איחוד פעלד האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, די בושה איז נישט אויף דער פסק, זיי האבען גע'פסק'נט אויף דעם וואס מען האט זיך.געפייט.
פאלש. מ'האט בעיקר געפייט דארט אויף פראפערטי נישט אויף Uniform פון די בנות ציון.
איחוד פעלד האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, די בושה איז נישט אויף דער פסק, זיי האבען גע'פסק'נט אויף דעם וואס מען האט זיך.געפייט.
Kool man האט געשריבן:מוטשע איך זיך צו פארשטיין א פסוק אין חומש, וואס דען מיינט לא תקח שוחד? איז דא א בעסערע משל?
petergrifin האט געשריבן:ק/פ װאטסעפפ
בסד
כהאב נישט געהאט קיין צייט צו שרייבען אבער יעצט האב איך אביסעל צייט א שאד יעצט האסטו יא צייט
בנוגע די פסק בית דין פון באבאב לאמיר דאס צו נעמען אביסעל
קודם די וועיג ווי אזוי זיי האבען אראפ געשריבען די פסק איז סתם סטאפיד. די טענות וואס צד 48 האט פארלאנגט איז סתם משוגע אראפ צו שרייבען אויך א פסק צו טוישען יאניפארעמעס וכדומה איז מיינע אויגען זענען זיי קליינע בעביס
אבער דער עיקר וואס כפארשטיי נישט געווענטליך ביי א דין תורה באקומט יעדער צד עפעס מען ווארפט צו א ביינדעל פאר יעדעם מען האט אים געווארפן 6.2 ובפרט אז יעדער איז מודה נישט יעדע איז מודה אז 45 איז א גרויסע פארצענט פון באבוב לאמיר זאגען די ווייניגסטע איז 25 פארצענט. לשיטתך נו קומט דאך זיי אויך וואס עפעס? זעהט אויס בי"ד פארשטייט אנדערש ובפרט ווען בובוב איז געבויעט געווארן דורך רבי נפתלי זצל. יש הרבה חולקים בזה יא אמת ער האט נאר געקענט בויען ווייל ער האט געהאט א הייליגען טאטען אבער למעשה האט עס דאס געבויעט מיט זיין בלוט אין פלייש ער איז געווארן א בעל חוב פאר מליאנען נאר וועגען בובוב ???
נו וואס האבען די רבנים געשריבען אז פאר פארטי פייט געט מען א פייג דאס הייסט אזוי אז נאכדעם וואס ער טאר זיך נישט רופן באבוב נאכדעם וואס ער דארף אלעס אויסרייסען אין זעכער מאכען אז די גאנצע וועלט מסוף העולם ועד סופו ווייסט אז זיי זענען נישט באבאב אין זיי דארפן אנהייבען בויען מוסדות בנינים שוהלן פון דאס ניי
אלץ פיינקייט געט 48 פאר 45 6 מיליאן דאללאר צו קענען בויען נייע מוסדות אבער זיי געבען דאס נישט יעצט נאר און משך פון 5 יאר זייער שיין
אין שרייבען נאך צו אז אויב 48 וועט נישט באצאלען דאס געלד טאר 45 גארנישט טיען אליין ניין בי"ד שרייבט אויב 45 גייט נישט אראפנעמען די נאמען טאר 48 גארנישט טוהן נאר מען וועט נאכאמאל מאכען א מושב בית דין טויט משוגע
אבער דא הייבט זיך אן דער פראבלעים ווען די דין תורה זאל זיין צווישען פשוטי אידען וואלט מען געזאגט פארען בית דיו עטץ האט קלאר גענומען דא איין צד עטץ האטץ געפאסקענט שלא על פי תורה ??? ווייל די ווילסט אנדערש?ממילא פייף איך אריין אונעם פסק בית דין כדארף נישט דיין פארשטינקענע פאר דאללאר במשך 5 יאר אין איך רוף מיך ווייטער מיטען נאמען באבוב
אבער דא איז דער פראבלעים הרב מרדכי דוד איז א רבי בישראל א מנהיג העדה נישט קיין חילוק וויפיל חסידים ער האט מוז ער אנ נעמען דעם פסק אפילו דער פסק איז נישט קיין פסק. ווייל די גאנצע וועלט גייט קוקען מיט גרויסע אויגען וואס ער גייט טיען צו ער גייט יא אדער נישט פאלגען דעם פסק.
אבער איין זאך איז זעכער אז דער פסק איז דער לעצטער פסק פון אזא דין תורה צווישען צוויי קהילות אדער צווישען צוויי ברודער קיינער וועט מער נישט גיין צו דין תורה ווייל מען זעהט אז דער פסוק ושפטו משפט צדק גייט מער נישט אן היינטיגע צייטען.
בקוצר סקען זיין אז צד הרב בנציון האט געוואונען. אבער וואס סאיז ברור אז די הייליגע תורה האט היינט פארלוירען ??? ווייל די ווילסט אנדערש? מיר האבען פארלוירען כו אב תשלט דער לוחם פאר כבוד השם ותורתו אין היינט כו אב תשסד האט מען פארלוירען די תורה אליין.
דאס איז מיין מיינונג WHO CARES אין יעדער מעג מחולק זיין על טעם וריח און להתווכח. א גוט שבת
יצחק מרדכי בראך
אב״ד דובשענע והגלילות
לאליפאפ האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, די בושה איז נישט אויף דער פסק, זיי האבען גע'פסק'נט אויף דעם וואס מען האט זיך.געפייט.
פאלש. מ'האט בעיקר געפייט דארט אויף פראפערטי נישט אויף Uniform פון די בנות ציון.
Kool man האט געשריבן:לידיעה ולהבהרה, איך בין כלל נישט קיין באבובער, נישט קיין באבוב 48, און נישט קיין באבוב 45, [אוי! נישט געזאגט בנשימה אחת, פארראכטען: באבוב45] איך האב נישט מיט קיין איין צד, איך בין געווארען אויפגעברויזט זעענדיג אזא בלינדע איינזייטיגע פסק, ביזי 25 סעיפים מיט שטותים וועגען אלע מיני נעמען און ניקס, די ישיבה קטנה, ישיבה גדולה און קעמפס, קינדערישע פסק וועגען יונפארם, וואס מאכט עס אויסזעהן אז דער פסק איז א פארגעשריבענע, און ס'שטונקט, איך האלט טאקע אז ס'קומט זיך שלעק פאר 45 אז זיי האבען זיך נישט אויפגעהויבען אפאר יאר צוריק און אפגעפיצט פון אזא פאנעל פון דיינים, יעצט שניידען זיי די פירות.
נ.ב. די שבת אין ביהמ"ד האט דער גאנצער עולם - נישט קיין באבובער חסידים - געברויזט אויף די פסק, חוץ איינער וואס האט געהאלטען אז ס'איז א גוטער פסק [פערצופאל ארבעט ער פאר א הייסען 48 חסיד].
יין שרף האט געשריבן:וויליאמסבורגער האט געשריבן:א שאקינג פסק!!
אין די פסק שטייט אז זיי קענען נישט מחייב זיין באבוב 45 מוסדות פון אנדערע מקומות פון די וועלט צו טוישן זייער נאמען, ווייל זיי האבן נישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין ביי דעם בי"ד. דאס מיינט אז למשל ר' מרדכי דוד'ס מוסדות אין מאנסי קענען זיך ווייטער רופן "באבוב". אויב אזוי קען רמ"ד זיך געהעריג רופן "אדמו"ר מבאבוב מאנסי" ווייל ער איז דאך באמת דער אדמו"ר פון "באבוב מאנסי".
ער קען זיך נאר רופן מיט די נאמען "באבוב" אדער אז עס גייט גלייך דערנאך א 45 אדער פארדעם א צונאמען, סאו אויב עפעס אדמו"ר ממאנסי-באבוב...
אבער דעס קען ער אויך נאר אויך מען טוישט אלע מוסודת בכל מקום שהם צו די נאמען וואס ער רופט זיך.
