BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך מאיר הערש » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:29 am

אויז באבוב48 שוין צופרידן מיט דעם אדער אס איבלט אים נאך אלס?
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:14 am

וואס איז דאס באבוב48?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1511
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6764 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:27 am

לית דין בר נש האט געשריבן:וואס איז דאס באבוב48?

ווער עס פארשטייט דער פארשטייט !
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:42 am

מאיר הערש האט געשריבן:אויז באבוב48 שוין צופרידן מיט דעם אדער אס איבלט אים נאך אלס?

יא יא, און וועסט שרייען געוואלד טאמער נאכן דיין רופן באבוב מיט א כנוי כנ''ל און פייפסט אויפן בית דין וועל איך רופען באבוב45 מיט א נאמען וואס הייבט זיך אן מיט א 'ק' עה? סואר לאוזערס! טינק דיך שוין איין אין די קאלעיד און שטיי אויף פון חלום!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:44 am

ער האט געמיינט צו שרייבען באבוב לפנים 48,
איין מינוט ס'נאך אלץ אויף 48 סטריט, נישט אזוי? יתכן אז זיי האבען אראפ גענומען די סטריט סיין'ס...
ואידך האבען אויף געהאנגען א 45 סיין אויף 49'סטע גאס...

וואס חסידות האט אונז אלץ געלערנט. אוי ווי שטארק איז סאטמאר רב געוועהן ווען ער האט געשריבען 'נשתכח תורת הבעש"ט', ווייל אויב באבוב (יא ביידע, דריי מיר נישט קיין קאפ!) איז א דוגמא פונעם תורת הבעש"ט, שטייט דער מושג החסידות אויף הינער פוס.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1804 מאל

הודעהדורך סאו וואט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:10 pm

ניין ס'איז באבוב פראמינענדע, ווייל זיי האבען אראפגענומען דער סיין 48, סאו ס'איז באבוב פרעמינענדע, מיט באבוב 45,
קוק ווי דיע חברה האלטן עס נישט אויס, שרייען און בילען ווי בלעם מיט זיינע קללות, וואס מ'טוט מיט זיי איז מען נישט העפי.

ראו מה בין בני לבן חמי, יא, באבוב 45 וואלט געקענט זיין בעצבות , אבער האבען א רבי, וואס דערהייבט זיי, מיט שטאלץ, ברענגט זיי שמחה פאר זיינע חסידים.
לאידך באבוב 48 וואלט געדארפט זיין בשמחה, אבער זייער רבי פירט זיי מיט מרה שחורה און ביטערניש, און ברענגט זיינע חסידים עצבות, און קאמפלעקסעס.

העלאו, ווייסט איינער דער מצב הבריאות פון באבובער פראמינענדע רבי? וואס וויילט יעצט און פלארידע?
האט איינער ערשט האנטיג באריכטען?
I AM SICK AND TIRED ALREADY
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:37 pm

אויב זיי פרעגן מיך, (איך זעה דאך זיי האבן מיך געפאלגט מיטן נאמען וואס איך האב ג'עצה'ט פון די ערשטע מינוט) וואלט איך נישט אריין געדרייט דעם 45 אינעם קרוין מ'געינט ממש גארנישט, ס'איז נאר בולט אז מ'זוכט צו אנטלויפן דערפון, און ס'געבט א מקום פארן צד שכנגד זיך צו שטעלן דערויף, איך בעט אייך מאכט איין נישט נאריש און שטעלט זאפארט אריין דעם 45 אינעם קרוין, איך זאג עס אלס איינער וואס קוקט ארויס אויף אייער הצלחה, (נישט אז חלילה צד רב"צ נישט, זיי זענען דאך אקעי)

כאב אזוי אריינגעטראכט, די ווארט "באבוב-45" האט אין זיך 2 חלקים עס האט דער ווארט "באבוב" וואס דאס איז א נאמען פון א שטאט דער נאמען פון דער חסידות הידוע און עס האט 5 אותיות, ווידער דער חלק 45, איז בלויז א "נומער" און האט בלויז 2 אותיות,
דאס מיינט איר זענט גאראנטירט, וויזוי מ'זאל נאר נישט דרייען, איז אומפארמיידבאר אז כל רואיה יכירו וידעו אז דאס איז דער גאליציאנער באבובער חסידות הידועים לשם ולתפארת, תלמידי וחסידי אדמורי וצדיקי בית באבוב ולמעלה בקודש,

איך האלט טאקע אז ווי מברויך נישט זאל מען גארנישט שרייבן, למשל בילדינג סיינס וכדומה, פעלט לגמרי נישט אויס זאל שטיין די ווארט באבוב, קיינער גייט נישט בטעות אריינבלאנדשען אין די ראנג באבעווער שול,

איך זעה אויך אז זיי מיטשען זיך נאך מיט די פאר-נאמען ווייל "בני ציון" ודומיהם איז דאך אסור, איך וואלט זיי געראטן צו פארגעסן פון א אפציעלע פאר-נאמין, יעדען מוסד, בנין אדער אפטיילונג זאלן זיי געבן א אנדערע נאמען, (אזא גאטונג ווי די ארונים'ס תורה ישיבה'ס טראץ וואס ביי זיי עס צוליב א אנדערע מטרה) למשל די גרויסע ביהמ"ד וואלט איך גערופן עפעס א נייטראלע נאמען למשל "ביהמ"ד הגדול לתורה ולתפלה" אנדערע שולן (אויב זיי האבן) "ביהמ"ד קדושת ציון", "דברי חיים", "תפארת שלמה", "מלכות שלמה", אדער אבי נעמען, זאל זיין 100 נעמען, יעדע געגענט א אנדערע נאמען, אבער דער צד השוה איז באבוב-45, דאס מיינט די איינציגע וועג וויזוי מ'גייט זיי אידענטיפיצירן איז "באבוב", טאקע 45, אבער "באבוב" אלנספאל,

איך האף באמת אז יעדער וועט דא זיין ציפרידן, והעושה שלום במרומיו,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:13 pm

גאלד האט געשריבן:אויב זיי פרעגן מיך, (איך זעה דאך זיי האבן מיך געפאלגט מיטן נאמען וואס איך האב ג'עצה'ט פון די ערשטע מינוט) וואלט איך נישט אריין געדרייט דעם 45 אינעם קרוין מ'געינט ממש גארנישט, ס'איז נאר בולט אז מ'זוכט צו אנטלויפן דערפון, און ס'געבט א מקום פארן צד שכנגד זיך צו שטעלן דערויף, איך בעט אייך מאכט איין נישט נאריש און שטעלט זאפארט אריין דעם 45 אינעם קרוין, איך זאג עס אלס איינער וואס קוקט ארויס אויף אייער הצלחה, (נישט אז חלילה צד רב"צ נישט, זיי זענען דאך אקעי)

כאב אזוי אריינגעטראכט, די ווארט "באבוב-45" האט אין זיך 2 חלקים עס האט דער ווארט "באבוב" וואס דאס איז א נאמען פון א שטאט דער נאמען פון דער חסידות הידוע און עס האט 5 אותיות, ווידער דער חלק 45, איז בלויז א "נומער" און האט בלויז 2 אותיות,
דאס מיינט איר זענט גאראנטירט, וויזוי מ'זאל נאר נישט דרייען, איז אומפארמיידבאר אז כל רואיה יכירו וידעו אז דאס איז דער גאליציאנער באבובער חסידות הידועים לשם ולתפארת, תלמידי וחסידי אדמורי וצדיקי בית באבוב ולמעלה בקודש,

איך האלט טאקע אז ווי מברויך נישט זאל מען גארנישט שרייבן, למשל בילדינג סיינס וכדומה, פעלט לגמרי נישט אויס זאל שטיין די ווארט באבוב, קיינער גייט נישט בטעות אריינבלאנדשען אין די ראנג באבעווער שול,

איך זעה אויך אז זיי מיטשען זיך נאך מיט די פאר-נאמען ווייל "בני ציון" ודומיהם איז דאך אסור, איך וואלט זיי געראטן צו פארגעסן פון א אפציעלע פאר-נאמין, יעדען מוסד, בנין אדער אפטיילונג זאלן זיי געבן א אנדערע נאמען, (אזא גאטונג ווי די ארונים'ס תורה ישיבה'ס טראץ וואס ביי זיי עס צוליב א אנדערע מטרה) למשל די גרויסע ביהמ"ד וואלט איך גערופן עפעס א נייטראלע נאמען למשל "ביהמ"ד הגדול לתורה ולתפלה" אנדערע שולן (אויב זיי האבן) "ביהמ"ד קדושת ציון", "דברי חיים", "תפארת שלמה", "מלכות שלמה", אדער אבי נעמען, זאל זיין 100 נעמען, יעדע געגענט א אנדערע נאמען, אבער דער צד השוה איז באבוב-45, דאס מיינט די איינציגע וועג וויזוי מ'גייט זיי אידענטיפיצירן איז "באבוב", טאקע 45, אבער "באבוב" אלנספאל,

איך האף באמת אז יעדער וועט דא זיין ציפרידן, והעושה שלום במרומיו,

הרב גאלד זעהר שיין געשריבן
כ'האב באמת הנאה פון דיין אנאליז, איין קליינעם הוספה, וועלכער פארענטפערט דיין תמוה אויפן לאגא, ווי אויך דער נעכטיגער אינטרעסאנער דרשה, דאס אלץ איז צושטאנד געקומען נאך חדשים פון אמפערייען און פארשידענע פלענער וויאזוי אויזצוקרוזן דעם פסק, ווי כ''ק מבאבוב 45 שליט''א האט קלאר ארויסגעברענגט, אבער נאכן בלייבן סטאק, סיי ווייל ערכאות איז נישט קיין אפשען עפ''י עצת האדוואקאטן (כ'האב פארגעסן הטעם דרכי שלום וחילול ד'-איי די ערשטע פיר מאל אדר ס''ה, ביה''ח, גילה, בג''צ, האסטו א גוטע א קשיא!) איז מען בוחר את הרע במיעטו. ולפי''ז (געב א דריי די פינגער) איז שוין קלאר אויך די גאנצע ווארטעניש ביזן לעצטע אטעם, און טאקע נישט קענען אויספאלגן דאס אלעס טוישן איטערנאציאנאל ביום אחד כמבואר בפסק, ווייל דער מטרה איז נישט צו אנקומען ערגעץ ענדערש א בחינה משרה גבירתי אנכי בורחת!
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:31 pm

גאלד האט געשריבן:אויב זיי פרעגן מיך, (איך זעה דאך זיי האבן מיך געפאלגט מיטן נאמען וואס איך האב ג'עצה'ט פון די ערשטע מינוט) וואלט איך נישט אריין געדרייט דעם 45 אינעם קרוין מ'געינט ממש גארנישט, ס'איז נאר בולט אז מ'זוכט צו אנטלויפן דערפון, און ס'געבט א מקום פארן צד שכנגד זיך צו שטעלן דערויף, איך בעט אייך מאכט איין נישט נאריש און שטעלט זאפארט אריין דעם 45 אינעם קרוין, איך זאג עס אלס איינער וואס קוקט ארויס אויף אייער הצלחה, (נישט אז חלילה צד רב"צ נישט, זיי זענען דאך אקעי)

כאב אזוי אריינגעטראכט, די ווארט "באבוב-45" האט אין זיך 2 חלקים עס האט דער ווארט "באבוב" וואס דאס איז א נאמען פון א שטאט דער נאמען פון דער חסידות הידוע און עס האט 5 אותיות, ווידער דער חלק 45, איז בלויז א "נומער" און האט בלויז 2 אותיות,
דאס מיינט איר זענט גאראנטירט, וויזוי מ'זאל נאר נישט דרייען, איז אומפארמיידבאר אז כל רואיה יכירו וידעו אז דאס איז דער גאליציאנער באבובער חסידות הידועים לשם ולתפארת, תלמידי וחסידי אדמורי וצדיקי בית באבוב ולמעלה בקודש,

איך האלט טאקע אז ווי מברויך נישט זאל מען גארנישט שרייבן, למשל בילדינג סיינס וכדומה, פעלט לגמרי נישט אויס זאל שטיין די ווארט באבוב, קיינער גייט נישט בטעות אריינבלאנדשען אין די ראנג באבעווער שול,

איך זעה אויך אז זיי מיטשען זיך נאך מיט די פאר-נאמען ווייל "בני ציון" ודומיהם איז דאך אסור, איך וואלט זיי געראטן צו פארגעסן פון א אפציעלע פאר-נאמין, יעדען מוסד, בנין אדער אפטיילונג זאלן זיי געבן א אנדערע נאמען, (אזא גאטונג ווי די ארונים'ס תורה ישיבה'ס טראץ וואס ביי זיי עס צוליב א אנדערע מטרה) למשל די גרויסע ביהמ"ד וואלט איך גערופן עפעס א נייטראלע נאמען למשל "ביהמ"ד הגדול לתורה ולתפלה" אנדערע שולן (אויב זיי האבן) "ביהמ"ד קדושת ציון", "דברי חיים", "תפארת שלמה", "מלכות שלמה", אדער אבי נעמען, זאל זיין 100 נעמען, יעדע געגענט א אנדערע נאמען, אבער דער צד השוה איז באבוב-45, דאס מיינט די איינציגע וועג וויזוי מ'גייט זיי אידענטיפיצירן איז "באבוב", טאקע 45, אבער "באבוב" אלנספאל,

איך האף באמת אז יעדער וועט דא זיין ציפרידן, והעושה שלום במרומיו,

בין מסכים מיט דיר, אז זיי זאלען מאכען "45" מער נאטיסעבעל, און גלייב מיר אז פאר שלום וועלען זיי עס טוהן; זיי האבען א רבי א בעל דעת, נישט א שוטה. איך גלייב נישט אז דער לאגא האט דער קהלה אליין ארויס געשטעלט, נאר איז איין וועג פון א סאך ווי עס קען געמאכט ווערען, און דאס איז איינע וואס זאגט "איך בין נישט דיין נער", ווילסט שלום איז גוט; ווילסט מחלוקת, נישט מיט מיר.

ביזט גערעכט "אז די איינציגע וועג וויזוי מ'גייט זיי אידענטיפיצירן איז "באבוב", טאקע 45, אבער "באבוב" אלנספאל". עס איז מיר א פלא אז "חסיד" איז מסכים מיט דיר, אבער אויב יא, איז טאקע משיח'ס צייטען און ס'גייט זיין שלום. הלואי!
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך ARONGREEN » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:52 pm

ראשעקאל האט געשריבן:סקוקט אויס אז צד 48 איז היפש נערוועז ווייל זיי הערן נישט אויף ארום צו שיקען פאפירען
למעשה גייט הרב מרדכי דוד יא האלטען דעם פסק אפילו לשיטות אלע רבנים זענען די רבנים אפגעפערגטע באקומען שוחד
נאר הרב מרדכי דוד האלט אז ליידער ביז יעצט זענען שוין די רבנים א חוזק ביי יעדען איינעם קיינער פאלגט מער נישט קיין פסק בית דין מען צוקראצט זיך נישט פון קיין עיקול בית דין
אבער אז ער וועט יא פאלגען דעם בול שיט פסק וועט ער ווייזען פאר די וועלט אז פארפאלען די תורה הייסט אל הבית דין אשר יהיה בימים ההם אפילו זיי זענען שקצים פארשעמטע שמוציאנען דארף מען דאך פאלגען ווייל די תורה הייסט אזוי
אין זיין זכות וועט זיין אז עס וועט זיין הרמת קרן התורה בתוך כלל ישראל
אין אז דער אייבישטער וועט זעהן אז כלל ישראל פירט זיך אויף אזוי גיט וועט ער שיקען דעם גואל צדק און דעמאלטס וועט יעדער זעהן אז בית דין מיט אלע רבנים וואס האבען געפירט דין תורות האבען אלעס געטיען נגד התורה זיך אויף געפירט ווי פראסטאקעס אין זיי האבען מוסר געזאגט פאר כלל ישראל על מה עשה השם ככה פארוואס עס איז געקומען די אלע צרות נישט ווייל די רבנים זענען געווען שקצים נאר ווייל מיר עמך אידען וואס האבען געפאלגט די רבנים בלינדערהייט אפילו מיר האבען געוואוסט אז זייער פסק איז נישט קיין פסק זייער תורה איז נישט קיין תורה זייער קדושה איז נישט קיין קדושה זייער תמימות איז נישט קיין תמימות זייער אמת איז מלא שקר זייערע דרשות איז מלא גאווה אז א שמוציאן קען מוסר זאגען פאר איינעם וועגען א נושא אינדערצייט וואס ער אליין איז םארזינקען אין דעם ענין ביזען תהום איז נישט דא קיין גרעסערע געלעכטער ווי דעם
אבער מיר פושעטע אידען מיר גייען מיט די תורה מיט א תמימות אין מער האבען זיך נישט צו שעמעו
אשריך הרב הצדיק רבי מרדכי דוד מבאבוב פאר ראטעווען די תורה ראטעווען די 613 מצות ראטעווען די מסורה ראטעווען די קבלה

Cp

זייער גיט געזאגט
לדעתי אויב גייט ער נישט אין court ברענגט ער אינטער כלל ישראל
בית דין טיט מה שליבו חפץ אין קיינער טראכט ניט אמאל זיך אונצוריפן
ARONGREEN
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך ARONGREEN » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:56 pm

ARONGREEN האט געשריבן:

למעשה אלע גרוסע קנאקקערס
וויפל יודן וואס האבן א פראבלעם וועלן היינט גיין אין בית דין
ARONGREEN
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:11 pm

איינער ווייסט ווי אזוי מ'גייט שרייבן אין די צייטונגען? האדמו"ר מבאבוב 45?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8159 מאל

הודעהדורך chusid » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:18 pm

how are they allowed to put the 45 hidden in the crown, as per the psak its supposed to be in the same line, size
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:59 pm

כ'קען נישט ווארטן ווען ר' חיים ברוך ה''ש און ר' יוסי אונגער וועלן זיך רופען אדמו''ר מבאבוב 4539 וכו' מ'קען באלד האבן א גאנצע טלפון ביכל אינעם קרוין!
(זאל כ''ק מרן אדמו''ר מבאבוב 45 לעבן עמו''ש, אמן! אבער וויאזוי גייט מען שרייבן א מצבה?)
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:59 pm

chusid האט געשריבן:how are they allowed to put the 45 hidden in the crown, as per the psak its supposed to be in the same line, size

אויף וועמען פרעגסטו א קשיא, אויף די וואס גייען און ערכאות פיר מאל און זאגן נאכדעם אז מ'גייט נישט אין ערכאות ווייל ס'איז אסור עפ''י תורה?
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך moshe613 » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:01 pm

אזוי ווי חסידים פארן קריג האבן גערופן זייער רבין אויפן נאמען פינם שטאט אזוי קען מען זיך אויכעט פירן בזמנינו, באבוב איז א נאמען פין א שטאט אין 45 פין א גאס, פארוואס איז שטאט נאמען בעסער ווי גאס נאמען אויף א מציבה? ווייל די ביסט צו געוואינט? ביז די פטירה וועסטו זיך צו דעם אויך צו געוואינען.

]דאס איז אלעס אויב גייט זיין שלום...]
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:03 pm

אגב זעה איך אז כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו און אויף די נייע סטעשענערי פון קהל באבוב 45 שטייט נאר בנשיאות כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א, וואס איז געשעהן מיט בראשית הגה''צ אבד''ק שליט''א?
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:18 pm

ראשעקאל האט געשריבן:בי"ד מאכט א לאנג'ס און א ברייט'ס איבער ווי אזוי באבוב 45 מעג זיך רופן "באבוב 45". האלט טאקע איינער אז זיי גייען דאס אנעמען? א נאמבער אין א נאמען פון א חסידות איז אסאך מער מאדנע ווי צולייגען א נאמען ווי "צאנז באבוב". "באבוב 45" קוקט אויס ווי עפעס א שטיבל אזוי ווי "בעלז 41"

נא @ראשעקאל, זעט אויס אז האסט זיי איבערגעשאצט, הא?
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:20 pm

יין שרף האט געשריבן:למעשה פאר ווער עס ווייסט, פינסק קארלין איז אויך א קהילה שנחלקו פון קארלין סטולין. עס איז געווען א היציגע דין תורה, און בי"ד האט אויך אזוי געפסקענט אז זיי דארפן טוישן די נאמען, און אויב זיי ווילן דוקא די נאמען קארלין דארפן זיי צולייגן א צווייטע נאמען פארדעם, וכן עשו.
למעשה יעצט געדענקט כמעט קיינער נישט אז סקאיז אמאל געווען מחלוקות דארט, נאר עס איז צוויי שיינע באזונדערע קהילות.

לאמיר האפן אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 וועט אויך אזוי טוהן, און אנשטאט צולייגן א נומער זאל ער צולייגן א שטאטס נאמען כגון צאנז-באבוב אדער ראפשיץ-באבוב. ס'איז אסאך בכבוד'יג, און מער ערוואקסן.
ער האט יעצט א געלעגהייט ארויסצוגיין א געווינער, ניין נישט מיט געלט און נישט מיט בנינים, נאר מיט מעטשורקייט אנפאנגען א נייע פרשה מיט א נייע נאמען.
אויב עס בלייבט אזוי לאזט זיך גלייבן אז ביז 15-20 יאר וועט די מחלוקות אינגאנצן איינשטילן. פארקערט ווי ווען צד מהרב"צ וואלט פארלוירן...

נא @יין שרף וואס זאגסטו, ס'איז דיר נישט איינגעפאלן אז מ'האט ציטוהן דא מיטן חכם הדורות?
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:24 pm

יאיר האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי א דיין שעמט זיך נישט אונטערצושרייבן אזא פסק. ניין, איך רעד נישט וועגן יושר. נאר פשוט דער תוכן הדברים. איך האב געמיינט אז דא פירט זיך עפעס א דין תורה אויף נכסים, אויף ירושה אין רבנות, אויף נכסי ציבור, דערווייל האבן די דיינים געגעבן אזא רוק אריין די נכסים און רביס'טעווע אין איין זאץ, כאילו דאס איז נאר בדרך אגב. און די איבריגע דריי פולע זייטן געווידמעט אויף די וויכטיגע שאלה צו רמ"ד מעג זיך רופן באביב אדער באבאוו, צו ער מעג זיך רופן באבוב צאנז אדער נאר צאנז באבוב, און ווי גרויס די בוכשטאבן פון 45 זאלן זיין, און ווי אזוי די אוניפארם זאל אויסזען. דאס האט מען דן געווען במשך די לעצטע ניין יאר? איך ווייס נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן. ס'איז מיר באמת א פלא ווי אזוי אן ערוואקסענער מענטש וועלכער האלט זיך גענוג געלונגען צו קענען פסק'ען מולטי מיליאן דאלער דין תורה'ס שעמט זיך נישט צו אונטערשרייבן אויף אזעלכע נארישקייטן.

@יאיר, האסט נישט פארשטאנען? נאכן זען דעם לאגא זעט מען אז בית דין איז געוועהן גאר קליג!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חסיד אום מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 5:17 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך כנור » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:42 pm

chusid האט געשריבן:how are they allowed to put the 45 hidden in the crown, as per the psak its supposed to be in the same line, size

עס שטימט מער מיט דער פסק, ווי דער פסק שטימט מיט די תורה.

פרעג אנדערש,
how are they allowed to live
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:38 pm

לית דין בר נש האט געשריבן:וואס איז דאס באבוב48?

ער האט נישט איטערגעשריבעו שטרי בירורין ער מעג (אפשר וועט דאס גורם זיין אז רמ''ד וועט זיך נישט טארן רופן אפי' מיט א שם לוי-היכר)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:37 pm

ירא שמים האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:וואס איז דאס באבוב48?

ער האט נישט איטערגעשריבעו שטרי בירורין ער מעג (אפשר וועט דאס גורם זיין אז רמ''ד וועט זיך נישט טארן רופן אפי' מיט א שם לוי-היכר)

און נישט פאלגען אז ס'איז אלץ למען השלום
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך גאנצל » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:56 pm

וואס איז דער חסיד אזוי צולאזט ער קייט און קייט און אטעמט ניש אינדערמיט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1143 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:41 am

זאגט מיר איינער אזוי: רמ"ד האט מחליט געווען צוצולייגן צאנז און זיך רופן צאנז-באבוב, האט רה"מ מקרית צאנז נתני' אים גערופן צו דין תורה. האט רמ"ד גענומען זלמן גרויז פאר טוען און דער פסק איז געווען אז רה"מ מקרית צאנז דארף צולייגן דעם נאמען קלויזענבורג...
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט