דורך גאלד » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:54 pm
פרעגסט מיך, יעדער קען דאך מיר דא, איך האב קיין פאראיבל קעגן קיין איינע פון די באבובער רבי'ס ס'אינגאנצן א ריב לו לא,
אבער פון א דרויסדינגע בליק, קוקט מיר אויס דער פסק גוט פאריקט, גוט גוט משוגע, צידרייט, קיין פירוש, קיין יושר, קיין אינטעלעגענץ,
נאך 9 יאר האלטן געשפאנט די וועלט, און אזא פיס אוו גארביטש???
קודם כל, וואו בכל מקצועות התורה זויגט מען ארויס די אלע סארט סעיפים,
איך וואלט ערווארטעט נאך אזוי ארומפירן דעם ציבור, זאל כאטש די עולם התורה רייכער ווערן מיט א קנאקעדיגע פסק הלכה וואס כלל ישראל וועט קענען ניצן לדורות הבאים עד ביאת משיח,
דערווייל איז אלעס געשריבן אויף א סגנון ווי די עשרת הדברות, אן קיין סברות, הסברים, מראה מקומות,
צווייטנס ווי קען מען הייסן איינער א גרויסע אנגעזעהנער אדמו"ר נאך 9 יאר צו פלוצלינג טוישן זיין נאמען,
און ער איז נאך מחויב צו מודיע פאר יעדן (ע"פ פסק הבי"ד): "איך בין נישט באבובער רבי נאר באבוב-45 רבי"
הזאת נורמאלי???
סיריעסלי!!
ועל כולם, איך קלער אז אין פראקטיק, איז שוין רמ"ד אפגעזיגלט אלס א באבובער רבי, אין להשיב,
נאך 9 יאר קען מען נישט צוריק דרייען קיין זייגער,
ווען דער פסק וואלט ארויסגעקומען אין די ערשטע יאר וואלט עס געהאט א השפעה,
א זאלי איז מיר אמאל מסביר מיט לאנגע הסברים פארוואס רביצין סאשע קען נישט זיין קיין סאטמאר רביצין, ווייל זי רעדט עברית וכדומה,
זאג איך קען זיין ביסט גערעכט אבער ליידער איז ער סאטמאר רביצין פאר איין סיבה, ווייל זי איז חתונה געהאט צום סאטמארע רבי,
די זעלבע לענינינו קיין שום פסק בי"ד גייט נישט טוישן חסידי רמ"ד צו פאפענע אונגארישע אידן,
די מציאות איז די אידן זענען באבובער תלמידים וחסידים, קיין טראפ אנדערש ווי אנשי 48,
איך האב אבער א פילינג אז אנשי רמ"ד זענען בטלניש אין זיי גייען זיך דא פארפאטשקען און זיך טוישן צו צאנז-באבוב,
לפענ"ד איז דאס זעלבסטמארד,
זיי זאלן למען השם דוקא לאזן צו באבוב-45, גארנישט עפעס אנדערש,
קודם כל מ'האט זיך זיי דאך ביז יעצט גערופן 45, פשוט להבדיל צו 48,
ממילא וועט כמעט זיך נישט אנזעהן אז דא עפעס געשעהן א טויש, אונז זעמיר נעכטן געווען 45 און מ'זעמיר ווייטער,
צווייטנס איז עס א נאמבער, איך זעה נישט וויזוי א נאמבער זאל זיך איינגעבן אלס דער איינציגער נאמען,
דריטנס היות עס איז א נומבער מיינט דאס אז "באבוב" איז די איינציגע ווארט וואס איז א נאמען פון א שטאט,
פערטנס, 45 איז מער א גאסן שפעט נאמען, אזוי ווי "זאלי" "ארויני", מיינט דאס אז אזוי לאנג די נומער "45" וועט לעבן, וועט בעל כרחך דער נומער "48" אויך נתעורר ווערן,
פיפטנס, ס'העט זיין זייער שווער פאר א פרעמדער רב אדער פערזענליכקייט זיך צו באציען צו רמ"ד מיט דעם נומער "45", דאס מיינט "באבוב" איז ער זיכער "45" אדער יא אדער נישט,
זעקסטן דער נומער "45" איז אויפאלענד אז לעולם ועד, כל רואיה יכירי וידעו אז דער 45 איז איז ווייל רב"צ וויל דער נאמען באבוב נאר פאר זיך,
בקיצור ס'איז שטארק יתכן לומר אז אין פראקטיש האט דער פסק גארנישט געטוישט, נאר איין זאך אז רמ"ד איז רייכער געווארן מיט 7 מיליאן דאלאר, גארנישט מער
כן נלפע"ד נכון