למדן האט געשריבן:כנור האט געשריבן:ניין, די האסט נישט גוט געליינט דער פסק דין. כאטש דער פסק דין איז פארפוילט דארך און דארך, פונדעסטוועגען האבען זיי נישט געקענט מאכען רבי נפתלשע'ס קינדער אויס באבוב, און מאכען האלב באבוב אויס באבוב, נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר, אבער ביידע בלייבען ווייטער באבוב.
צוויי קהילות באבוב, איינער באבוב פלעין און דער אנדערע באבוב פאורטי פייו.
איך וויל פארשטיין, אויב איז דער פסק פארפוילט דורך און דורך און אינגאנצן איינזייטיג פאר וואס האבן זיי נישט "גיקענט" (פאר די סעים פרייז) מאכן רמ"ד אויס באבוב, ווי ס' שוין געשען אין אנדערע קהלות אז מ' האט אוועק גענומען דעם נאמען?
ווייל דענמאלט וואלט נישט הרב ראזענבערג געחתמעט, און אפשר אויך נישט דער טשאקעווע.
אויך, ווייל די דיינים האבען קינדער, משפחות, און ידידים, און ווילען נישט ווערען אויסגעשפיגען פון כלל ישראל.
זיי האבען נישט ערווארטעט אזא רעספאנס פון כלל ישראל. ווי נאר עס איז דא א יושרדיגע מענטש ווינדערט ער זיך אויף דעם פסק. איך האב נאך נישט געטראפען איינער (אף אחד) וואס איך האב זיך מיט אים באגעגענט, זאל מיר זאגען אז עס איז א יושרדיגע פסק, טייל זענען מער אויף געברויזט און טייל ווייניגער, טייל זאגען אז 45 דארף פאלגען און טייל זאגען אז נישט.
איך האב שוין געשריבען אז ביי מיר איז זיכער אז דער באבובער רבי 45 וועט פאלגען, און ווער עס זאגט אנדערש קען אים נישט, אדער האט עס נאך נישט פארדייעט (גאנץ פארשטענדליך). ער וועט נישט אנפייפען א בית דין, ווי משוחד עס זאל נישט זיין, אויב כלל ישראל באטראכט עס אלץ א לעגעטימע בית דין, פינטעל.
ער האט אבער יא ארויס געברענגט פארדרוס אז נאך אזא לאנגע דין תורה, באלד צעהן יאר, האט עס געדארפט זיין א מיטעל פאר שלום, און אנשטאטס דעם, ווילען זיי (זיי, און זיי, און אויך זיי...) מלחמה און א מחלוקת אויף אייביג. דערפאר האט ער געהאלטען זיין שארפע דרשה, אז זיין עולם און די בחורים זאלען זיך אין גאנצען ארויס לאזען פון די מחלוקת און איבער לאזען די זאכען וואס דארף ווערען מסודר פאר די יחידים וואס זענען זיך מטפל מיט דעם. דאס הייסט, אז אויב די ווילסט ממשיך זיין דער מחלוקת קען איך דאך גארנישט טוהן דיר צו סטאפען, אבער מיין עולם קען איך יא סטאפען.
דאס איז נישט סתם ווערטער, דאס האט דעקונג, ווייל צעהן יאר (כמעט צעהן יאר) האט זיך באבוב-45 אויסגעצייכענט מיט איר איידעלקייט (די באבובער איידעלקייט) און "אייביג" מכבד געווען מיט די שענסטע כיבודים א באבובער פון 48, נישט קיין נפקא מינה ווי גרויס א שונא ער זאל נישט זיין. אויף דעם איז עדות די גאנצע וועלט.