ראשעקאל האט געשריבן:איינער זאל אפשטעלן דעם רב"צ און אים פרעגן, פיין, האסט געוואנען די דין תורה. אבער קלערסטו נישט אז א שיינע פרעצענט פון אידן וואס זענען לאנגע יאהרן געוועהן אין באבוב טיילן זיך אפ פארלאנגט זיך פון באבוב צו קעירן פאר זיי? געב זיי א פראצענט פון די באבובע נכסים וופיל די פראצענט פון מענטשן זיי האבן
יאיר האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי א דיין שעמט זיך נישט אונטערצושרייבן אזא פסק. ניין, איך רעד נישט וועגן יושר. נאר פשוט דער תוכן הדברים. איך האב געמיינט אז דא פירט זיך עפעס א דין תורה אויף נכסים, אויף ירושה אין רבנות, אויף נכסי ציבור, דערווייל האבן די דיינים געגעבן אזא רוק אריין די נכסים און רביס'טעווע אין איין זאץ, כאילו דאס איז נאר בדרך אגב. און די איבריגע דריי פולע זייטן געווידמעט אויף די וויכטיגע שאלה צו רמ"ד מעג זיך רופן באביב אדער באבאוו, צו ער מעג זיך רופן באבוב צאנז אדער נאר צאנז באבוב, און ווי גרויס די בוכשטאבן פון 45 זאלן זיין, און ווי אזוי די אוניפארם זאל אויסזען. דאס האט מען דן געווען במשך די לעצטע ניין יאר? איך ווייס נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן. ס'איז מיר באמת א פלא ווי אזוי אן ערוואקסענער מענטש וועלכער האלט זיך גענוג געלונגען צו קענען פסק'ען מולטי מיליאן דאלער דין תורה'ס שעמט זיך נישט צו אונטערשרייבן אויף אזעלכע נארישקייטן.
שעפטל האט געשריבן:עפעס מוז איך אריינווארפן... גראדע האב איך גאר הנאה פונעם פסק! אזוי גייט עס, נישטא קיין פשרות, דא דארף מען נישט זיין קיין נייס גיי'ס, דא דארף מען איין זאך, איז ער יורש? נעם ס'גאנצע, איז ער נישט דאן שפאציר אוועק. ווי שוין ארויסגעברענגט אין ספר ברי ושמא, און ווי ס'קוקט אויס האט דאס די בי"ד אנגענומען און הרה"צ ר' מרדכי דוד (איך ווייס נישט זיין טיטל יעצט) איז קיין יורש נישט, ער איז בכלל נישט קיין מענטש צום טיש, נאך שיין מ'האט אים געגעבן 6.2 מיליאן דאלער.... און יא פאר איך פארגעס... די זכות פון דריקן די ספרי מהרנ"ץ באלאנגט אויך אויסשליסליך פאר צד מהרמ"ד.. (אבי מ'שרייט אז די בי"ד איז איינזייטיג...).
עניוועיס, וויש דיך אפ די נאז, הער אויף שרייען אז מ'האט משחד געווען, דער געט שוין די הכשר אפאר יאר, און יענער איז שוין א מחותן מיטן באבוב'ער דיין אויך אפאר יאר, האסט געהאט א שאנס צו טשאלענדזשן ביז די וואך, נישט ווען מ'האט שוין געזעהן אז ס'קומט צו אן ענדע. האסט עס נישט געטוהן ווייל האסט מורא געהאט פארן פארלירן און האסט געוואלט פלעין געוואלט שלעפן. איטס אווער! טרעף א גוטע נאמען, בוי דיך אויף עפעס שיין פון דאסניי און באצאל די חובות און זיי מצליח.
און צו די באבוב'ע געווינער, באצאל יעדע פעני יעדע דריי חדשים, מאך נישט קיין קינצן אפילו זיי רופן זיך באבוב-לאטא (וואס על פי פסק בי"ד טארן זיי נישט ניצן באבוב פארן צונאמען...) געב דאס געלט, און לאך א גוטס!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט