יין שרף האט געשריבן:א געזונטע קלאפ פאר צד מהרב"צ
כשצד ב' (מהרב"צ) מתייחסים לצד א' (מהרמ"ד) עליה לקרוא להם בשם באבוב-45, ולא לכנות אותם בשמות אחרים...
קרעקער האט געשריבן:רמ"ד האט יעצט די וועלטס סימפעטי נאכדעם וואס די חברה באנדיטען האבען עם געגעבען אין זיבעטען ריפ
איך האף אז ער וועט האבען שכל און ארויסקימען היינט נאכט מיט א בריוו צו זיין קהלה אז יעדער מוז אנעמען די פסק פון בי"ד!!!!!
ער קען עניוועי גארנישט טוהן אפצושלאגען די פסק, סוי וואס זאל ער זיך נאריש מאכען? זאל ער כאטש ארויסקומען דער וואס פאלגט א דין תורה
זיי זענען זייער צובראכען אבער איינער מוז מסביר זיין רמ"ד'ן אז דעס איז יעצט זיין בעסטע אפשען, ווייל אויב גייט ער זיך יעצט אנהייבען שלאגען גייט ער זיין סיי א לוזער און סיי איינער וואס פאלגט נישט בי"ד
זיידעטשקע האט געשריבן:נאך אזוי פיל יארן האף איך אז די בי"ד וועט נישט נאר ארויסגעבן צוויי צעטלעך מיט די פסק, נאר א אפיציעלע ביאור וואס איז מסביר די גאנצע פסק מיט אלע מקורות.
שרייבער האט געשריבן:קרעקער האט געשריבן:רמ"ד האט יעצט די וועלטס סימפעטי נאכדעם וואס די חברה באנדיטען האבען עם געגעבען אין זיבעטען ריפ
איך האף אז ער וועט האבען שכל און ארויסקימען היינט נאכט מיט א בריוו צו זיין קהלה אז יעדער מוז אנעמען די פסק פון בי"ד!!!!!
ער קען עניוועי גארנישט טוהן אפצושלאגען די פסק, סוי וואס זאל ער זיך נאריש מאכען? זאל ער כאטש ארויסקומען דער וואס פאלגט א דין תורה
זיי זענען זייער צובראכען אבער איינער מוז מסביר זיין רמ"ד'ן אז דעס איז יעצט זיין בעסטע אפשען, ווייל אויב גייט ער זיך יעצט אנהייבען שלאגען גייט ער זיין סיי א לוזער און סיי איינער וואס פאלגט נישט בי"ד
וועם מיינסטו באנדיטן?
איך האלט אויך ווי דיר, הלואי ער קומט ארויס מיט אזא בריוו אז יעדער מוז אננעמען דעם פסק, ווייל בדרך הטבע קען ער סיי ווי גארנישט צוריקדרייען, ער וועט האבן א גרויסע זכות צו ווייזן פאר די וועלט אז אפילו אין תשע"ד פאלגט מען א בי"ד
קינד_אן_קייט האט געשריבן:פאר איינעם א גמר דין, פאר׳ן אנדערן א גזר דין.
כ׳בין איבערראשט אז קרוב צו ניינציג פראצענט פונעם פסק באציעט זיך מערסטענס בנוגע דעם נאמען, באבוב אראפ, באבוב ארויף, און גאנץ קנאפ איבער נכסים.
כ׳האב טאקע נישט מיטגעהאלטן די פרטים פונעם געפעכט איבער די יארן פון א ריין הלכה׳דיגן שטאנדפונקט, אבער משום מה האט זיך מיר געדאכט אז ס׳האנדלט זיך מער איבער יסודות׳דיגע חושן משפט (ירושה, וכו׳) שאלות כדת וכדין.
מעגליך אז ס׳איז יא אזוי אבער עס פארנעמט דא נישט קיין לענג׳ס אדער ברייט׳ס אינעם פסק און דער כלליות׳דיגער נימוק איז אויך גענצליך פארנעפלט.
חוץ מטעם מוחזק און ״אוחז ביד״, בין כ׳שטארק נייגעריג צו וויסן אויף וואס דער פסק איז באזירט און וויאזוי צד 48 האט געווינען א געצליכער דין יורש.
יין שרף האט געשריבן:זיידעטשקע האט געשריבן:נאך אזוי פיל יארן האף איך אז די בי"ד וועט נישט נאר ארויסגעבן צוויי צעטלעך מיט די פסק, נאר א אפיציעלע ביאור וואס איז מסביר די גאנצע פסק מיט אלע מקורות.
שוין ארויסגעקומען. עס הייסט הברי והשמא...
ראשעקאל האט געשריבן:בי"ד מאכט א לאנג'ס און א ברייט'ס איבער ווי אזוי באבוב 45 מעג זיך רופן "באבוב 45". האלט טאקע איינער אז זיי גייען דאס אנעמען? א נאמבער אין א נאמען פון א חסידות איז אסאך מער מאדנע ווי צולייגען א נאמען ווי "צאנז באבוב". "באבוב 45" קוקט אויס ווי עפעס א שטיבל אזוי ווי "בעלז 41"

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט