בלאט 7 פון 66

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:55 pm
דורך שעפטל
קענסט שרייבן אויפן ראב"ד וואס דו ווילסט, קיינער אין די וועלט האט נישט געצווינגן די עדה אים בכלל אריינצונעמען אין די עדה, טראץ אלע זיינע עבירות וואס ער איז באגאנגן אין די פארגאנגענהייט. קיינער האט נישט געצווינגן די עדה אים צו מאכן פאר סגן נשיא וואס ער האט יארן געדינט. און קיינער האט נישט געצווינגן די עדה אים צו מאכן פאר ראב"ד (טראץ די אלע פארפירערייען וואס געוויסע האבן יא געוואלט נקמה נעמען אין אים בשעתו, און פרובירט צו בלאקירן פון ווערן ראב"ד, מיט אלע מיני טענות)

דעם ראב"ד איז נאך אזוי געגאנגן אין לעבן די קברים, און באשפריצט געווארן מיט גאז, ווי דער גאב"ד האט אפגעשריבן בשעתו א שארפן מחאה (ס'איז נאך וואליד די אלע טיטלן דארט...?).

ביי די צפת פרשה ווי דער סרל משה זצ"ל האט געשריבן אז נאר קדמונינו זאל קער נעמען, און אזוי אויך די בי"ד האט דאס באשטימט און שארף געשריבן קעגו שמידל/שטערן, איז טאקע דער ראב"ד ארויסגעפארן בשליחות די רבי און די בי"ד.

דא האט דער ראב"ד געזעהן אז ס'איז נאך אזא שפיעל ווי ביי, ווי טאקע די בי"ד האט געשריבן בריוון אהין און צוריק און די ראב"ד שליט"א האט געשריבן דא 'עד כאן' אתרא קדישא האט פארלארן זייער נאמנות און מ'גלייבט זיי נישט אויף גארנישט.

יעצט לויט נאר,,פרייליך זעמער אלע ציונים, כופרים, בלאט חברה, ממשפחת שטערנבוך, נידריג, שקצים ועוד ועוד ועוד. אשרינו!!! ס'איז גארנישט, די שפראך איז שוין לאנג אויסגעוועפט, די אלע לשונות קען מען שוין נישט דיפאזעטן, קיינער שרעקט זיך נישט פון א דרשה פון סילוף צו זיינס א מאמר אין איינע פון די צייטונגן, קיינער צוקראצט זיך נישט ווען מ'סטראשעט אז די וואס שטיצן נישט שמידל וועלן זייערע קינדער אנקומען אין צה"ל. סך הכל איז עס א מיינונגס דיפארענץ צווישן גדולי תורה, און יעדער נעמט זיך זיין צד. בארואיגט אייך און כאפט אריין אביסעלע וואליום.

אגב ברוכים הבאים צו די נייע ניקס וואס ווערן ארויסגעשלעפט ספעציעל צום וויכטיגן צוועק... זייטס מתפלל אז די מחלוקה זאל אנגיין ווייל אז נישט פאלט עטס אנידער ווי די סדר דא איז ביי א הייסע טעמע...

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:00 pm
דורך נאר,,פרייליך
מחאה אדירה פון הרב קאניעווסקי און הרב קארעליץ
ס'א פלא ווי די טוויטער גרופ'ס פינעם בלאט פראקציע ווייסען נאר פון דעם הייליגען דע''ת פון די צוויי גדולי ליטא
דאס אז זייערע דיינים שרייבען קלאר אין זייער נאמען אז ס'איז אסור דארט צו גראבען דלא כהמרן ראש הישיבה הראב''ד דאס ווייסען זיי ניש

https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 09/photo/1

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:05 pm
דורך סאשי פיש
.

