פייערדיגע מחלוקת אין אלכסנדר בארא פארק

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

פייערדיגע מחלוקת אין אלכסנדר בארא פארק

הודעהדורך זיידעטשקע » מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:10 pm

עס איז שוין דא א אלטע מחלוקת צווישן דער אלכסנדר רבי פון בארא פארק הרה"צ יוסל זינגער שליט"א, און דער אלכסנדר רבי פון א"י הרב דאנציגער שליט"א. אבער יעצט האט אויסגעפלאצט א פייערדיגע מחלוקת ביי די זינגער אלכסנדר משפחה אליין, וואס זענען באקאנט פאר די בארימטע אלכסנדר ישיבה אין בארא פארק.
די אלכסנדר ביהמ"ד אין בארא פארק איז געעפענט געווארן דורך אלכסנדר רבי הרה"צ יחיאל מנחם זינגער זצ"ל. נאכדעם וואס ער איז נפטר געווארן האט זיין עלצטע זוהן נישט געוואלט איבערנעמען די רבנות, איז זיין צווייטער זוהן, הרה"צ ר' יוסל שליט"א, געווארן דער אלכסנדר רבי.
דער אלכסנדר רבי איז באקאנט פאר א גרויסער עסקן, און העלפט אסאך מענטשן. זיין יונגערער ברודער הרה"צ ברוך שליט"א איז אלע יארן געוועהן דער ראש ישיבה אין אלכסנדר ישיבה.
איך קען נישט די פינקטליכע פרטים, אבער אין די לעצטע חדשים האט ר' ברוך מחליט געוועהן אז ער וויל אויך זיין רבי, און האט זיך געעפענט א אייגענע שוהל. ר' יוסל איז שטארק אין כעס אויף דעם, און וויל עס בשום אין אופן נישט צולאזן. אלע אנדערע ברודערס פון די משפחה זענען צוטיילט, טייל שטיצן ר' יוסל און טייל שטיצן ר' ברוך.
היינט נאכט מאכט ר' יוסל חתונה א טאכטער, און זיינע שטיצערס נוצן עס אויס ווי מער ארויסציווייזן אז ער איז רבי. ביז היינט פלעגט ער קיינמאל נישט צולאזן קיין שום פראפעגאנדע, אבער לכבוד די יעצטיגע חתונה האט מען געהאנגען ריזיגע צעטלעך אין בית המדרש, און מ'שמועסט אז ביי די חתונה גייט דער רבי צום ערשטען מאל האבן א גרויסע רבי'שע בענקעל.
זיידעטשקע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

הודעהדורך סאו וואט » מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:17 pm

נעביך!
I AM SICK AND TIRED ALREADY
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:40 pm

גייט הרב ברוך אנטייל נעמען ביים חתונה?
צופעליג האבן זיי א שיטה אויף יעדער מחלוקת אין פלעגן אייביג אפלאכן פון אנדערע, יעצט פיהלן זיי דאס אויף זייער אייגענע האוט,
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2136 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:05 pm

וועמענס איידעם איז ר' ברוך?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:15 pm

איידעם ביי הרב הערשל סטריזוב פון 51 סטריט,
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2136 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך פעברואר 05, 2014 5:42 pm

איין ברודער דארט איז אן איידעם ביי דעם מילוואקי'ער רבי'ן, יענעם קען איך אביסל, כאטש איך האב שוין פארגעסן וויזוי ער הייסט אויפן נאמען. די אנדערע קען איך בכלל נישט.

אבער דער גאנצער מעשה קוקט מיר אויס א גרויסער דשאוק. קודם, דער אלכסנדר רבי פון אמעריקא האט א מחלוקה מיט דעם רבי'ן פון א"י. דאס קומט מיר פאר בערך ווי דער סקווערער פון בארא פארק האט א מחלוקה מיט דעם סקווערער פון ניו סקווער. אלכסנדר אין א"י איז אן ערנסטע חסידות, מיט אפאר הונדערט משפחות איבער די וועלט, און אלכסנדר פון ב"פ האט ס"ה א בית מדרש מיט א גרויסע ישיבה וואס האט גארנישט מיט די חסידות. בערך אזוי ווי סקווער בארא פארק (כאטש איך גלייב די זינגערס זענען אסאך נארמאלערע מענטשן ווי די טווערסקיס פון סקווער ב"פ.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1466
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1114 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מיטוואך פעברואר 05, 2014 7:05 pm

אין וויקיפידיע אויף "חסידות אלכסנדר" זעה איך אז די חסידי ר' ברוך האבן שוין אריינגעפילט אז ער איז דער "אלכסנדר-וורקא" רבי...
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7% ... 7.99.D7.AA

כיום ממלא את מקומו כאדמו"ר מאלכסנדר ארצות הברית בנו הרב יוסף זינגר. בית מדרשו בשכונת בורו פארק בניו יורק, וכמו כן יש לו בית כנסת בבני ברק. אחיו הרב אברהם ברוך זינגר מכונה "האדמו"ר מאלכסנדר וורקא" ומכהן כראש ישיבת אלכסנדר בארצות הברית.

אויך אין די וויקי פעידזש אויף דער זיידע הגה"צ ר' יעקב שרגא זינגער זצ"ל שטייט:

לאחר פטירתו ממלא את מקומו בנו רבי יוסף. בן אחר הוא רבי אברהם ברוך האדמו"ר מוורקא-אלכסנדר, ר"מ בישיבת "תפארת שמואל" אלכסנדר בארצות הברית.
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7.99.D7.95
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 438
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 409 מאל

הודעהדורך I'm back » מיטוואך פעברואר 05, 2014 7:29 pm

איז דא אפילו איין אלכסנדר חסיד ביי זיי, אדער נאר משפחה?
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך חד גדיא » מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:04 pm

ווער האט געגלייבט אז אלכסנדר וואס האט אייביג געלאכט פון אלע ראביסטעוועס וועט האבן א "חתונה סימבאל"....
בייגעלייגטע פיילס
Image918076142.jpg
Image918076142.jpg (164.71 KiB) געזען געווארן 12807 מאל
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 630
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 631 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

הודעהדורך סאו וואט » דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 12:52 am

כ'האב טאקע באמערקט אויף לדעת כמה גליונות וואס קומען פון אלכסנדר, כרם שמואל און תפארת שמואל.
קוקט אויס דער מחלוקה איז גרויס דארט וללהב יצאת. ס'דא קאמפיטישען.

אלנפאלס וויבאלד זיי האבען א ישיבה. און לכאורה דער ערשטע ישיבת מצויינים. דער שורש פורה ראש ולענה פון דער מחלה פון שיקען בחורים אויף לינקס,
און פון דארט פשתה המספחת צו אסאך אנדערע ישיבות. [...].
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך עוזר אום דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 10:37 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ארויסגענומען קללות.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל

הודעהדורך petergrifin » דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 1:02 am

יעצט אז ס׳איז דא א מחלוקת דארט – איז דא פאטענשיל אז די קהילה/חסידות זאל װאקסען און ביז צװאנציג יאר קען עס זײן א גרעסערע
קהילה/חסידות װאס מען גײט הערן פון זײ. איז קודם װיל איך זײ בעטן נאך פאר עטס הײבטס אן׳ פליז בלאקטס נישט קײן גאסן בײ די
״רבישע״ שמחות.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך petergrifin » דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 1:08 am

אה שיעור פארגעסן, װען דארף איך אן הײבן צו גלײבען אז ס׳איז העכערע זאכן?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך הלואי יא » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:51 pm

איז אמת אלכסנדר ישיבה צוטיילט זיך?
הלואי יא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 29, 2014 6:29 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך קאפקעיק » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 12:46 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:איין ברודער דארט איז אן איידעם ביי דעם מילוואקי'ער רבי'ן, יענעם קען איך אביסל, כאטש איך האב שוין פארגעסן וויזוי ער הייסט אויפן נאמען. די אנדערע קען איך בכלל נישט.

אבער דער גאנצער מעשה קוקט מיר אויס א גרויסער דשאוק. קודם, דער אלכסנדר רבי פון אמעריקא האט א מחלוקה מיט דעם רבי'ן פון א"י. דאס קומט מיר פאר בערך ווי דער סקווערער פון בארא פארק האט א מחלוקה מיט דעם סקווערער פון ניו סקווער. אלכסנדר אין א"י איז אן ערנסטע חסידות, מיט אפאר הונדערט משפחות איבער די וועלט, און אלכסנדר פון ב"פ האט ס"ה א בית מדרש מיט א גרויסע ישיבה וואס האט גארנישט מיט די חסידות. בערך אזוי ווי סקווער בארא פארק (כאטש איך גלייב די זינגערס זענען אסאך נארמאלערע מענטשן ווי די טווערסקיס פון סקווער ב"פ.

לידיעה בעלמא, די פלאץ ווי די בארא פארק'ער רבי האט די מערסטע חסידים איז אין בני ברק ווי ער האט א שטיבל אויף רחוב חזון איש, ווי צווישן זיינע חסידים דארט ציילט זיך דער בדחן בצלאל דים, און דער בדחן מענדל יאקאב, און ווער ער האט חתונה געמאכט פאר א האלבע יאר צוריק זענען זיי אלע געקומען צו פליען, אזוי אויך האט ער געפירט א גרויסע שבת אין מירון לעצטע יאר חודש אב, און די חסידים פון די אלכסנדר בני ברק רבי האט עס אינגאנצן נישט געשמעקט, סוי ווען סקווירא ב"פ וועט האבן חסידים אין ניו סקווער אפילו נאר 10 שטיק, וועט מען רעדן....
קאפקעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:20 pm

יעדער איז אזוי פארנומען מיט דער באבוב'ער מחלוקות, אז מ'האט פארגעסן פון דער פייערדיגע אלכסנדר מחלוקה.
זארג זיך נישט אלכסנדר מ'וועט נאך צוריק קומען צו אייך און צו אייערע מחלוקה'לע.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1777 מאל

הודעהדורך שאולדיספריםפאקער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 3:31 pm

C/P
Aleksander: the rebbes people closed down the Yeshiva building with body guards, the bucherim r supposedly starting today! The rosh Yeshiva & Co arranged buses to feer avek the bucherim to a dif location!!
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך הלואי יא » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 3:57 pm

C/p.
Burich zinger changed the locks of the yeshiva building and put in security guards. When the administrator of the yeshiva walked in and refused to leave, the security called the cops on him. BUT the cops evicted the security and gave the upper hand for the yeshiva. Chasdei hashem ki lo somni ki lo chuli rachmov!!
הלואי יא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 29, 2014 6:29 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:03 pm

איך ווייסט נישט צו עס איז א מעלה צו א חסרון למעשה זעהט אויס אז תלמידי אלכסנדר דרייען זיך נישט דא אין שטיבל,
לויט וויאזוי די 56 סטריט האט היינט אויסגעזען איז הויך יום טוב דארט,
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1818
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1021 מאל

הודעהדורך שאולדיספריםפאקער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:04 pm

הלואי יא האט געשריבן:C/p.
Burich zinger changed the locks of the yeshiva building and put in security guards. When the administrator of the yeshiva walked in and refused to leave, the security called the cops on him. BUT the cops evicted the security and gave the upper hand for the yeshiva. Chasdei hashem ki lo somni ki lo chuli rachmov!!

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די זאגסט אויב האט ער געגעבן די אויבערהאנט פאר די ישיבה פארוואס איז די ישיבה יעצט און ספינקא שוהל ?
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך שאולדיספריםפאקער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:10 pm

פיקטשערס פונעם געשלעג נעכטן נאכט ביים בנין הישיבה
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (136.46 KiB) געזען געווארן 10727 מאל
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך שאולדיספריםפאקער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:10 pm

2
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (192.22 KiB) געזען געווארן 10699 מאל
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:13 pm

ברענגט א בילד פונעם ראש ישיבה...
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1818
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1021 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:16 pm

קען איינער פוילען ביי צוויי תלמידים פוו אלכסנדר פון ביידע צדדים זאלן דא ארויפקומען און אויפלעבן די אשכול...
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1818
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1021 מאל

הודעהדורך שאולדיספריםפאקער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:22 pm

עמעזאן האט געשריבן:קען איינער פוילען ביי צוויי תלמידים פוו אלכסנדר פון ביידע צדדים זאלן דא ארויפקומען און אויפלעבן די אשכול...

איך גלייב נישט זיי האבן אינטערנעט
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך בארא פארקער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:29 pm

דער ערשטע בילד פונעם געשלעג איז מממש א פחד. שווער צו גלייבן ס'קען אזאנס אפשפילען ביי א אידישע הויף. לול
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

נעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט