סטמרער חסידים אז מ'אלט ניט מיט זיי, קאנען זיי חלילה סיקירן

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

סטמרער חסידים אז מ'אלט ניט מיט זיי, קאנען זיי חלילה סיקירן

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 10:25 am

דאס זענען די ווערטער פון די היינטיגע סקולענע רבי אלס אינגערמאן.

אלטע פאסט אויף הערשיל ציג, ערשט יעצט געטראפן. (http://theantitzemach.blogspot.com/2012 ... st_29.html)
די פילע טעקסט:
"אבער דאך ווייס איך ניט צו אמעריקא איז פאר אונז, מיר ווילן און מיר האפן זיך צו זען בקרוב מיט אייך, אבער אין תכלית ווייס איך ניט. די מאמע תחי' איז ניט געזונט, זי ליגט מיט ווייטאגן, עס ווייזט אויס דאס די קלימא שאדט איר. בעלגיע איז נישט גוט פאר רעומאטיזן און זי האט די איינציגע שוועסטער די מומע זלאטע אין ארץ ישראל, און אויך רייזל האט די עלטערן אין ארץ ישראל. דער מאמעס א נעפאט יעקב בן צבי מאשקאוויץ שרייבט מיר זאלן אונבאדינגט קומען קיין ארץ ישראל. ער האט אין בני ברק א ווילא מיט 5 צימער, גיבט ער דאס אונז און ער וויל אראנזירן מעבל יעצט. וועגן יעקב און צבי קלער איך אויך אפשר וואלט געווען פאר זיי מער תכלית אין ארץ ישראל. ר' אהרן גודמאן נ"י האט אונז איבערגעגעבן וואר דער סטומרער רבי שליט"א האט מיט אים אסך גערעדט וועגן טאטן, וועט דאך זיכער דער טאטע זיין ביי דעם סאטמרער רבי, קלער איך אז ער וועט זיכער מאכן א שמועס איבער די ענינים, זאל ניט חלילה ארויסקומען פון דעם קיין סכסוך. לויט ווי איך האב געהערט איז דער ראש הקהל מר יעקב שלמה נ"י שטיינפעלד אויך פון די מקורבים פון סטמרער רבי שליט"א, און אויך דאס קהל איז אויך סטמרער אנהיינגער, ווייס איך ניט צו דער טאטע שליט"א וועט קענען זיין מיט זיי צוזאמען. דער טאטע שליט"א האט זיכער ליב יעדן איד און יעדן רבי, אבער די סטמרער חסידים אז מען האלט ניט מיט זיי, קאנען זיי חלילה סיקירן. און דא אין אנטווערפען האט אונז אפגעווארט ביים אוויאן סיי די אגודת ישראל און אן עולם סטמרער חסידים. די סטמרער פארזארגן אצל דעם טאטן שליט"א מיט ספרים, ספר ויואל משה און דובב שפתי ישנים און פארזארגן אונז מיט צייטונגען פון די נטורי קרתא".
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4854
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9447 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:14 pm

עס באלאנגט נישט אין צימעס, א הערליכע אנטדעקונג, עפען א אשכול מיט די תוכן אין קאווע שטיבל אפטיילונג
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4162 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:06 pm

כ'זעה ניש די גרויסע גילוי דערפון אלע גדולי ישראל הן אין די חסידישע וועלט און אין די עולם הליטאי

האבען אין זייערע מלחמות אנטקעגן פושעים ומחריבים אנגעווענדט אלע מיטלען צו ראטעווען ווי מער מנגעי ההשכלה

דאס אז דער הייליגער סקולענער מיטען הייליגען ריבניצער וואס זענען געווען מנצר ריזשין און האבען געקענט אנקומען בעצת האגודה וחביריהם נעבעך ווי פילע גדולים וקדושים זענען באניצט געווארען צו ווערן א חלק פינעם ממשלת הציוני

און ב''ה זייער נאמען אין געדעקעניש איז געבליבען ריין אהנע שמץ שייכות למדינת הציוני איז צו פארדאנקען די הייליגע סאטמארע רב

טא זעה איך ניש די גרויסע גילוי אין דעם אז די סאטמארע האבען ניש צורוה געלאזט דארטען ביי די חעברע ארום דעם הייליגען סקולענער אז מ'זאל ניש מאכען פין עם א תל עולם וואס זיי האבען נעבעך געמאכט פון די אנדערע גדולי ישראל
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך נ נח » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 9:03 pm

״סטמרער חסידים אז מען האלט ניט מיט זיי, קאנען זיי חלילה סיקרן״

וואס מיינט סיקרן?
נ נח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:16 am

סעקירען?
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

הודעהדורך outspoken » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:30 am

מ'זעט די וויסטע העצע אקעגן סאטמאר'ע רב ז''ל, געזען האט ער נאר די גרויס עסקנות פונם רבין זיי צו ראטעווען מגי צלמות, און דאך איז ער שוין געווען ארומגענומען מיט די אלע לה''ר.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 798 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2013 10:58 pm

נ נח האט געשריבן:״סטמרער חסידים אז מען האלט ניט מיט זיי, קאנען זיי חלילה סיקרן״

וואס מיינט סיקרן?


טשעפענען
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4854
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9447 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:17 pm

איך אלטץ סאטמארע חסיד און איך האב גארנישט געגן סקולען (איך גלייך עס אפי׳, די ניגונים, די מהלך, הנהגה,וכו׳) וועט מיר בכלל נישט זיין א חידוש אז די אויבער דערמאטע בריוו איז איז אמת ווייל איך האלט אז סקולען האט גארנישט מיט סאטמאר און זיי זענען בכלל נישט קיין נאנטע חסידות צו סאטמאר.

ווען מרעדט פון סקולען דארף מען אינאכט נעמען די פאקטען אז סקולען איז א קליינע - אויב מקען זאגען - חסידות
און כהיום איז סקולענער רבי פון די זקני האדמורים
פון דעם קען מען פארשטיין פ״וו סקולען קוקט אויס אפאלירט צו סאטמאר = מיט דעם אלעם וואס סקולען איז געגאנגען פאר אגודת ישראל; האלט זיך פאר א חסיד לבית ריזשון; און ווייניג וואס אנגענומען די שיטות פון סאטמאר
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:11 am

סקולען מיט סאטמאר וואלטן געווען אזוי ווי באיאן און סאטמאר ווען נישט די היינטיגע סקולענע רבי איז א איידעם ביים גבעת שאול'ע רב/גרויסע סאטמערע תלמיד. די שוואגערס די שטערנס זענען גרויסע קנאקערס אין סאטמאר מיט שטארקע כארקטערען, זיי האבן געשטופט די איידעלע ווייכע סקולענער רבי ואביו זצ"ל און די דירעקשין.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4854
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9447 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:31 am

קופערניקוס האט געשריבן:עס באלאנגט נישט אין צימעס, א הערליכע אנטדעקונג, עפען א אשכול מיט די תוכן אין קאווע שטיבל אפטיילונג


אדרבה, איך ווייס נאר נישט ווי אזוי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4854
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9447 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:06 pm

בעט איינער פון די אחראים, באריסטא אדכר אפשר וועט שמעקעדיג וויסן
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4162 מאל

הודעהדורך Buddy » מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:02 pm

דאס אז מ'האט סיקירט און צוריקגעהאלטן רבנים און רבי'ס פון פאהרן קיין ארץ ישראל איז קיין חידוש, און ס'איז געגאנגן ווייטער און אז זיי האבן געזעהן אז ס'גייט נישט, איז שוין געווארן א תורה שלימה פארוואס מ'גייט נישט, און ס'איז דאך געזונט צו זיין פאזיטיוו... איז ווערט שוין א תורה'לע.. א ווערטל... ביז ס'ווערט תורה מסיני...

בילד
"נגד רצון בניו וגדולי מקורביו שהתנגדו בכל תוקף"

איין אזא הייליג ווארט גייט ווי פאלגענד:
"רבינו [fill in rabbis court] זצ"ל התבטא כי אינו יכול להיפרד מקדושת יו"ט שני...."

מ'פארציילטעס אין ויזניץ, טשערנאביל, מונקאטש, זידיטשויב, ליבואוויטש ועוד [אחוץ קרלין: ר' יוחנן מקרלין (שלינקק עושה חדשות) באמרו "תנו לי יום חול אחד באר"י ואתם יכולים להחזיק את כל יו"ט שני של גליות שלכם"

נאר איין פיצקעלע פאקטישע פראבלעם...

עס איז "בטעות געבליבן" א בפירושע חז"ל [נישט אין די גרויסע בבלישע גמרא שטייצעך...] אז די יו"ט שני איז גאר א עונש און נישט קיין שום הימלישע ענינים...
פסיקתא דרב כהנא פרשה יד: תלמוד ירושלמי (וילנא) מסכת עירובין פרק ג הלכה ט: "מי גרם לי שאהא משמרת שני ימים טובים בסוריא? על שלא שמרתי יום טוב אחד כתיקונו בארץ ישראל. סבורה הייתי שאני מקבלת שכר על שנים ואיני מקבלת שכר אלא על אחד. ר' יוחנן הוה קרי עליהון: וגם אני נתתי להם חוקים לא טובים ומשפטים לא יחיו בהם (יחזקאל כ כה)
בילד
אז משפירט א געשמאק און העכערע ספערן אין א סדר פון יו"ט שני אויפן פרייז פון ארץ ישראל האסטו ס"ה הנאה געהאט פון "חוקים לא טובים" און "משפטים לא יחיו בהם"!!
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 16, 2019 8:40 pm

Buddy האט געשריבן:בילד

ווער איז דער "רבינו", אויפ'ן רבי'ן פון לובלין איז דא אזא סארט מעשה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

הודעהדורך Buddy » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 8:51 am

זידיטשוב, ראה לינק למעלה
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

גייט מען סיקירן רבי יוסף כהן?

הודעהדורך Buddy » מיטוואך פעברואר 06, 2019 6:22 pm

Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 06, 2019 10:22 pm

לגבי עברית האט ער א שטיקל טענה,קוקט אויס אז יש ויש, אבער כלפי ירושלים אלס פאליטישער קעפיטאל און ארץ ישראל אלס המשכה צום רעליגיעזן היסטאריע, ענטפערט ער בכלל נישט אויף וואס הרב שפירא האט געזאגט. ער מישט אויס צווישן מדינת ישראל - פון וואס שפירא רעדט, מיטן לאנד ישראל....

חוץ מזה האט ער נישט קיין האלב פון די כאריזמע וואס שפירא האט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2062
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1276 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 9:06 am

מר אמר חדא ומר אמר חדא, ולא פליגי. מתחילה האבן אידן אלץ גערעדט לשון הקודש, אין גלות בבל האט מען אנגעפאנגען רעדן אראמיש. אין די צייטן פונעם צווייטן בית המקדש האט מען גערעדט ביידע, שפעטער האט מען אויך גערעדט גריכיש.

די נושא פון ירושלים איז שוין אן אויסגעדראשענע נושא, אבער לעצם הענין. ווען ס'וואלטן געווען פינף אידישע מדינות, וואלט מען געקענט דן זיין וועמען קומט זיך ירושלים. היינטיגע צייטן אבער ווען ס'נאר דא איין אידישע מדינה, פאר וועם דען זאל מען עס געבן? וכבר נידן באריכות באשכול זה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 2 געסט