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:06 pm
דורך שעפטל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:מחאה אדירה פון הרב קאניעווסקי און הרב קארעליץ
ס'א פלא ווי די טוויטער גרופ'ס פינעם בלאט פראקציע ווייסען נאר פון דעם הייליגען דע''ת פון די צוויי גדולי ליטא
דאס אז זייערע דיינים שרייבען קלאר אין זייער נאמען אז ס'איז אסור דארט צו גראבען דלא כהמרן ראש הישיבה הראב''ד דאס ווייסען זיי ניש

https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 09/photo/1

קיין שום פלא נישט.
קיינער שרייבט נישט גארנישט בשמם, וואלסט שטארק געוואלט אפשר

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:14 pm
דורך סאשי פיש
אביסעל צו בארואגען די געמיטער:
א זאלי זאגט מיך יעצט אז מען האט אויפגעהערט קלינען בעדפארד ראסס ווייל מען האט געטראפען דארטען קברים......

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:18 pm
דורך נאר,,פרייליך
א לענגערע איבערזיכט ווער ס'שטייט לימין פון די שומרי ומצילי הקברים און ווער ס'העלפט צו די מחטטי שכבי און אירע פרומע מסייעים

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:26 pm
דורך שעפטל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:א לענגערע איבערזיכט ווער ס'שטייט לימין פון די שומרי ומצילי הקברים און ווער ס'העלפט צו די מחטטי שכבי און אירע פרומע מסייעים

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

זייער שוואך!
וואס האסטו געוואלט? די עדה מיט שמידל זאלן זיין די בעלי בתים אויף די פראפערטי און די איצטיגע אינוועסטערס די אוסרים...?

בנוסף, איינס ס'איז ליגענט אז ר' ניסים איידעם האט געזאגט אז מ'טאר נישט בויען! זיי האבן געשריבן אז ס'דארף זיין מיט א הכשר, וואס איז דא.

צווייטענס, טאקע דארט מעלדט יענער מיט וואונדער איבערן בריוו פון ר' חיים מיט ר' ניסים אז זיי זענען נאר מוחה אויפן עלבון התורה און נישט אז מ'פאלגט נישט זייער בי"ד.

(יעצט, עניוועיס, ווער זענען דען די קארעליצעס און קנייעבסקי'ס וואס האבן די חוצפה צו שרייבן אינשי דלא מעלי אויף סילוף/נאר,,פרייליך....?)

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:34 pm
דורך נאר,,פרייליך
אזוי ווי איינע פון די ניקים געט זיך אויס זיין הארץ ווייטאג איבער די טעלעפאון ליניע וואס דעקט די צד האוסר
נאדער פרישע סחורה היצט ארויף אן אינטערויו מיט עפעס אן אייזענבאך וואס ער געט איבער קלאר די לעכערליכקייט פון די צד הליצנים ומחטטים הערט נומער 280-21אויף נומער 718.362.8800
מער ווייניגער איבערגעזאגט דעם מכתב:

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:55 pm
דורך שעפטל
בקיצור אייזנבאך איז דער בריוו שרייבער? כ'האב געמיינט סילוף

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:14 pm
דורך נאר,,פרייליך
כ'זעה מ'האלט מיר דא שוין ביי אריבער פיר טויזענט קליק'ס און קיינער האט נאכניש באוויזען צו אויסהאמערן א פשרה דא צווישען די ניקים איבער די ברענעדיגע טעמע
אפשר רוף מיר אריבער רב מ'דמשק אליער רעב לייזער צו קומען מאכען א שלום דא
(כ'אף ס'העט ניש אויסזעהן ווי די סלונים שלום)
-----------------
די חופרי קברים זעהנדיג ווי ס'גייט זיי ניש און דער ציבור זעהט ווי ס'ניש פאראן אף גם אחד וואס זאל זיך מצטרף זיין צום הריסת הקברים

פרובירען צו פארקירעווען די נושא און האבען זיך גענימען פארפירען מיט באנימענע קולות
כבוד התעירע כבוד התעירע
כאפט א בליק אויף זייערע פאשקעווילען בארה''ק:

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:20 pm
דורך מאיר_וואלף
ליינענדיג די אשכול, אזוי ווי איך בין נישט קלאר אין די פרשה, און עס איז ליידער דא דא אין נוי יארק געניג רבנים שקצים אויף וועם מוחה צו זיין, פעילט פשוט נישט אויס זיך אריינצולייגען אין די נושא

