נעמט דעם כיבוד, טאנצט מיט'ן ספר, און גאפעלט ארויס דערמיט!!

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

נעמט דעם כיבוד, טאנצט מיט'ן ספר, און גאפעלט ארויס דערמיט!!

הודעהדורך זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:06 pm

האט נאך איינער געהערט די מעשה? ס'האט מיר געקאסט א לאך...

לאמיר אייך פארציילן א מעשה א שעהן (שיין), אין וויליאמסבורג איז די מעשה געשען, ווען שמחת תורה איז געווען.

אין א רעלאטיווער קלענערער ביהמ"ד. זענען אריינגעקומען 2 אינגעלייט וואס איינער פון זיי איז א זון פון א נדבן וואס האט מנדב געווען א ספר תורה פאר יענעם ביהמ"ד.

ביי די הקפות האט מען יענעם אינגערמאן מכבד געווען צו טאנצן טאקע מיט'ן ספר וואס זיין טאטע האט מנדב געווען. ער נעמט דעם ספר און ער נעמט זיך טאנצן ארום און ארום אזוי ווען פלוצלינג אן קיין ווארענונג האט מען דערזעהן אז ער נעמט זיך טאנצן נישט אינעם ליניע... ער איז געווען אזוי בדביקות... אז ער האט זיך דערטראפן טאנצן אויפ'ן גאס... און דאן האט שוין גארנישט געטאנצן, ער איז געשפרינגען און געלאפן!! ער מיט'ן אנדערן אינגערמאן זענען געלאפן מיט'ן ספר תורה אוועק פונעם שול.

ס'האט גענומען א מינוט זיך צו אריענטירן וואס דא קומט פאר - דערציילט מיר א מתפלל - ס'דאך עפעס גאר מאדנע. ווען מ'האט געכאפט אז ס'נישט קיין וויץ איז געווארן א כאפצעם... א היימישער (הייליגער...) כאפצעם. קינד און קייט זענען נאכגעלאפן און געטרייט (פרובירט בלע"ז) צו דעריאגן די לוקחי התורה... א מין דערהער... א מין שטיקל, אוועקגעכאפט א ספר פון ביהמ"ד...

דער זון טענה'ט אז מ'האט קיינמאל נישט געליינט אין זיין טאטנ'ס ספר. נישט דאס האט זיין טאטע געוואלט, זאגט ער.

און זיין שטיקל איז געלונגען.

ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:09 pm

נו, אויף דעם זאגט מען דאך,
וואו "תורה", דארט חכמה...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:18 pm

אדער פארקערט.. וואו חכמה דארט תורה! ודו"ק
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך מיקוה נייעס » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:34 pm

ער האט געטרייט מיט שיינעם ?
נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט

געהערט און מקוה עס קומט גוטע צייטען
מיקוה נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:29 pm
געפינט זיך: און מקוה
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:35 pm

כ'ווייס נישט מער דיטעילס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:39 pm

זר זהב האט געשריבן:כ'ווייס נישט מער דיטעילס

אריין און חלום חלמתי
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:07 pm

קלוגער, פארוואס זאגסטו אזוי?
אריין אין שרייבן און שרייבן און גארנישט געשריבן
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:14 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:קלוגער, פארוואס זאגסטו אזוי?
אריין אין שרייבן און שרייבן און גארנישט געשריבן

דו מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן פלעגן מיינע רעביס זאגן ווען איך פלעג קומען שפעט און חדר און זאגן אן אויפגעטראכטע תירוץ
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:15 pm

שמעקעדיג, איך האב שוין ערגעץ געשריבן אז געווענליך מיינט א "ניק" דאס פארקערטע פון ווער עס שטייט דערונטער. מילא דארספטו נישט רעאגירן...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך נס קאווע » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:16 pm

ער האט געדאווענט אין א שוהל וואס האט נישט געהאט קיין ספר און דאס איז (לכאורה...) געווען די גרינגסטע וועג עס צו באקומען
אגב ווי איך האב גיהערט האט אין יענע שוהל אויך געדאווענט א זוהן פונם נדבן (לכאורה בעל בית, ווער איז היינט מנדב), כבין נאר נייגעריג צו איינער ווייסט צו די ספר איז אמאל צוריק געגאנגען צום ביהמ"ד פון וואו מען האט איהם ארויס גענומען
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 410
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:17 pm

נס קאווע האט געשריבן: כבין נאר נייגעריג צו איינער ווייסט צו די ספר איז אמאל צוריק געגאנגען צום ביהמ"ד פון וואו מען האט איהם ארויס גענומען

איך האב געהערט אז נישט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך נס קאווע » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:19 pm

זר זהב האט געשריבן:
נס קאווע האט געשריבן: כבין נאר נייגעריג צו איינער ווייסט צו די ספר איז אמאל צוריק געגאנגען צום ביהמ"ד פון וואו מען האט איהם ארויס גענומען

איך האב געהערט אז נישט.

ואו! איך האב פארשטאנען אז ס' נישט געווען קיין שום סכסוך נאר ער'ט פשוט געדארפט א ספר צו טאנצן יו"ט, כ' געמיינט אז נאך יו"ט גייט עס צוריק
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 410
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:21 pm

ניין, ס'געווען א גניבה אדער וויזוי דו ווילסט עס אנרופן
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך outspoken » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 6:56 pm

א עלטערע איד וואס האט געהאט צוויי זין האט אריינגעגעבן א ספר תורה און זיין לאקאלע בית המדרש, נאך אפאר יאר איז ער געגאנגען וואוינען ביים אינגערע זין, יעדעס יאר שמחת תורה פלעגט די אינגערע זין קומען בערך א שעה וועג צו טאנצען מיטן ספר, און אויב האט זיך די עצי חיים צובראכען אא''וו פלעגט די רב אים קאלן ער זאל דאס פארעכטען.

ויהי היום, די איד איז נעבעך אוועק ערב ראש השנה פארמיטאג מ'האט שנעל געמאכט די לווי' און מ'איז געזיצען שבעה א שעה וישכחהו, ממחרת יוה''כ גייט די אינגערע זין צום רב פונם אויבער דערמאנטע בהמ''ד, און זאגט אים אז דער טאטע וויל אז מ'זאל אריבער טראגען די ספר צו זיין ביהמ''ד, אזוי שמוסענדיג פרעגט ער אים וואס מאכט דיין טאטע, אבער די זין האט נישט געהעריג גע'ענטפערט, זאגט אים די רב, די סעיף האט מען היינט געפיקסט און איך האב נישט יעצט די נומבער קום צוריק מארגען.

די רב האט אנגעקאלט דעם עלטערען ברודער פרעגען וואס עס גייט פאר, איז ער שאקירט געווארען צו הערען אז דער איד לעבט שוין נישט, און אז ס'שטייט אין צוואה אז די ספר געהערט צום בכור...

די עלטערע ברודער איז געווארען אזוי איבערגענומען און זאגט צום רב, איך האב געוואלט נעמען די ספר צו מיין שטאט, אבער פאר ראטעווען מיין ספר וועל איך עס לאזען אין דעם ביהמ''ד נאך 5 יאר.

ואוו חכמה דארט תורה!

שיער נישט פארגעסען צו זאגען, די אינגערע ברודער איז קיינמאל נישט אנגעקומען.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 798 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 6:58 pm

עפעס איז אומקלאר. קענסט מסביר זיין קלארער?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך אוי טאטי » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 9:19 pm

ווי איך האב געהערט איז די מעשה געווען, אז דער איד וואס האט מנדב געווען דעם ספר תורה איז אוועק, און זיין זון האט אנגערופן דעם רב און עפעס געוואלט נעמן דעם ספר פאר א שבת, האט דער רב געטאנעט חי וקים, דיין טאטע האט מיר עס געגעבן און עס האט גארניקס מיט דיר, האט דער זון געשיקט שמחת תורה זיין בחור מיט זיין אינגערע ברודער זאלן בעטן א כיבוד, ווען מען האט זיי עס געגעבן, האבן זיי אפגעפיצט מיטן ספר.

ווי פארשטענדליך, יעדע מעשה האט צוויי צדדים, און איך נעם נישט פאראנטווארטליכקייט אויף די צד. 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אוי טאטי אום מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:15 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 9:21 pm

אוי טאטי האט געשריבן:ווי איך האב געהערט איז די מעשה געווען, אז דער איד וואס האט מנדב געווען דעם ספר תורה איז אוועק, און זיין זון האט אנגערופן דעם רב און עפעס געוואלט נעמן דעם ספר פאר א שבת, האט דער רב געטאנעט חי וקים, דיין טאטע האט מיר עס געגעבן און עס האט גארניקס מיט דיר, האט דער איד געשיקט שמחת תורה זיין זין מיט זיין אינגערע ברודער זאלן בעטן א כיבוד, ווען מען האט זיי עס געגעבן, האבן זיי אפגעפיצט מיטן ספר.

ווי פארשטענדליך, יעדע מעשה האט צוויי צדדים, און איך נעם נישט פאראנטווארטליכקייט אויף די צד. 

פון הימל? ער לעבטאך שוין נישט?!?!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך אוהב דעת » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:06 pm

אוי טאטי האט געשריבן:ווי איך האב געהערט איז די מעשה געווען, אז דער איד וואס האט מנדב געווען דעם ספר תורה איז אוועק, און זיין זון האט אנגערופן דעם רב און עפעס געוואלט נעמן דעם ספר פאר א שבת, האט דער רב געטאנעט חי וקים, דיין טאטע האט מיר עס געגעבן און עס האט גארניקס מיט דיר, האט דער איד געשיקט שמחת תורה זיין זין מיט זיין אינגערע ברודער זאלן בעטן א כיבוד, ווען מען האט זיי עס געגעבן, האבן זיי אפגעפיצט מיטן ספר.

ווי פארשטענדליך, יעדע מעשה האט צוויי צדדים, און איך נעם נישט פאראנטווארטליכקייט אויף די צד. 

געט דען איינער אוועק א ספר תורה פאר א שול? מבארגט עס נאר, עס בלייבט ווייטער זיינס ,אין עס גייט ווייטער ירושה צו די קינדער נישט אזוי? 
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך מים חיים » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:37 am

פאר אפאר יאר צוריק איז אוועק אן אדמו"ר אין וויליאמסבורג. און כנהוג אצל חצרות האדמורי"ם הניח כמה בנים כמותו, און יעדער איינער האט פאר זיך א שוהלכל.

תיכף נאך די שבעה, אדער נאך אפשר אפילו בשעת די שבעה, ווען מען איז נאכנישט געווען אפיציעל צוקריגט, איז איינע פון די בני האדמו"ר השני געגאנגען הגבה אויפן ספר ביים אדמו"ר הראשון אין בית המדרש, און אזוי ווי מען האט גענדיגט גולל זיין דעם ספר, ער האט געווארט מען זאל ארויפלייגן דעם זילבערנעם יד אויפן עצי חיים, האט ער זיך אויפגעשטעלט (יא, פאר יהללו...) ארויס פון ביהמ"ד אריין אין א קאר, ארומגעפארן אראונד די קארנער, און אריינגעלייגט דעם ספר ביים טאטן - האדמו"ר השני - אין שוהל סעיף....

אלזא, דאס איז נישט קיין פרעצענדלאזע געשעהניש.
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:45 am

נא, אויף די תורה שטייט דאך כי לקח טוב נתתי לכם, גמר קיחה קיחה משדה עפרון.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך קרעקער » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 10:49 am

אין בורו פארק האט איינער געגאנבעט פין א שוהל 5 ס"ת
מהאט איבערגעקערט די שטאט מיט פאליס דעטעקטיווס
סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז דע רב האט עס געגאנבעט צו קענען קלעימען אינשורענס
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1089
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 533 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:29 am

איך פארשטיי נישט דו גאנצע זאך.
מ'איז דאך נישט מקיים מצות כתיבת ספר תורה ווען מ'ירשנ'ט א ספר פון א טאטע.
סאו וואס איז די איידיע פון האלטן די טאטע'ס ספר.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:04 pm

היה מעשה, א איד וואס איז געפארן פון אמעריקא קיין ארץ-ישראל. זייענדיג אין עירפארט קומט צו אים צו א איד מיט א ספר תורה אין האנט, אים פרעגנדיג וואו ער פארט און אויף וועלכע פלייט, בקיצור עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי פארן אויפן זעלבן פליגער. בעט אים דער איד א טובה, אז ער דארף ארויסגיין א מינוט, זאל ער אזוי גוט זיין און האלטן די תורה ביז ער קומט צוריק, און אויפן ערגסטן פאל וועט ער אים באגעגענען אויפן פליגער.

בקיצור המעשה, דער איד איז קיינמאל נישט צוריקגעקומען. יענער האט זיך נעבעך געשלעפט מיטן תורה די גאנצע וועג, איר אנגעהאלטן, זיך קוים אן עצה געגעבן מיט די עסן, פעקלעך וכדומה. אנקומענדיג קיין ארץ-ישראל, האבן אים אפגעווארט צוויי מענטשן און בעטן אים שיין די ספר-תורה וואס מען האט געשיקט פון אמעריקא, אבער יענער זאגט, לא. דער תורה בלייבט ביי מיר. עס וועט אייך גארנישט העלפן.

איז געווען א דין תורה ביי הרב וואזנער, און הרב וואזנער האט גע'פסק'ענט, אז............ דער ספר תורה געהערט פאר יענעם שליח וואס האט זיך געשלעפט דערמיט.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך אוי טאטי » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:16 pm

זר זהב האט געשריבן:פון הימל? ער לעבטאך שוין נישט?!?!

שוין פאראכטן
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 4:56 pm

אזוי גאר? ווען איך האב געהערט די מעשה איז די גירסה געווען אז יענער האט פארלאנגט מען זאל עם צאלן די טיקעט אלס תשלומין פארן האלטן אגאנצע וועג. אז דו פרעגסט מיר וואלט איך געזאגט עס איז א מעשה שלא היה (לוינט זיך נאכצוקוקן אויב עס שטאמט פון די סעריע 'סיפורי הרב זילברשטיין שלא היו').
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט