"חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

"חסידות סקווירא" והמסתעף (צווייטער טייל צוגעלייגט)

הודעהדורך מיכאל » מיטוואך מאי 02, 2012 6:42 pm

אין דערנעבענדיגען אשכול איז געווארען א דעבאטע איבער סקווירא, האבעך באשלאסען צי עפענען א אשכול דערוועגען, צי קענען אדורעך טוהן ס'ענין בדיבוק חברים,

ובזה החלי,

כ'האב פונקט היינט געהערט וועגען א סטאדי וואס איז געקומען צי די מסקנא אז POWER איז אדיקטיוו פונקט ווי קאקעין,

וואס דאס מיינט איז אז איינער וואס האט מאכט וועט טוה אלעס אין די וועלט עס צי אנהאלטען אין ער וועט נישט קענען זעהן אדער פארשטיין עפעס וואס איז א סתירה דערצי,

יעצט בנוגע סקווער איז אזוי, סקווירא רבי זיצט שוין 43 יאר על כסא מלכותו, ער האלט זיך ממש ווי א קעניג, ס'איז כמעט נישטא א חסידות אין די וועלט וואס זיי זענען אזוי אינטערטעניג צי זייער רבי אזוי ווי סקווער, ס'ממש אז זיי ציטערען פין אים, זיי זענען משוגע פארגלייבט אין אים אויך אסאך טיפער אין מער ווי אסאך אנדערע פלעצער,

מען דארף נאר חאפען א בליק ווען זיינע חסידים גייען דורעך ביי לחיים אדער ביי גוט שבת זאגען ס'קוקט אויס ממש שרעקעדיג, ווען ס'האט זיך מיר געמאכט צי וויילען דארט פאר א שבת, אין כ'האב געזעהן די לחיים צערעמאניע, איז עס ממש געווען אומגלויבליך, וויזוי קען מען נעמען געהעריגע מענטשע אין זיי פארוואנדלען אין אזאלכע דערשראקענע באשעפענישען, אין דאס ווייזט אויף א טיפע מוח שווענקונג, אין וויזוי די גאנצע מיינדסעט גייט דארט צי,

אבער לאמיר גיין צישטייטעלעך, אזוי ווי ס'איז באקאנט איז סקווערע רבי געווארען רבי ביי די 28 יאר, אין אזוי ווי ס'איז באקאנט איז ער אלץ קינד/בחור/יונגערמאן נישט געווען עפעס ספעציעל, אין פליצלינג אלץ יונגערמאן פין 28 איז זיין טאטע אוועק, אין ער איז פין איין טאג אויפען צווייטען געווארען רבי,

יעצט ווען אזא איינער ווערט רבי איז דא א גרויסע פראבלעם, ווייל דער עולם האט נישט צי שטארק געהאלטען פינעם אין די הייסע האבען געוואלט אז ס'זאל ווייטער גיין אין ס'געווען א פראבלעם,

אויך האבען געוואוינט אין סקווער א שיינע פאר בעלזא יונגעלייט וואס זענען דארט געווען איידעמער אין זיי זענען אוודאי נישט געווען הייס פאר דעם יונגען רבי'ן, אין דא איז די מצב געווארען הייס, ר' ישעי' אונגער דער גבאי, האט אנגעהויבען ווערען ווילד, טאמער ס'געקומען א רב א דער א רבי וואס האט נישט געהאט גענוג דרך ארץ האט יענער געחאפט, דאכצעך אז איינעם האט אראפ געווארפען די טרעפען (כ'דענק נישט די נאמען פין יענעם), עכ"פ מען האט אנגעהויבען צי בויען די חסידות,

נאכדעם איז געקומען עטנישע ריינוגונג, די בעלזא יונגעלייט זענען ארויסגעווארפען געווארען פין שטעטעל, קומען צים טיש איז געווארען א דאורייתא, אין אזוי ווייטער,

ציביסלעך איז אויסגעוואקסעןם א גאנצע קאמאניסטישע סיסטעם, ווער ס'האט מער גערעהט פין די גרויסקייט פין רבי'ן דער איז געוואקסען אויפען לייטער, טאמער איינער האט געקרימט מיט די נאז האט מען שוין געוויסט אז ער איז פין די יעניגע, די מלמדים אין חדר האבען מחנך געווען מיט די רבי אין די רבי אין די רבי, אין אזוי ווייטער, ביז ציביסלעך האבען זיי פארגעסען אז ס'דא א באשעפער אין געטראכט א גאנצע טאג פין די רבי אין די רבי אין די רבי,

יעצט ווען א רבי ווערט רבי אין זעצט זיך אויבען אן ביים טיש, אין די חסידים שטעלען זיך ארום אין קוקען אים אריין אין דעם פרצוף אריין, טראכט דער רבי אז מסתם זענען זיי משוגא געווארען, כ'מיין... וואס ווילען זיי פין אים,

אבער ווען ס'גייט אריבער א שטיק צייט, אין דער רבי געוואוינט זיך צי, הייבט ער אן צי טראכטען אז די וועלט איז דאך נישט משוגא, סאו מסתם איז ער טאקע עפעס, אין מיט די צייט הייבט ער אן צי האלטען אז ער איז נישט נאר "עפעס" נאר אביסעל מער ווי עפעס, אין אזוי גייט עס ביז מען האלט זיך פאר א קדוש עליון, אין ווער ס'גלייבט נישט איז ממש א אפיקורוס,

אין דא מיז מען צילייגען א וויכטיגע פוינט, ווען אייננער האט אסאך מענטשען וואס זענען פארגלייבט אין אים אוטומאטיש באקומט עפעס א רחניות'דיגע כוח, דאס האט גארנישט מיט יודישקייט נאר אזוי ארבעט די טבע, דאס איז די וועג וויזוי א קולט ארבעט אז די לידער פין די קולט ארבעט מיט זיינע טאקטיקען אז זיינע קרבנות זאלען זיין פארגלייבט אין אים, אין אזוי באקומט ער ענערזשי פין זיי, (ס'איז ביי גוים אזוי, אין ס'דא גוים וואס באקומען כוחות פין דעם) אין ווען ס'איז אסאך מענטשען איז עס א שטארקע כוח,

יעצט סתם א רבי ווייס דאך נישט פין דעם סוד, אין ווען ער זעהט אז ער האט עפעס א כוח רעדט ער זיך איין אז ער איז טאקע עפעס אין איין מאל עפעס א מופת געלונגט אדער אפילו מען קען זיך נאר איינרעדען אז ס'געלונגען, ווערען די חסידים דאפעלט פארגלייבט אין אזוי גייט עס ווייטער אין ווייטער,

יעצט לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז אין סקווער די מעשה, אז סובקונטשעסלי אדער אפשער אפילו קאנטשעסלי ווייסט סקווערע רבי אז אלעס וואס ער האט קומט פין די מענטשען וואס גלייבען אין אים אין פארדעם טוט ער אלעמאל שטיצען די עקסטרעמיסטען, אין ער ווייזט זיי אז ער איז ציפרידען פין די אלע פראפעגאנדע וואס זיי ריפען אמונת צדיקים, אין פארדעם גייט עס ווייטער אין ווייטער, אין די ליבעראלע ווערען דארווייטערט אלץ קאלטע חסידים,

אין ווי מער מאכטפול ער ווערט אלץ מער עדיקטעד ווערט ער דערצי, אין אלץ מער האט ער א נגיעה אז ס'זאל ווייטער אנגיין אין ווערען מער (פארשטייט זיך אז ס'קען זיין אז ער רעדט זיך איין אז ס'איז לשם שמים) אין קיינער קעןם אים גארנישט זאגען, ווייל אזוי ארבעט עס ביי א דיקטאטאר, זיינע ארומיגע זאגען אים נאר וואס ער וויל הערען, אין ער ווייסט נישט אין וויל נישט וויסען די אמת, ווען איינער זאגט אים א זאך וואס ער וויל נישט ס'זאל זיין אמת (געהערט פין מקור ראשון) הייבט ער אן צי האקען אין טיש אז ס'נישט אמת, אין ס'ווערט אויס אמת,

מען דארף פארשטיין אז מען רעדט דא פין א מענטש וואס איז נאך קיינמאל נישט ארויס פין זיינע ד' אמות, חוץ ווען ער איז געווען אין וויזשניץ פאר בערך צוויי חדשים נאך זיין חתונה, האט ער נאך קיינמאל נישט עקספיריענסט די עכטע וועלט, ער האט נאך קיינמאל נישט געלעבט צווישען עכטע מענטשען, ער ווייסט נישט אמאל וואס דאס מיינט, ווי ער פארט פארט זיינע ד' אמות מיט, אין ממילא ער לעבט אין א וועלט וואס איז נישט ריאליטי, אין טאמער הייבט איינער אן צי רעדעם פין ריאליטי רעגט ער זיך אויף,

יעצט ווען די גאנצע הנהגה וואלט נישט געשאדט פאר קיינעם, דאן חאטשיג ס'איז א פארדרייטע דרך אבער מיילא, אבער די מציאות איז אז ס'שאדט זייער שטארק, די בעליוו סיסטעם פין סקווער איז זייער דעסטראקטיוו, אין מענשען קענען נישט געהעריג אזוי לעבען, אין פארדעם איז זייער א גרויס חלק פין שטעטל נישט ציפרידען פין דעם אין זיי עסען זיך פין אינווייניג,

א חלק דערוואגען זיך צי טראכטען אז די גאנצע זאך איז שקר, אבער א גרעסערע חלק קען נישט אזוי טראכטען ווייל ס'שווער אויסצירייסען א חינוך פין יארען, אין ממילא גייען זיי אין א ראליקאסטער פין קאנפליקטיג מחשבות, איין טאס האבען זיי "נסיונות אין אמונת צדיקים" אין די צווייטע טאג זענען זיי זיך מחזק אין אמונת צדיקים, וועגען דעם זענען א סאך ביזי אסאך צי פאר ציילען מופתים פין זייער רבי ווייל מיט דעם קענען זיי צייטווייליג דערשטיקען די שווערע געפילען וואס זיי האבען אין הארץ,

ס'נישטא נאך א פלאץ אויף דער וועלט וואס פרובירט צי קאנטראלירען אזוי שטארק זייער איינוואוינער, זיי טארען נישט שיקען זייערע קינדער נאר אין זייערע מוסדות, אפילו אין ישיבה קטנה אין ישיבה גדולה איז עס נישט ערלויבט, נאר אמאל אז ס'וויכטיג קען מען אמאל פועל'ן מיט גרויס פראטעקציע, אין פפארוואזשע זאל מען דען שיקען איינער זאגט מיר א סקווערע רבי האט "אליינס געזאגט" אז פין ארץ ישראל ווייסט ער נישט אבער אין אמעריקע איז זיין ישיבה די בעסטע ישיבה (!?)

אין אז מען רעדט שוין פין וואס ער האט אליינס געזאגט, האט מיר איינער א באגלייבטער מענטש געזאגט אמאל, אז סקווערער רבי האט געזאגט פאר אז וויפעל א ילוד אשה קען זיך אויסארבעטען די מדות האט ער זיך שוין אויסגעארבעט (!?),