אבער די פיבער פון געוויסע וואס באלאנגען צו א פארטיי, וואס ווילען זייער שטארק אז מען זאל יא גראבען, דערמאנט מיר פון די מצוה וואס די זעלבע האבען געהאט בשעתו, ווען עס איז געווען די מצוה אז די רעגירונג זאל וויסען אז די פייער ביי אביגדור יאקאבוויטש איז נישט געשען א ליינס

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:54 pm
דורך נאר,,פרייליך
אין לאנדאן איז היינט פארגעקומען א מסיבה לטובת אתרא קדישא והמערכה אודות חפירת קברי קדמונינו בבית שמש כנגד הוראת הבד''ץ וגדולי רבני ליטא

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:03 pm
דורך נאטרוליסט
עס קומט מיר צום לאכן פון די קליינע קעפלאך דא.
וואס האט איר געמיינט אז ראב"ד ימח שמו איז מותר און גאב"ד ימח שמו איז אסור! WRONG!

אויב איז כבוד התורה ליידער צעטרעטן, איז כיון שניתן רשות למשחית וכו'!

מנשה פיליפ האט געמיינט אז ר' מנשה פריעדמאן וועט ווערן אפגעשוינט! R U CRAZY

וועקט זיך אויף ברידער: אויב האט איר געפונען א היתר צו האקן קעפ און שרייען דאס ארגסטע אויף גדולי ישראל, וועט קיינער נישט אפשוינען אייערע אמעראצים אןן קוגעל-עסער שלא קראו ולא שנו ולא למדו הלכה מעולם!

אויב וועט יעצט שטערנבוכ'ס ראב"ד פאזיצע געשטעלט אין שאטן פאר אייערע שמוציגע פאליטיק. האט קיין פאראיבל אז מ'וועט אפי נעמן וויאזוי דער ראש המשוגעים איז געווארן גאב"ד!

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:08 pm
דורך שעפטל
@נאר,,פרייליך, גיי זאג זיי אז די הזדעזעי איז אלס די חפירות, נישט אלס כבוד התורה... די ערד האצעך געשאקעלט און יענער האט פלעין געמיינט אז ס'איז וועגן די עלבון כבוד התורה..

א שמייכעל

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:28 am
דורך סאשי פיש
אביסעל צו בארואוגען די געמיטער:
: The Reason Why The Beis Hamikdosh HaShlishi Will Come Down Finished Cuz If Not When We'll Start Building It The Kanuyim Will Find Kevurim..

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:30 am
דורך סאשי פיש
The eirev rav said "hamibli ein kvurem beMitzrayim"?? we can find kvurem any where you want..

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:19 am
דורך נאר,,פרייליך
נאדער א שוידערליכער באריכט ווי א פרייער אפיקורס בעהט'זיך צו די פרייע גאס מ'זאהל געדענקען וואס די פרומע טיען דא צו זייערע קברים ווען ס'קומט צו זייער טאש, און מ'העל מיר שוין האבען וואס זיי אפצוווארפען קומענדיגע מאל
בושו לכם מחטטים וחופרי קברים פאר כבוד תאוה נצחון זענט איר מפקיר אייער גאנצער יהדות,
כלל ישראל וועט ניש פארגעבן און פארצייען פאר די בוגדים!!
נאדער די באריכט:
 הטור של עוכר ישראל פריציהטור של פריצי... (והדברים הנוראים מדברים בעד עצמם)     לפניכם טור שהופיע הבוקר מאותו עוכר ישראל מר פריצי, השוחק על משבתנו,וקורא לחילונים לזכור את המקרה החמור של חפירת בית הקברות הקדום בביתשמש, ומנסה למנף אותו להשתקה של כל הפעולות העתידיות כנגד חטוטי שכבי.והדברים נוראים.להלן הטור האנטישמי של פריצי שממנף את החפירות לכיוונים שלו.* * *הטור של פריצי קברי אבותיהםאת הסיפור המעניין על חרדים שבונים דירותיהם על קברי אבותיהם הבאנו כאן לראשונה כבר לפני שנה, באוגוסט 2012. לחובבי קריאה ואוהבי שעשוע,ולממהרים (ולחוזרים לכאן אחרי הקריאה) זו תמצית הסיפור: העסקן החרדי הרב אברהם סלונים חבר בשנת 2011 לקבלן החרדי גולובנציץ' שרכש קרקעות בבית שמש ועשה איתו עסקה. בתוך יומיים וחצי בדיוק מכר הרב אברהם סלונים 800 דירות לזוגות חרדים, במחירים סופיים של כ-650,000 ש"ח לדירה, בתנאי ש-300,000 ש"ח שולמו מיד במזומן כדמי קדימה. וכמובן שעסקות חרדים נעשות ללא ליווי וערבות בנקאית כנדרש בחוק.התחילו לבנות ואז התגלה שהקרקע מלאה חורים. ליתר דיוק - כל השטח הוא גבינה שווייצרית של מערות קבורה. מדובר בעצם בבית קברות יהודי עתיק ובו מאות מערות קבורה מלאות בעצמות אדם, שלמרבה הצער הן לא של גויים. כי בכל הקשור לבית הקברות הלא-צפוי הזה, כל העדה החרדית לכל פלגיה הייתה מוכנה להכריז בתוך שנייה שמדובר בקברים של גויים, או לפחות של חב"דניקים, אבל מה לעשות – הם לא. לא נמצא ביניהם שום דבר שיעיד על מוצא זר, כמו שלד של מתעמל או זורק דיסקוס באולימפיאדה יוונית או עצמות של לוחם זר עובד אלילים וכוכבים. להפך: בכל המערות לא נמצא שום שלד שלצידו איזו חרב או כלי מלחמה שהיו שייכים לו, מה שמוכיח סופית שמדובר בבית עלמין טהור של לומדי תורה מסורים ומשתמטי גיוס קבועים גם מהצבא של מתיתיהו המכבי.ואז קמה אתרא קדישא - האגודה שממררת תמיד חיי ארכיאולוגים ועוצרת סוללי כבישים וקבלנים חילוניים שנתקלים בקברים - הודיעה שאסור לבנות שם בתים ופתחה במאבק. אבל ברור שאם יפסיקו לבנות אז היזם והקבלן החרדים איבדו כל מה שהשקיעו כבר בבנייה ויפשטו רגל, וגם כל 800 הזוגות החרדים ששילמו במזומן 300,000 ש"ח כמקדמה יישארו גם בלי המזומן וגם בלי הדירות. ולכן זימנו השבוע בבית שמש אסיפה כללית של הרוכשים, כדי להצביע בשאלה אם להחמיר או להקל.לחילונים בורים ופרימיטיביים, שוכני דיסקוטקים ומחללי שבת וחג, יוסבר: אפשר לבנות מעל למערות קבורה, אלא שאז צריך לעשות מנהרות טומאה ורצפה צפה או מרחפת וכל מיני המצאות הנדסיות חשובות מימי הביניים, שרק הן מבטיחות שרוח הטומאה של המתים העתיקים הללו מלפני 3,000 השנים, תוכל לצאת לה לשמיים בלי להיתקל בדרך באדם חי, ובמיוחד לא באיזה ירא-שמיים ששמו למשל כהן, שאז יפגעו סיכוייו לקבל ג'וב בכיר בבית המקדש, שייבנה במהרה בימינו.ולכן אפשר לבנות את השכונה על הקברים, רק שזה יעלה תוספת של המון כסף. בדיוק כמו במקרה של בנק לאומי בטבריה, כמו במקרה של כביש 6 וכמו בכל מבנה חילוני שאתרא קדישא התלבשו עליו, והקבלן האומלל היה צריך להוסיף המון כסף כדי לרצות את המתים ואת החיים גם יחד. רק שכאן, בבית שמש, מי שיצטרכו לשלם מכיסם את התוספת הזו הם רוכשי הדירות החרדיים, וזו צרה: השכונה חרדית, הקבלן חרדי, היזם חרדי, הרוכשים חרדים. והכל בלי שיש שם אף לא חילוני אחד שאפשר להטיל עליו את החשבון.לכן זימנו את רוכשי הדירות כדי שיביעו דעתם ויצביעו האם להחמיר (דהיינו: לבנות את מנהרות הטומאה והרצפות המרחפות ושאר האביזרים והפטנטים עוקפי טומאה) ולשמור כנדרש על קברי הקדושים, או להקל, מה שאומר בעברית פשוטה: לשים פס ארוך על כל השטויות ולבנות ישר על הקברים.ואלה היו תוצאות ההצבעה החרדית: 600 הצביעו להקל, 3 הצביעו להחמיר. מסתבר שרק אחד מכל 200 (בקושי חצי אחוז) מרוכשי הדירות החרדים בבית שמש מוכן לשלם כסף מכיסו כדי לשמור ולא לבזות את קברי אבותיו, ואילו 99.5% מהחרדים הצביעו בעד להמשיך ולבנות על קברי אבותיהם בלי שום חוכמות.

