BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:52 pm

פארפוילט איז עס ווייל די גלייכסט עס.

דער גאס רופט עס פארפוילט, נישט איך. איך רוף עס אסאך ערגערס.

בית דין שרייבט קלאר (אין עטליכע סעיפים) אז דער מטרה איז, אז עס זאל זיין א היכר, און נישט אז באבוב 45 איז נישט באבוב ווי די ווילסט אריין טייטשען.

די וואלסט זיך געווינטשען אז זיי זאלען זיך רופען עפעס-באבוב, ווייל אזוי וועסטו קענען זאגען אז זיי זענען נישט באבוב, קענסט דיך אבער נישט העלפען, זיי זענען נישט דיינע בהימות.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:00 pm

כנור האט געשריבן:פארפוילט איז עס ווייל די גלייכסט עס.
אהא
דער גאס רופט עס פארפוילט, נישט איך. איך רוף עס אסאך ערגערס.
איך גיי אין גאס און איך זעה נישא ס'זאל רעדן. ערנסט גערעדט, ווער איז די גאס? מיינסט חסידי מהרמ"ד אין גאס? ווייל די פרעמדע גאס געט נישט קיין דעם איבער באבוב
בית דין שרייבט קלאר (אין עטליכע סעיפים) אז דער מטרה איז, אז עס זאל זיין א היכר, און נישט אז באבוב 45 איז נישט באבוב ווי די ווילסט אריין טייטשען.
נישט קיין חילוק די מטרה, מטרה טוישט נישט מציאות, אז דו "מוזט" צולייגן צום נאמען האסטו פארלוירן דעם אריגינעלן גלאנץ
די וואלסט זיך געווינטשען אז זיי זאלען זיך רופען עפעס-באבוב, ווייל אזוי וועסטו קענען זאגען אז זיי זענען נישט באבוב, קענסט דיך אבער נישט העלפען, זיי זענען נישט דיינע בהימות.
כ'פארשטיי באמת נישט דעי שורה, למשל ענק געבן די נאמען 45 און דערנאך מופט מען קיין 49, וואס געשעהט יעצט? די דורות הבאים גייען פרעגן פשט אינעם נאמען..
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:09 pm

אוי! די דורות הבאים!

די דורות הבאים זאגט מען די אמת (אין אדם מוריש שקר לבניו), און וואס איז דער אמת, וואס דער גאס זאגט, און ווער איז דער גאס, דער גאס איז דער עולם התורה.

און דער אנדערע גאס, דארטען יעדער לאכט. מען טראכט די זעלבע און מען לאכט צוזאמען.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:14 pm

כנור האט געשריבן:אוי! די דורות הבאים!

די דורות הבאים זאגט מען די אמת (אין אדם מוריש שקר לבניו), און וואס איז דער אמת, וואס דער גאס זאגט, און ווער איז דער גאס, דער עולם התורה.

און דער אנדערע גאס, דארטען יעדער לאכט. מען טראכט די זעלבע און מען לאכט צוזאמען.

די דורות הבאים זאגט מען די אמת , און וואס איז דער אמת, וואס דער גאס זאגט, און ווער איז דער גאס? דער עולם התורה, און ווער איז דער עולם התורה? דער אמת, און ווער איז דער אמת? דער....וכו' וכו'.. חד גדיא חד גדיא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יעדער לאכט אום דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:16 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:15 pm

אפשר טיילט מען אפ די שמועס פון הני תרי ניקים?
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:20 pm

אההה... די גאס??? דא קום איך אריין....
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3367 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:23 pm

I'm back האט געשריבן:אפשר טיילט מען אפ די שמועס פון הני תרי ניקים?

זענען די צוויי ניקים מצורעים?
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:34 pm

כנור האט געשריבן:
I'm back האט געשריבן:אפשר טיילט מען אפ די שמועס פון הני תרי ניקים?

זענען די צוויי ניקים מצורעים?


ניין, אבער וויבאלד עס איז אזוי אינטערסאנט, וויל איך ליינען נארמאל, אן ווערן אריינגעהאקט
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך כנור » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:38 pm

טענק יו פאר דער קאמפלימענט.

אבער ניין, עס באלאנגט מיט אלע צוזאמען. פריוואטע שמועסען (ווי אנדערע הערען צו) האב איך גענוג. איך וויל דייקא יא הערען וואס יעדער האט צו זאגען.
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:44 pm

כנור האט געשריבן:פארפוילט איז עס ווייל די גלייכסט עס.

דער גאס רופט עס פארפוילט, נישט איך. איך רוף עס אסאך ערגערס.

בית דין שרייבט קלאר (אין עטליכע סעיפים) אז דער מטרה איז, אז עס זאל זיין א היכר, און נישט אז באבוב 45 איז נישט באבוב ווי די ווילסט אריין טייטשען.

די וואלסט זיך געווינטשען אז זיי זאלען זיך רופען עפעס-באבוב, ווייל אזוי וועסטו קענען זאגען אז זיי זענען נישט באבוב, קענסט דיך אבער נישט העלפען, זיי זענען נישט דיינע בהימות.

"די גאס" וועלכער גאס? דער גאס וואס נעמט אן מיינונגען לויט זייערע נגיעות? די גאס וואס ווען מ'פארגינט נישט עמיצן, מאכט מען פון אים זעגיכטץ? וואס ווייסט א גאס, זינט ווען קען המון עם אריינרעדן אין ענינים וועלכער זיי האבן ניטאמאל די מינדסטע ברעקעלע אהנונג וואס גייט פאר? נו, אודאי אז מיר שמעקט עפס זאג איך גאס לויט מיין חכמת שלמה אז ס'קומט מיר אויס כך וכך! דער פאקט איז אבער אז היינט א וואך נאך די באבאב'ער פסק איז נאך נישט דא צו טרעפן איין רב, דיין, מו"צ, משפיע וועלכער איז גרייט מסכים צו זיין אז דער פסק איז נישט גילטיג, יא יא זיי זאגן אלע נאר האבן ממממווורררהה ארויסקומען, אמת? נו אודאי אזוי ווען ס'שטימט מיט מיין גאסן-יונג'נס דעת אז עס מוז דאך אזוי זיין, פלוני אתה זכאי-פלוני אתה חייב איז נאר געמאכט ווען דער 'גאס' וועלעכער האט נישט אנגערירט די קלאמקע פון הלכה אדער דו טעמים און טענות פון די צדדים האלט אויך אז די געפילן שטימן אזוי מיט, טאמער אבער זאגט א בי"ד אנדערש ווי איך האב במוסכל ראשון געהאלטן זענען זיי אואדאי משוחד, ניין? איך בין וועלטס חכם הרה"ג אבד"ק די גאס שליט"א
אט פארדעם מיין איך איז באבוב 'פארטי פייוו' גאר א צוגעפאסטן נאמען- א נאמן פון א גאס- ווייל פאר די 'גאס' די גאסן-יונגען וואלט ער געקענט זיין באבוב!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:27 pm

א לענגערע אפהאנדלונג פון צד הרב"צ שליט"א, און ריספאנס צום דרשה פון הרמ"ד שליט"א.

PDF
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9861 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9527 מאל

הודעהדורך ראש כבש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:17 pm

@רויטע וואנצעס
האט אריינגערוקט דעם תגובה (וואס ווער סעפענעט עס זעעט,אז סהאט נישט קיין שום נייעס סאיז כולו צימעס)און די נייעס אשכול.

זעעט אויס אז נישט נאר דיינים קען מען נישט טראסטען,נאר אפילו מיין לעצטע האפענונג,קאווע שטיבעל גבאים זענען אוכט קארופטירט.
קען מען זאגען טאקע נאך א פשט,
אני שלום ווען איך רויטע וואנצעס שרייבט א תגובה מיינט עס שלום, אבער והמה ווען א צווייטער לייגט איז עס למלחמה,און סבלאנגט און צימעס.

ווייסט איינער וואו מקען ריפארטען א גבאישע קארופציע,איז דא א קאנגרעס דא,אן אפעיל קאורט.
מיר זעעט אויס אז רויטע האט גענומען שוחד פון 48 ווער איז מיט מיר ?
קען זיין ער איז גאר איינער פון די משוחדיגע דיינים,ער פאסקענט וואס איז יא צימעס און וואס נישט.
און מזעעט קלאר ער איז מיט זיי.
ווער קומט מיר ? איך גיי גיין צו ר׳ ............. זיי זאלען מערער זיין, און איך וועל זעען וואס גדולי ישראל וועלען זאגען.
ראש כבש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:36 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך למדן » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:29 pm

כנור האט געשריבן:ניין, די האסט נישט גוט געליינט דער פסק דין. כאטש דער פסק דין איז פארפוילט דארך און דארך, פונדעסטוועגען האבען זיי נישט געקענט מאכען רבי נפתלשע'ס קינדער אויס באבוב, און מאכען האלב באבוב אויס באבוב, נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר, אבער ביידע בלייבען ווייטער באבוב.

צוויי קהילות באבוב, איינער באבוב פלעין און דער אנדערע באבוב פאורטי פייו.


איך וויל פארשטיין, אויב איז דער פסק פארפוילט דורך און דורך און אינגאנצן איינזייטיג פאר וואס האבן זיי נישט "גיקענט" (פאר די סעים פרייז) מאכן רמ"ד אויס באבוב, ווי ס' שוין געשען אין אנדערע קהלות אז מ' האט אוועק גענומען דעם נאמען?
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:38 pm

למדן האט געשריבן:
כנור האט געשריבן:ניין, די האסט נישט גוט געליינט דער פסק דין. כאטש דער פסק דין איז פארפוילט דארך און דארך, פונדעסטוועגען האבען זיי נישט געקענט מאכען רבי נפתלשע'ס קינדער אויס באבוב, און מאכען האלב באבוב אויס באבוב, נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר, אבער ביידע בלייבען ווייטער באבוב.

צוויי קהילות באבוב, איינער באבוב פלעין און דער אנדערע באבוב פאורטי פייו.


איך וויל פארשטיין, אויב איז דער פסק פארפוילט דורך און דורך און אינגאנצן איינזייטיג פאר וואס האבן זיי נישט "גיקענט" (פאר די סעים פרייז) מאכן רמ"ד אויס באבוב, ווי ס' שוין געשען אין אנדערע קהלות אז מ' האט אוועק גענומען דעם נאמען?


