כנור האט געשריבן:אין די שטרי ברורין שטייט "אפילו טעה בדבר משנה", דאס הייסט אז אפילו מען איז זיך טועה און מען פסקענט קעגען א אפענע הלכה (אין דיס קעיס חתנו כבנו).
אבער דא זעהט עס נישט אויס ווי א "טעה" נאר א במזיד ובזדון, דערפאר זעהט עס אויס רשעותדיג.
די טראכסט טאקע אז "דער תורה האט געזאגט אז אזוי איז דער הלכה"? אדער דער תורה האט געזאגט אז מען מוז עס אן נעמען?
אן צונעמען דער פסק דין, און צו דער פסק דין איז אויס געהאלטען הלכהדיג איז צוויי זאכען. קען זיין אז אפילו אויב עס איז רשעותדיג, און במזיד ובזדון, מוז 45 עס פארט אן נעמען. אבער מען דארך עס אן רופען ביים נאמען.
ווייט פיש האט געשריבן:פארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?
moshe613 האט געשריבן:יין, מענטשן וואס לאזן איבער מוסדות מיט פרנסות הכל בכל מכל כל נישט וויסינדיג וואס די מארגן וועט ברענגן העיקר נישט צו זיין אונטער איין דאך מיט רב״צ - איך פארשטיי אליינס וואס זיי האלטן, אז די פארשטייסט נישט טרעפ א צוויטן זאל דיר מסביר זיין .
קינד_אן_קייט האט געשריבן:פאר איינעם א גמר דין, פאר׳ן אנדערן א גזר דין.
כ׳בין איבערראשט אז קרוב צו ניינציג פראצענט פונעם פסק באציעט זיך מערסטענס בנוגע דעם נאמען, באבוב אראפ, באבוב ארויף, און גאנץ קנאפ איבער נכסים.
כ׳האב טאקע נישט מיטגעהאלטן די פרטים פונעם געפעכט איבער די יארן פון א ריין הלכה׳דיגן שטאנדפונקט, אבער משום מה האט זיך מיר געדאכט אז ס׳האנדלט זיך מער איבער יסודות׳דיגע חושן משפט (ירושה, וכו׳) שאלות כדת וכדין.
מעגליך אז ס׳איז יא אזוי אבער עס פארנעמט דא נישט קיין לענג׳ס אדער ברייט׳ס אינעם פסק און דער כלליות׳דיגער נימוק איז אויך גענצליך פארנעפלט.
חוץ מטעם מוחזק און ״אוחז ביד״, בין כ׳שטארק נייגעריג צו וויסן אויף וואס דער פסק איז באזירט און וויאזוי צד 48 האט געווינען א געצליכער דין יורש.
איינגעמיירעט האט געשריבן:נוא איך וויל שוין גיין שלאפען.
קען איינער איבערגעבן נייעס פון די דרשה ?
ראשעקאל האט געשריבן:"המשכת מלכות באבוב" מיז נישט מיינען אז ער פלאנט צו פייפן אויף די פסק. ווייסטו וואס לאמיר זעהן די גרויסע מודעה , אפשר מיט א פיקטשער דערפון וועט מען קענען בעסער אפשאצן
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט