בלאט 1 פון 2

חסידות'ן וואס האבן צוויי אדער מער, ספינקא vs ספינקא, סקאליע

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:09 pm
דורך קפנדריא
סטיטשין און סטיטשין, פאפא און פאפא, אין דעם אשכול קען מען ברייט ארום רעדן איבער אלע חסידות וואס פארמאגן מער ווי איינס פון דער זעלבער, און די גרויס און מעלות פון אלעמען, איבער די אנדערע, אבער נישט לשון הרע ביטע.

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:16 pm
דורך זר זהב
ניקלשבורג ניקלשבורג. חוסט חוסט. מישקאלץ מישקאלץ. ברסלב ברסלב בלב ברסלב ברסלב ברסלב ברסלב

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:19 pm
דורך ל.רוזן
סקווירא, סקווירא ב'פ, סקווירא פלעטבוש דשונסקי, דשונסקי

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 9:07 pm
דורך gehlungen
ל.רוזן האט געשריבן:סקווירא, סקווירא ב'פ, סקווירא פלעטבוש דשונסקי, דשונסקי

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

Belz & belz. Bobev & bobev kalev &kalev kloizenburg&kloizenburg !

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:28 am
דורך געפילטע פיש
איך מיין אז ס'וועט דיר זיין גרינגער צו מאכן א ליסט פון חסידות'ן וואס האבן נאר איינס.

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:04 am
דורך קפנדריא
געפילטע פיש האט געשריבן:איך מיין אז ס'וועט דיר זיין גרינגער צו מאכן א ליסט פון חסידות'ן וואס האבן נאר איינס.

אדער חסידות וואס האבן פינף אדער מער, ווי ספינקא, ברסלב, זידיטשויב, נאדבורנא, וכדומה.
אבער ס'קען זיין גאנץ אינערעסאנט צו באשרייבן פרוטרוט יעדן חסידות, ווער האט מער מענטשן אין ביהמ"ד, ווער האט מער קוויטלעך, ווער האט גרעסערע מוסדות, אא"וו.

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:24 pm
דורך שעפטל
ל.רוזן האט געשריבן:דשונסקי, דשונסקי

קודם ס'איז דושינסקיא
נישט געוויסט ס'דא צוויי. (איך ווייס ס'דא אין בית שמש אבער נאר א רב, די רבי ר' יוסף צבי פארט אייביג אהין צו יעדע זאך)

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:25 pm
דורך שעפטל
און פון סעקלעהעד האט יעדער פארגעסן!!!

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:41 pm
דורך פרענטש וואנילע
איך מיין אז נאר איינס איז דא פרעמישלאן, מונקאטש, שאפראן, בראשוב, אשוי, באיאן, ברעזנא, לאשאנץ, שאללא, און באבוב...

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:12 pm
דורך מים חיים
פרענטש וואנילע האט געשריבן:איך מיין אז נאר איינס איז דא פרעמישלאן, מונקאטש, שאפראן, בראשוב, אשוי, באיאן, ברעזנא, לאשאנץ, שאללא, און באבוב...

מונקאטש איז דא צוויי. אין שטאט מונקאטש איז דא איינער וואס רופט זיך מונקאטשער רב, און דער מונקאטשער פון בארא פארק וויל דאס נישט צולאזן. דאס איז דער באדייט פון די אפטע נסיעות צום שטאט מונקאטש.

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:23 am
דורך קפנדריא
פרענטש וואנילע האט געשריבן:איך מיין אז נאר איינס איז דא פרעמישלאן, מונקאטש, שאפראן, בראשוב, אשוי, באיאן, ברעזנא, לאשאנץ, שאללא, און באבוב...


... און באבוב.. מיט אזא גראדקייט.

און אויב מעג איך פרעגן, וואס איז דאס שאללא? איז דאס די כת השאלים?

הודעהפורסם: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:58 pm
דורך הדד בן בדד
מים חיים האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:איך מיין אז נאר איינס איז דא פרעמישלאן, מונקאטש, שאפראן, בראשוב, אשוי, באיאן, ברעזנא, לאשאנץ, שאללא, און באבוב...

מונקאטש איז דא צוויי. אין שטאט מונקאטש איז דא איינער וואס רופט זיך מונקאטשער רב, און דער מונקאטשער פון בארא פארק וויל דאס נישט צולאזן. דאס איז דער באדייט פון די אפטע נסיעות צום שטאט מונקאטש.


נישט אינגאנצן אזוי. אין שטאט מונקאטש האט געוואוינט ביז לעצטענס א טייערער איד א יליד מונקאטש, וועלכער איז געקומען אהין אויפטוהן פאר אידישקייט, און האט זיך דוקא געהאלטן זייער נאנט מיט דעם מונקאטשער פון ב"פ. אבער ער האט פארשיקט דעם ראש הקהל פון זיין אמט, נאכן מחלל שבת זיין בפרהסיא פאר די גאנצע שטאט אויפטרעטנדיג שבת צופרי ביי א פאליטישער ראלי און גערעדט דארט אויפן מייק, און האט נאך געהאט טענות אז מען האט טענות צו אים.

דער ראש הקהל וועלכער איז בעצם בעה"ב פון שטאט מונקאטש, און פון די גרעסטע בעה"ב אין גאנץ אוקראינא בכלל (וואס אפאר דאללער קען באווייזן) האט אים געוויזן ווער עס קען בעסער. ער האט אנגעדרייט דעם מונקאטשער קעגן דעם ארטיגן רב, און האט יענעם דורכן געריכט ארויסגעווארפן פון זיין אייגענעם בית המדרש (מיט הילף פון דעם מונקאטשער און נאך אנדערע צדיקים דא אין אמעריקא) און אים צושמעטערט אויף שטיקער.

ביים אנהייב איז ער נאך געבליבן אין מונקאטש, אבער נאך א קורצע צייט איז ער געווארן נישט געזונט און איז צוריק געפארן קיין א"י. הגם זיין קהילה (וועלכע ער האט געהאט אריבערגעפירט צו זיך אין דירה) איז נישט אונטערגעגאנגען, ווייל דער מענטש וועמען דער ראש הקהל האט געדינגען אנצופירן זיין קהילה, האט זיך עווענטועל צוקריגט מיט אים און ער איז אריבערגעקומען אין דעם אלטן רב'ס דירה און ער פירט דארט ווייטער דאס ווירטשאפט.

בעליוו איט אר נאט...

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:58 pm
דורך עוד מישהו
נאנאש, הוידא-נאנאש.

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 6:02 pm
דורך sunbar
נאך איינער האט געשריבן:נאנאש, הוידא-נאנאש.


נישט די זעלבע...

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 7:07 pm
דורך געפילטע פיש
קפנדריא האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:איך מיין אז נאר איינס איז דא פרעמישלאן, מונקאטש, שאפראן, בראשוב, אשוי, באיאן, ברעזנא, לאשאנץ, שאללא, און באבוב...


... און באבוב.. מיט אזא גראדקייט.

און אויב מעג איך פרעגן, וואס איז דאס שאללא? איז דאס די כת השאלים?

ס'דאך ידוע די מעשה מיט די איד וואס האט באקומען א הארץ אטאקע אין באבובע בעסמעדרעש, ט'גערופן הצלה, פרעגן זיי ווי ער איז, זאגט ער אין גרויסן באבובע בעסמעדרעש, פרעגן זיי וועלכע באבוב, זאגט ער ס'נאר די איינס! פרעגן זיי אבער וועלכע איז די איינציגסטע? זאגט ער ס'דאך נאר דא איין איינציגע! ויצא נשמתו באחד...

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 7:09 pm
דורך זר זהב
ל :lol: ל

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:45 pm
דורך פרענטש וואנילע
האובאוט באשרייבען דיטעילס פון חסידות, גרויסקייט, וויפיל שוהלען, מוסדות וכדו'.

וזה החלי, ספינקא וויליאמסבורג,

הגה"צ רבי אביש שליט"א, האט לכאורה די גרעסטע און הצלחה'דיגסטע שוהל, איבערגענומען די טאטע'ס שוהל (לויט האלב פון די צוואה..), אסאך מתפללים, גאנץ א שיינע ציבור ביים וועכענטליכען טיש, א שיינע מקום תורה אין בעסימענט, און ער איז געבליבען מיט משפחת שטיינמעץ וואס הייסען די עמודי התווך פון ספינקא, אין סאמע בעסטע געגענט פון אלט וויליאמסבורג, מיט א מקוה דערצו.

אויכעט האט ער א כולל ווי מ'לערענט אגאנצען טאג.

ווידעראום הגה"צ רבי אייזיק שליט"א , האט נישט אזויפיל מתפללים וועכענטליך ווי דער ברודער, פראוועט אין א געדונגענע ביהמ"ד נישט אין אזא גוטע געגנט, האט ביים טיש עפעס מער ווי רבי אביש, האט בלויז א נאכט כולל, און יעצט געעפענט א קליינע ישיבה מיט בערך 20 בחורים, אבער האט מער קוויטלעך ווי רבי אביש, אבער ימים נוראים, ימים טובים, אדער גרויסע מאורעות און טישען שלונגט ער איין דעם ברודער אין וועסטעל טאש, אויכעט האט ער ווי ס'קוקט אויס מער כיבודים ווי סידור קידושין וכדומה.

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 7:13 pm
דורך הדד בן בדד
אויך זעה איך א אינטערעסאנטע זאך, ר' אייזיק און ר' נפתלי (קראלע) זענען כמעט יעדע וואך אין די פיקטשער מאגאזינען, גאנצעטע בלעטער, ווי גרויס און הויך די פארענטשעס זענען, ביידע זעהט אויס טרייען צו שפילן גרויסע רבי געים, און זיי פארהערן זיך ווער קען בעסער.

ר' אביש ווידער זעהט מען זעלטן אין די אלבום'ס, ס'וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער האט עפעס בערך אזויפיל ווי סענדשארדשע אדער מישקאלץ, ס'זעהט נישט אויס ווי ער טרייט בכלל אנטייל צו נעמען אין דעם פארמעסט.

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:32 pm
דורך פרענטש וואנילע
הדד בן בדד האט געשריבן:אויך זעה איך א אינטערעסאנטע זאך, ר' אייזיק און ר' נפתלי (קראלע) זענען כמעט יעדע וואך אין די פיקטשער מאגאזינען, גאנצעטע בלעטער, ווי גרויס און הויך די פארענטשעס זענען, ביידע זעהט אויס טרייען צו שפילן גרויסע רבי געים, און זיי פארהערן זיך ווער קען בעסער.

ר' אביש ווידער זעהט מען זעלטן אין די אלבום'ס, ס'וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער האט עפעס בערך אזויפיל ווי סענדשארדשע אדער מישקאלץ, ס'זעהט נישט אויס ווי ער טרייט בכלל אנטייל צו נעמען אין דעם פארמעסט.


ער האט גראדע היבש מער ווי סענדזשארץ און מישקאלץ, אבער זיינע ברודער פאקען אים איין מיט די פולע פרענטזעס, קוק אן רבי אייזיק'ס חתונות, שמחת בית השואבה, הקפות, רבי אביש איז נישט אפילו אין א פארמעסט דערמיט, אויכעט רבי נפתלי מקראלי האט לעצטענס שטארקע חתונות און טישען אין ספעציעלע זמנים..

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:49 pm
דורך היסטאריקער
אין ספעציעלע זמנים האבן זיי מער, אבער פול פלעדזש חסידים האט ער מער

אפשר ווייל ער איז אויף זיין טאטע׳ס פלאץ

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:50 pm
דורך זר זהב
יא, אסאך זענען פשוט געבליבן אינעם ארגינעלן שול

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:53 pm
דורך היסטאריקער
אזוי ווי אין אנדערע פלעצער וד״ל

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:55 pm
דורך זר זהב
ניין גראדע די ארוינים זענען אלע אוועק פון ראדני. דאס שטימט בעסער מיט די נאציע אז די ארוינים זענען גאר שטארקע חסידים, א ביהמ"ד וועט זיי נישט אפהאלטן פון גיין צו וואו זיי ווילן באמת גיין. און דאס איז טאקע דער אמת

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 2:42 pm
דורך היסטאריקער
אבער אין ראדני זענן געבליבן מענטשן נאך די פטירה פון הדבר״י זי"ע אפילו זיי האבן נישט געהאט קיין שום שייכות מיט הב״מ זי״ע (מילד גערעדט) און די זענן געבליבן ווייטער
״די״ האט מהר״א נישט באקומען ב״ה

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 2:44 pm
דורך זר זהב
אה נישט פון דאס האביך גערעדט. ווילאנג זיי זענען געווען ביים רבי'ן זענען זיי גוט פאר מיר. מ'טאר נישט פארגעסן אז די וואס האבן זיך געווייקט ביי רבינו הק' זי"ע זענען 'אויך' סאטמארע. זיי זענען נישט קלויזענעבורג, בעלז אדער סאדיגור.