אהא, הייסט עס אז דאס ביסל פירות הנושרין וואס מיר געפעלט איז גוט, משא"כ דאס וואס קעגן מיין מיינונג דאס איז דער שוחד, הא? הפלא ופלא ווי קרום מענטשן קענען ווערן פון הערן דאס אייניגע 'פלוני אתה חייב'
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך למדן » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:14 pm

איך מאך נישט אוועק קיינעמס טענות, אבער אויב איז דאס אזא סארט בי"ד וואס איז דורכגעפוילט וואס הייסט זיי האבן נישט גיקענט, וואו שטעלט זיך אפ זייער מעגליכקייט?
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 3:00 am

איך קער זיך יעצט צוריק פון א חתונה אין וומסב״ג וי ר״י באבד איז געווזען א שטיקל מחותן אין האט מיטגיהאלטן די גאנצע חתונה
אין מה נאמר ומה נדבר ער איז גיט צושמעטערט אזוי וי עס ברויך צו זיין ער איז געזעצען מיט א בלעכנע פנים אין געציטערט פאר זיין לעבען
סאיז געווען א נחת צוקוקען אויף עם, מענטשען האבן עם אטאקירט מיט ויכוחים בעיני ראיתי, כוועל נעשט זאגען ער האט באקומען א געזונטען שטויס אדער א פאר פעטש וואס זאל קלונגען ביז מאנסי, אבער לדעתי איז עס נאר א שאלה פון צייט
עכ״פ ער זעהט אויס ערנסט פארלוירען אין טרעפט זיך נישט זיין פלאץ אויף דער וועלט!
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך יושב בסתר » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 7:59 am

אתא קלילא האט געשריבן:איך קער זיך יעצט צוריק פון א חתונה אין וומסב״ג וי ר״י באבד איז געווזען א שטיקל מחותן אין האט מיטגיהאלטן די גאנצע חתונה
אין מה נאמר ומה נדבר ער איז גיט צושמעטערט אזוי וי עס ברויך צו זיין ער איז געזעצען מיט א בלעכנע פנים אין געציטערט פאר זיין לעבען
סאיז געווען א נחת צוקוקען אויף עם, מענטשען האבן עם אטאקירט מיט ויכוחים בעיני ראיתי, כוועל נעשט זאגען ער האט באקומען א געזונטען שטויס אדער א פאר פעטש וואס זאל קלונגען ביז מאנסי, אבער לדעתי איז עס נאר א שאלה פון צייט
עכ״פ ער זעהט אויס ערנסט פארלוירען אין טרעפט זיך נישט זיין פלאץ אויף דער וועלט!



הרב באב"ד באקומט שוין די טריטמענט פאר די לעצטע צוויי יאהר דורך די חסידי אני שלום, יעדען צווייטען טאג באקומט ער פייערלעשער אין די שפעטער נאכט שעות וואו אויך פוני קולס למיניהם אין אלע שעות פון נאכט.
דער זעלבע טעראר טריטמענט וואס רמ"ד האט אונגעפירט אין די ס"ג - ס"ה יאהרן פאר יעדער בעל שמחה וואס האט מכבד געווען דער רב הצעיר צו רעדן א דרשה ביי זיין שמחה, האט ער נישט געקענט אהיימפארן שפעטער, ווייל זיינער רעדער זענען געוועהן אויסגעשאסן, שפעטער פייערלשער פוני קאלס און סטראשעריי וכו' סטאנדרט טריטמענט, וואס איז געקומען דיירעקט בפקודת הקודש פון דער אני שלום.
בחורים וואס האבן געהערט שיעורי חסידות פוןן דער רב הצעיר פלעגן נישט האבן קיין תפילין אונציטוהן ווייל זייער רציעות פלעגן ווערן צושניטן.
אין קעמפ זענען געווען בחורים וואס זענען געגאנגען זיך אפרעדן צו דער רמ"ד, אז מ'האט באמצע הלילה אריינגעווארפן שטיינער אין זייער צימער, האט דער אני שלום מיט זיין בלעכענע פנים גענטפערט: "די וועלט זאגט אז די צווייטע שלאף איז בעסער וואו די ערשטער".
אני שלום? אדער המה למלחמה?
יושב בסתר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 05, 2014 2:18 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך מארקוס » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 8:06 am

כ'האב געהערט אז קומענדיגע מיטוואך קומט א גרויסע דרשה פון אדמו"ר מבאבוב45 שליט"א.
קען איינער קאנפוירמען?
באניצער אוואטאר
מארקוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:51 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך חסיד » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 9:55 am

מארקוס האט געשריבן:כ'האב געהערט אז קומענדיגע מיטוואך קומט א גרויסע דרשה פון אדמו"ר מבאבוב45 שליט"א.
קען איינער קאנפוירמען?


ניין, אפשר זונטאג כי תבוא, אויב די קארפן קעפ וועלן שוין ביי דאן האבן עפס א מהלך פארוואס שלום דיקטירט אז מען זאל דייקא נישט אננעמען דעם פסק! אפשר טאקע דערפאר כלש"ק עס פעלט דער שלום אינעם פסק, ע"כ למען השלום וועט ער עס אפווארפן, און 'עס וועט אויסברעכן א שלום'

על כגון דא זאגט מען נאך פון דזשיגאן"
בלוט זאל זיך גיסן אבער שלום זאל זיין
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך moshe613 » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:40 am

אה איך זעה אז די 48 חברה זענען נאר פארנומען באשמוצן מיט פרעכע ליגנט אויפגעמאכטע מעשיות איז לאמיר ענק זאגן קליינע יינגעלעך עפעס זייער קלאר, די שנאה מיט שווער הארץ וואס האט גורם גיווען אז י״ב אדר האט באבוב זיך צוטיילט איז אלס צו באדאנקן צו רב״צ אליינס, עמק אליינס זאגן דאך אז ביז שבת בראשית האט רמ״ד נישט געחלומט אז ער גייט זיין רבי איז ווי אזוי גייט דאס מיט די טענה אז 5 יאהר האט מען נעבעך געפייניגט אין גערודפט דעם רב״צ אלס אן הכנה צו די רעביסטיווע?

לאמיר ענק דערציילן אין זייער קורצו. אהן שמוציגע באטוטלען אויף רב״צ, די צווייטע רעביצין פין מהר״ש האט נישט לחב געהאט רבי נפתלטשע מיט זיינע פרימקייטן, זי האט עם געפייניגט אין גערודפט אין רבי נפתלי האט דורך זיין לעבן קיינמאהל נישט אריינגעטרויטן אין זיין טאטן הויז ער האט אפגע ווארט ביים שוועל פינם טיהר פארן טיש, אזוי אז מען קען שוין פארשטיין וואסארא חינוך אי רע קינדער האבן בייקומען. אין די פינף יאהר וואס מהרנץ איז גיווען רבי אין פינף לעצטע יאהרן פין חייו פין מהרש האט די עולם אין באבוב מיטגעלעבט טעגליך די פאליטישן מצב צו זעהנדיג ווי אזוי רב״צ פירט זיך אויף צו זיין ברידער הגדול ממנו בחכמה ובשנים גענוי לויט זיין מאמעס חינוך, די שוועסטער זענען נישט געווען בעסער, די פאליטיק צו מען לאזט רבי נפתלי אריין צו זיין טאטן אין די לעצטע יאהרן איז אלעמאהל געווען אויפן געשפרעך. איך האב נאר אהנגערירט אויפן שפיץ גאפל .

אזוי אז י״ב אדר די פילוג איז שוין געווען יאהרן לאנג די שנאה איז שוין געווען אסאך פריער. דאס האט גארניט מיט רמ״ד אין ער האט נישט געקענט אפילו טראכטן פין שטילן דאס פייער ווען פין די אנדערע זייט האט זיך געגאסן פעל אין שוועבל.

ממילא פארשטיי איך זייער גיט ווען רמ״ד זאגט אז די עולם י״ב אדר האט געהאט צוויי דיעות, די צוויי דיעות גייט שוין צוריק ביז 5 יאהרן פאר פטירת מהרש, פינטל. די צוויי דיעות קומט אריגינאל ווייל די מהרש האט חתונה געהאט צוויי מאהל געהאט צוויי זוהן אין די שטילע פייער האט אלעמאהל געברענט אין באבוב.

ווארפן אויף רמ״ד די שולד אז ער איז שולדיג, איז לעכערדיג, ער איז א רעזאלט פין די פייער.

ווייטער זאגט רמ״ד אז צו זעהנדיג די חילול ה׳ אין בית מדרש יב אדר האט ער באשלאסן אז אפילו לפי כל שכל האנושי דארף ער צוריק אריינקומען אין בית מדרש אויף צו בלייבן שטארק גערעכט אויף א דין תורה האט ער מוותר געווען. פינטל.

ביז היינט ווען צו איז געווען א מחלקות פין כבוד צווישן רב״צ אין מהרנץ האבן די קינדער געדארפט פירן א מלחמה לכבודם פין זייער שווער אבער ווען צו איז געווארן זייער פריוואטע כבוד - גיבן זיי אויף צו זאל נישט זיין קיין חילול ה. רבץ איז נישט אהנגעגאנגען קיין חילול ה׳, רב״צ האט אריח געברענט גט פאליס אין בית המדרש, שווארצע האבן איבערגענומען קאנטראלן, זיינע דרשות נאך די פטירה האט גאנץ קלאר געזאגט איך בין א זוהן רבי נפתלי איז געווען א טעות פין רבש״ע חלילה אז ער האט עם איבער געלאזט צו לעבן נאכן קריג, וואס רבי נפתלי האט געטוהן האט נישט געטויגט רב״צ נאנטע האבן צוזאם גערעדט אויף רבי נפתלי אין בית מדרש בשעת הנהגתו כל דבר אסור אפגעלאכט פין זיין שוואכקייט אין אפן אין גראב געווארט פאר רב״צ זאל שוין איבערנעמען, קןמסט וויינען אויף נערישע רדיפותלאך? וויפיל מענטשן פין רב״צ וואס האבן אזוי מיאוס געלאכט פין רבי נפתלי זענען ארויסגעפלויגן פין ביהמ״ד? קיין איינס! דאס הייסט זיך איינגעהאלטן למען כבוד בית באבוב אין געצאלט א פרייז ווייל די חברה האבן שטארק גערודערט.


בקיצור די בארג שמוץ אויף רב״צ מיט זיין חבריא פין 5 יאהר פאר פטירת מהרש ביז פטירת מהרנץ איז אסאך גרעסער פין אלע ליגנט מיט מעשעלעך וואס ענק פארקויפן אויף רמ״ד אין טאקע פארן ארויסגיין פין ביהמ״ד אין דינגן א זייל פאר מהרנץ הייסע חסידים קו ט איהם א יישר כוח א באנוס א קיש אין זיכער נישט קיין שטויס.

קען מיר איינער זאגן ווי ער האט געזעהן אין הנהגת רבץ א סימן פין הקרבה למען השלום או למען כבוד באבוב? וואס ער האט נישט געטוהן בחייו פין זיין טאטן אדער בחייו פין זיין ברידער וועט ער זיכער נישט טוהן במותם!!!!!

תכלית פין שרייבן איז נאר ארויסצוברענגען אז צד רב״צ טוט באשמוצן רמ״ד כאילו ער האט געמאכט א מחלקת ווייל ער האט געוואלט זיין רבי איז א ביטערע געלעכטער! די מחלקת האט רב״צ אהנגעצונדען אין דערפאר האט זיך באבוב צוטיילט, רמ״ד איז נאר די תוצאה אין ווען נישט רמ״ד וואלט עס געווען רבי יהושעלע אין ווען נישט די קינדער וואלט עס געווען רבי יעקב יוסעלע.
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:02 am

moshe613 האט געשריבן:אה איך זעה אז די 48 חברה זענען נאר פארנומען באשמוצן מיט פרעכע ליגנט אויפגעמאכטע מעשיות איז לאמיר ענק זאגן קליינע יינגעלעך עפעס זייער קלאר, די שנאה מיט שווער הארץ וואס האט גורם גיווען אז י״ב אדר האט באבוב זיך צוטיילט איז אלס צו באדאנקן צו רב״צ אליינס, עמק אליינס זאגן דאך אז ביז שבת בראשית האט רמ״ד נישט געחלומט אז ער גייט זיין רבי איז ווי אזוי גייט דאס מיט די טענה אז 5 יאהר האט מען נעבעך געפייניגט אין גערודפט דעם רב״צ אלס אן הכנה צו די רעביסטיווע?

לאמיר ענק דערציילן אין זייער קורצו. אהן שמוציגע באטוטלען אויף רב״צ, די צווייטע רעביצין פין מהר״ש האט נישט לחב געהאט רבי נפתלטשע מיט זיינע פרימקייטן, זי האט עם געפייניגט אין גערודפט אין רבי נפתלי האט דורך זיין לעבן קיינמאהל נישט אריינגעטרויטן אין זיין טאטן הויז ער האט אפגע ווארט ביים שוועל פינם טיהר פארן טיש, אזוי אז מען קען שוין פארשטיין וואסארא חינוך אי רע קינדער האבן בייקומען. אין די פינף יאהר וואס מהרנץ איז גיווען רבי אין פינף לעצטע יאהרן פין חייו פין מהרש האט די עולם אין באבוב מיטגעלעבט טעגליך די פאליטישן מצב צו זעהנדיג ווי אזוי רב״צ פירט זיך אויף צו זיין ברידער הגדול ממנו בחכמה ובשנים גענוי לויט זיין מאמעס חינוך, די שוועסטער זענען נישט געווען בעסער, די פאליטיק צו מען לאזט רבי נפתלי אריין צו זיין טאטן אין די לעצטע יאהרן איז אלעמאהל געווען אויפן געשפרעך. איך האב נאר אהנגערירט אויפן שפיץ גאפל .

אזוי אז י״ב אדר די פילוג איז שוין געווען יאהרן לאנג די שנאה איז שוין געווען אסאך פריער. דאס האט גארניט מיט רמ״ד אין ער האט נישט געקענט אפילו טראכטן פין שטילן דאס פייער ווען פין די אנדערע זייט האט זיך געגאסן פעל אין שוועבל.

ממילא פארשטיי איך זייער גיט ווען רמ״ד זאגט אז די עולם י״ב אדר האט געהאט צוויי דיעות, די צוויי דיעות גייט שוין צוריק ביז 5 יאהרן פאר פטירת מהרש, פינטל. די צוויי דיעות קומט אריגינאל ווייל די מהרש האט חתונה געהאט צוויי מאהל געהאט צוויי זוהן אין די שטילע פייער האט אלעמאהל געברענט אין באבוב.

ווארפן אויף רמ״ד די שולד אז ער איז שולדיג, איז לעכערדיג, ער איז א רעזאלט פין די פייער.

ווייטער זאגט רמ״ד אז צו זעהנדיג די חילול ה׳ אין בית מדרש יב אדר האט ער באשלאסן אז אפילו לפי כל שכל האנושי דארף ער צוריק אריינקומען אין בית מדרש אויף צו בלייבן שטארק גערעכט אויף א דין תורה האט ער מוותר געווען. פינטל.

ביז היינט ווען צו איז געווען א מחלקות פין כבוד צווישן רב״צ אין מהרנץ האבן די קינדער געדארפט פירן א מלחמה לכבודם פין זייער שווער אבער ווען צו איז געווארן זייער פריוואטע כבוד - גיבן זיי אויף צו זאל נישט זיין קיין חילול ה. רבץ איז נישט אהנגעגאנגען קיין חילול ה׳, רב״צ האט אריח געברענט גט פאליס אין בית המדרש, שווארצע האבן איבערגענומען קאנטראלן, זיינע דרשות נאך די פטירה האט גאנץ קלאר געזאגט איך בין א זוהן רבי נפתלי איז געווען א טעות פין רבש״ע חלילה אז ער האט עם איבער געלאזט צו לעבן נאכן קריג, וואס רבי נפתלי האט געטוהן האט נישט געטויגט רב״צ נאנטע האבן צוזאם גערעדט אויף רבי נפתלי אין בית מדרש בשעת הנהגתו כל דבר אסור אפגעלאכט פין זיין שוואכקייט אין אפן אין גראב געווארט פאר רב״צ זאל שוין איבערנעמען, קןמסט וויינען אויף נערישע רדיפותלאך? וויפיל מענטשן פין רב״צ וואס האבן אזוי מיאוס געלאכט פין רבי נפתלי זענען ארויסגעפלויגן פין ביהמ״ד? קיין איינס! דאס הייסט זיך איינגעהאלטן למען כבוד בית באבוב אין געצאלט א פרייז ווייל די חברה האבן שטארק גערודערט.


בקיצור די בארג שמוץ אויף רב״צ מיט זיין חבריא פין 5 יאהר פאר פטירת מהרש ביז פטירת מהרנץ איז אסאך גרעסער פין אלע ליגנט מיט מעשעלעך וואס ענק פארקויפן אויף רמ״ד אין טאקע פארן ארויסגיין פין ביהמ״ד אין דינגן א זייל פאר מהרנץ הייסע חסידים קו ט איהם א יישר כוח א באנוס א קיש אין זיכער נישט קיין שטויס.

קען מיר איינער זאגן ווי ער האט געזעהן אין הנהגת רבץ א סימן פין הקרבה למען השלום או למען כבוד באבוב? וואס ער האט נישט געטוהן בחייו פין זיין טאטן אדער בחייו פין זיין ברידער וועט ער זיכער נישט טוהן במותם!!!!!

תכלית פין שרייבן איז נאר ארויסצוברענגען אז צד רב״צ טוט באשמוצן רמ״ד כאילו ער האט געמאכט א מחלקת ווייל ער האט געוואלט זיין רבי איז א ביטערע געלעכטער! די מחלקת האט רב״צ אהנגעצונדען אין דערפאר האט זיך באבוב צוטיילט, רמ״ד איז נאר די תוצאה אין ווען נישט רמ״ד וואלט עס געווען רבי יהושעלע אין ווען נישט די קינדער וואלט עס געווען רבי יעקב יוסעלע.


ווען דו שרייבסט דאס ווארט "פינטל" ווערט עס נאכנישט מער פאקט!
שטעלסט אויף א גאנצע געביידע צו באשמירן די צווייטע רעביצן פון מוהר"ש זי"ע אז זי איז נישט געווען א פרומע און אויף דעם ארויף בויעסטו דיין גאנצע יסוד פארוואס די פייער ברענט. איך גיי אפילו נישט אריינגיין אין א ויכוח צו טענה'ן דערוועגן.. אבער אפילו ביסט יא גערעכט, זאג אזוי!! זאג נישט אני שלום בשעת דו שטייסט אין צענטער פונעם פייער (וועגן א סיבה פארשטייטזיך).
ווילסט באמת שלום? גיי נעם די הייסע חסידים פון דיין שווער ז"ל און עפן א ריזיגע ביהמ"ד מיט א אנדערע נאמען און שלום על ישראל, אבער ניין דער פסוק אני שלום וועט דאך נישט שטימען אזוי...
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך moshe613 » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:19 am

נאך אין ווי אני שלום. רמ״ד האט זייער קלאר גערעדט ביי זיין דרשה, ער זאגט איך בין ארויס פין ביהמ״ד למען השלום אין געגאנגען הערן דעת תורה למען השלום אין זאגט גאנץ קלאר איך האב ספיקות אויפן פסק אין איך גיי נישט טוהן לויט מיינע אינערליכע געשמאקייט איך וועל פרעגן גדולי תורה אויב איך בין גירעכט אין לויט זייערע אהנווייזונגען וועל איך זול פירן, ער זאגט גאנץ קלאר ער איז נישט קיין בהמה אין וועט נישט אריינשפילן אין קיינעמס הענד אין נאך אזויפיל יאהר פין נאכגעבן אין מוותר זיין למען השלום - וואלט ער זייער געוואלט אז די פסק בית דין זאל זיין א פסק וואס מען קען אויפאלגן א פסק וואס מאכט שלום.

די סלאגאן אז ער איז אין סענטיר פין די מחלקות - דאס איז שוין פאר דרייסיג יאהר אזוי. אין איך זיך נישט צו באשמוצן קיין רעביצין, אבער זעהנדיג ווי חסידי רב״צ פרובירן צו באשמורן רמ״ד כאילו ער איז שולדיג איז מחייב צו ארויסברינגען די בליטיגע טונקעלע באבובע היסטוריע ווי רבי נפתלי האט פשוט געליטן פין זיינע שוועסטער/ ברידער וואס האבן איהם באהאנדלט אלע יאהרן ווי א פרעמדע בוים אין זייער גארטן. אין דאס איז די יסוד המחלוקת. פשוט עטס ווילן איינרעדן די עולם אז אויב רמ״ד ווערט נישט רבי וואלט קיין מחלוקת נישט געווען, ווען ער רופט זיך נישט באבוב וואלט קיין מחלוקת נישט געווען- שטותים מיט לאקשן די מחלוקת איז געווען דא אין ברענט שוין פאר לאנגע יארן אין רמ״ד ברוב חסדו וחכמתו צו זעהנדיג לעצטע פינף יאהר ווי אזוי צו זעהט אויס די שמוציגע שטילע מחלוקת אין בית המדרש ווען ביידע זייטן זענען אינטער איין דאך האט געטוהן א מעשה גבורה אין געעפענט א נייע בית מדרש. ווען ער טוט עס נישט וואלט געווען צרות, בליט וואלט גערונען, פעטש וואלט ווייטער געפלויגן יעדן טאג. איך זאג נאכאמאל - עטס זאלסט עם קישן אין שטערן פארן מוותר זיין אין ארויסגיין!! ווען נישט ער טוט עס דעמאלס וואלט היינט צו טאגס אפילו איין באבוב אויכעט נישט געווען!!!
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך גאנצל » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:26 am

איך זעי אז סיי רב"צ און סיי רמ"ד פארשטייען גאנת גוט צו טערער

אבער ס'זעיט מיר אויס אז רב"ץ קען בעסער האראי' ער האט די ביהמ"ד באבוב
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2907
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך יעדער לאכט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:23 pm

moshe613 האט געשריבן:נאך אין ווי אני שלום. רמ״ד האט זייער קלאר גערעדט ביי זיין דרשה, ער זאגט איך בין ארויס פין ביהמ״ד למען השלום אין געגאנגען הערן דעת תורה למען השלום אין זאגט גאנץ קלאר איך האב ספיקות אויפן פסק אין איך גיי נישט טוהן לויט מיינע אינערליכע געשמאקייט איך וועל פרעגן גדולי תורה אויב איך בין גירעכט אין לויט זייערע אהנווייזונגען וועל איך זול פירן, ער זאגט גאנץ קלאר ער איז נישט קיין בהמה אין וועט נישט אריינשפילן אין קיינעמס הענד אין נאך אזויפיל יאהר פין נאכגעבן אין מוותר זיין למען השלום - וואלט ער זייער געוואלט אז די פסק בית דין זאל זיין א פסק וואס מען קען אויפאלגן א פסק וואס מאכט שלום.

די סלאגאן אז ער איז אין סענטיר פין די מחלקות - דאס איז שוין פאר דרייסיג יאהר אזוי. אין איך זיך נישט צו באשמוצן קיין רעביצין, אבער זעהנדיג ווי חסידי רב״צ פרובירן צו באשמורן רמ״ד כאילו ער איז שולדיג איז מחייב צו ארויסברינגען די בליטיגע טונקעלע באבובע היסטוריע ווי רבי נפתלי האט פשוט געליטן פין זיינע שוועסטער/ ברידער וואס האבן איהם באהאנדלט אלע יאהרן ווי א פרעמדע בוים אין זייער גארטן. אין דאס איז די יסוד המחלוקת. פשוט עטס ווילן איינרעדן די עולם אז אויב רמ״ד ווערט נישט רבי וואלט קיין מחלוקת נישט געווען, ווען ער רופט זיך נישט באבוב וואלט קיין מחלוקת נישט געווען- שטותים מיט לאקשן די מחלוקת איז געווען דא אין ברענט שוין פאר לאנגע יארן אין רמ״ד ברוב חסדו וחכמתו צו זעהנדיג לעצטע פינף יאהר ווי אזוי צו זעהט אויס די שמוציגע שטילע מחלוקת אין בית המדרש ווען ביידע זייטן זענען אינטער איין דאך האט געטוהן א מעשה גבורה אין געעפענט א נייע בית מדרש. ווען ער טוט עס נישט וואלט געווען צרות, בליט וואלט גערונען, פעטש וואלט ווייטער געפלויגן יעדן טאג. איך זאג נאכאמאל - עטס זאלסט עם קישן אין שטערן פארן מוותר זיין אין ארויסגיין!! ווען נישט ער טוט עס דעמאלס וואלט היינט צו טאגס אפילו איין באבוב אויכעט נישט געווען!!!


ארויס פון ביהמ"ד איז ער ווייל ער האט נישט געקענט זיין דארט, והא ראי' יעדע זאך וואס ער קען אדער ער מיינט אז ער קען, פרובירט ער. און ר"י רובין'ס נסיעה קיין אר"י איז א באווייז.
געלאפן אין קאורט איז ער וועגן שלום?? וואו איז דאן געווען די "חילול השם"?
וואס מיינט ספיקות אויפן פסק? דער פסק איז קריסטעל קלאר, "דו ביסט נישט באבוב"!! שמעקט דיר נישט, דאס יא. אבער ספיקות??
ער האט נישט תובע געווען גארנישט איבער שלום, ער האט געשריגן "נעמטס זיי אלעס אוועק" די דזשאוק פון שלום איז נולד געווארן נאכן פסק.

