזן אזא היפאקריטסטווע.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 5:51 pm

יאנקל האט געשריבן:, עלעך גערן שרייבן אזא ארטיקל ווען ר׳ אהרן וועט ווייזן אזא היפאקריטסטווע.


סארי יאנקל, דיין וועג פון שרייבן און די אימפליקעישאן דערפון איז וועי אווער די ליין. און לכאורה ווייסטו עס אויך (אזוי האף איך)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך גאלד » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 8:03 pm

איך גראדע האלט - לגמרי נישט סארקאסטיש - אז ווען רז"ל זאל זען דעם כל העולם דעקל העט עס איהם באמת וויי טאן,
איך בין קאנווינסט אז דעם מענטש באדערט באמת ווען מ'איז מפיץ גרויסע בילדער פון זיין צורה,
און איך זעה א דערהער דערין אויך, אויסער אלס פרומקייט, פשוט אלס פרייוועסי און פערסענעל פערפרענץ,

ס'מיר נאר א שטיקל פליאה אז ר' זלמן לייב וואס הייסטאך יא אז ער פארשטייט אן עסק,
ברויך נאך צו פארשטיין אז דאס איז די פעקעדזש דיל פון זיין א פובליק פיגור פון אזא הויכן קאליבער ווי דער אדמו"ר פון סאטמאר,
דאס איז אינדרויסן פון זיין קאנטראל, און דאס איז א שטיקל סעקרעפייס פון זיין א מנהיג,
א מנהיג הייסט מ'לייגט אוועק פריוואטע רצוניות'ן שטותים און מ'איז זיך מפקיר אינגאנצן פאר אידישע קינדער,
אויב ער גלייכט נישט קיין בילדער זאל ער טוישן צו פרייוועט סיטיזן זלמן לייב טייטלבוים פון בארא פארק,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

הודעהדורך זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 8:10 pm

ס'איז נישט אינגאנצן אינדרויסן פון זיין קאנטראל. אין איד איז נישטא קיין בילדער פון אים (און ס'באדערט מיר) און 'די וואך' איז אויך נישטא קיין בילדער. איינער וואס ארבעט פאר'ן ''וואך'' האט מיר געזאגט אז מ'האט פון רז''ל'ס שטוב (קען זיין רז''ל אליינס) גערעדט צו רובינשטיין וועגן בילדער, און ער לייגט טאקע נישט אריין זינט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 8:15 pm

גאלד האט געשריבן:אויב ער גלייכט נישט קיין בילדער זאל ער טוישן צו פרייוועט סיטיזן זלמן לייב טייטלבוים פון בארא פארק,

און אזוי אויך וויזניצע רבי פון מאנסי זאל טוישן צו פרייוועט סיטיזן מאטעלע האגער פון מאנסי
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:48 am

זר זהב האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:אויב ער גלייכט נישט קיין בילדער זאל ער טוישן צו פרייוועט סיטיזן זלמן לייב טייטלבוים פון בארא פארק,

און אזוי אויך וויזניצע רבי פון מאנסי זאל טוישן צו פרייוועט סיטיזן מאטעלע האגער פון מאנסי

און דער דברי יואל זי"ע זאל אויך טוישן זיין סטאטוס אלס פשוט'ער איד הונטערן אויוון...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:35 am

גאלד האט געשריבן:איך גראדע האלט - לגמרי נישט סארקאסטיש - אז ווען רז"ל זאל זען דעם כל העולם דעקל העט עס איהם באמת וויי טאן,
איך בין קאנווינסט אז דעם מענטש באדערט באמת ווען מ'איז מפיץ גרויסע בילדער פון זיין צורה,
און איך זעה א דערהער דערין אויך, אויסער אלס פרומקייט, פשוט אלס פרייוועסי און פערסענעל פערפרענץ,

ס'מיר נאר א שטיקל פליאה אז ר' זלמן לייב וואס הייסטאך יא אז ער פארשטייט אן עסק,
ברויך נאך צו פארשטיין אז דאס איז די פעקעדזש דיל פון זיין א פובליק פיגור פון אזא הויכן קאליבער ווי דער אדמו"ר פון סאטמאר,
דאס איז אינדרויסן פון זיין קאנטראל, און דאס איז א שטיקל סעקרעפייס פון זיין א מנהיג,
א מנהיג הייסט מ'לייגט אוועק פריוואטע רצוניות'ן שטותים און מ'איז זיך מפקיר אינגאנצן פאר אידישע קינדער,
אויב ער גלייכט נישט קיין בילדער זאל ער טוישן צו פרייוועט סיטיזן זלמן לייב טייטלבוים פון בארא פארק,

וואס מיר שטערט איז דאס שרייבן א בריוו וואס אסר'ט בכל התוקף צו דרוקן בילדער, און דערנאך מאכט מען זיך צו די אויגן ווען דרוקן די בילדער דינט די פאליטישע אינטערעסן. אויב זאלן מיר נעמען פאר "פעיס וועליו" דעם בריוו פון שמואל טייטלבוים און לייענען פשוט די ווערטער וועלכע שטייען דארט ("בניגוד רצונו ולמורת רוחו", "בשום פנים ואופן") און אזוי אויך די דרשה פון האדמו"ר זלמן לייב אויף וועלכער דער בריוו איז געווען באזירט, נעמט מען ארויס אז עס איז באמת א גרויסע חוצפה צו דרוקן בילדער פון דעם רבי'ן. די שאלה איז נאר פארוואס אזא חוצפה ווערט נישט אפגעשטעלט. וואו זענען די חסידים וואס פארטיידיגן דעם רבי'ן אפילו ביי קלענערע חוצפות אויף וועלכע ער האט זיך נישט אזוי שטארק אויסגעדרוקט? ווי קען זיין אז נאכדעם ווי לעצטע וואך האט זיך "א בליק" אזוי מתחצף געווען בריש גלי איז נאך נישט ארויס קיין מחאה דערויף (און דאס איז נאכדעם וואס "א בליק" דרוקט כסדר בילדער פון האדמו"ר זלמן לייב), און אז די וואך האט מען נישט געזען אנצואווארענען די אנדערע מאגאזינען ווי "כל העולם כולו" נישט צו דרוקן קיין בילדער?

דער תירוץ דערויף איז זייער פשוט. פון וויזניץ-מאנסיער רבי'ן דרוקט מען נישט קיין בילדער ווייל ער וויל טאקע נישט קיין בילדער, פון האדמו"ר זלמן לייב דרוקט מען יא בילדער ווייל ער וויל עס יא. עס איז מעגליך אז ער איז בעצם אומבאקוועם מיט בילדער (אנדערש ווי זיין עלטסטן ברודער איז האדמו"ר זלמן לייב אייביג געווען א סאלידער נארמאלער מענטש), אבער ער וויל טאנצן אויף ביידע חתונות.

נ.ב. איך וועל בל"נ נישט ווייטער אנטייל נעמען אין א דעבאטע איבער דעם ענין, נאר איך האב דא געוואלט אויסקלארן מיין פאזיציע. העוו פאן!
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3798 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:41 am

ראשית, דער מאנסיער רבי איז נישט סעללעבעל. זיין בילד וועט נישט ארויפשטיפן די סירקולאציע פון קיין איין מאגאזין (זיינע חסידים ליגן נישט דערין, און ער איז נישט אין א קאנטעסט מיט קיינעם). צווייטנס איז קלאר אז מהרז"ל מעג ארויסגעבן מיליאן בריוון, ער איז נאך אלץ נישט בעה"ב אויף די מאגאזינען, און זיי מעגן זיך אנפאפן אויף אים בכל תוקף. צו נעמען דערפון א ראיה אז מהרז"ל וויל טאנצן אויף ביידע חתונות איז דומער פון דומב!

העוו פאן..
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:09 pm

די נייעס באריכט האט זיך די וואך צוגעשטעלט צום כאפטע מחוצפים.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 452 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:15 pm

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:די נייעס באריכט האט זיך די וואך צוגעשטעלט צום כאפטע מחוצפים.

אזאנס!!

די היפאקריטסטווע פון מהרז"ל זעהט נישט קיין עק!!!!!!!!!!!!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:16 pm

די נייעס באריכט האט עקספיריענס מיטן ארויסשניידן מענטשן פון בילדער, פארוואס דא נישט.....?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 452 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » זונטאג אקטאבער 28, 2012 1:39 pm

יאנקל, צחקתי ואצחק עוד. צוקער זיס.

כ'בין נישט קיין סימפאטיקער פון מהרז"ל, אבער ס'דאכט זיך מיר אז דיין ארטיקל וואלט באקוועם געקענט געדרוקט ווערן אלס לייט ארטיקל אין "דער איד". א שאד דו האסט זיך נישט געמאכט קיין נייעם ניק ספעציעל פאר דעם ארטיקל. ס'וואלט דא אויסגעבראכן אן ערנסטע מלחמה צי דער ארטיקל איז פרא מהרז"ל אדער אנטי...
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

הודעהדורך אוי טאטי » זונטאג אקטאבער 28, 2012 1:49 pm

איך האב פאר אייך גרויס נייעס הרב יאנקל, אז די פאטאגראפירער פון ׳א בליק׳ ישראלי בארד, איז שוין מער ווי איינמאל ארויסגעפלויגן פון זאלוינישע מסיבות מיט קלעפ, און אויב קענסטו די בעלי בתים פון ׳א בליק׳, וועסטו טאקע פארשטיין אז פאר די סיבה, לייגן זיי אריין יעדע וואך בילדער פון איהם, ווייל זיי ווילן איהם אפטון! (כאפ א שמועס מיט מ.ר, און איבערצייג דיר אליינס!) והא ראיה, אז אינמיטן זומער ווען זיי האבן געלייגט א גרויס בילד פונעם רבי׳ן אויפן דעקל, האט מען טאקע גערודערט אנטקעגן זיי.
און גיב א קוק אויף די נארמאלע אויסגאבע ׳די וואך׳, מען האט זיי געבעטן ווי נארמאלע מענטשן, און זיי לייגן טאקע נישט אריין!
און דו ווייסט אויך אז ווען די זאלי׳ס דארפן עס ווען, וואלטן זיי זיכער געמאכט עס זאל אנקומען אין ׳די וואך׳ וואס איז סאך א נארמאלערע און פיקט אפ אויסגאבע, ווי ׳א בליק׳!
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » זונטאג אקטאבער 28, 2012 1:53 pm

איך קען זיך מיט יושע רובין און פון אונזערע שמועסן קומט אויס אז ער איז דווקא נוטה צו צד מהרז"ל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:33 pm

כאב אזוי אריינגעטראכט,
ס'וואונדער מיר יא אביסל פארוואס דער כל העולם האט דאס געטאן
איך גלייב אז זיי ווייסן גוט אז ס'טוט איהם זייער וויי,
ספעציפיש א גרויסע בלאו-אפ פון זיין צורה, ווי ער מאכט הוויות,
צישמירט אויף אלע ניוס-סטענדס ווי א מאדעל בילבאורד,
פע!!
דאס איז דאך פונקטליך וואס באדערט איהם זייער
מעג מען טאקע וויי טאן א מענטש איבערהויפט א רבי און א מנהיג פון אזא גרויסע עדה,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:36 pm

באטראכט דעם בילד
אזא סארט בילד איז געהעריג לצנות געמאכט פון א מענטש,
קען זיין בעצם קענען די זאליס באשטיין זאל זיין בילדער,
להגדיל הפארטיי,
פון א עולם, פון רבבות, פון א אויבן אן וכדומה,
אבער דער בילד פון רבי'ן איז חוזק געמאכט,
ער קוקט אויס ווי א עפעס א מין ברסלאווער טיפ רבי מיט די הוויות,
ס'עקלדיג
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:43 pm

עקלדיג? לאו דווקא.
TOO MUCH איז די ריכטיגע ווארט.
גאדע האלט איך אז דאס איז א שיינע בילד.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:57 pm

כעל דיר זאגן דער אמת ,
מיין מיינונג איז אז די מאטיוו וואס טרייבט רז"ל פאר די התנגדות פון די סארט בילדער,
איז א פשוט'ער גילטי קאנשענס, ער זעהט זיך מיט די ווייסע בעקיטשע און די הוויות, ווי א נזם זהב באף חזיר,
פונקט ווי דער בדחן רומט אויס א פעטער - א שטריק - אז ער קען גאנץ ש"ס און פאסט משבת לשבת
און דער פעטער זינקט פאר בושה,
דער זעלבער ר' זלמן לייב קרינטשט ווען ער זעהט א בילד וואס דיפיקט איהם ווי ער זאל זיין עפעס א בעל מדרגה,
ער קען זיך גוט און נאכמער ער קען גוט זיינע חסידים,
ס'מאכט איהם פילן זייער אנקאמפארטעבל

ר' מאטעלע וויזניצער מיט להבחל"ח דער סאטמארע רבי ז"ל
האבן טאקע געהאט א פראבלעם מיט בילדער צוליב די קליפה כנודע,
אבער ר' זלמן לייב ביז זיין 50 יאר,
האט קיינער געהערט ער זאל זיין עפעס אויסגעשפראכן קעגן בילדער,
נאר כנ"ל

איך בעהט ענק צירייסט מיך נישט אויף שטיקער,
יא דאס איז א בייעסד אפיניען און עטס האטס אלע רעכטן זיך צו מחולק זיין,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:41 pm

קיינער צורייסט נישט, עס קען מאכן סענס.
פארט, נאך אלץ בעסער א רבי וואס ווייסט זיינע שוואכקייטן און וויל נישט בלאזן פון זיך ווי פארקערט. נישט אזוי?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 5:07 pm

קען זיין, אבער איך ווייס נישט וועם די מיינסט מיט דער פארקערטער רבי, ווייל מיין רבי איז ב"ה טאקע א צדיק,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אקטאבער 28, 2012 5:16 pm

דיין רבי האט דאך אפגעקויפט דעם כל העולם כולו נאך אין די גוטע צייטן אז ס'זאל נאר זיין בילדער פון אים. שוין איינמאל א צדיק'ל דיין רעבע
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4212 מאל

הודעהדורך פרענטש וואנילע » זונטאג אקטאבער 28, 2012 5:16 pm

דער קעפל איז א בחינה "ניבא ואינו יודע מה ניבא".. נאך די אלע קאמענטס און געשרייבעכץ פון צובראכענע אידן וואס גיסן זיך נעבעך אויס דאס הארץ, זעה איך גאנץ ווער ס'איז "פארווייטאגט"...
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג אקטאבער 28, 2012 5:19 pm

זר זהב האט געשריבן:דיין רבי האט דאך אפגעקויפט דעם כל העולם כולו נאך אין די גוטע צייטן אז ס'זאל נאר זיין בילדער פון אים. שוין איינמאל א צדיק'ל דיין רעבע

וואס רעצטע נארישקייטן מיין רבי איז דער הויפט רעדאקטער פון פילע מאגאזינען און צייטונגען, וויזוי מיינסטו שטיפט ער דורך זיין לערן טאג?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט