דורך גאלד » זונטאג אפריל 28, 2013 1:21 pm
האסט א גוטע סתירה. ר' אהרן, מסכים, איך קען עס דערהערן, ער האט יארן צוריק גוט אפגע'חוזקט פון די הדלקות און יעצט איז "the joke on him", איך קען באמת נישט האבן קיין שום טענות וואס זיינע שונאים רייטן אויף דעם,
אבער ברויכסט דערהערן איין וויכטיגער זאך, אז אפי' דעמאלטס ווען ר' אהרן האט אזוי אפגעחוזק'ט פון הדלקות האט ער קיינמאל פארגעשלאגן אז דאס זאל זיין עפעס א פירצה אין יסודות יהדות ואמונה, ער האט קיינמאל געזאגט אז דאס איז עפעס א חשש איסור דאורייתא, א לאו, א איסור דרבנן, אדער ענין פון התרשלות אין שמירת המצות, סך הכל האט ער עס אפ'געחוזק'ט דערפון און עס אוועק געמאכט, ממילא אפי' ער האט יארן שפערן זיך געטוישט, איז באמת "no harm no foul",
בשלמא ווען איינער שרייבט פאר 10 יאר אז די סקול דיסטריקט איז א מצוה און די בני יואל עבריינים, און 10 יאר שפעטער וועקט ער זיך אז דאס האב איך געטאן מחמת הלחץ זו הדחק אבער לעולם האב איך אלס געוויסט אז דער סקול דיסטריקט האט א חשש כפירה, דאס איז דאך ממש יסודות פון אונזער דת, אבער מאכן הדלקות ל"ג בעומר, האט קיינער קיינעם עולה על הדעת געווען אז דאס פון די שלשה דברים שהעולם עומד, צו איינער זאל זיין דערפאר צו דערקעגן, דאס איז איינע פון די זאכן פון ר' אהרן, מ'קען חוזק מאכן וויפיל מ'וויל פון הדלקות, זינגען, טאנצן, אבער ווען ס'קומט צו יסודות'דיגע ענינים וואס האט מיטן שו"ע מיט הלכה מיט שיטת רבינו ז"ל, איז ער "אלס" געווען אויף די ריכטיגע זייט, איך ווייס די זאליס וויל עס נישט איינזעהן, אבער דאס די מציאות,
יעצט פארוואס ר' אהרן האט זיך געטוישט זיין שטעלונג בנוגע הדלקות, איז "up for speculation", ער האט קיינעם געזאגט, די זאליס וועלן זיך שווערן אז צוליב עטענשן, דארף מען פארשטיין פון ווי די זאליס קומען, זיי האלטן דאך אז ווען ר' אהרן טאנצט חסל סידור פסח, צו קידוש לבנה איז אלעס פאר עטענשן, זיי האבן קלאר געזאגט אז ווען ר' אהרן האט געוויינט ביי זיין אייגן טאטע און מאמעס לוי' אז ער האט עס געטאן פאר עטענשן און ער האט זיך געמאכט, איך מיין אז "דער איד" האט עס שוין אפאר מאל מרמז געווען, שטעלט אייך פאר א זוהן געזעגנט זיך לפני מטתו פון זיינע אייגענע עלטערן, קומען די פארדומטע בלינדע שונאים און זאגן מיט א בלעכן פנים אז ס'אלעס פאר עטענשן, ס'איז ממש אומגלויבליך, די זעלבע דא, ס'דא 100 טויזנט מער ראשינאלע סברות פארוואס ר' אהרן זאל מאכן ל"ג בעומר תשע"ג א הדלקה און טאנצן בר יוחאי, אז איך זאל מוזן צוקימען צו דעם אז ער איז ממש אויסגעהונגערט פאר עטענשן, איך וועל געבן אפאר השערות וואס איך קלער, איך ווייס נישט זיכער אבער איך בין פונקט אזוי ענטייטלד צו מאכן השערות ווי די זאליס,
1. קען זיין ס'א ענין פון צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם, דעמאלטס האט ער טאקע אפגעחוזקט, ווייל ס'געווען נאך א ל"ג בעומר פייער טראגעדיע ווי א בחור האט נעבעך פארלוירן א פינגער, איז לפי המצב האט ער געוואלט ארויסגיין בכל חומר,
2. קען זיין אז ווי נאר ער האט איבערגענומען א אחריות פון הנהגה איז ער געקומען צו די הכרה אז דאס וועט זיין לתועלת עדת מרעיתו, אויב מ'טוט עס באופן מיט די ריכטיגע כוונה ומחשבה, ולמעשה האט דאך זיין טאטע געגעבן די הסכמה די ערשטע יאר,
3. קען זיין ער טוט נאר לתועלת חסידיו תלמידי רבינו הק' זצ"ל צו מונע זיין סאטמארע אידן צו פארן אויף ארץ ישראל מיט בלויז חצוניות'דיגע הרגשים וואס קען זיי מעגליך אריינלייגן און נסיונות כידוע, ממילא וויל ער זיי געבן א טעם מירון דא און חוץ לארץ,
4. קען זיין אז לעצטנעס האט ער זיך מער מדבק בתורת ר' שמעון, ספר הזוהר ועוד, וואס איך פערזענליך האב א שטארקע חשש אז ער טוט דערין, ממילא אויף דער עלטער שפירט ער שטערקערע התקשרות צו ר' שמעון
פארשטייט זיך כל הנ"ל איז בלויז השערות, איך האב באמת קיין אהנונג, אבער אזויפיל האלט איך קלאר אז צו זאגן פונקט ער זאל זיין אויסגעהונגערט פאר עטענשן, דאס קען נאר גלויבן אזא איינער וואס האלט אז ער וויינט ביי זיין טאטנס לוי' פאר עטענשן,