יא! ווען ער עפנט א אייגן ביהמ"ד מיט א נייעם נאמען א שטייגער ווי בית חיים יושע וואלט היינט נישט געווען קיין מחלוקה, מ'וואלט אפשר געבלאזן איינער אויף די אנדערע אבער מ'וואלט געגאנגען צו שמחות פונקט ווי ביי תולדות אברהם יצחק און תולדות אהרן
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
באניצער אוואטאר
יעדער לאכט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך חסיד » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:23 pm

moshe613 האט געשריבן:נאך אין ווי אני שלום. רמ״ד האט זייער קלאר גערעדט ביי זיין דרשה, ער זאגט איך בין ארויס פין ביהמ״ד למען השלום אין געגאנגען הערן דעת תורה למען השלום אין זאגט גאנץ קלאר איך האב ספיקות אויפן פסק אין איך גיי נישט טוהן לויט מיינע אינערליכע געשמאקייט איך וועל פרעגן גדולי תורה אויב איך בין גירעכט אין לויט זייערע אהנווייזונגען וועל איך זול פירן, ער זאגט גאנץ קלאר ער איז נישט קיין בהמה אין וועט נישט אריינשפילן אין קיינעמס הענד אין נאך אזויפיל יאהר פין נאכגעבן אין מוותר זיין למען השלום - וואלט ער זייער געוואלט אז די פסק בית דין זאל זיין א פסק וואס מען קען אויפאלגן א פסק וואס מאכט שלום.

די סלאגאן אז ער איז אין סענטיר פין די מחלקות - דאס איז שוין פאר דרייסיג יאהר אזוי. אין איך זיך נישט צו באשמוצן קיין רעביצין, אבער זעהנדיג ווי חסידי רב״צ פרובירן צו באשמורן רמ״ד כאילו ער איז שולדיג איז מחייב צו ארויסברינגען די בליטיגע טונקעלע באבובע היסטוריע ווי רבי נפתלי האט פשוט געליטן פין זיינע שוועסטער/ ברידער וואס האבן איהם באהאנדלט אלע יאהרן ווי א פרעמדע בוים אין זייער גארטן. אין דאס איז די יסוד המחלוקת. פשוט עטס ווילן איינרעדן די עולם אז אויב רמ״ד ווערט נישט רבי וואלט קיין מחלוקת נישט געווען, ווען ער רופט זיך נישט באבוב וואלט קיין מחלוקת נישט געווען- שטותים מיט לאקשן די מחלוקת איז געווען דא אין ברענט שוין פאר לאנגע יארן אין רמ״ד ברוב חסדו וחכמתו צו זעהנדיג לעצטע פינף יאהר ווי אזוי צו זעהט אויס די שמוציגע שטילע מחלוקת אין בית המדרש ווען ביידע זייטן זענען אינטער איין דאך האט געטוהן א מעשה גבורה אין געעפענט א נייע בית מדרש. ווען ער טוט עס נישט וואלט געווען צרות, בליט וואלט גערונען, פעטש וואלט ווייטער געפלויגן יעדן טאג. איך זאג נאכאמאל - עטס זאלסט עם קישן אין שטערן פארן מוותר זיין אין ארויסגיין!! ווען נישט ער טוט עס דעמאלס וואלט היינט צו טאגס אפילו איין באבוב אויכעט נישט געווען!!!


מיין טייער קינד, וואלסט געוועהן גערעכט ווען נישט די פאקט אז האדמו''ר רמ''ד איז יא אריינגעקומען אין ביהמ''ד נאך מחליט זיין אויפן וועג צוריק פונעם שווער'ס קבורה אז עת מלחמה הגיע און אנשטאט ווי אויסגערופען אין ביה''ח אז ער וועט דאווענען 9 אזייגער בבית חמיו זצוק''ל, וועט ער אריינקומען 7:45 (15 פארן פעטער) און איינעמען דעם ביהמ''ד, ליידער לא עלתה בידו און ער איז געבליבן דאווענען על מקומו הראוי פון אלע יארן און איז פארטריבן געווארן פון מקום אדמו''רי בית באבוב (זיין שוואגער האט עולה געוועהן שלישי), און דער אני שלום האט קלאר געכאפט דעם מעסעדזש און איז געגאנגן ליפטערן!

נאך א נקודה: ווען רמ''ד זאל בלייבן אין בית יעקב און בויען מוסדות וואלט ער געקענט לעבן במנוחה ובכבוד, אבער דער תאווה פון אני אשב על כסא שלמה האט געשלעפט דעם אני שלום צו ערכאות! שלום הע! און געשיקט געווארן מיט בזיונות הראוי אין בי''ד וועלכער השב גמולו בראשו לעצטע וואך!
צום פינטל ווי איר זאגט דער אני שלום האט באקומען א פלוני אתה חייב
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט