בלאט 6 פון 7
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:16 pm
דורך סקרן
באקומען א שיין בילד פונעם רב
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 3:59 pm
דורך בארא פארקער
בעל הבית האט געשריבן:ערגעץ געהערט אז באבוב 48 האט פאלוירען קרית באבוב בת ים, עני 45 מיט א אפדעיט פליז
חסדי ד' כי לא תמנו......
אין די טעג פונעם הייליגע הילולא פונעם רב ז"ל קומט אריין די גוטע נייעס פון ארצינו הקדושה אז די ריכטער האט איינגעזען די לעכערליכע טענות און ארויסגעווארפן די תביעה פון רחי רובין און רבקי אונגער.
פאר אפאר יאר צוריק האבן ביליגע מענטשן מיט בייזע פלענער געוואלט אוועקכאפן פראצענט אין געוויסע בנינים אין קרית באבוב, טענה'נדיג אז קרית באבוב אין געווען פריוואטע נכסים פונעם רב ז"ל ממילא קומט ר' נפתלי האלב אלץ זוהן.
יעדער בר דעת וויייסט צו זאגן ווי דער רב ז"ל האט געשפיגן בלוט פאר קרית באבוב און געלאפן נאך געלט און צוגעזאגט ישועות טאמער מ'וועט איהם העלפן, זאגן אז ער האט דאס געטוען פאר א פערזענליכע אינטערעסע איז שכל-לאז, דער רב ז"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין רויטע דיים פריוואטע געלט פאר זיינע קינדער (חוץ זיין הויז).
ב"ה די בייזע פלענער פון אוועקכאפן הקדש געלט פאר זייער פריוואטע אינטערעסע איז אדורכגעפאלן, צולייגנדיג נאך א רינגל ווי די חברה האבן ביטערליך פארלוירן מיט א שמוץ אריבער.
די מצב איז געווען גאנץ שמאל אין געוויסע הינזיכטן, עס האט אויסגעזעהן ח"ו ווי די בייזע סטרא אחרא גייט לייגן א האנט אויף די היייליגע בנינים ווי מ'איז מגדל תינוקות של בית רבן וואס איז געבויט געווארן מיט בלוט און שווייס.
מ'קען נאר דאנקען השי"ת אויף אלע חסדים וואס ער האט מיט אונז געטוען ביז היינט. די הייליגע רב ז"ל און זיין זוהן ר' נתפלי האבן זיכער אראפגעקוקט פון אויבן און איינגעבעטן אז קיין שלעכטע פלענער זאל נישט שולט זיין.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 5:45 pm
דורך איסר האטלקי
ביזט זיכער אז מהרנ''ץ האט אויך אראפגעקוקט?
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 5:57 pm
דורך יין שרף
מהרנ"ץ נישט, ר' נתפלי..
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 6:18 pm
דורך בארא פארקער
איסר האטלקי האט געשריבן:ביזט זיכער אז מהרנ''ץ האט אויך אראפגעקוקט?
נאר וואס דען? ודאי
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 6:19 pm
דורך בארא פארקער
יין שרף האט געשריבן:מהרנ"ץ נישט, ר' נתפלי..
ר׳ נתפלי אויך נישט, די מיינסט ר׳ נפתלי.....
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 8:15 pm
דורך בעל דרשן
ברוך השם קושטא קאי
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 10:29 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
אין וואס וואלט געשעהן ווען די 45 צד וואלטן געווינען וואלט אויך גארנישט געשעהן
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 11:12 pm
דורך איסר האטלקי
בארא פארקער האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:מהרנ"ץ נישט, ר' נתפלי..
ר׳ נתפלי אויך נישט, די מיינסט ר׳ נפתלי.....
בארא פארקער האט געשריבן:די הייליגע רב ז״ל אין זיין זוהן ר׳ נתפלי האבן זיכער אראפ געקוקט פון אויבן אין אנגעבעהטן אז קיין שלעכע פלענער זאל נישט שולט זיין
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 12:08 am
דורך יהודי פשוט
בארא פארקער האט געשריבן:.
די הייליגע רב ז״ל אין זיין זוהן ר׳ נתפלי האבן זיכער אראפ געקוקט פון אויבן אין אנגעבעהטן אז קיין שלעכע פלענער זאל נישט שולט זיין
אזא שמחה.... צהלי ורוני כל בני ישראל.... ברוך השם אז אין א וועלט פון אזא חשכות זעהט מען נאך אזא התגלות... מ'זעהט קלאר אז אפילו ווען א רב גייט פון די וועלט קוקט ער נאך אלץ אראפ פון אויבן.... און ער רופט אפילו זיין זוהן זאל קומען מיט קוקען.... און צוזאמען קוקט מען גוט גוט, דער אויבערשטער זאל ודאי העלפן אז זיי זאלן ווייטער קענען קוקן נאר אויף גוטע פלעצער, און זיי זאלן מאכן זיכער אז רחי רובין מיט רבקי אונגער זאלן נישט טוהן וואס זיי ווילן, נאר רויזי האלברשטאם זאל זיין באלעבאאס, און לאמיר מתפלל זיין אז די האלדז זאל נישט צו שטארק וויי טוהן פון אזוי פיל אראפ קוקן... וכו' וכו'.
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 12:08 am
דורך יהודי פשוט
ס'דא א שיינע טייטש אויפ'ן פסוק וירא בצר להם בשמעו את רנתם, אז ווי אזוי האט דער אויבערשטער פארשטאנען די גודל הצר פון כלל ישראל? דורך דעם וואס שמעו את רנתם, רנתם איז טייטש א געזאנג פון פרייד, ווען ער האט געהערט אויף וואס כלל ישראל פרייט זיך האט ער געזעהן ווי ביטער זייער מצב איז, אז זיי פרייען זיך אויף אזעלכע שטותים.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2020 9:08 pm
דורך דולה ומשקה
דעם פארגאנגענעם פופטע נאכט חנוכה איז געוועזען ניטל לכה"פ אין באבוב, ממילא האט דער רב נישט געזאגט קיין תורה כדרכו בקודש, אבער אי אפשר בלא כלום, דעריבער האט דער רב געשמועסט איבער דעם ענין וואס אין באבוב עסט מען מיליכגס דעם פופטע נאכט חנוכה אלס זכר צו דעם וואס 'דער ליאזנע' [וואס זאל איך טוהן אזוי רופט אים דער רב - אקעי, דער בעל התניא], דער מנהג האט האט דער 'באבע שרה מרים' אריינגעברעגט זייענדיג א טאכטער פון רבי מאטעלע הארנעסטייפלער ואשת חבר רבי שלום אליעזר פון שטאט ראצפערטא.
עכ"פ מאז ועד היום עסט מען אין באבוב בלינצעס, דער רב האט שטארק באריכות ובעומק הענין ארום גערעדט איבער דעם מאכל, צווישן זיינע ווערטער האט ער געזאגט אז קודם כל אז ער ווייסט אפילו נישט ווי אזוי אנצורופן דעם מאכל, עס האט דאך נישט קיין אידיש נאמען, אבער רופן רופט מען דאס בלינצ'עס אדער בלינטשעס, וכיוצא בזה אבער דאך איז דאס א ענגלישע ווארט און אידיש איז נישט דא א ווארט פאר דעם מאכל, לפי ידיעתו. נאכן אויסשמועסן דעם נאמען באורך וברוחב איז אריבער צום מאכל זעלבסט, אז דער מאכל איז געמאכט פון קעז וואס ווערט ארומגעוויקעלט און ארמגענומען פון טייג....
פלוצלינג!!! קראך!!!
דער מייק האט פלוצלים אויפגעהערט צו ארבעטן... זעהט אויס איינער האט זיך געשעמט מיט דעם דברי אלקים חיים, וואס שכינה מדברת מתוך גרונו של משה, דאיתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא, און יענער געטרייע האט געזעהן אז דער מייק זאל אויפהערן טוהן רצון קונו...
א טאג נאך די ימי אורה, האט מען שנעל אריבערפירט דעם רב קיין מאנסי זיך אפצורוען פאר זיין געזונט וועגן...
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2020 8:29 am
דורך איסר האטלקי
פון זיין טאטן האט מען אויך אפטמאל געקענט הערן אזעלכע דרשות. מיט זיין זעלטענע הסברה האט ער געקענט זאפטיג מסביר זיין אזעלכע ידיעות פאר פייער און פאר וואסער. קיינמאל האט מען אים געדארפט שלעפן אויף וואקאציע צוליב דעם.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.
זייער אימפרעסיוו!!
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 10:45 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:07 pm
דורך וואלווי
חתם סופר האט געשריבן:איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.
זייער אימפרעסיוו!!
וואס איז "אימפרעסיוו" מיט דעם בריוו ?
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
נשלח: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:34 pm
דורך תוהו ובוהו
וואלווי האט געשריבן:ואס איז "אימפרעסיוו" מיט דעם בריוו ?
אז א רבי'ש קינד זאל אפפערן צו צאלן פאר עפעס..
נשלח: זונטאג אוגוסט 22, 2021 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:איינער האט מיך אריינגעשיקט א בריוו פון באבובער רב וואס ער האט געשריבן אלס 27 יעריגע יונגערמאן.
זייער אימפרעסיוו!!
וואס איז "אימפרעסיוו" מיט דעם בריוו ?
שיינע שריפט, שיין געשריבן, מענטשליך, פראפעשאנעל. וויפיל חסידישע יונגעלייט פון 27 קענען אזוי שרייבען?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 5:35 am
דורך ארי נוהם
אסאך.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:43 pm
דורך איך אויך
עפעס זוכט מרן החתם סופר אימפרעסיוונעסס פון אונטער די ערד אין דעם גאר פשוטן בריוו, לאמיר עם פארגינען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:26 am
דורך היסטאריע
באקומען אין וואטסעפ
רשעות אין באבוב
ווי דער קעפל שרייט, קומען די פאר שורות ארויסברענגען פאר דער וואס ווייסט נישט, און מיינט אז ער איז ב"ה א באבאווער חסיד וואס פירט זיך תחת דגלו פין רבינו שליט"א, און אלעס פירט זיך ווי עס באדארף צו זיין, און טאמער וועט אים אמאהל באטרעפען די רשעות פין די אמת'ר מנהיגים פין באבוב, רעדט זיך דער מענטש איין אז עס נישט קיין פראבלעם, ווייל עס איז דאך דא רבינו שליט"א, און ערגעסטען פאל וועט ער אריין גיין אל הקודש פנימה און זיך אויסרעדען דאס הארץ, און דער פראבלעם וועט ווינדערליך ווערען אויפגעלעזט. אוי, דער איינרעדעניש, דער רב וועט דיר נישט העלפען, טאמער וועסטו זיין א בעל מזל, וועט ער דיר זאגען אז ער וועט זיך אריין טוהן אין דער נושא, און צום סוף וועט ער זיך אפשאקלען, און זאגען אז ער קען זיך נישט שלאגען מיט די מנהל/ת קאקער/ס, ווייל זיי זענען נישט מסכים צו טוהן זייער ארבעט אויב מען גיבט זיי נישט פולע בעלות זיי זאלען קענען טוהן לפי מדת רשעתם, אבער געוועהנליך וועט איר צו דעם אויך נישט זוכה זיין, נאר צו א געהעריגע איגנארענץ וכו'.
און דער אמת'ר שאלה איז, פארוואס האבען מיר בוחר געוועהן אין דעם? האט קיינער נישט געזעהן דער מהלך מראש?
וועט קומען איינער און זאגען עס איז נישט דער רב אליין, עס איז דער, יענער, (מענדל קען מען דאך שוין נישט זאגן), איז לאמיר ענק נאך זאגען אן אלטע חסידישע ווארט, אתו עמו כלומר אליו, מען זאגט דער ווייב (ווער געדענקט נישט ביים רב ז"ל ווי דער הרבנית הצדקנית איז געוועהן דער פאנטשינג בעג), מען זאגט דער גבאי, אבער כלומר אליו, אלס איז אים אליין, ער איז שולדיג אין אלעם.
און אפילו אויב דער מעשה רשעות וואס איר הערט, וואס ווערען נתרבה ווי די שוואמען רח"ל, איז נישט דירעקט רבינו שליט"א, וויסען זאלט איר, און וויסען זאל ער, אז ער איז שולדיג אין אלעמען. אונז אלע, די סאביעקטען, די חסידים, די מערטשענדייז, זענען וואלנערבעל מענטשען, מענטשען וואס קענען זיך נישט באשיצען פין די רשעים אין טשארדזש, און ווען מען טוט אויסניצען מענטשן אין דעם מצב, איז עס א עוון בל יכופר, און אפילו ערגער פין עבודה זרה, די סאמע ערגסטע עבירה אין די תורה, וואס עס קומט מיתה אויף דעם, און נישט נאר פאר דער וואס איז עובר די עבירה, נאר אפילו פאר זייערע קינדער און אייניקלעך.
ואותו הרגת בחרב בני עמון, און דאס איז געוועהן דורך שליחות, און דורך תירוצים פין מורד במלכות, די אלע תירוצים מיינען גארנישט ווען מען ניצט אויס און מען פייניגט מענטשען וואס זענען וואלנערעבעל, מענטשען וואס האבען נישט צו וועמען צו שרייען, איז עס והיה כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני, און דער אויבערשטען זאגט וחרה אפי והרגתי אתכם ונתתי וכו', קוקט אליין נאך דער ענדע פין דער פסוק.
די רשעים בראש, זענען לאו דוקא שלעכטע מענטשען אין אנדערע תחומים, זיי קענען ארום גיין מיט דער הנחה אז זיי זענען מוכרח צו טוהן די רשעות צוליב דער טובת הכלל, און זיי האבען דאך זייער ליב דער כלל, און ווער גיבט זיי דער לייסענס אנצוגיין מיט דער מעשה רשע? טראכט נישט ווייט, און איר וועט וויסען דער תשובה.
איז נעמט אייך ארויס א מוסר השכל, דער רבי אויף וועמען איר האט בטחון אז ער וועט אייך העלפען ווען עס קומט אייער עת צרה, איז נישט דא, נישט אינטרעסירט, און וועט נישט צולייגען זיין פינקי דיך צו העלפען ווען דער צייט קומט.
זייט מתפלל צום אויבערשטען אז די רשעים זאלען האבען א מפלה, יכרת ה' כל שפתי חלקות, און ווען איר זאגט תהלים אין אלול, און איר האט א פסוק וואס רעדט וועגען די רשעים, דערמאנט זיי ביי די נעמען, און זייט מתפלל אויף דער כבוד שמים וואס וועט נתרבה ווערען, ווען די מענטשען וואס פייניגען זייערע סאביעקטען וועלען האבען א מפלה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 10:15 am
דורך ניינטער
וואס איז שוין געשען? מה חרי האף הגדול הזה?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 2:28 am
דורך תפארת
חתם סופר האט געשריבן:.
פארקויפט געווארן נעכטען אויף אויקשען פאר איבער פיר אלפים! בשעת די בריוון פון זיין פאטער מהר"ש קאסט ארום פינף מאות.