עכ"פ נאך א מנהג האט ער אז ווען ער קומט ארויס צווישען עולם ביי א טיש אד"ג ציהט ער ארויף א ברוגז פנים, דאס טוט ער כדי ס'זאל הערשען א שרעק, פין צייט צי צייט שיסט ער שארפע בליקען אויף דעם אין יענעם, אין די חסידים ציטערען אין טראכטען וואס האט ער שוין געזעהן אויף זיי אז ער קוקט זיי אן אזוי שטרענג, כ'דענק נישט נאך א פלאץ ווי מען זעהט אז די חסידים שטייען ביים טיש אזוי ווי דערשראקענע שעפסען מיט ארויסגשטארצטע אויגען, ווען כ'האב עס געזעהן האב איך עס נישט סובל געווען, כ'האב נישט פארשטאנען וואס ער וויל פין זיי, פארוואס דערשרעקט ער זיי, וואס האבען זיי אים געטוהן אז ער זאל אזוי טרעטען אויף זיי,

נאכדעם קומט די שטיוועל סומאטוכע, ביי זיין טאטען איז דער עולם נישט געגאנגען מיט קיין שטיוועל אבער ער האט איינגעפירט אז יעדער זאל אנטוהן שטיוועל אין ער שטעלט זיך דערויף אין צווינגט וועם ער קען, איינער וואס האט נישט ליב געהאט די שטיוועל אין עס אויסגעטוהן איז אמאל אריבער ביי גוט שבת צי גוט וואך פרעגט ער אים וואס ס'גייט פאר מיט די שטיוועל האט יענער עפעס גענפערט אז די פיס ס'שווער, האט ער זיך אנגעריפען נע ס'נישט די פיס ס'איז די קאפ, עכ"פ יענער האט געמיזט צירוק אנטוהן,

יעצט ס'דא אזא זאך ווחי א חסידישע לבוש אבער ווען איינער ערפינדעט א נייע לבוש אין נאך דערצי א לבוש וואס ס'איז שווער צי גיין דערמיט, ווי האט ער א רעכט צי צווינגען יענעם צי גיין דערמיט, אין מאכען יענעם פילען גילטי, ס'געווען אמאל א שידוך וואס זיין זוהן איז געווען שדכן, פאר א בחור וואס זיין טאטע גייט מיט א קורצע רעקעל, אין נאך די שידוך איז געווארען האט ער געלייגט פרעשור אז דער בחור זאל אנטוהן שטיוועל, יענעם'ס מאמע האט פארשטייט זיך נישט געוואלט (יענעם'ס מאמע האט בכלל נישט געוואלט שיקען אויף סקווער נאר נאר פרעשור פין אים האט זי אהין געשיקט) האט ער געזאגט אז אזוי ווי זיי האבען א איידעם וואס גייט מיט ווייסע זאקען, איז שטיוועל אויך גוט,(כאילו ס'איז די זעלבע זאך), עכ"פ דער בחור האט צי סוף אנגעטוהן,

עכ"פ צירוק צים ענין אז די גרעסטע פראבלעם איז אז זיין הנהגה ציברעכט זיינע מענטשען, אין זיי זענען נישט גענוג שטארק צי רעוואלטירען, ער האט מצליח געווען רוב פין זיי צי פארוואנדלען אין א סטאדע פין דערשראקענע שעפסאלעך, אין זיי עסען זיך פין אינווייניג אנשטאט צי רעוואלטירען, נאך אלעם נאך אזא חינוך אין אזא רוח וואס ער מאכט גלייבען זיי אין אים אין זיי ציטערען פין זיין הקפדה, אין אזוי גייט אריבער א יאר נאך א יאר אין ס'נישטא ווער ס'זאל אויפקלערען פאר סקווערע רבי אז ער האט געמאכט דאס שטעטעל פאר א גיהנום,

ווען ער האט געהאט די שווערע צייטען פין די קארט קעיסעס, פאר א פיפצען יאר צירוק צי אביסעל ווייניגער זענען זיי געווען ביזי צי פראפעגאנדירען אז דאס אלעס קומט ווייל סקווירא איז אזוי הייליג אין די סיטרא אחרא וויל ער אינטער ברענגען, ווען סקווירא רבי זאל פארשטיין אז דער באשעפער האט אים געגעבען א ווינק אז ער זאל זיך חאפען אין וואס פאר א שקר ער לעבט וואלט אפשער בעסער געווען, אנשטאט האט ער געזאגט אז קיינער גייט נישט זיצען, אין שוין האבען זיי אלע נעבעך געמיזט "שטיין" אין תפיסה,

ס'נאך אסאך צי שרייבען אבער פאר יעצט וועט דאס זיין גענוג
מיכאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך שמואל הלוי » מיטוואך מאי 02, 2012 7:24 pm

הארציגן דאנק מיכאל, איך ווארט אויפן המשך.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1472 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך אוי טאטי » מיטוואך מאי 02, 2012 7:58 pm

הו הו הו...

סע קוקט אויס ווי סע קומט דא פאן...
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך gehlungen » מיטוואך מאי 02, 2012 8:05 pm

Michoel. I have a feeling that you live in skver & you daven in the home with the troublemakers :ששש
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך ברוין » מיטוואך מאי 02, 2012 8:12 pm

ווי שטארק נישט איינשטימיג מיט סקווער האלט איך נאך אלס נישט אז ס'פאסט אזוי אויסצופראקן ברבים א רב מיט טויזענטער חסידים.
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך שמואל הלוי » מיטוואך מאי 02, 2012 8:31 pm

gehlungen האט געשריבן:Michoel. I have a feeling that you live in skver & you daven in the home with the troublemakers :ששש

און אפשר גאר ר' חיים אהרן אליין, דאס איז דיר שוין נישט בייגעפאלן? :lol:
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1472 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך משה געציל » מיטוואך מאי 02, 2012 8:35 pm

ברוין האט געשריבן:ווי שטארק נישט איינשטימיג מיט סקווער האלט איך נאך אלס נישט אז ס'פאסט אזוי אויסצופראקן ברבים א רב מיט טויזענטער חסידים.

גם אני מצטרף, איך בין ווייט פון א סקווערע חסיד, אבער דאך פונקט וואו ווען מען האט געפענט א אשכול אויף סאטמאר האט מען פארשטאנען אז דא איז נישט דער מקום צו צושמירען א עדה בישראל, ה"ה כאן.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2751 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך מאי 02, 2012 8:40 pm

איך ווייס נישט צי מיכאל איז גערעכט. איך האב אבער געלייקט די הודעה וויבאלד ער האט אראפגעשטעלט זיין קעיס זייער צו דער זאך, ארויסגעברענגט זיינע טענות אן זיך באנוצן מיט צופיל איבערגעטריבענע און רייצנדיגע לשונות.
לאמיר האפן אז אויב דער אנדערער צד האט וואס צו ענטפערן, וועט עס אויך געשריבן ווערן אויף אזא אופן.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3782 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך gehlungen » מיטוואך מאי 02, 2012 8:57 pm

MANASHEH. Where are you now. Come out from your hiding place ” give us some answers or explanations !!!! :נישטמסכים: :קאווע:
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך קרעקער » מיטוואך מאי 02, 2012 9:00 pm

קנאקעדיג
אין אזוי איז עס אויכעט ביי אלע אנדערע רביס למיחצה לשליש ולרביע

ב"ה מיר אין סאטמער האבען געהאט א קליגען רבין וואס האט ארויסגענימען זיינע חסידים פין די שמאלקעפיגקייט

אין בדרך אגב איז ר' ז"ל מסאטמער היבש נארמאל אין קלאססיש אין דעם הונזוכט, זיינע חסידים מיינען אז ער לאזט נושט נעמען פיטשקערס פין עם ציליב די טומאה אף בילדער, ער איז פשוט (נאך דערווייל - ער איז קוים עטליכע יאר אין דע רביסטעווע ליין) א נארמאלער מענטש וועם סבאדערט אז מפלעשט אריין פיקטשערס ווען ער טיקט דע בארכע אינעם פיש זאפט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 539 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך פריינדליך » מיטוואך מאי 02, 2012 9:08 pm

כ'האב נישט געליינט מיכאל'ס לאנגע תגובה, און איך וועל עס לכאורה נישט ליינען, ווייל ווי יעדער זעט דרייען זיך נישט דא קיין ערענסטע סקווירע חסידים, אפשר איינס צוויי חסידים יא, אבער נישט מער,

מילא וואס פארא ווערט האט אזא איינזייטיגע דעבאטע? עס איז נישט קיינער דא וואס זאל אים נערמאל איבערפרעגן אדער אפווענדן! וופיל אמת'ע אינפערמאציע קען מען דען געוואר ווערן פון אזא סטארט אייזייטיגע שמיעס?

אפשר מיט די צייט אז עס וועט אריינפאלען דא ערענסטע סקווירע חסיד וואס וועט האבען די ווילען צי דעבאטירען די ענין, דעמלאטס וועט די גאנצע נושא עפעס ווערט זיין,
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך מאי 02, 2012 9:10 pm

פון מהרז"לס חסידים זענען גאר דא אזאלעכע וואס זענען זייער גערעגט אויף די פיקטשער תקנה. סידא אינטערעסאנטע געשעענישן וואס אפילו איינער וואס איז לאו דאווקא אריינגעלייגט אין בילדער גלייכט אויך צו זעהן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4204 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך ידען » מיטוואך מאי 02, 2012 9:14 pm

מיכאל האסט עס זייער שיין אראפגעלייגט, געמאכט א super job

איך רעד נישט פון די אמתדיקייט פון וואס שררייבט, וואס אין די וועלט איז אזוי אנגענומען שוין צענדליגע יארן, אבער וואס איך האב ליעב געהאט איז ווי שיין ער לייגט עס אראפ.

We need more
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך gehlungen » מיטוואך מאי 02, 2012 9:19 pm

I know its RUsSIA :גוווט: :דיסלייק:
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך מיכאל » מיטוואך מאי 02, 2012 9:20 pm

ברוין האט געשריבן:ווי שטארק נישט איינשטימיג מיט סקווער האלט איך נאך אלס נישט אז ס'פאסט אזוי אויסצופראקן ברבים א רב מיט טויזענטער חסידים.


ווען די וואלט געוויסט אין פארשטאנען די צער וואס מענטשען מאכען דארט מיט, וואלסטע אנדרעש געטראכט.......

דאס אז מען האט טויזענט חסידים איז נאך נישט קיין היתר אויף טוהן אזאלכע זאכען,
די גאס מעג אויך וויסען די אנדערע זייט פין די מטבע אולי וועט עס אנקומען ווי עס דארף אנקומען,

די סקווירא רבי האט א שוואכקייט אויף וואס די גאס זאגט, ער פרובירט אלץ אז די פאמפ אין די רושם וואס זיינע נסיעות מאכט אויף די גאס אז ס'זאל קנאקען, אין אפשר ווען אין טאמער ער וועט הערען דערפין וועט ער זיך אפשר חאפען אז אפשר דאך איז ער נישט אינגאנצען גערעכט,

טאמער ער מעג יארען לאנג טוהן וואס ער טוט, פארוואס טאר איך נישט פלעין שרייבען דעם אמת, אדרבה טאמער איז עס נישט אמת אפשר ביסטע גערעכט, אבער וויפעל איך ווייס איז יעדעס ווארט אמת, כ'האב אפילו געטוישט געוויסע לשונות ווען כ'בין נישט געווען זיכער,

איינער מיז דאך ארויס ברענגען די צווייטע זייט, א רבי האט דען א לייסענט צי וויי טוהן אידען, אין פערזענליך וויל ער דאך נישט הערען, ברבים איז דיר אויך "נישט באקוועם", דעמאלץ וואס יא,

כ'האב דוקא נישט געשריבען קיין נישט שיינע לשונות אין קיין גזמאות, כ'שרייב לויט וויפעל איך ווייס דעם אמת,
מיכאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך John Doe » מיטוואך מאי 02, 2012 9:34 pm

זייער פיין מיכאל. איין נקודה נאר, ווילסט זאגן אז יעדער שמויגער וואס האט חסידים באקומט א כוח צו מאכן אותות ומופתים? קאם אן. איך קען א איד א לץ וואס איז דער אפיציעלער מעשה בעקער פאר א געוויסע רעבישע הויף. איבערצייג זיך אליין, גיי נאך יעדע מופת וועסטו זעהן אז ס׳איז אדער פערצופאל געלונגען אדער הויל פאנטאזיע.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף,

הודעהדורך מיכאל » מיטוואך מאי 02, 2012 9:40 pm

John Doe האט געשריבן:זייער פיין מיכאל. איין נקודה נאר, ווילסט זאגן אז יעדער שמויגער וואס האט חסידים באקומט א כוח צו מאכן אותות ומופתים? קאם אן. איך קען א איד א לץ וואס איז דער אפיציעלער מעשה בעקער פאר א געוויסע רעבישע הויף. איבערצייג זיך אליין, גיי נאך יעדע מופת וועסטו זעהן אז ס׳איז אדער פערצופאל געלונגען אדער הויל פאנטאזיע.


אמת, אבער ס'נישט מן הנמנע אז ס'זאל זיין אמת, ספעציעל ווען זיין טאטע האט אים אויסגעלערענט וויזוי זיך צי באניצען דערמיט, (ס'האט נישט מיט יודישקייט, ביי גוים איז אויך דא וואס טוען עס,ס'איז אלענגערע הסבר וויזוי עס ארבעט, אין פארשטייט זיך מען קען נישט "אלעס" טוהן, ס'דא כללים, אבער ס'קען געלונגען,

אין כ'זאג עס וועגען דעם, ווייל ס'דא מענטשען וואס ווערען אזוי נתפעל פין א מופת אז זיי הייבען אן גלייבען אין דעם מופת מאכער בלינדערהייט, כאילו ווייסעך וואס,
מיכאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף

הודעהדורך דבילה » דאנערשטאג מאי 03, 2012 12:05 am

אין א'מרעדט שוין פון סקווירא - ווי קען מען פארגעסן די באקאנטע מגילה...
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 631 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף

הודעהדורך kliger » דאנערשטאג מאי 03, 2012 12:26 am

לויט דיין חשבון קענסטו דאך אלעס אזוי אראפלייגען אפילו די שטריימעל וואס מען צאלט 5000$
עס איז נישט געזונט אזוי צו רעדן,די זעלבע וועג האבן גערעדט די מתנגדים אויפן בעל שם טוב הקדוש


JUST THINKING
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמתעסף

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:41 am

kliger האט געשריבן:לויט דיין חשבון קענסטו דאך אלעס אזוי אראפלייגען אפילו די שטריימעל וואס מען צאלט 5000$
עס איז נישט געזונט אזוי צו רעדן,די זעלבע וועג האבן גערעדט די מתנגדים אויפן בעל שם טוב הקדוש


JUST THINKING

דו ביסט זיכער נישט א סקווירא׳ר...

אין סקווירא טראכט מען נישט...


מנשה׳לע קומט מער נישט אהער ??
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מאי 03, 2012 1:31 pm

מיכאל, דו שרייבסט שיין און גוט אנאליזירט די זאך. איך טראכט נאר אז עמיצער וואס באלאנגט אהין קען אזא אנאליז וויי טאן. פארגעס נישט, אז א סקווירא חסיד וואס וואוינט אין סקווירא קען זיין אן אקטיווער מיטגליד דא אין שטיבל. ער קען אפילו זיין אן אינטעליגענטער מענטש וואס קאנטריביוטעד שיין, אבער ער איז פארמאכט לאותו דבר. עס שטערט אים שטארק אז זאכן וואס זענען פאר אים יסודות זאלן ווערן כאראקטעריזירט אויף אזא אופן.