''רבותי! ליינט די האר אויפשטעלנדע רייד פון א פרייער פארשוין''

זיכרו את תוצאות האלה. במיוחד ליום שהם יבואו לקשקש לכם על הצורך להפסיק בנייה חילונית של תיאטרון או בית חולים או כביש ראשי בגלל שהתגלו שם קברים. מי שיחזיק מעכשיו במרתף ביתו בשכונה החרדית החדשה בבית שמש את עצמו אבותיו, ויתלה את החיתולים הרטובים של ילדיו ליבוש מעל מערות הקבורה של אימהותיו, שלא יבוא לקשקש לי על קדושה של קברים קדומים. אם קברי אבותיכם שלכם לא היו שווים לכם כמה אגורות מכיסכם שלכם, אז הם בטח לא שווים לנו יותר שום שטרות מהכיסים שלנו.* * *והדברים מדברים בעד עצמםוכדי בזיון וקצף

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:29 am
דורך נאר,,פרייליך
פאר די ליינער וואס ווינדערן זיך ווי קען פין די היימישע קרייזען ארויסוואקסען אזא סארט געשעפט אז פון די עדה החרדית זאל מען העלפן די מחטטי שכבי
קוקט און שטוינט ווי ס'האט זיך דערקייקעלט א געוועזענער מתוך העדה פאר געלט אינטערעסען וכו' ווי ער רעדט שוין היינט פויפסטליכער פינעם פויפסט:


לעומתו יהודה משי זהב, יו"ר זק"א, מבהיר כי הוא לא שונא את לפיד, וטוען כי החרדים הביאו למצב הזה במו ידם: "לפיד הבן לא היה סדין אדום בעיני חרדים, הם הפכו אותו לשונא שקל לשנוא אותו. הם חשבו שכך יאחדו את הציבור החרדי. בכל דור ודור קם עלינו המן אחד, וב-2013 הפכו את לפיד לכזה, כולל תמונות, קריקטורות, בדיחות ועוד. עכשיו כל אחד משחק את המשחק בזירה הפוליטית, הרי ברור לכולם שאם החרדים ייכנסו לממשלה, הכל יהיה אחרת. על ידי הידברות והלך רוח טובה, אפשר להגיע לתוצאות גם עם אדם כמו לפיד. במצב העכשווי מדובר בסוג של מלחמה, אז כל אחד מושך לכיוון שלו."אין הבדל בין יאיר לפיד לכל איש פוליטי אחר שהתנגד לחרדים. כשהחרדים מתאימים פוליטית, מדברים אליהם יפה וברגע שהם לא רלוונטיים, זורקים אותם. במשחק שחברי הכנסת החרדים משחקים עם לפיד, הם תוקעים לעצמם מקלות בגלגלים. הם מסתערים בכוח והוא מצדו משיב באש בצורה כוחנית".

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:48 am
דורך חיים
נאר,,פרייליך האט געשריבן:נאדער א שוידערליכער באריכט ווי א פרייער אפיקורס בעהט'זיך צו די פרייע גאס מ'זאהל געדענקען וואס די פרומע טיען דא צו זייערע קברים ווען ס'קומט צו זייער טאש, און מ'העל מיר שוין האבען וואס זיי אפצוווארפען קומענדיגע מאל
בושו לכם מחטטים וחופרי קברים פאר כבוד תאוה נצחון זענט איר מפקיר אייער גאנצער יהדות,

ווען נישט די סיקריקים פון אחרא קדישא, וואלט דער אפיקורס דאס נישט געשריבן.

און ווער ווייסט צי נישט די רשעים פון אחרא קדישא האבן אים איבערגעגעבן וואס צו שרייבן.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:50 am
דורך נאר,,פרייליך
בריווען וואס דייטען אהן אז ביז עטליכע טעג איז שוין ניש פאראן אפילו איין מערה גאנץ אויכעט אינעם שטח גולובענציץ וואס געהער צו סלונים
יהדות הגולה הרעישו שמים שלא ינוח שבט הרשע

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:54 am
דורך נאר,,פרייליך
חיים האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:נאדער א שוידערליכער באריכט ווי א פרייער אפיקורס בעהט'זיך צו די פרייע גאס מ'זאהל געדענקען וואס די פרומע טיען דא צו זייערע קברים ווען ס'קומט צו זייער טאש, און מ'העל מיר שוין האבען וואס זיי אפצוווארפען קומענדיגע מאל
בושו לכם מחטטים וחופרי קברים פאר כבוד תאוה נצחון זענט איר מפקיר אייער גאנצער יהדות,

ווען נישט די סיקריקים פון אחרא קדישא, וואלט דער אפיקורס דאס נישט געשריבן.

און ווער ווייסט צי נישט די רשעים פון אחרא קדישא האבן אים איבערגעגעבן וואס צו שרייבן.

שלום עליכם ניק החדש!! יהא בואכם לברכה
וואס האט די מציאות פון אויסגראבען ביינער מיט אתרא קדישא ווען די שטערנבוך'ס און די אנשי ה'בלאט שטייען בקשר אחד מיט די אלע ציוניסטישע בלאג'ס צוצוהעלפן ווי אימער מ'גראבט מדן ועד באר שבע איז אין דעם אתרא קדישא שולדיג??
וואס איז אתרא קדישא שולדיג אז מ'בויט חצרות ואדמורו''ת אויפען חשבון פון מחטט שכבי זיין בארה''ק??

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:57 am
דורך חיים
נאר,,פרייליך האט געשריבן:פאר די ליינער וואס ווינדערן זיך ווי קען פין די היימישע קרייזען ארויסוואקסען אזא סארט געשעפט אז פון די עדה החרדית זאל מען העלפן די מחטטי שכבי
קוקט און שטוינט ווי ס'האט זיך דערקייקעלט א געוועזענער מתוך העדה פאר אינטערעסען ווי ער רעדט שוין היינט פויפסטליכער פינעם פויפסט:

פאר די וואס וואונדערן זיך, ווי קען זיין אז פון אזא הייליגע קהילה ווי סאטמאר, זאל ארויסוואקסן אזעלכע רשעים וואס האבן נישט אין זיך קיין איין טראפ יראת שמים, און קענען שרייבן דברי גנאי וזלזול אויף צדיקי גדולי הדור, כאחד הריקים.

זאלן קוקן אויף די פיינע בחורים און יונגעלייט וועלכע זענען געווען אמאל תלמידי סאטמאר, און זענען אראפ פון אידישן וועג און געווארן גוים גמורים, - וואס לשיטתך איז סאטמאר שולדיג דערין, און אפשר גאר זייערע רבי'ס.

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:47 am
דורך נאר,,פרייליך
די כת ה'בלאט שאלט היינט אין די מעסעדזשעס איבער א רוף פון מוצ''י העדה און זקני ירושלים זעך אנצונעמען פאר כבוד תורתו פינעם ראב''ד וואס איז מבוזה
ס'א פלא ווי די זעלבע בלאט פירער וואס האבען יארען לאנג משפיל געווען דורך פאשקעווילען און אנדערע מיטלען יעדער וואס ס'זיי געשטאנען אין וועג זענען פלוצים געווארען
''נועם המידות''
זיי ווייסען בלויז וואס מוצי''םזאגען איבער כבוד התעירע
דאס אז דער בי''ד האט גע'אסר'ט די חפירות סאם האו ווייסען זיי ניש דערפון

''נאדער זייער מעסעדזשעס''
https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 16/photo/1

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:54 am
דורך שעפטל
חכמי וזקני ירושלים מיט מורי צדק פון די עדה החרדית זענען מוחה קעגן @נאר,,פרייליך און זיינע שותפים.... און די צייט וואס אין גם אחד חוץ דער לץ סילוף און נאך אפאר אטענטשן סיקערס (אינטערסאנט יענער האט נישט געלייגט זיין טיטל אלס רב ונשיא...) זענען נישט מוחה איבערן גראבן..

גלייכצייטיג זעה איך דעס אויך א שטיקעלע ענטפער איבערן בריוו פון אייזנבאך, ווי אייזנבאך (קיינער ווייסט נאכנישט ווער דאס איז... ווייטער א בן בלי שם) שרייט אז רוב מו"ץ העהח"ר שטייען מיטן גאב"ד.

IMG-20130820-WA008.jpg
IMG-20130820-WA008.jpg (81.32 KiB) געזען געווארן 482 מאל

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:06 am
דורך שעפטל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:די כת ה'בלאט שאלט היינט אין די מעסעדזשעס איבער א רוף פון מוצ''י העדה און זקני ירושלים זעך אנצונעמען פאר כבוד תורתו פינעם ראב''ד וואס איז מבוזה
ס'א פלא ווי די זעלבע בלאט פירער וואס האבען יארען לאנג משפיל געווען דורך פאשקעווילען און אנדערע מיטלען יעדער וואס ס'זיי געשטאנען אין וועג זענען פלוצים געווארען
''נועם המידות''
זיי ווייסען בלויז וואס מוצי''םזאגען איבער כבוד התעירע
דאס אז דער בי''ד האט גע'אסר'ט די חפירות סאם האו ווייסען זיי ניש דערפון

''נאדער זייער מעסעדזשעס''
https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 16/photo/1

ווי שוין עטליכע מאל ערווענט, כל הרוצה ליטול יבוא ויטול! ס'איז א טו וועי סטריט היינט, יעדער ניצט אלעס אין די וועלט. שוינישט דא קיין קאפי-רייט...
די נועם המידות פראקציע האט געשריגן יארן צוריק אז ס'גייט קומען אנדערע צייטן, יעדער רב וועט קענען זאגן זיין מיינונג אנדעם וואס ער זאל מורא האבן אז מ'וועט אים פארשטיינערן, נאך יענע יאר האט מען געזעהן אז חוץ אויף א פאשקעוויל אין די פאסט האט דאס נישט קיין שום האפט. מיט די יארן שטעלט זיך עס אויס מער און מער. נא יעצט קומען די אנדערע זייט און זיי האבן איבערגענומען דעם טורם... אזוי שווער צו פארשטיין? יעדער ווייסט אלעס, יעדער ווייסט אז א חלק פון בי"ד האבן געאסר'ט צו גראבן, אבער זיי ווייסן אויך אז טייל אין בי"ד האבן מתיר געווען, און זיי ווייסן אויך אז די זעלבע בי"ד האט געאסר'ט ביי ווילנא אויך אן קיין שום אנדערע סיבה ווי ווייל שמידל האט אזוי באשלאסן (ווי מ'האט טאקע געזעהן ווי זיי האבן זיך געטוישט).

מיין פריינד, פון עס פרובירן צו מאכן א 'דער בלאט' מערכה וועסטו נאכנישט דא געווינען, געווינען וועסטו ווען דו מיט דיינע קראוני'ס וועלן איינמאל פאר אלעמאל ווייזן א ביינדל פאר איין רב אדער דיין... ביזדערווייל האט עטס דאס נאכנישט באוויזן.