בלאט 2 פון 2

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 2:45 pm
דורך היסטאריקער
גוט פאר דיר אבער נישט פאר מהרז״ל

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 2:51 pm
דורך זר זהב
רעדיר איין!

הודעהפורסם: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:12 am
דורך הדד בן בדד
פרענטש וואנילע האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:אויך זעה איך א אינטערעסאנטע זאך, ר' אייזיק און ר' נפתלי (קראלע) זענען כמעט יעדע וואך אין די פיקטשער מאגאזינען, גאנצעטע בלעטער, ווי גרויס און הויך די פארענטשעס זענען, ביידע זעהט אויס טרייען צו שפילן גרויסע רבי געים, און זיי פארהערן זיך ווער קען בעסער.

ר' אביש ווידער זעהט מען זעלטן אין די אלבום'ס, ס'וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער האט עפעס בערך אזויפיל ווי סענדשארדשע אדער מישקאלץ, ס'זעהט נישט אויס ווי ער טרייט בכלל אנטייל צו נעמען אין דעם פארמעסט.


ער האט גראדע היבש מער ווי סענדזשארץ און מישקאלץ, אבער זיינע ברודער פאקען אים איין מיט די פולע פרענטזעס, קוק אן רבי אייזיק'ס חתונות, שמחת בית השואבה, הקפות, רבי אביש איז נישט אפילו אין א פארמעסט דערמיט, אויכעט רבי נפתלי מקראלי האט לעצטענס שטארקע חתונות און טישען אין ספעציעלע זמנים..


נו דאס איז דאך וואס איך וויל ארויסברענגען, אז ער טרייט אפילו נישט אנטייל צו נעמען אין דעם "ריזיגען פארענטשעס געים", איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער חשבון זיינער איז, איך האב פשוט דאס אנגעמערקט, אז די ברודערס זיינע טרייען שטארק צו דעמאנסטרירן וואספארא גרויסע רביס זיי זענען, און ביי אים קוקט נישט אויס ווי ער זוכט זיך צו באווייזן מיט דעם.

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:28 pm
דורך קפנדריא
דאס איז אלע ספינקא'ס אין ווימ"ב? וואס איז מיט רבי בעריש ז"ל, האט ער נישט געלאזט קיין קהילה און מוסדות?

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:32 pm
דורך זר זהב
ער האט יא, זיין זון האט איבערגענומען אויף קיעפ סטריט.

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:21 pm
דורך sunbar
און די אנדערע זון אין מאנסי.. viewtopic.php?f=3&t=1605

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:34 pm
דורך signout
הדד בן בדד האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:אויך זעה איך א אינטערעסאנטע זאך, ר' אייזיק און ר' נפתלי (קראלע) זענען כמעט יעדע וואך אין די פיקטשער מאגאזינען, גאנצעטע בלעטער, ווי גרויס און הויך די פארענטשעס זענען, ביידע זעהט אויס טרייען צו שפילן גרויסע רבי געים, און זיי פארהערן זיך ווער קען בעסער.

ר' אביש ווידער זעהט מען זעלטן אין די אלבום'ס, ס'וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער האט עפעס בערך אזויפיל ווי סענדשארדשע אדער מישקאלץ, ס'זעהט נישט אויס ווי ער טרייט בכלל אנטייל צו נעמען אין דעם פארמעסט.


ער האט גראדע היבש מער ווי סענדזשארץ און מישקאלץ, אבער זיינע ברודער פאקען אים איין מיט די פולע פרענטזעס, קוק אן רבי אייזיק'ס חתונות, שמחת בית השואבה, הקפות, רבי אביש איז נישט אפילו אין א פארמעסט דערמיט, אויכעט רבי נפתלי מקראלי האט לעצטענס שטארקע חתונות און טישען אין ספעציעלע זמנים..


נו דאס איז דאך וואס איך וויל ארויסברענגען, אז ער טרייט אפילו נישט אנטייל צו נעמען אין דעם "ריזיגען פארענטשעס געים", איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער חשבון זיינער איז, איך האב פשוט דאס אנגעמערקט, אז די ברודערס זיינע טרייען שטארק צו דעמאנסטרירן וואספארא גרויסע רביס זיי זענען, און ביי אים קוקט נישט אויס ווי ער זוכט זיך צו באווייזן מיט דעם.

ער האלט זיך זייער צו זיין טאטען פרינציפן אויף ווייט מעגליך,

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:36 pm
דורך זר זהב
זיינע טאטע האט נישט געלאזט לייגן בילדער אין די מאגאזינען? וואס זאגסטע?

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:45 pm
דורך signout
זר זהב האט געשריבן:זיינע טאטע האט נישט געלאזט לייגן בילדער אין די מאגאזינען? וואס זאגסטע?

ער איז אוועקגעשטאנען פין די אלע פראפאגאנדע, פראביר אריינצוגיין ביי אביש אין כאפ א פיקטשער אין בית מדרש וועסטו זעהן וואס איך מיין, די פאר פיקטשערס וואס איז יא דא קען מען זעהן איז געכאפט מיט א טעלעפאון, ווייטער ביי אייזיק איז פינקט פארקערט ער איז ווי דער דאראגער אין ארץ ישראל

הודעהפורסם: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:46 pm
דורך זר זהב
פון וועכע פראפאגאנדע? ס'נישט געווען די אלע זאכן אין יענע צייטן

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 4:20 am
דורך הדד בן בדד
זר, ר' הערשעלע איז נישט נפטר געווארן אין די כ' יארן, ער איז נפטר געווארן אין די שפעטערע נ' יארן. עס האט טאקע נאך נישט אויסגעקוקט ווי היינט, אבער עס איז שוין דאן אויך געווען פראפעגאנדע אינגרויסן. אין די אנהייב מ' יארן האט שוין קאסטום פאטא געהאט צוויי גאנצע ווענט באהאנגען מיט רבי בילדער וועלכע ער האט פארקויפט, עס איז שוין דאן געווען א גרויסער עסק.

אויסער דעם, אפגעזעהן פון דעם צו ר' הערשעלע האט יא געלאזט אדער נישט, האב איך ארויסגעברענגט א נקודה, אויף וועלכן סיינאוט האט צוגעלייגט, און די נקודה איז א פאקט, אז ר' אביש'ן זעהט מען כמעט נישט אין די בילדער מאגאזינען. ער האט מער חסידים ווי אסאך אנדערע וועלכע מען זעהט דארט וואך איין וואך אויס, און ער זוכט דאס נישט. דעצאל.

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:54 pm
דורך סקרן
ויזניץ X10
ראחמיסטריווקא X2
אמשינוב X2
קוסוב X2
דזיקוב X2
סקווירא X3
לעלוב X?
ספינקא X?
דעעש X?
סאטמאר X3
סלונים X2
מאדזיץ X2
בעלעד X2
צאנז X2
באבוב X2
פאלטישאן X4
מאגרוב X2
סערט ויזניץ X2
בעלזא X2
סטיטשין X2
ניקלישבורג X2
קארלסבורג X2