מעגליך איך בין נישט גערעכט. איך טראכט נאר הויך. (איך פאר זיך -- א נישט-סקווירא חסיד, וואס האלט זיך אפנקעפיג אינעם הינזיכט פון פארנעמען קריטיק אויף אונזער געזעלשאפט בכלל -- האב הנאה געהאט פון דיין אנאליז.)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1358 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף

הודעהדורך פריינדליך » דאנערשטאג מאי 03, 2012 2:35 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:מיכאל, דו שרייבסט שיין און גוט אנאליזירט די זאך. איך טראכט נאר אז עמיצער וואס באלאנגט אהין קען אזא אנאליז וויי טאן. פארגעס נישט, אז א סקווירא חסיד וואס וואוינט אין סקווירא קען זיין אן אקטיווער מיטגליד דא אין שטיבל. ער קען אפילו זיין אן אינטעליגענטער מענטש וואס קאנטריביוטעד שיין, אבער ער איז פארמאכט לאותו דבר. עס שטערט אים שטארק אז זאכן וואס זענען פאר אים יסודות זאלן ווערן כאראקטעריזירט אויף אזא אופן.

מעגליך איך בין נישט גערעכט. איך טראכט נאר הויך. (איך פאר זיך -- א נישט-סקווירא חסיד, וואס האלט זיך אפנקעפיג אינעם הינזיכט פון פארנעמען קריטיק אויף אונזער געזעלשאפט בכלל -- האב הנאה געהאט פון דיין אנאליז.)


איך האב דיר שוין מקדים געווען און געשריבען די הקדמה:

פריינדליך האט געשריבן:כ'האב נישט געליינט מיכאל'ס לאנגע תגובה, און איך וועל עס לכאורה נישט ליינען, ווייל ווי יעדער זעט דרייען זיך נישט דא קיין ערענסטע סקווירע חסידים, אפשר איינס צוויי חסידים יא, אבער נישט מער,

מילא וואס פארא ווערט האט אזא איינזייטיגע דעבאטע? עס איז נישט קיינער דא וואס זאל אים נערמאל איבערפרעגן אדער אפווענדן! וופיל אמת'ע אינפערמאציע קען מען דען געוואר ווערן פון אזא סטארט אייזייטיגע שמיעס?
אפשר מיט די צייט אז עס וועט אריינפאלען דא ערענסטע סקווירע חסיד וואס וועט האבען די ווילען צי דעבאטירען די ענין, דעמלאטס וועט די גאנצע נושא עפעס ווערט זיין,


א חסיד וועט אויך זען אז עס איז בסך הכל א מיינוג פון איינעם, און עס וועט נישט ווייטיען,
אוף יעדע זאך זאך איז דא אסאך מיינוגען, און זיכער ביי איז אזוי ביי אונז אידן, ווי עס גייט די ווערטעל, אז "ווי אימער עס איז דא צוויי אידן איז דא דריי מיינוגען" מילא איך גלייב נישט אז פאר א סקוועיר וועט באדערען די אשכול, זיי זענענן שוין ציגעווינט צי קריטיק, בפרט לעצטענעס,
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף

הודעהדורך הרב_שלום » דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:14 pm

ווער האלט צוריק א סקווירא יונגערמאן פון ארויס מופען, און גאנץ ניו יארק איז סקווירא די איינציגסטע פלאץ ווי א יוד קען וואוינען
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף

הודעהדורך מיכאל » דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:50 pm

^
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מיכאל אום דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:29 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
מיכאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

Re: "חסידות סקווירא" והמסתעף

הודעהדורך לעמיל » דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:52 pm

איך מיין עס איז נישט אזוי שלעכט וי מענטשין מאכען עס און עס איז ניק אזוי גיט וי סקוירא מאכט עס......
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט