בלאט 1 פון 1

הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:36 pm
דורך טיטאניק
דער באבובער רב פון 48 איז באקאנט ביי די גאנצע וועלט אלץ א רבי וואס איז דא אסאך צי רעדען איבער זיין פרעזענדליכקייט,
ער מאכט "העדליינס" יעדע שני וחמישי, ער פארמאגט א פראכטפולער הדרת פנים, ממש ווי "פון די מחניים ביכלעך", אפילו זיין זיידע דער קדשות ציון האט דאס נישט געהאט, א גרויסער "קענער" אין חסידות און אין היסטערי, א שיינער בעל תפלה, א הערליכער בעל מנגן, א שיינער מגיד און א זיסער בעל מחדש,
אפילו ביי זיינע שונאים ווערט ער באטראכט אלץ "איש האשכולות" ווען אפילו זיינע שונאים האלטען אז ער "האט וואס צי פארקויפען",
עס איז קלאר אז ר' בנציון ("בנציונן'דל דער רב'ס" ווי איך געדענק עם אלע יארען) איז געווען און איז און וועט אייביג פארבלייבען אלץ א פיגור וואס איז א עסק א געשעפט צי שמיסען פון עם,
ס'האט מיר געזאגט אמאל א 45 באבובער איד, גיב א קיק אויף די היינטיגע בנשקלעך, ניטאמאל זענען זיי בכלל א מדובר אויף וואס מען קען רעדען כאטש אפילו שלעכטס, זיי זענען כאפס וכאין, משא"כ די אלטע געווארדיע ווי דער היינטיגער בעלזער רב אדער ר' בניציון באבובער און נאך זענען פארט "עפעס" ביי יעדעם, און זיי זענען נאכאלץ א "יש", משא"כ די אלע נייע, ניטאמאל זענען זיי ווערד אז מען זאל עפענען דאס מויל אויף זיי....
עס זענען טאקע דא וואס פארגלייכען עם היבש צי דער בעלזער רב, (ר' בנציוןנס מאמע איז גאר א נאנטער קרוב צי בעלזער רב) כאטש דער בעלזער רב האט געהאט די מעגליכקייט צי טין זיינע ווילדע שטיק אלץ יונגערמאן אזוי האט ער יעצט א "פתח תשובה" אז ער איז געווען יונג און אימערפארען,
משא"כ ר' בניציון איז קוים 9 יאר אין די ליין, און ווען ער וועט זיך כאפען אויף זיינע מיסטעיקס וועט ער שוין זיין צי אלט צי ציען דאס שטריקעל פארקערט

אזוי ווי עס איז דא אסאך צי רעדען וועגען דער ר' בנציון, וואלט איך מציע געווען אז ווער עס האט צי דערציילען פאקטען איבער דעם רב זאל זיך אנריפען
איך וויל אבער קלאר מאכען אז איך וויל נישט אז דאס זאל ווערען פאר'צימעסט, אזוי אויך זאל מען נישט רעדען פון גאר פרעזענליכע אישוס שהשתיקה יפה להם